עדה: הרב זארגער התמנות שקר
די עדה החרדית האט היינט געמאלדען אז דאס וואס דער איד שרייבט און לייגט אריין גרויסע מודעות אז די עדה החרדית האט אויפגענומען הרב ר' משה וואלף זארגער שליט"א פאר חבר הבדי"צ איז סתם א שקר.
די עדה זאגט אז מען האט געמאכט פאריגע ווואך א אפשטימעניש צו מען זאל אים אויפנעמען אלס מו"ץ פון די עדה החרדית אין בית שמש און ער זאל פירן דין תורות אין בית שמש, און דאס איז אדורך געגאנגען, אבער ר' משה וואלף וויל דאס נישט דערווייל אנעמען, נאר ער וויל ווערן א חבר הבדי"צ העדה.
אבער די עדה החרדית זאגט אז אזא זאך דארף מען עקסטער שטימען דערוועגן, און דאס וועט נישט אדורך גייין, ווייל ר' משה וואלף איז צו א ווילדער מענטש, און וועט ברענגען בזיונות פאר די עדה.
|
|