די מעשה שב"ק די וואך איז געווען אזוי:
ר' מענדל דאווידאוויטש (מיילעך שטערן חבר) לערנט פאר פרק אין ביהמ"ד הגדול אפען 1 פלאר שוין לאנגע יארן, די לעצטע 2 יאר האט אים קהל געזאגט אז ער קען מער נישט פאר לערנען, איז ער געזיצען דארט אין א זייט אין פארגעלערנט פאר 2 אידן (אזוי ר' חיים דוד טוט אין ב"פ)
די וואך האט קהל ארויסגעהאנגען א צעטיל אז עס גייט פארלערנען פרק הרב הגאון רבי משולם יאקאבאוויטש שליט"א, פרייטאג האט אים געקאלט טאלערס ווייב, און אים געזאגט אז זי גייט באשטעלן גארדס און טאמער ער גייט פארלערנען גייט זי אים ארויסווארפען פון ביהמ"ד.
הרב משולם איז אנגעקומען פארצולערנען, איז דארט געווען 1 גארד און הרב דאווידאוויטש איז געזיצען אין דער זייט און פארגעלערנט פאר זיינע 2, מען האט דעם גארד געכאפט ביים גענאק און ארויסגעפירט, הרב דאווידאוויטש איז אנטלאפען פון דארט מיט די נשמה אין די האנט, עס האט זיך באטייליגט א ריזען ציבור ביים פרק פארלערנען.
עס איז דא א זאלי וואס איז נעבעך געשלאגען מיט די ביטערע מחלה.., און ער דרייט זיך ארום און ביהמ"ד און טשעפט קינדער ר"ל, די וואך ביי סוף שלש סעודת האט באמערקט הרב החסיד ר' ה. ל. ה. שליט"א, ווי ער באבערט ארום, ער האט אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף אים שייגץ ארויס פון דא, דער עולם איז געקומען צו לויפן, עס האט זיך אנגעהויבען א געשלעג, אימיטען איז געקומען אריינצולויפען אין ביהמ"ד ע. מיט 4 גארדס פונעם מלון די גארדס מיט אים האבן אנגעהויבען שלאגען און רצח'נען, דער עולם האט אבער געזיגט און זיי שווער בא'מקל'ט די ביינער און ארויסגעפירט מיט שווערע פעטש, ע. איז געבליבען אן א שטריימעל און שווער צוהאקט, מען האט זיי באגלייט ביזן האטעל מיט קלעפ, ווי טאלערס ווייב איז געשטאנען אין געשריגען מיאוס'ע לאזונגען און געווארפען זאכן.
דער עולם האט זיך אריינגעריסען אין האטעל אראפגעפליקט די טירן און געמאכט סדר דארט, די פאליציי איז אנגעקומען און זיי האבן ארעסטירט 2 פון די זאלי גארדס, מען האט 2 אהרונים אריין געפירט און שפיטאל צוליב קליינע וואונדן, דערווייל איז ע. געלאפען און אריין געגעבען א קלאגע קעגן א חשוב'ער אינגערמאן, און ווען דער אינגערמאן איז אנגעקומען צו די פאליציי אריינצוגעבן א קלאגע קעגן ע., נישט וואוסענדיג אז ע. איז איצט דארט, האט אים די פאליציי אפגעהאלטען, צוליב וואס דער אינגערמאן האט געהאט אנדערע פריוואטע ביזנעס פארלעצונגען.
דער אינגערמאן האט מען היינט צופרי ארויס געלאזט און די ריכטער האט ארויסגעטראסקעט די קלאגעס, די 2 גארדס האט מען אויך היינט ארויסגעלאזט אבער נאר אויף "בעיל", ווייל זיי זענען אומליגאלע גארדס, און זיי האבן געשלאגען א פאליציי מאן און עס ווארט זיי שווערע קלאגעס, און זיי ברויכען דערציילען ווער עס האט זיי געדינגען, און וואס מען האט זיי געהייסען טאן.
מרדכי ווייס איז אנטלאפען פונעם האטעל נעכטן נאכט מורא האבענדיג אז ער איז די נעקסטע קרבן, ער האט זיך באהאלטען אין א ליטווישע שול, אפאר אינגעלייט האבן אים דערווישט, עס איז געווארן פרייליך, דער גבאי איז צוגעגאנגען צו ווייס אז ער זאל ארויסגיין פון שול און נישט אריינטרעטען מער דארט, ער האט אים ארויסגעפירט ביי די פלייצע, ברענג מיט נישט אהער דא דיינע מחלוקת און גארביטש, האט ער געשריגען.
די זאליס דרייען זיך ארום אבל וחפוי ראש און ב"ה היינט איז די ביהמ"ד געווען זאלי ריין, ב"ה מען איז פטור געווארן פון די בעלי מחלוקת און שלעכטע מענטשן.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 27/04/2009 4:31:57
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2009 18:01:10