בית פורומים כל העולם כולו

ארונים ליידן וויסטע דורכפעלער אין בני ברק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/4/2009 18:27 לינק ישיר 
ארונים ליידן וויסטע דורכפעלער אין בני ברק

דראמאטישע נייעס פון קהלתינו הק' אין בני ברק.

אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר האלטן מיט מיט שפאנונג די לעצטערע אנטוויקלונגן בקרב קהלתינו הק' בעיר בני ברק יצ"ו. די הייסע מערכה וואס די בריונים די חיות בצורות אדם פון דער כת הידועה הולכי ערכאות פירן אן אויף גאר א שעדליכן אופן קעגן חשובע סאטמארע יונגעלייט פון בני ברק. (מכלומרשט אונטער א שלייער פון קנאות אז אנ"ש זענען געגאנגן אין ציוניסטישן בג"ץ, אינדערצייט וואס די כת הולכי ערכאות זענען די וואס זענען גאר געגאנגען אינעם בג"ץ הציוני, און זענען געווען די ערשטע צו אריינפירן די גאנצע פרשה אין ציוני'סטישן געריכט און זענען עד היום הזה מסרב צו גיין זיך מתדיין זיין ביי דין תורה, טראץ וואס מ'האט זיי פארגעשלאגן דריי בתי דינים כשרים ידועים ונאמנים, פון די פראמינענסטע וועלכע עס איז נאר פארהאנען)

אין די לעצטערע וואכן האבן זיי אנגעהויבן א געפערליכן טעראר קאמפיין קעגן אנשי שלומינו בכלל ובפרט אקעגן הרה"ח הנגיד ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו מראש קהלתינו הק' בעיר בני ברק, און קעגן אנדערע אנשים מכובדים, יקירי ופארי קהילתינו הק', וואס ווערט אונטערגעשטיצט מיט מיאוסע צולאזטע שלעגערייען עד כדי שפיכת דמים וזוב דם ממש, און השמצות באופן נורא ומבהיל אויף מענטשן, און שטיינער ווארפערייען אויף זייערע אויטאס און הייזער.

דער מכה בפטיש איז געווען ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ליל שב"ק אהיימגייענדיג פון בית המדרש הגדול אין שיכון בני ברק האבן זיך די בריונים צעווילדעוועט און אנגעשלאגן און פארשעמט עטליכע אנ"ש צווישן זיי עטליכע נשים צדקניות, צוברעכענדיג די חומת הקדושה והצניעות.

זעהענדיג אז דער מצב פארערגערט זיך פון טאג צו טאג האבן הנהלת קהלתינו הק' באשלאסן אריינצושפרינגען אין א פרישן פראיעקט אויפצובויען א פרישן פראכטפולן גרויסן בית המדרש פאר אנשי שלומינו אויפן ליידיגן באדען אין צענטער פון שיכון קרית יואל אין בני ברק.

פארגאנגענעם פרייטאג אסרו חג פסח איז געברענגט געווארן די ערשטע באשטעלונג מיט ציגל צו בויען א שטיינערנעם צוים ארום דעם שטח וואו מ'וועט אין די נאנטע טעג אנהייבן מיט די בוי-ארבייט. די בריונים וועלכע האבן דאס נישט געקענט צוקוקן און פארשווייגן האבן זיי גלייך נאכמיטאג גע'גנב'עט די ציגל און אוועקגעפירט אויף א באהאלטן ארט, מיינענדיג אז מיט דעם האבן זיי דערשטיקט די בוי-ארבעט און עס וועט זיך מוזן אפשטעלן.

ערווארטענדיג זייערע ווילדע שטיק האט מען פון פאראויס אינסטאלירט באהאלטענע ווידעא אפאראטן וואס האט רעקארדירט די גאנצע גניבה, און מ'האט זיך דערמיט געוואנדן צו די פאליציי וועלכע האבן באפוילן פאר די גנבים ובראשם האכזר הנודע ה. ה. (וואס האט פארשמירטע הענט מיט אידיש בלוט) אז זיי זאלן תיכף ומיד אפגעבן די ציגל און טאמער עס ווערט נישט אפגעגעבן ביזן היינטיגן דאנערשטאג נאכמיטאג וועלן זיי אלע ווערן ארעסטירט און אנגעקלאגט אויף גניבה קלאגעס.

לחרפתם האבן זיי דאס היינט נאכמיטאג צוריק געברענגט צום שטח הבני', ווען יעדער האט געזעהן די פאקט, אז די גנבים ברענגען צוריק די גניבה אויפ'ן זעלבן ארט פון ווי זיי האבן עס גענומען.

בו בזמן ווען ה. ה. האט אפגעברענגט די גע'גנב'עטע בוי מאטעריאל האט הרה"ח ר' דוד מאיר טאהלער הי"ו זיך געגרייט ארויסצופארן קיין אמעריקא זאמלען געלט פארן נייעם שיכון קרית ויואל משה, און די בריונים זייענדיג ביטער צעבראכן פון דעם וויסטן דורכפאל וואס זיי האבן נארוואס בייגעוואוינט האבן זיי באשלאסן נקמה צו נעמען דורכן אפהאלטן ר' דוד מאיר'ס אויטא צו פארלאזן בני ברק.

ווען ר' דוד מאיר איז ארויסגעפארן פון שיכון זענען א גרופע צולאזטע יונגן ארויפגעשפרינגן אויף זיין אויטא און אנגעהויבן ווארפן דערויף שטיינער און מיסט, און האבן מיט גרויסע העלצער געזעצט אויף די ווינדאס'ס כדי עס צו אויפשיסן, און האבן אים שיעור נישט פארוואונדעט, דערנאך האט איין פארשוין א הפקר יונג מ. צ. וו. זיך אראפגעווארפן אויף דער ערד  און פרובירט צו שפילן כאילו ר' דוד מאיר האט אים אראפגעקלאפט מיט זיין אויטא, אזוי אים קלאגן אז ער האט געמאכט א עקסידענט און ער האט באלד געוואלט אנטלויפן פונעם ארט (היט ענד ראן).

די ווילדע בריונים האבן אפגעהאלטן די אויטא און האבן גערופן די חברה הצלה וועלכע האבן אריינגעפירט דעם בחור אין שפיטאל.

און האבן געפאדערט פון די פאליס, אז זיי זאלן עם אפהאלטן אז ער זאל נישט קענען ארויספארן איצט ביינאכט פון ארץ ישראל.

ווי עס שטעלט זיך ארויס האט ר' דוד מאיר זייענדיג אויסגעשטעלט פון כסדר'דיגע רעדער שטעכערייען און פאלשע בלבולים און שענדליכע מסירות, דעריבער איז לעצטענס אינסטאלירט געווארן אין גאנצן שיכון, ספעציעלע אויסגעשולטע ווידיא קעמערעס, וואס האט אפגעכאפט דער גאנצער צירקוס פון די צעלאזטע יונגן אזוי אז מ'זאל אים נישט קענען באשולדיגן מיט פאלשע בלבולים.

די פאליציי וועלכע זענען אנגעקומען אויפן ארט האבן באלד דערשמעקט זא ס'האנדלט זיך פון א ביזוויליגן בלבול אויף א אומשולדיגן מענטש, און האבן אים באלד ערלויבט צו פארן קיין אמעריקא וי ער וועט זיך בעז"ה געפונען אויף שב"ק אין וויליאמסבורג במחיצת כ"ק מרן רבינו שליט"א

מארגן וועט דער עולם בעזהשי"ת קענען זעהן די ווידעא טעיפ פון דעם ווילדן אקט און זעהן פון דער נאנט פון וואספארא מטורפים עס האנדלט זיך אין בני ברק.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 24/04/2009 20:59:38



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 18:41 לינק ישיר 

מה בני
האסט פארגעסען צי שרייבען דע לעצטע שורה

"אין ער האט זיך אויף געוועקט" פין א זיסען חלום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 18:46 לינק ישיר 

מה בני זאג וויפיל ניקס האסטו שוין געהאט דא אין כל העולם מיזט מיר נישט וועלעכע זיי זענען איך וועל עס שוין ציזאם שטעלן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 19:28 לינק ישיר 

קען מען שוין זען די ווידיא קליפ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 19:31 לינק ישיר 

די מעשה איז אזוי

די זאלי האבן געברענגט א סקיט ציגל נעבן דעם ליידיגען שטח אין שיכון אין בני ברק, ווי מען האט געזעהען דארטן ציגל אנקומען האט קהלתינו הק' אפאר שעה נאכדעם אוועק גענומען די ציגל.

די זאליס זענען געלאפען צו די פאליציי אז די ציגל געהערט פאר זיי, און א זאלי וואס וואוינט נעבן די לאט האט עס געברענגט פאר זיך ער גייט בויען אן עקסטענטשן, ממילא האט מען די ציגל געגנב'ט פון זיי, און זיי ווילן ארעסטירען 2 אהרונים אינגעלייט.

די פאליציי האט אנגערופען די עסקנים בקהלתינו הק', און געזאגט וואס די זאליס ווילן דא אפטאן און ארעסטירען 2 אינגעלייט, ממילא בעטן זיי אז מען זאל צוריק ברענגען די ציגל ושלום על ישרא', מען האט נעכטן דארנערשטאג אזוי געטאן און מען האט צוריקגעברענגט די ציגל, אבער א שעה נאכדעם בשעת די קינדער זענען אהיים געקומען פון חדר איז שוין קיין זכר פון די ציגל נישט געווען, יעדער קינד האט א ציגל געכאפט און עס איז געבליבען א ליידיגע סקיט.

דאס איז די ציגל מעשה.

איצט איבערן דעם תימן'ער טאלער.

דער תימן'ער מסור ומלשין טאלער דרייט זיך ארום די לעצטע פאר וואכן אבל וחפוי ראש ווי א מצורע.

ער טרעט שוין מער נישט אריין אין ביהמ"ד הגדול זייט מען האט אים די הויזן אין מקוה געגנבט און געמאכט בזיונות אין ביהמ"ד שבת פאר פסח, און דאס איז א מורא'דיגע בושה פאר אים ווייל ער האט זיך פאר יעדעם געשוויארען אז ער גייט נישט פון ביהמ"ד ארויס און די ביהמ"ד איז גאר זיינס... און ר' זלמן און משה גבאי קאלן אים יעדע וואך און אים מחזק אז ער זאל נישט אויף געבן און ווייטער זיין קהל'ס נער.

פסח האבן די זאליס געמאכט אן עקסטער מנין ביי זייער געדינגענעם פלאץ פון זייער שבעה כולל (ווי מען רופט עס לזכר די 7 אינגעלייט וואס לערנען דארט), און קלאמפיש איז געווען א תירץ אז מען מאכט נאר א מנין פאר יו"ט (און כלשונו פון דער איד די וואך וואס זיי שרייבן אז בלויז איצט "בימי המועד" האט מען געמאכט א מנין "במתינות..." פאר געקליבענע אינגעלייט...).

פארגיע וואך שבת נאך פסח איז די תירץ שוין נישט גילטיג וואס טוט מען..? איז דער תימן'ער אוועק געפארן פון בני ברק אויף שבת, א גאנצע וואך טרעט ער נישט אריין אין ביהמ"ד ער דאווענט אינדערהיים, איצט וואס טוט מען דעם שבת איז ער געפארן קיין אמעריקא.

נעקסטע וואך וועט ער מן הסתם קייין תימן פארן...

ער איז געפארן קיין אמריקא אזוי ווי ער ווי א בהמה האט אפגעקויפט א קליינעם שטח פאר א ביטערען טייערן פרייז, נעבן דעם שיכון צו קענען בויען דארט 11 דירות פאר די זאלי אינגעלייט, און די זאליס האבן אים געזאגט אז זיי גיייען אים העלפען פארשאפען די געלט דערפאר, אבער דערווייל לא דובים ולא יער די זאליס העלפן אים נישט מיט קיין פעני און ער איז אנגעחובות'ט פון פרייוועט מאני געלט מיט ביטערע הויכע פארצענטן און די בעלי חובות לויפן אים נאך אין די גאסן.

נעכטן נאכט איז ער ארויסגעפארן פון שיכון צו פארן קיין אמעריקא אפען וועג האט ער געזעהן אפאר אהרונים שטיין, איינער פון זיי א הויפט עסקן בקהלתינו הק' און זיי דורך פארענדיג האט דער רוצח געוואלט איבערטרעטען און הרגענען דעם אינגערמאן, און מיט א ווילדע כעס רציחה אריין געפארן אין אים, אבער ב"ה דער אינגערמאן האט זיך געכאפט אין די לעצטע מינוט און צוריק געלאפען מיט איין אטעם, אזוי אז ער האט נאר זיין פיס צוטראטען און עס צובראכן, טא מער האט נישט געפעלט עס איז געווארן א מהומה, שולות פון אלע זייטן, מען האט אנגעהויבען צו באווארפען דעם תימן'נער מיט לעבענס און טאמעטעס, דער רוצח איז אנטלאפען פון דארט היט ענד ראן, פאליציי און הצלה זענען געקומען צו פליען פון אלע זייטן, מען האט דעם אינגערמאן אין שפיטאל אריין געפירט.

איצט איז ער אין אמעריקא און עס ווארט אים אפ שווערע רציחה קלאגעס ווען ער קומט אהיים.

און דאס איז די תימן מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2009 19:43 לינק ישיר 

רבי יונה, איך וועל דערווייל לאזן דעם עולם אפקויפן דיינע מעשיות.

ווארט נאר אויפן ווידיאו און איך וועל נישט ברויכן מער רעדן..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:10 לינק ישיר 

די ווארטסט מין הסתם פאר די ווידעאו פון יוסף90, אבער ער אליין האט שוין מודה געווען אז ער האט עס נישט
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 24/04/2009 21:04:51

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:45 לינק ישיר 

די מעשה איז געשעהן צווישן וואס משה דוד נידערמאן האט באפרייט 110 תימענר משפחות
 אין ער האט אויס געבעלט די 3 בחורים אין יאפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:53 לינק ישיר 

גאסט עס איז נישט מבני בניו (דרך אגב קען איינער מסביר זיין פארוואס די זאליס קענען נישט אויפקומען מיט אייגענע ניקס, און דארפען כסדר נאכמאכען ארוינישע ניקס)

די ווארטס יוסף90 זאל מודה זיין מיט יעדע ניק באזונדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:53 לינק ישיר 

אוי, רעד נישט פון תימן... ס'איז בושות... (זייער האטליין רעדנער מאלט שוין וואסער די לעצטע שטיק צייט... ער מעקט אויס די אלטע נייעס צו קענען איבערזאגן די זעלבע מיט אנדערע ווערטער מיט א פרישן דאטום...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2009 20:58 לינק ישיר 

איינער וויסט צי די בחורים פין קווינס האבען זיך ווארעם אנגעריפען צי בלומענפעלדס אפיל פאר די הייליגע בני ברקער כולל   (דארט ווי עס לערנען 53 אינגלייט)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/4/2009 15:20 לינק ישיר 

מה בני !
אויף דעם זאגט די וועלט ''נאך אזא נצחון און מיר זענען פארלוירן'' איך וואנטש פאר אלע זאלי'ס אויף דער וועלט נאר אזעלכע נצחונות אז זיי טוען זיך פאמיאוס'ן ביי יעדן נייטראלער מענטש , אלטע שטילע יודן מיט ווייסע בערד טוען זיי פארדאמען . 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ארונים ליידן וויסטע דורכפעלער אין בני ברק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext