בית פורומים כל העולם כולו

עפנטליכע אנטשולדיגונג: ביטע זייט מיר מוחל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/3/2009 23:37 לינק ישיר 
עפנטליכע אנטשולדיגונג: ביטע זייט מיר מוחל

די פאריגע וואך בין איך באגאנגען א גרויסע עוולה ווען כ'האב זיך אריינגעמישט אין א ריב לא לי, און כ'האב גענומען א שטעלונג איבער א שרעקליכע געשיכטע וואס איז פארגעקומען ביים היימישן עולם. די לעצטע פאר נעכט בין איך געליגן אין בעט און זיך געפייניגט מיט געוויסנסביסן. ווער בין איך? ווי האב איך א רעכט אריינצורעדן אין א פרעמדע מחלוקה? ממילא אויב איך וואלט געווען א רב און געדארפט דן זיין דיני נפשות, וואלט געווען איין זאך, אבער כ'בין דאך א פשוט'ער איד.

וועגן דעם וויל איך זיך דא אנטשולדיגן און בעטן מחילה פון יעדן איינעם וועמען כ'האב וויי געטאן. איך נעם זיך מער נישט אן פאר איין זייט אדער די צווייטע זייט, און איך בעט יעדן איינעם צו שטיין אין די זייט און לאזן די ערליכע רבנים שבדורינו דן זיין אין דעם ענין.

דער אמת איז אז פון אנפאנג בין איך געווען נייטעראל אין די גאנצע מעשה, אבער נאכדעם האב איך געהערט דעטאלן וועלכע האבן געטוישט מיין מיינונג לטובת איין זייט, אבער דאס איז נישט געווען יושר פון מיין זייט ווייל ע"פ תורה טאר אפילו א בית דין נישט גלייבן א מעשה אן אויסהערן צוויי כשר'ע עדים. יעדער וואס ליינט מיינע זאכן אויף היידפארק ווייסט אז געווענליך האלט איך זיך רואיג און סאליד און כ'פרוביר קיינעם נישט וויי צו טאן. אבער דא האב איך צום באדויערן משנה געווען פון מיין מנהג און אטאקירט פריוואטע מענטשן.

דאס טוט נאך אלץ נישט בארעכטיגן דאס וואס געוויסע פריוואטע מענטשן האבן געטאן קעגן איין צד אדער די אנדערע צד. ס'איז זייער נישט שיין פון מענטשן זיך אריינצומישן אין א פריוואטע מחלוקה, נאכדערצו אזא שמוציגע מחלוקה. איך וויל שטיין אין א ווינקל און מער גארנישט רעדן דערוועגן, און איך וויל בעטן אנדערע אז זיי זאלן טאן די זעלבע זאך און שטיין מן הצד און לאזן די רבנים דן זיין דיני נפשות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2009 14:53 לינק ישיר 

הערשל, אז ער שרייבט אזא לאנגע דרשה, זעהט אויס אז ער האט יא איינגעזעהן דעם אמת.

וואס האסטו געוואלט ער זאל זיך אינגאנצן צונער לייגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2009 03:53 לינק ישיר 

פלונים

ער האט נישט מודה געווען אויף דעם אמת וואס דו קלערסט אז ס'איז.

ער האט איבערגעבעטן אפי' די ואס ער האלט אין הארצן אז זיי זענען נישט גערעכט אין די פרשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2009 01:36 לינק ישיר 

ס'איז גוט צו זעהן אז די קענסט מודה זיין על האמת.
מ'עט דיר מוזן מוחל זיין.
אבער ב"ה מענשטן זעהן צוביסלעך איין דעם אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2009 01:00 לינק ישיר 

זיסקיט דאס מאל בין איך דיר מוחל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > עפנטליכע אנטשולדיגונג: ביטע זייט מיר מוחל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext