מ'האט גערעדט פון די עוולה נוראה אז א סאטמארע בוטשער זאל לכתחילה און בשאט נפש יארן לאנג עובר זיין אויף א בפירוש'ע הוראה פון רביה"ק זי"ע בלויז דערפאר וואס ס'איז זיי ביליגער און גרינגער.
ווי אויך פון דעם עון פלילי אז מ'נארט אויס די קאסטומער פונעם געשעפט, צווישן וועלכע עס ציילן זיך אויך יודעי ספר און ת"ח וואס זענען זיכער געווען אז א סאטמארע בוטשער פירט אויס דעם רבי'נס הוראות בעניני כשרות.
נשלח ב-24/5/2009 16:33
דער ווייל האבן נאך די אהרוינים נישט קיין בהמה פלייש, ווי מען האט געקענט זען פאריגע איז ר' זלמן לייב געווען אין שיקאגא
בקורב וועלן זיי א\עפנען זייערע אייגענע בהמה שחיטה אין טעקסאס, ווי ס'וועט זיין די מהודר'דיגע די שטיין זאלץ.
נשלח ב-24/5/2009 11:27
מארוועט שמארוועט, איך שריי אז די אהרונימ'ס בהמה פלייש איז פונקט אזוי חזיר טריף ווי די זאליס ווייל מען נוצט ים-זאלץ ענטפערסטו מיר מארוועט?
נשלח ב-24/5/2009 11:01
די פלייש וואס די זאליס עסן קומט פון מארוועד (מאנטריאל) און ס'איז פשוט'ע זאלץ נישט קיין ים זאלץ. נישט קיין שום השגחה אפי' ממליחה ואילך - חזיר טריף!
נשלח ב-24/5/2009 05:58
דער פלייש באנק דקהלתינו הקדושה נוצט שוין די לעצטע 20 יאר (אדער אפילו מער) די ים-זאלץ, און די בהמה פלייש פון די אהרונים נוצט מען אויך ים זאלץ, פארדריי א צווייטן דעם קאפ מיט דיינע קרומקייטן.
נשלח ב-23/5/2009 00:37
נו וואס טוט זיך ביי די זאליס האבן זיי שוין געטוישט צו שטיין זאלץ צו נישט?
די באמבעס לאז איך פאר די זאליס מיט משה גבאי,
אבער אין ק"י בית השחוטה המהודרת (דארט ווי ס'איז געווען די ביזנעס דיסיזשען צו מאכען די שטיינזאלץ שטינק,) שעכט מען היינט צוטאגס בערך 40,000 טשיקענס א טאג!!!!
וואלסט נישט געוואלט איך ווייס אבער דאס איז די מציאות.....
נשלח ב-14/5/2009 07:12
בערל איך וועל דיר זאגן דעם אמת אז אויף אזא באמבע האב איך מיך נישט גערישט, איך האב געמיינט אז עס וועט נאך נעמען 2 וואכן ווילאנג צו ציפערן וועלן זיך הייבן, אבער אזוי שנעל?!
נשלח ב-14/5/2009 05:04
כ'האב פאר ענק נייעס...
באלאנד די זיצט????
מ'שעכט שוין היינט בערך 40,000 הינער א טאג!!!
נשלח ב-14/5/2009 01:08
פלאצן זי צוויי
נשלח ב-14/5/2009 01:02
ווען עס וועט וואקסן האר פאר מאיר הירש אויפן פלאץ ווי עס וואקסט פאר יעקב מאיר פערנץ דעמאלס וועט עטס האלטן ביי 100,000 טשיקנס.