די לאקאלע מעדיקעל צענטערס אין וויליאמסבורג האבן געזעהן א גרויסע אויפשטייג און פאציענטן מיט אומפארשטענדליכע מאגן ווייטאג זינט פסח, רוב עמערזשענסי אפוינטמענטס אין חוה''מ איז געווען מענטשן וואס זענען אריינגעקומען מיט שרעקליכע בויך און מאגן ווייטאג.
איעדעס יאר נאך פסח קומען אריין אסאך פאציענטן מיט מאגן ווייטאג צוליב דעם וואס מ'גייט אויף זייער א עקסטרעמע דיעטע פסח, אבער אין די לעצטע פאר יאר איז געווען א אויפשטייג פון 86.3% אין די קעיסעס.
נאכן אדורכפירן א שטודיע איז ארויסגעקומען א אינטערעסאנטע אנאליז: 84.7% פון די וואס זענען אריינגעקומען מיט בויך און מאגן ווייטאג האבן געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ.
די דאקטורים האבן אויך צוגעגעבן, אז ווען מ'האט געפרעגט די אלע וואס האבן געגעסן מצות פון אריזאנע ווייץ, וועלכע מצות זיי האבן געגעסן, איז ארויפגעקומען א גרימאס פון עקל אויף זייער געזיכט וואס דאס צייגט אז עס האט נישט געהאט קיין גוטן טעם.
צוויי דאקטורים וואס האבן באקומען מצות פון ר' דוד ראזענבערגס מצה בעקעריי האבן געזאגט פארן רעפארטער פון די באריכט אז זיי פארשטייען נישט פארוואס מענטשן נעמן אריזאנע מצות מיט אזא שלעכטן טעם ווען עס איז דא אזעלכע גוטע מצות ביי די סאטמערער מצה בעקעריי אויף בראדוועי.
עטליכע זאליס האבן זיך באקלאגט אז זיי קענען נישט גיין צום דאקטאר ווייל עס איז פול מיט ארונים און זיי האבן מורא פאר זייער לעבן. ווער וויל זיך אנהויבן מיט א ארוני מיט בויך ווייטאג???......
דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א אינגערמאן וואס איז ארומגעגאנגען צו ODA און CHC וואס זענען די צוויי גרעסטע מעדיקעל צענטערס אין וויליאמסבורג, און אויס געפרעגט דאקטורים און נורסעס און פאציענטן.
נשלח ב-23/4/2009 15:36
גאסט כתב:
די אהרונים עסן די מהודרדיגע אריזאנע מצות, און די זאליס קענען עס נעבעך נישט פארדייען
גוט! גוט!!
נשלח ב-23/4/2009 06:39
א היכי תימצא. געגעסן האב איך, און דו קענסט עס נישט פארדייען
די אהרונים עסן די מהודרדיגע אריזאנע מצות, און די זאליס קענען עס נעבעך נישט פארדייען
נשלח ב-23/4/2009 04:50
עס האטנישט קיין זין אפצולייקענען א באוויסטער פאקט. די אריזאנע מצות איז נישט געווען צו פארדייען דעם פארגאנגענעם יו"ט פסח.
פון שרייבן קל אדון, מציבה, קווינס, גנב וועט עס נישט העלפן קיין סאך. גלייבט מיר.
נשלח ב-23/4/2009 03:07
מים גנובים ימתקו...
פרוכטבאר איך מיין די בויך וויי איז פון די איידעלע קווינס בחורים וואס האבען צוריק געלייגט די מציבה מיט טרערען אין די אויגען... ממש עס גורם געווען אזא בלאטע אויף יענע מקום אין ביה"ח
נשלח ב-23/4/2009 02:42
פרוכטל איך האב מורא די האסט דיר איינגעהאנדלעט פארדארבענע פיש
פארדעם דריקט דיר דער מאגן.
דוק ותמצא נחת..
נשלח ב-23/4/2009 01:53
אינטערעסאנט אז ס'האט געדויערט 3 יאר דעיס אויסצוגעפונען
נשלח ב-23/4/2009 00:29
איך ווייס נישט צו וועמען די האסט גערעדט (איך גלייב אז פרוכטבאר)
מיר זאלסטו נישט דרייען א קאפ וואס פארא טעם איך האב געשפירט אין די מצות.
אונז האב מיר אלע ב"ה געשפירט א גוטן טעם אין די מצה (חוץ פונעם גוטן טעם וואס א איד שפירט ווען ער לאזט זיך קאסטן פאר די בעסטע מהודרדיגע מצות וואס מ'קען באקומען, און איז זוכה דערמיט מקיים צו זיין א מצות עשה דאורייתא)
נשלח ב-23/4/2009 00:01
גאסט, איך ווייס נישט פארוואס די זאגסט אז איך בין משוגע, איך האב דאס נישט אויפגעמאכט פון מיין אייגענער דעת, דאס האבן ענקערע מענטשן אליין געזאגט און זיי זאג איך נאך.
נשלח ב-22/4/2009 23:45
קוקטס חברה, קומען דא חברה וואס האבן געגעסן מצה גזולה, און מסביר אז די מצה וואס איך האב געגעסן איז נישט גוט געווען.
ס'איז באקאנט אז די אריזאנא מצות איז געווען זייער שלעכט אין טעם און בכלל זענען די מצות וואס זענען געבאקן געווארן אין וויליאמבורג אין די אהרונישע בעקערי געווען זייער נישט גוט אויסגעבאקן. פרעגט אייך נאך.
נשלח ב-22/4/2009 22:45
זעהט אויס אז די זאלונים האבן קאפווייטאג פאר דעם פארלוסט פון געלט פאר די 40000 פונט מצות וואס איז זיי געבליבן זיי האבן דאס איבער געלאזט פאר די עכברים ווייל די עסן נאר מצות פון וומ''ס ואס איז נישט געבאקן פון די טמא'נע אריזאנא ווייץ .
נשלח ב-22/4/2009 22:16
ר יונה סאיז דא א סיבה פארוואס די לאזט זיך אריין אין א שמיעס מיט דעם סייקא ?
נשלח ב-22/4/2009 22:13
פרוכטבאר, פארצייל אויך ביטע איבער די 40 אלפים פונט מצות וואס איז איבערגעבליבן פון די "גוטע" מצה בעקעריי אויף בראדוועי.