עטץ מאכט ענק צו נאר , זאל דער גאב''ד י''ם שליט''א פארן אין קעמפ און פארברעגען א שבת צוזאם מיט הר''ר הגז''ל הערשט נאך אזא שבת וועט ער זעהן מיט וואספאר א מין ע''המדאורייתא ומדרבנן ער האט צוטוהן .
נשלח ב-6/5/2009 19:05
ארגינעלער כתב:
וואס מינוקת ווען מינוקת..
דער אברהם טייטלבוים שרייט שוין ווי יולדות וואס גייט צים קינד, האט היינט ער געסטראשט אין מאנסי מיט שבועות אין חרמות
מיר וועלן אים לאזן זיך אויס שרייען, אין ער קען טיען וואס ער וויל
אבער אברהם טייטלבוים זאל נישט פארגעסן, די אהרוינים זענען נוקם ונטרים איינס אין דער וועלט אז ער וויל רעפרענס געב איך אים
ר' מנשה דיין
ר' חיים דוד כ"ץ
ר' משה וואלף זארגער
אין פארשטייט זיך אליינס נאכדעם שרייט מען אהרוינים חיות טעראריסטן.
אינז שוינען קיינעם נישט אפ, אין ב"ה לא אלמן ישראל שלעק העלפט
איך האב נאך אזא גוטע תגובה נישט געליינט דא אויף הייד פארק. אזוי, ממש מיטן גאנצן ארונישן חן.
ארגינעלער, האסט געמאכט מיין טאג!
נשלח ב-6/5/2009 19:39
''המאור הגדול'' (גאב''ד י''ם שליט''א) לממשלת היום ואת ''המאור הקטן'' (הגז''ל) לממשלת הלילה
נשלח ב-8/5/2009 18:47
איך הער אז הגז"ל דייט נישט זיין שבת אין קווינס קעמפ ווייל ער האט א שמחה אין די משפחה
נשלח ב-8/5/2009 19:31
יא ברוך השם! כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט וויילן אין ווילאמסבורג די וואך שב"ק לכבוד די גאר גרויסע שמחה להולדת הבת הבכורה ביי בנו הרה"ג ר' אהרן שליט"א חתן הרה"ג אבד"ק ניימארק שליט"א.
נשלח ב-8/5/2009 19:55
איך פארשטיי נישט וואס וועט זיין מיט די יראת שמים וואס די בחורים וואלטן קונה געווען אין אזא שבת
וואס העט זיין מיט די 360 דאלער וואס די טויזענט בחורים האבן איינגעצאלט ציקענען מיטהאלטן דעם שבת ?
גייט ירושלימער רב שליט"א זיין אין ראדני שבת ?
פארוואס קען די קידוש נישט זיין אין קווינס קעמפ ?
נשלח ב-8/5/2009 20:11
מזל טוב!!!
דאכט זיך מיר אז ער האלט שוין א 7-8 יאר נאך די חתונה,
נשלח ב-8/5/2009 20:16
ירושלימער רב שליט"א גייט זיין אין קאנטרי אזוי ווי געפלאנט, אויף א פאריוואטע שבת מיט זיין משפחה.
און אזוי האט געדארפט זיין די פלאן מכתחילה.
נאר אזוי ווי רז"ל האט געהערט אז ירושלימער רב גייט דארט זיין האט ער אפגעמאכט אז ער גייט אים פאנגן אין נעץ ער גייט אויך אהין פארן און מאכן אן עסק, די זאליס האבן שוין געלאדענט זייער גרויסע מענטשן, ווי מסור יוסעלע וואלדמאן, לבן פערלשטיין, מסור קוטשי וואלי, מסור מענדעלע שווימער, מרדכי רובינשטיין, וכו'
אבער די לעצטע טעג האט זיך די זאך שוין געשאקעלט נאכדעם וואס ירושלימער רב איז געוואור געווארן ווי מען וויל אים דא אריין פירן, און פון ירושלימער רב שטוב האט מען געמאלדען פאר די זאליס אז די ירושלימער רב וועט לכוארה נישט פארן אין קאנטרי, און טאמער יא וועט ער דאווענען ביי זוך מיט א מנין, און נישט גיין און ערגעץ נישט.
איצט אז רז"ל האט געהאט אן אייניקל האט ער געטראפן די וועג ארויס און געקענסעלט דעם שבת.
די זאלי'ס זענען זייער ברוגז אויפן ירושלימ'ער רב קינדער
זיי האבן איינגעמאלדן אז מען זאל בלייבן דעם שבת אין שטאט אין מאכן דעם קידוש דארטן
אין זיך גיין בדרך כבוד
נעכטן האבן שוין די זאליס געשיקט מעסיזשעס פין יוסי שטהול אז דער קידוש איז אין קווינס קעמפ
ברוך אתה בבואיך ברוך אתה בציאתך.
נשלח ב-8/5/2009 21:30
איך מיין אז דער גאב"ד וועט דורכטראגן דאס וואס די זאליס זענען אויף אים ברוגז (לדבריך) וועגן נישט קומען שבת צום קידוש, הפנים ער האט שוין דורכגעטראגן די געוואלדיגע שנאה וואס די אהרונים האבן צו אים באקומען נאכן זיך באטייליגן בשנת תשס"ג ביי דעם גרויסן קבלת פנים אין ביהמ"ד ויואל משה אין קרית יואל.
נשלח ב-8/5/2009 21:47
די אהרוינים וועלן אים מן הסתם פארגעבן אין די זאליס האפנדליך אויך
נאר ווער ווייסט צי ר' מנשה דיין וועט אים פארגעבן .
ונחי' ונראה.
נשלח ב-8/5/2009 21:51
הוי זהיר בגחלתן, די אהרונים שרייבן דא אויפן פארום אז ער איז געקומען אויף אמעריקע מחמת הבריאות, ווער ווייסט...