נשלח ב-30/3/2009 06:09
היים טעלעפאן פאר $20 א יאר? איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט דעם, איך לייג דאס נאר דא ארויף ווייל איך מיין אז דאס איז א מציאה:
עס איז דא ציבקימען טעלעפאן סערוויס פאר $20 א יאר עס הייסט MAGIC JACK
מען מיז האבען אינטערנעט סערוויס אין א קאמפיאטער
מען קען עס קויפען ביי די קאמפאני דירעקט http://www.magicjack.com/1/index.asp עס קאסט $39.95 פלאס שיפינג $6.95 דאס איז אריינגערעכענט די ערשטע יאר, דערנאך $19.99 א יעדע יאר
מען קען עס אויך באקימען ביי http://www.bestbuy.com פאר $39.95
פריי לאקאל אין לאנג דיסטענס.
פריי דירעקטארי אסיסטענט
פריי טעלעפאן נאמבער
פריי קאל וועטינג
פריי וואיס מעל
פריי קאלער איידי
איר קענט דאס מיט נעמען ווי איר גייט, פארשטייט זיך איר מיזט דארט האבען אינטערנעט סערוויס אין א קאמפיאטער.
פארשטייט זיך כדי עס זאל ארבייטען מיז די קאמפיטער מיט די אינטערנעט זיין אנגעצינדען א גאנצע צייט.
פאר עמערזענסי איז דאס נישט גיט, ווייל די 911 סיסטעם וויסט נישט ווי איר זענט, אין אויב די לעקטער ארבעט נישט, וכדומה
מיין חבר האט דאס שוין א שטיק צייט אין ער איז זייער ציפרידען
איך האב דאס באשטעלט, איך גיי עס ניצען פאר א צווייטע ליין אין פאר פעקס ליין
נשלח ב-1/4/2009 04:00
פאטאקי ממש אזוי? זעסט מיר אויס ווי אן אפגעבריטער, אבער א צוואנציגער?
נשלח ב-31/3/2009 19:42
סאיז א שאד די צוואנציגער
נשלח ב-31/3/2009 04:38
ביז דערווייל ווארט איך, אין איך באשטעל עס נאך נישט.
איך האב אויך נאך געקיקיט אויף גוגל, אין עס איז טאקע דא אסאך קריטיק, אבער עס איז אויך דא ציפרידענע,
איינער שרייבט אז ער ניצט עס מיט א קארדלעס טעלעפאן, אין עס איז נישט געווען קלאר, האט ער געקויפט א USB עקסטנשאן מיט א AC עלעקטריק אין עס ארבעט זייער קלאר.
מער מענטשען זאגען אז אפילו עס האט אמאל פראבלעמען, איז עס ווערט פאר דעם פרייז.
נשלח ב-30/3/2009 22:04
I used it for a second line it was very unclear
תוקן על ידי bigsatmar ב- 30/03/2009 22:01:38
נשלח ב-30/3/2009 18:18
יש"כ פאר'ן עס איינמעלדן, ממנו ילמדו אז מ'זעהט א מציאה ובפרט אז איינער ניצט עס שוין און איז צופרידן דערפון, אל תמנע טוב מבעליו.
אבער איך גיי עס נישט ניצן, ווייל איך האב שוין אפאר יאר צוריק אויסגעווארפן דעם קאמפיוטער מיטן אינטערנעט פון מיין הויז. ויהי רצון אז די פערציג פיפציג דאלער וואס איך צאל יעדן חודש פאר'ן "נישט" האבן קיין אינטערנעט אינדערהיים, זאל גערעכנט ווערן פאר א קרבן עולה!
נשלח ב-30/3/2009 06:17
להוי ידוע, איך האב עס, אבער עס ארבעט נישט פאר פעקס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.