ריזיג! מעכטיג! פסח יריד! וויליאמסבורג ארויס פון UJO לאפעס
מיט גרויס שפאנונג נעמט מען אויף די פרייליכע און היסטארישע נייעס איבער דעם מעכטיגן אומגלויבליכן דורכברוך וואס איז געמאכט געווארן דורך די נייע ארגאניזאציע UJ Care, נאכ'ן זיין אין ביזנעס פאר קוים אפאר טעג.
קומענדיגע וואך זונטאג וועט פארקומען א מעכטיגן פסח יריד אין וויליאמסבורג וואו מען וועט אויסטיילן טויזנטער באקסעס פון פסח פראדוקטן פאר כל דכפין וכל דצריך.
די נייע ארגאניזאציע האט פארשאפט א ריזיגן טראנספארט פון פסח פראדוקטן, אן די מינדעסטע הילף פון די טריפה'נע ציוניסטישע ארגאניזאציע מעט קאנסיל.
וויליאמסבורג איז ענדליך באפרייט פון די גנבהשע לאפעס פון UJO. מען דארף מער נישט צוקומען צו די טובות פון UJO און זייערע ציוניסטישע באדיס פון די מעט קאנסיל.
די נייע נייטראלע ארגאניזאציע וועט ווייזן אז מען קען צושטעלן הילף פאר'ן ציבור אן די הילף פון די טריפה'נע ציונים, און אן באגנבענען און באגזלען דעם ציבור און פארקויפן רוב פון די סחורה אין וואן סטאפ קאושער, און איבערלאזן פאר'ן עולם א שיבוש.
ס'קומען נייע טעג פאר'ן יהדות החרדית.
וואו איז יעצט UJCARE ווען די מצב הפרנסה ביי מענטשען איז ליידער אזוי שוואך?
אויב געדענק איך גיט, איז אנפאנג יאר געווען באשריבען אז UJCARE האט באקומען כמעט אזויפיל געלט פון די רעגירונג ווי UJO, וואו איז יעצט די אלע געלטער? זיי האבען איבערגענומען UJO און זיי זענען געווארען די גנבים?
נשלח ב-30/3/2009 20:45
באקומען אין אישית, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת:
די סיבה פארוואס זיי טיילן נישט היי יאר, איז ווי ר' ארי' לייב גלאנץ האט געזאגט אז מען איז נאך שולדיג דאס געלט פון פאריגעס יאר פאר די סופלייערס דאס הייסט פארשטונקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן.
נשלח ב-30/3/2009 22:04
זיי האבן א יריד מאחורי הפרגוד...
אונז וועל מיר זיי אלע זעהן ביי סעד ועזר....
נשלח ב-30/3/2009 22:10
I think that Mr. Katz is busy making shulem between the two satmars and Mr Glanz is ........ stam a rachmunes
נשלח ב-1/4/2009 16:28
ב"ה איך זעה אז מיינע ווערטער האבען געהאלפען, זיי האבען שוין היינט אדווערטייזט אז זייער פסח יריד וועט ווידער אמאל פארקומען.
יישר כוח יכול (טייטש די קענסט). יכול מראש חודש, דארפס אנהויבן פון ראש חודש צו זיין א ריכטיגער יכול. נעקסט יאהר זאלסטו לייגן דיין פרעשור פון ראש חודש ניסן. אזוי וועט זיין חלוקה גענוג פאר יעדן.
נשלח ב-2/4/2009 16:55
קען איינער אפשר מסביר זיין די צעטל? וואו גייט מען טיילען, ווען גייט מען טיילען, וואס גייט מען טיילען?
וואס זענען די קהילות מיט די נעמען? וואס איז מיט זיי?