בית פורומים כל העולם כולו

וואו איז UJCARE מיט זייער מעכטיגע פסח יריד??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2009 19:55 לינק ישיר 
וואו איז UJCARE מיט זייער מעכטיגע פסח יריד??

ווער געדענקט נאך די אשכול פון "ארגינעלער"

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2393028&whichpage=1&forum_id=16386

ריזיג! מעכטיג! פסח יריד! וויליאמסבורג ארויס פון UJO לאפעס

מיט גרויס שפאנונג נעמט מען אויף די פרייליכע און היסטארישע נייעס איבער דעם מעכטיגן אומגלויבליכן דורכברוך וואס איז געמאכט געווארן דורך די נייע ארגאניזאציע UJ Care, נאכ'ן זיין אין ביזנעס פאר קוים אפאר טעג.

קומענדיגע וואך זונטאג וועט פארקומען א מעכטיגן פסח יריד אין וויליאמסבורג וואו מען וועט אויסטיילן טויזנטער באקסעס פון פסח פראדוקטן פאר כל דכפין וכל דצריך.

די נייע ארגאניזאציע האט פארשאפט א ריזיגן טראנספארט פון פסח פראדוקטן, אן די מינדעסטע הילף פון די טריפה'נע ציוניסטישע ארגאניזאציע מעט קאנסיל.

וויליאמסבורג איז ענדליך באפרייט פון די גנבהשע לאפעס פון UJO. מען דארף מער נישט צוקומען צו די טובות פון UJO און זייערע ציוניסטישע באדיס פון די מעט קאנסיל.

די נייע נייטראלע ארגאניזאציע וועט ווייזן אז מען קען צושטעלן הילף פאר'ן ציבור  אן די הילף פון די טריפה'נע ציונים, און אן באגנבענען און באגזלען דעם ציבור און פארקויפן רוב פון די סחורה אין וואן סטאפ קאושער, און איבערלאזן פאר'ן עולם א שיבוש.

ס'קומען נייע טעג פאר'ן יהדות החרדית.

וואו איז יעצט UJCARE ווען די מצב הפרנסה ביי מענטשען איז ליידער אזוי שוואך?
אויב געדענק איך גיט, איז אנפאנג יאר געווען באשריבען אז UJCARE האט באקומען כמעט אזויפיל געלט פון די רעגירונג ווי UJO, וואו איז יעצט די אלע געלטער? זיי האבען איבערגענומען UJO און זיי זענען געווארען די גנבים?
 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/4/2009 16:55 לינק ישיר 

קען איינער אפשר מסביר זיין די צעטל? וואו גייט מען טיילען, ווען גייט מען טיילען, וואס גייט מען טיילען?

וואס זענען די קהילות מיט די נעמען? וואס איז מיט זיי?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2009 20:11 לינק ישיר 

יישר כוח יכול (טייטש די קענסט). יכול מראש חודש, דארפס אנהויבן פון ראש חודש צו זיין א ריכטיגער יכול. נעקסט יאהר זאלסטו לייגן דיין פרעשור פון ראש חודש ניסן. אזוי וועט זיין חלוקה גענוג פאר יעדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2009 16:28 לינק ישיר 

ב"ה איך זעה אז מיינע ווערטער האבען געהאלפען, זיי האבען שוין היינט אדווערטייזט אז זייער פסח יריד וועט ווידער אמאל פארקומען.

לאמיר האפען אז נעקסטע מאל זאל עס נישט דארפען קומען דורך פרעשור, נאר עס זאל זיין מרצונם הטוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2009 22:10 לינק ישיר 

I think that Mr. Katz  is busy making shulem between the two satmars and Mr Glanz is ........ stam a rachmunes 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2009 22:04 לינק ישיר 

זיי האבן א יריד מאחורי הפרגוד...
אונז וועל מיר זיי אלע זעהן ביי סעד ועזר....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/3/2009 20:45 לינק ישיר 

באקומען אין אישית, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת:

די סיבה פארוואס זיי טיילן נישט היי יאר, איז ווי ר' ארי' לייב גלאנץ האט געזאגט אז מען איז נאך שולדיג דאס געלט פון פאריגעס יאר פאר די סופלייערס דאס הייסט פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואו איז UJCARE מיט זייער מעכטיגע פסח יריד??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext