בית פורומים כל העולם כולו

מעג מען שוין רעדן פון "גלאבעל ווארמינג"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2009 09:06 לינק ישיר 

פרוכט באר; איך זעה אז די ביזט דא אויפען פארק, איך וויל דיר פשוט איינמעלדען אז אין א דערנעבענדיגע אשכול האב איך דיך אנגעפרעגט אויף געוויסע ענינים ווי זוי דער מנהג איז אין קובא, דעריבער זיי אזוי גוט אין ענטפער מיר דארט, (זעהט אויס וואו די דרייסט דיך מער נישט אין יענע אשכול אז די ענטפערסט נישט), ביטע גיב א בליק אריין דארט אין ענטפער מיר א תירוץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2009 20:07 לינק ישיר 

ר' באראפארקער

ווי גאסט האט שוין טרעפליך אנגעוויזן איז מיין מקור געבויט אויף די גמרא פון שיתא אלפי שני הוי עלמא. ווי אויך אויפן פאקט אז ס'וועלן נאך זיין ימות המשיח און תחיית המתים, ווי די גמרא זאגט אז די מתים וועלן גראבן מחילות מחילות [כאטש ס'איז נישט קיין גענצליכע סתירה מיט די שרעקעדיגע טעאריעס פון "גלאבעל ווארמינג"].

און צווייטנ'ס, והוא העיקר, אויב וויל דער רבש"ע אז די וועלט זאל חרוב ווערן וועט עס חרוב ווערן, אפגעזען פון אלע ערליי שטיקעס וואס מיר מענטשעלעך וועלן אונטערנעמען. ס'איז זיכער אז די טענה געט נישט קיין רעכט פאר עמיצן מיט די האנט אויפן נוקלעארן קנעפל צו שיקן די באמבעס וואס גייען חרוב מאכן די וועלט, און דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון בחירה [און בערך ווי די אלטע סתירה צווישן "בחירה" און "ידיעת השם"].

אבער דאס מיינט אויך נישט אז איך דארף געפרוירן ווערן אין ווינטער און צושמאלצן ווערן אין זומער. איך מעג אפילו באוואסערן געהעריג דאס ביסל גראז און בלומען וואס מ'קען נאך זען פאר די אויגן אין די ריזיגע שווארצע שטאט, אן זיך זארגן קודם אז על גאור זאל בלייבן מיט גענוג וואסער פאר זיינע פרעכטיגע גערטנער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2009 19:56 לינק ישיר 

ביי די גוים גייט דאך אן דער כלל פון לב מלכים ושרים ביד ה', קומט אויס אז די איינציגסטער בעל בחירה מיט די האנט אויפן נוקלעארן קנעפל איז בנימין נתניהו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2009 21:35 לינק ישיר 

1) פון וואו נעמסטו די אויסטערלישע אויפטו אז דער כלל גייט אן בלויז ביי א מלך עכו"ם?

2) ס'איז קלאר אויסער יעדן צווייפל אז אפילו א מלך וואס באגייט א זינד, אפילו אין עניני הכלל, וועט פולשטענדיג אויסשטיין א געהעריגן דין וחשבון אויף יעדן אומגערעכטן באשלוס וואס ער האט געמאכט, ווי עס צייגן קלאר אומצאליגע פסוקים ומאמרי חז"ל, סיי בנוגע מלכי ישראל און סיי בנוגע מלכי עכו"ם.

[און דאס שוין אויסער דעם באזונדערן שמועס אז דער 'כלל' באמת איז ארויסגענומען פון קאנטעקסט. דער ריכטיגער פסוק זאגט (בערך) "לב מלך ביד ה' באשר יחפוץ יטנו", וואס ברענגט אויטאמאטיש די פראגע צי די היינטיגע 'מלכים' זענען אין כלל? וואס טוט זיך בנוגע "לבבות רבות", זענען זיי אויך אינאיינעם פאררעכנט אלס לב מלך וואס ה' איז מטה?

דער ענטפער איז מסתמא אז יא, פאר די זעלבע סיבה וואס ה' איז ארגינעל מטה דעם לב מלך, אבער דאן איז דאס בפשטות אויך פונקט אזוי כולל ישראל ווי עכו"ם. דוק ותשכח]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2009 23:57 לינק ישיר 

דער כלל איז ביי דעם, אז די מלכים און פירערס וואס קענען מאכן מלחמות וכדומה, ביי די זאכן וואס איז נוגע זייערע לענדער אדער אנדערע לענדער, פארלירן זיי די בחירה, ווי מ'זאגט די הייליגע טעג ביי ונתנה תוקף, ועל המדינות בו יאמר, איזוי לחרב ואיזו לרעב, פון דעם זעהט מען אז די מלכים קענען נישט באשליסן אויב זיי ווילן מלחמה אדער נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2010 19:10 לינק ישיר 

כ'וואלט געקענט באשטיין היינט צו כאפן א שמועס מיט על גאור אין וואשינגטאן אויף די גאס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/2/2010 18:16 לינק ישיר 

http://www.theyeshivaworld.com/news/General+News/48074/Global+Warming+Caused+Blizzards+Say+Scientists!.html



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעג מען שוין רעדן פון "גלאבעל ווארמינג"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext