בית פורומים כל העולם כולו

"שוויינען פלו" אדער "מעקסיקא פלו"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2009 02:20 לינק ישיר 
"שוויינען פלו" אדער "מעקסיקא פלו"?

ווי לאנג מיליאנען מענטשן איבער די וועלט אנטלויפן פון יעדע זאך וואס איז געקומען אין בארירונג מיט מעקסיקא אדאנק די בוזשעווענדע פלו וואס האט שוין אנגעשטעקט טויזנטער מענטשן אין מעקסיקא און נאך הונדערטער ארום די וועלט, איז ערוועקט געווארן די הארבע פראגע:

וויאזוי רופט מען אן דעם פלו?

דער ארגינעלער נאמען דערפון איז "סוויין פלו", אין אידיש "שוויינען פלו", וואס פאררופט זיך דערפאר וואס דער אפשטאם דערפון איז א וויירוס וואס איז געווענליך בלויז צו געפינען אין דבר אחר'ס.

נעכטן האט דער סגן שר הבריאות פון מדינת ישראל, דער גערער יעקב ליצמאן, געזאגט פאר די ארטיגע פרעסע אז ער וועט נישט רופן דעם וויירוס ביים נאמען צוליב'ן 'גערוך' וואס גייט ארויס דערפון, נאר אנשטאט וועט ער עס רופן "מעקסיקא פלו" אויפן פלאץ פון וואו דער וויירוס איז ארויס.

פארשטייט זיך אז ס'האט נישט געשמעקט פאר מעקסיקא און זיי האבן אריינגעשיקט אן אפיציעלע פראטעסט נאטע צו די מדינת ישראל רעגירונג פאר די אומגעבעטענע 'מתנה' וואס ליצמאן האט זיי צוגעשיקט אומזיסט.

אבער נאך אין זעלבן טאג האט די יו.ען. געשטיצטע "וועלט ארגאניזאציע פאר חיות געזונטהייט" אויך ארויסגעגעבן א דעקלעראציע וואו זיי פארלאנגען אז מ'זאל אפשוינען די 'אומשולדיגע' שוויינען פון צוקלעבן צו זיי דעם וויירוס. זיי האבן לאו דוקא דעם ליצמאן פראבלעם, זיי טענה'ן נאר אז ס'איז פשוט נישט קיין יושר עס צוצוטיילן פאר די שוויינען אומזיסט, אינדערצייט וואס מ'האט נאך דערווייל נישט געפינען דעם דאזיגן וויירוס ביי די שוויינען.

כדי זיך צו באווארענען פון אן ענליכן מעקסיקא פראטעסט האבן זיי פארגעשלאגן עס צו רופן "דרום אמעריקע פלו".

היינט איז שוין געקומען א נייער שטאפל אין די נאמען מלחמה. די אמעריקאנער חזיר פלייש אינדוסטריע פארלאנגט אז די רעגירונג זאל אפשטעלן דעם "שוויינען בלבול" וואס שאדט זיי צו די ביזנעס ווען מענטשן (?) האלטן זיך אומזיסט אפ פון קויפן די שוויינען פראדוקטן אויף אומבאזירטע פארדאכטן פון א וויירוס אינפעקציע.

ס'בלייבט נאך איבער צו זען וויאזוי ליצמאן'ס קאמפיין וועט העלפן פאר די שוויינען אינדוסטריע.

תוקן על ידי - אפשר_דאך - 29/04/2009 2:40:16

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 29/04/2009 4:25:45



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2009 18:02 לינק ישיר 

ס'האט געארבעט...

http://blogs.abcnews.com/politicalpunch/2009/04/obama-adminis-5.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > "שוויינען פלו" אדער "מעקסיקא פלו"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext