בית פורומים כל העולם כולו

בני ברק: אהרונים ארעסטירט נאך איבערפאל אויף היימישע אינגעלייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/4/2009 01:45 לינק ישיר 
בני ברק: אהרונים ארעסטירט נאך איבערפאל אויף היימישע אינגעלייט

ווידער זענען פארגעקומען אויסטערלישע געשלעגן אין די סאטמאר'ער ביהמ"ד אין בני ברק.

מוצש"ק אינמיטן מעריב האבן די אהרונים צושלאגן א יונגערמאן אין ביהמ"ד אן קיין שום סיבה, די שלעק האט אנגעהויבן דער אלטער זקן אשמאי הידוע לחרפה ה.ל. ה., צוזאמען מיט די צווי בריונים מ. כ. און מ. ש., זיי האבן דעם יונגערמאן דערווארגן ביז ווען ער האט זיך געראנגלט מיט זיין לעבן. רח"ל.
 
דער בריון א. א. האט אוועקגענומען די שטריימל פונעם יונגערמאן, און האט עס ביז איצט נאכנישט צוריק געברענגט.
 
די גארד'ס פון די האטעל זענען אריינגעקומען אין ביהמ"ד און זיי האבן עם ארויסגעראטעוועט ביזן אין האטעל אריין.
 
נאכן דאווענען זענען א גרופע בריונים, מ. ש., מ. כ., ה. ה., ש. ר., און נאך א באנדע ליידיגייער'ס, און האבן אויפגעריסן די אייזערנע טיר פונעם חצר פון האטעל, און זענען אריינגעלאפן און האטעל מיט שטעקענעס און אייזענעס, און האבן אים געווארפן שטיינער און צובראכן די פענטעסטער'ס, זיי האבן אריינגעווארפן אייזערנע שטעקענעס אין האטעל, מענטשן זענען שיעור נישט גע'הרג'עט געווארן.
 
דאס ארט האט אויסגעקוקט נאך א טעראריסטישן איסלאמישן איבערפאל.
 
פאליציי איז בליץ שנעל אנגעקומען צוזאמען מיט די הויכראנגיקע אפיצירן אין האבן גענומען פארשן די אינצידענט.
 
די שלעגערס זענען געגאנגען צו די פאליציי סטאנציע און גאר געקלאגט זייערע קרבנות און אויך די גארדס פון מלון. די פאליציי האט אבער שוין געהאט אויסגעפארשט דעם גאנצען אינצידענט באלד די ערשטע נאכט פון דעם געשלעג, האט א פרעג געטון די אנקלאגערס, וועלכער איז מ. ש.?
 
דער שלעגער מ. ש., איז באלד ארעסטירט געווארן, און איז געווען אויף א לענגערע אויספארשונג.

איצטער האט מען עם אריבערגעפירט און טורמע. מארגן וועט מען עם ברענגען פאר א דזאדזש
 
די פאליציי האט געמאלדן אז זיי גייען נעמען דראסטישע שריט צו איינצומען די בריונים.
 
די גאנצע אטאקע איז אויפגעכאפט אויף ווידיאו.
 
(ארויסגענומען די ערשטע נעמען צוליב תקנת הפורום)



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2009 2:10:57




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בני ברק: אהרונים ארעסטירט נאך איבערפאל אויף היימישע אינגעלייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext