די רבנים, וואס קוקן אראפ אויף די בטלנים
היינט ווייסט דאך יעדער אז רבנים זענען נישט פון די וואס דער פאלק קוקט אויף זיי ארויף. מען פייפט זיך גוט אויס אויף זיי און מען קוקט זיי ענדערש אראפ.
איך רעד אודאי נאר פון די "נישט ערליכע" רבנים, און זיכער מיין איך חלילה נישט די וואס יראתם קודמת לחכמתם וואז זיי קוקט מען שוין איינמאל ארויף, און זענען די וואס ווייזן את הדרך אשר ילכו בה.
נישט דאס בין איך יעצט געקומען אויסשמועסן, וואס וואלט אפשר געווען א גלייכע זאך, אבער וועל מיר דאס לאזן אויף א צווייט מאל, יעצט וויל איך נאר פרעגן וועגן א גוטן ניגון אין גראמען וואס האט זיך אמאל דא ארומגעדרייט איבער דעם וואס איינער האט געהאט א חלום פון זיין פון די גרויסע רבנים, וואס קוקן פון אויבן אן אראפ אויף די בטלנים.
ווייסט איינער ווי דאס איז אהינגעקומען?
|
|