ווי באקאנט זענען די פיקטשערס פונעם פיקטשער רעבע נישט צו גוט אויסגעקועמן אין וויילאנד.
ער האט דארט באקומען א שניט פון האלטן דעם מעסער...
האט די חכמי כעלעם באשלאסן אז אזוי ווי יעצט גייט מען דאך עפענען די נייע מהודר'דיגע טעקסאס שחיטה, ווי מ'וועט דארט איניפירן די גרעסטע חומרות און הידורים, מוז דער פיקטשער רעבע שוין לויפן וואו ער קען נאר,
דער שלימאזל כאפט א שניט...
און דערפאר מוז ער יעצט איבערמאכן די פיקטשערס עמוירזשעסי אין שיקאגא
פאריגע וואך האט משה בן פראדעל מיט מעכל שלעזינגער באזוכט ביי נירבאטור רב שליט"א, און אים צוגעזאגט אן אפותיקי אז ער זאל אפישעלי לאדענען דעם גרויסן תלמיד חכם און בקי נפלא מהרז"ל שליט"א
אויך האבן זיי געבעטן די באלעבאטים יושע האלענדער, מאטי בערגמאן מיט די וויינשטאק אייגענטימער זיי זאלן ארויפגיין צו מהרז:ל און אים לאדענען צו די שחיטה, און באשטעלן פעסטע פאטאגראפירער פון אלע זייטן...
מ'האט אויך געבעטן די רביצין שפיץ זי זאל אנגרייטן א פעקל באנדאזשן אז אין פאל איר צדיק'ל כאפט נאכאמאל א שניט זאל מען שנעל פאשל'ן דאס קינד.
פרטים יבואו
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 03/05/2009 22:25:48
נשלח ב-21/5/2009 23:48
חברה עס לוינט זיך צו זיין היינט אויף הייד פארק, יוסף90 טיילט הונדערטערס ווער עס ברענגט אים באווייז אז די זאליס זענען געגאנגען אין בג"ץ (עיין אשכול אודות מכתב הרבנים בפורום בחדרי חרדים), טאטעלע טיילט קוואדערס ווער עס וועט מפרש זיין דבריו הק' פון באלאנד... רבותי פארמאכט די געשעפטן אין כאפט איך אריבער אויף הייד פארק און ברענגט אהיים שבת צו מאכן...
איך האב מיך טאקע נישט טועה געווען, די לגיונות פון ארגינעלער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, ברוין אז בכלל נישט געווען מיטן רבי'ן אין שיקאגא, אויף די איבריגע מעשה'לעך זייט אליין דן צו ס'אמת צו נישט.
א שו"ב פין די שחיטה אין שיקאגא האט מיר פארציילט אז הגז"ל האט נעכטען אין שיקאגא ביי די שחיטה געפרעגט ווי מען מאכט די כיסוי הדם ווייל ער וויל אויך מקיים זיין די מצוה....
אויף דעם זאגט שוין די משנה ולא עם הארץ חסיד.
אויכט זאגט מיר די שו"ב אז ער האט זיך דארט ארום געדרייט ווי א הן אין בני אדם.
דאס איז שוין נאכדעם וואס זיינע מלמדים זענען געזעצן מיט אים אין אויסגעלערענט וואס מען דארף טוהן דארט אין אויף וואס ער זאל קוקען וכדומה, אבער דאס אז כיסוי הדם גייט נישט אן ביי בהמות נאר אויף חיות ועופות איז זיי נישט בייגעפאלען אז ער ווייסט דאס נישט.
תוקן על ידי יודלע ב- 21/05/2009 20:17:59
נשלח ב-20/5/2009 22:55
אז די אהרונים זאגן ליגענט קום שנעל פארצייל אונז דעם אמת וואס האט פאסירט און שיקאגא (זעהט אויס אז עפעס איז געווען ווייל די האסט שוין מקדים געווען תפילה לצרה!)
נשלח ב-20/5/2009 22:29
נא ארגינעלער וואס זענען די באריכטן פון שיקאגא?, ווער האט זיך צושניטן די הענד, ווער האט געכאפט בילדער, ווי האט זיך רבינו שליט"א פאררעדט ועוד, שנעל שטעל צוזאם א מעשה צו פיטערן די הונגעריגע אהרונימלעך.