ספעקטאר אריבער צו דעמאקראטן
אין א שאקירנדע מעלדונג האט דער ליבעראלער רעפובליקאנער סענאטאר פון פענסילוועניע, ארלין ספעקטאר, געמאלדן אז ער גייט אריבער אויף די דעמאקראטישע זייט, נאכן אנערקענען אז ער וועט פארלירן די רעפובליקאנער פריימערי קומענדיגן יאר.
מיטן ווארשיינליכן געווינס פון דעם דעמאקראט על פרענקען אין מינעסאטע מיינט עס אז די דעמאקראטן וועלן האבן זעכציג, צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן.
|
|