ראבערייען ביי די זאליס ווער ס'זאל ווערן שמש אין ראדני
ענדליך זענען די זאליס פטור געווארן פין זייער שונא נומער איינס ר' שלמה שמש.
האט זיך ביי די זאלי רייען אנגעהוין אן ערנסטע געפעך ווער ס'זאל איבער נעמען דאס שמשות.
דערווייל זענען דא 3 קאנדידאטן, אלימלך ווערצבערגער,ליפא קרויס, זלמן לייב פעלדמאן
נעכטען ביי די זאליס קהל, האט מילך ווערצבערגער גע'טענה'עט אז ער איז דאס מערסטע געאייגענט דערצו
1) ווייל ער הייסט ווערצבערגער.
2) האט ער מיט געברענט א פסח טעיפ ווי ער זינגט מיט די קינדער, צי ווייזן אז ער קען די בעסטע זינגען אינטער די חופות.
נאכדעם איז ליפא קרויס געקומען צי קהל, ליפא טענה'עט אז ביי זיי אין די משפחה לויט די שמשות פאך
זיין ברידער אהרן נחום איז שמש אין שארמאש, אין זיין ברידער נחמי' איז שמש ביי ר' מנשה .
אין אויך זאגט ער פאר קהל אז האט זיך שוין געקויפט גרויסע שוך מיט א טיפן שטאפן הוט.
אין ער האט שוין אפילו אויף געגעבן זיין זשאב אנצינעמען דאס שמשות..
זלמן לייב פעלדמאן טענה'עט אז זיין זיידע ר' מענדל גרשון ע"ה איז געווען שמש, נאך פאר די רבי זי"ע האט האנט אויס געקליבן ר' יחזקאל שמש ע"ה, ממילא קומט דאס פאר אימען.
דערווייל לויפט נאך דער שפיטווקער רעפטייל קלעימען וויקטערי אז שלמה איז געפלויגן א דאנק זיין אדווייז פאר בן פראדל.
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 03/04/2009 1:45:45
 |
|
|