בית פורומים כל העולם כולו

בילדער פון חסידי סאטמאר מהר"א בירושלים עיה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/4/2009 06:17 לינק ישיר 
בילדער פון חסידי סאטמאר מהר"א בירושלים עיה"ק

באקומען אין אימעיל [email protected]





תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/04/2009 7:29:23




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2009 01:07 לינק ישיר 

 

דרשת

הגה"צ חו"פ רבי משה טייטלבוים שליט"א

דומ"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר עיה"ק ירושלים תובב"א

 

אצל סעודת הילולא של מרן רביה"ק בעל "ברך משה" זי"ע

אול"י שני כ"ו ניסן תשס"ט בביהמ"ד "ברך משה" ד'סאטמאר בעיה"ק ירושלים תובב"א

 

...ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל, ס'געבליבן א ממשיך, ס'געבליבן א מנהיג, דער רבי האט איבעגעלאזט בנו הגדול רבינו שליט"א, וואס ער איז ממשיך די מלחמת ה' בעמלק, און ער פירט ווייטער די מלחמה ברוב עוז ותעצומות.

אבער בנוסף צו די מלחמה וואס ער פירט, דעם שווערן מלחמה, די מלחמת ה' בעמלק מדור דור. כ'האב געטראכט, מ'זאגט ביי די מגילה, ס'איז דא א חיוב, שמחת פורים דארף מען זיך צוזאמען קומען משפחה ומשפחה. ס'שטייט קלאר, אז טאמער איינער זיצט אליינס, זאל ער זעהן צו זיצן די גאנצע משפחה צוזאמען, אזויווי ס'שטייט אין די מגילה, שמחת פורים דארף זיין משפחה ומשפחה. ס'פשט, דאס איז דאך א תיקון אקעגן מלחמת עמלק, המן איז דאך געווען מזרע עמלק. דער עמלק האט זיך ליב אריינצורוקן דייקא אין משפחה ומשפחה. דער תיקון אקעגן דעם, אז מ'נעמט זיך צוזאמען משפחה ומשפחה, צו דאנקען דעם אייבערשטן, צו ווייזן אז כי לה' המלוכה ומושל בגויים. די מלחמה איז דער רבי ממשיך, און ער רייסט אויס, און ער פראבירט, צו יעדן יחיד און יחיד צו שרייען, אז אויסער די מלחמת ה' בעמלק, איז דא נאך מלחמות פרטיות, וואס דער יצר הרע האלט היינט מלחמה פריוואט מיט יעדן איינעם.

איך האב דא געזעהן, ס'געווען א דרשה, וואס דער רבי זאל זיין געזונט האט געזאגט שבת הגדול. ער שרייבט ער איז מבקש בנימי נפשו, ס'געקומען היינט א מצב, דער יצר הרע רוקט זיך אריין ביי יעדן איינעם אין דעם קליינעם בוזעם קעשענע, אלע מיני תועבות קען א איד אריינרוקן ביי זיך אין קעשענע. די לשון פון רבי'ן איז, וזה לשון קדשו: די האר פון קאפ קענען זיך אויפשטעלן פון אזעלכע גזירות! ער רופט א גזירה אויף כלל ישראל, אז מ'קען אריינלייגן אזא זאך אין א קעשענע. ווער ווייסט וואס וועט נאך זיין מיט אונז -האט דער רבי געשריגן שבת הגדול- ביז משיח וועט קומען, וואס ס'ווארט אונז אויס.

בשיפולא דגלימא, האב איך געטראכט, דער רבי שרייט דארטן אין די דרשה, און ער זאגט, אפילו דער וואס מיינט עם שאדט עס נישט, ווער ס'רירט צו, צו די אלע כלים, זאל ער וויסן, לא ינקה, ס'קען נישט זיין ער זאל ריין בלייבן דערפון. האב איך געטראכט מסביר צו זיין דבריו הקדושים. ס'איז דא א הייליגע נועם אלימלך, וואס ער שרייבט אויף אברהם אבינו, ס'שטייט ער איז געקומען קיין מצרים, האט ער געזאגט פאר שרה, הנני ידעתי כי אשה יפת מראה את. שרייבט דער הייליגער רבי ר' אלימלך, ווי קומט אברהם אבינו צו זאגן, הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את. זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך, ושמעתי, אז זי ער איז געקומען צווישן די מצריים, קען דאס צוברענגען, אז אברהם אבינו זאל זאגן הנה נא ידעתי, אזוי שרייבט דער הייליגער רבי ר' אלימלך. זיינע ווערטער דארף נישט אונזער הסכמה. די רגע וואס א מענטש רירט צו אזא כלי, האט די כלי אויף איהם א השפעה. נישט ווייל ער וועט נכשל ווערן, ווייל ער וועט עס הערן. אפילו ער וועט עס קיינמאל נישט הערן, אפילו ער וועט עס קיינמאל נישט נוצן, די רגע וואס ער רירט צו דערצו, איז ער א בחינה פון אברהם אבינו וואס איז אריינגעקומען קיין מצרים. ס'קען נישט זיין, לא ימלט די כלי זאל נישט האבן קיין השפעה אויף איהם. כ'האב געזעהן רבנן קשישאי, וואס זיי לעבן שוין נישט מיט אונז, ווען די ערשטע המצאה פונעם שטן, פונעם יצר הרע, איז געווען, ער האט אנגעהויבן צו מאכן א טעיפערקארדער צוזאמען וואס מען קען הערן נייעס אויכעט. האב איך געזעהן רבנן קשישאי, וואס מ'האט זיי געברענגט אזא כלי אין שטוב אריין, האבן זיי געזאגט, נישט נאר מ'טאר נישט צורירן אזא זאך, נישט ארויס נעמען פון די פושקע, ארויס פון מיין שטוב האבן זיי געשריגן, אזא ציטערניש האבן זיי געהאט פון אזא מין כלי. על אחת כמה וכמה, וואס ס'דארף פאלן א ציטערניש אויף אונז, ווען מ'רעדט פון אזעלכע סארט כלים. און אז מ'וועט פאלגן אונזערע רבי'ס, וועלן מיר טאקע זוכה זיין, מיר וועלן האבן א פנים מקבל צו זיין פני משיח צדקנו.

ס'שטייט, די אידן זענען ארויס פון מצרים, שהיו גדורים בעריות. פארוואס שטייט שהיו גדורים בעריות, ס'האט געקענט שטיין, זיי זענען נישט נכשל געווארן בעריות. נאר נישט נכשל געווארן, איז נישט גענוג. מ'דארף מאכן א גדר, שהיו גדורים בעריות. אז מ'וועט מאכן די גדרים וסייגים, איז געווען יציאת מצרים וועלן מיר טאקע זוכה זיין ס'זאל זיין בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל. וועלן מיר זוכה זיין, מ'וועט האבן פנים צו גיין קעגן משיח צדקנו, ומלכנו בראשינו, במהרה בימינו אמן.

תוקן על ידי וואלןסח ב- 23/04/2009 1:25:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 06:27 לינק ישיר 
ברכת אילנות.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 06:26 לינק ישיר 
אנ"ש בריקודין של מצוה מול מקום המקדש בחוה"מ, לזכר עליה לרגל.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 06:26 לינק ישיר 
שיעורי תורה בחוה"מ.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 06:24 לינק ישיר 
חלק מהציבור





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/4/2009 06:23 לינק ישיר 
סעודת הילולא של רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר ירושלים





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בילדער פון חסידי סאטמאר מהר"א בירושלים עיה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext