| נשלח ב-7/5/2009 01:09 |
|
| |
די אמונה טפילה און ע"ז שקר מיטן נאמען "רבי ז"ל
מיר שטייען שוין בקיץ תשס"ט לפ"ק, אט אין אפאר חדשים ארום גייט זיין דער
דרייסיגסטע יארצייט פון מרן רבינו הק' מהריט"ב מ'סאטאמאר זי"ע,
אט אין די תקופה איז וויכטיג אז תלמודי וחסידי סאטמאר זאלן זיך מתבונן זיין ווי
מ'שטייט, און ווי מ'האלט במשנתו של רבינו, ליידער ליידער האבן מיר דעגרייכט צו
א מצב וואס מענטשן ווייסן שוין נישט וואס איז יא סאטמאר און וואס איז נישט
סאטמאר, עד כדי כך אז די יונגערע עולם אינטרעסירט נישט מער די וויכטיגסטע
יסודות פון סאטמאר, כדי צו פארשטיין וואס מיר מיינען מוזן מיר דאס אביסל
ברייטער מסביר זיין און אביסל צולייגן.
ווי באקאנט פאר יעדע סאטמאר'ע חסיד איז די ערשטע יסוד געוועהן ביים רבי'ן אז
מ'טאר נישט פאלגן א רבי'ן בלינדערהייט בפרט ווען ס'איז נגד התורה, דאס איז
געוועהן זיין שטעלונג ביי פרשת בעלזא, און צו דעם האט ער געברענגט א ראי' אז די
התנגדות פון צאנז קעגן סאדיגורא איז געוועהן צוליב דאס אז מ'פאלגט א רבי'ן מיט
פארמאכטע אויגן אפי' ווען ס'איז נגד התורה.
נעבאך נעבאך, דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו, ס'איז שווער צו רעדן
דערפון, מ'קען דאס אפי' נישט שרייבן אין קיין שום אנדערע אויסגאבע, ווייל ווער
ס'וועט נאר וועלן שרייבן אזעלכע ווערטער וועט גלייך הייסן א שייגעץ און א משכיל
וואס רעדט אויפן רבין זיכערוינעבראכע, אבער לאמיר קוקן מיט א ניכטערע בליק אויף
אייניגע דוגמאות וויאזוי ווערן געמאכט מיינונגען בזמן הזה.
אריזאנע ווייץ:
מן הדין וואלט די מתירים געדארפט ארויסקומען מיט א טענה אז זייערע ווייץ איז
מורא'דיג מהודר, ווייל, ס'איז נישט מצומחות, ס'איז גוט, ס'איז שיין, ווייל אזוי
שטייט דא און דארט, און דא ציטירט מען א רייע פוסקים וואס האלט אזוי און
פארטיג,
צד האוסר, וואלט געדארפט מן הדין שרייבן אנדערע פוסקים לשיטתם וואס האלטן
פארקערט, אזוי זאל ווערן געפירט א תורה'דיגע מערכה און יעדער קען זיך
אויסקלויבן וועלכע צד ער וויל.
למעשה, די גרעסטע געווינס פארן צד המתיר איז געוועהן, אז מ'האט געטראפן א עד
אין "דער איד" ווי עס שטייט אז מ'שניידט ווייץ בשנת תשכ"ז עפ"י הוראות כ"ק
אדמו"ר שליט"א (זצ"ל) אין אריזאנע, און מיט דעם עד פייערט מען א זיג אז דער רבי
זיכערוינעבראכע אליין האט געניצט דעי ווייץ,
צד האוסר, שרייבן אז דער רבי האט נאר געניצט פון שפיץ בארג און זיי ניצן פון
טאל, און פאר זיך אליין האט דער רבי אוודאי נישט געניצט דעס, און די אנדערע צד
זענען גאר די וואס זענען משנה פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און דערפאר קומט
ארויס א קול קורא אן קיין איין ווארט דברי תורה נאר פשוט כל המשנה ידו על
התחתונה, ס'קומט ארויס א קונטרס וואס כמעט יעדע בריוו איז נאר אז מ'טאר נישט
משנה זיין פון רבין.
עירוב:
מן הדין וואלט צד המתיר געדארפט ארויס קומען מיט א בירור להלכה אז דער עירוב
איז כשר מטעמים הרבה עפ"י הלכה, צד האוסר זאל ארויס געבן א בירור להלכה אז
ס'איז אסור מכח כמה פוסקים,
למעשה, צד המתיר האט ארויס געגעבן גאנץ א שוואכן בירור, אבער דער עיקר איז
געוועהן אז זיי האבן עדות'שאפט פון עטליכע מענטשן אז דער רבי ז"ל האט יא געקענט
באשטיין ס'זאל זיין א עירוב,
צד האוסר איז דאך קלאר ממש אז די חומר האיסור איז נאר דאס ווייל דער רבי
זיכערוינעבראכע האט דאס נישט געוואלט (נישט געמאכט), מ'פארשפרייט א גאנצע
קונטרס מיט גביית עדות אז דער רבי האט נישט געוואלט, יעדן דריטן שבת קומט ארויס
א פליג בלעטל מיט איין טענה אז דער רבי איז מרא דאתרא און דער רבי האט נישט
געוואלט, און דערפאר דארף מען שרייען "שבת" היתכן די מענטשן (וויזינץ'ע און
בעלזא) פאלגן נישט דעם רבי'ן.
דערי לולבים:
איין צד זאגט אז דער רבי זיכערוינעבראכע האט געשיקט אתרוגים און נישט לולבים
בשנת השמיטה קיין א"י, איז משמע אז דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די
לולבים,
צווייטע צד זאגט, אז לולבים האט די זעלבע דין ווי אתרוגים וואס ביי אתרוגים איז
דער רבי געוועהן זייער שארף, און די זעלבע שארפקייט איז גולטיג אויך ביי
לולבים,
אבער זיך מטריח זיין און זיך אריין לאזן בבירורי הלכות מאן דכר שמי', דער נידון
איז נאר רבי ז"ל יא רבי ז"ל נישט.
שיניום אין די שחיטה בעתיד:
עס הערט זיך שמיעות אז ס'גייט ווערן תיקונים אין די שחיטה, די צד האוסרים לאזן
זיך שוין הערן אז מ'מאכט שיניום, היתכן מ'איז משנה פון רבי'ן זיכערוינעבראכע,
ס'איז עק וועלט, די צד המתיר האט שוין אפיר געזיכט מראה מקומות ווי דער רבי ז"ל
אליין זאגט אז ס'איז נאך דא א מקום פאר מער חומרות און אדרבה ווער ס'קען זאל
מחמיר זיין,
ווידער די זעלבע מעשה, עס גייט נישט ווערן קיין נידון להלכה צו ס'איז א מעלה צו
א חסרון כלפי די הלכה, די נידון איז איין זאך, רבי ז"ל יא, רבי ז"ל נישט, אזוי
גייט דאס ביי יעדע מערכה און ביי יעדע זאך, קיינער רעדט נישט פון תורה, פון
הלכה, פון פוסקים, אלעס דרייט זיך נאר רבי זיכערוינעבראכע,
רבותי! איז דאס נארמאל?, זענען מיר משוגע געווארן?, איז טאקע שוין נישטא קיין
תורה אויף דער וועלט?, די גאנצע תורה קען מען אויסרייסן מיטן ניגון רבי
זיכערוינעבראכע?, דאס גופא איז געוועהן די גרעסטע ווייטאג ביים הייליגן רבי'ן
אז אידן רעכענען זיך נישט מיט די תורה נאר אלעס גייט דער רבי! דער רבי!, ווי
האלטן מיר?
סאטמארע חסידים וואס האבן זיך געהאלטן אלעמאל העכער פון אנדערע חסידות בלויז
מיט דעם אז מיר גייען מיט די תורה, די תורה איז העכער אונז און העכער דעם
רבי'ן, נישט אז דער רבי איז העכער די תורה, ווי שעמען מיר זיך נישט אז אין דעם
פרט שטייען מיר ערגער ווי אלע אנדערע חסידות'ער, ווי דערוואגט זיך א סאטמארע
אפצולאכן פון א ברסלב'ע חסיד אז ער האט א טויטן רבי'ן, און וואס האסטו?, איר
לאכט פון לובאוויטש?, איר לאכט פון סקווירא אז די שוואנץ'נות איז גרויס דארט,
און ווי איז ענקער / אונזער שוואנץ'נות?....
וויאזוי איז דאס געשעהן?
שווער צו זאגן פונקטליך, אבער מיר האבן פיל חוקר געוועהן אין דעם ענין, און
לויט אונזער אפשאצונג איז די מצב אזוי, אין די ערשטע יאר פון די הנהגה פון
רביה"ק זי"ע דא אין אמעריקא האט דער רבי גופא געהאט איין ציל, אויפצושטעלן
אידישקייט דאהי פונקט ווי אמאל, ת"ת'ס, ישיבות, מיידל סקול'ס, כשרות, צניעות,
און א מלחמה קעגן ציונות אויך ווייל דער רבי האט געזעהן אין דעם א שטארקע
פראבלעם צו אידישקייט, און די דעמאטסדיגע תלמודים האבן דאס גוט פארשטאנען וואס
דער רבי האט געהאלטן אז די מערכה פון קנאות איז נישט קיין פערזענדליכע מלחמה
נאר א מלחמה קעגן די מעשה הרשע, זיי האבן אויך פארשטאנען אז אנדערע רבי'ס און
חסידים זענען נארמאלע מענטשן מיט א מהלך, (זיי זענען אפשר זיך טועה מיט אייניגע
זאכן אבער זיי זענען געהעריגע ערליכע אידן ככל בית ישראל) פאקטיש זענען אין די
י' יארן געוועהן זייער אסאך מענטשן וואס האבן זיך געקוויטלט אדער געגאנגען צו
טישן פון אנדערע רבי'ס און גארנישט האט פאסירט.
די דור איז אונטערגעוואקסן ס'איז געווארן א נייע דור וואס זענען געבוירן
געווארן נאך די מלחמה, מיר וועלן זיי אנרופן די כ' תלמודים, אין די כ' יארן איז
שוין געווארן דער מציאות פון סאטמאר אביסל גרעסער, די תלמודים האבן שוין נישט
געהאט די זכי צו הערן יעדע דעטאל פון רבי'ן אליין, דער רבי גופא איז געווארן
מער פארנומען מיט די גאנצע וועלט, האט זיך דער נארמאלקייט פון א סאטמארע תלמוד
אביסל גענידערט צו א מדריגה פון א פארטיי, באגלייט מיט שארפקייט און קנאות, ווי
די יונגערע ציבור האט שוין נישט תופס געוועהן דעם גאנצן מהלך פון רבי'ן מיטן
גאנצן קלארקייט,
און די צווייטע העלפט כ' יארן פון שנת תשכ"ח האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה,
די שפעטערע כ' תלמודים און די ל' תלמודים האבן דאך שוין נישט געהאט דעם רבי'
געזונטערהייט און נישט געזעהן דעם רבי'ן אקטיוו, איז דאך געוועהן א ספק אז זיי
וועלן זיך אפשר אינטערסירן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערשט, די פאבריק פון סאטמאר
האט זיך פארגרעסערט און מ'האט געדארפט מחנך זיין א נייעם דור,
ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי', הרבנית וכת דילה, און די גרויסע קעפ פון סאטמאר,
האבן געזעהן אז פאקטיש איז רביה"ק איינער אליין אויף איין זייט, און פון די
אנדערע זייט זענען געוועהן היפש גרויסע לייט ממש לייבן, נו וויאזוי איז מען דאס
מסביר פארן נייעם דור אז מיר זענען נישט קיין סתם לאוזערס, קודם האט מען דעם
רבי'ן מורא'דיג גרויס געמאכט, (דער רבי איז באמת געוועהן די גרעסטע בזמנו)
מ'האט כסדר געזאגט אז דער רבי וואלט אפי' בימי בעש"ט געוועהן א חידוש, דער רבי
איז דער חת"ס דער דברי חיים דער יש"מ דער יט"ל אויפאמאל, (ס'איז אמת אז דער רבי
האט געהאט שטירכן פון יעדן איינעם, טאקע דערפאר ווייל דער רבי האט ברוב חכמתו
זייענדיג אין א דור שפעטער פון די אלע צדיקים פארשטאנען דעם כח פון די אלע
גדולים וצדיקים און ארויסגענומען די מהלכים פון יעדן איינעם אויפצוטון פאר
אידישקייט)
דערנאך האט מען אנגעהויבן אוועק צו מאכן די אנדערע, מ'האט אריין געווארפן חוזק
ווערטער אויפן גור'ע רבי'ן, אויפן סקווירא רבי'ן, אויפן וויזניצער רבי'ן, אויף
יעדן איז געוועהן גרייט א אנדערע מין הלצה וואס איז אריין געקראכן אין די מוחות
פון די סאטמארע תלמודים אז אלעס אויסערן רבי'ן איז א חוזק.
דערנאך האט מען סתם אזוי אוועק געשטעלט א יסוד אז די רבי'ס וואס האלטן נישט
מיטן ויואל משה זענען מינים אפיקורסים, סטרא אחרא, זייער תורה גייט צו די
קלופה, ס'איז אסור צו קוקן אויפן זיי,
(ר' חיים אלטר בראך שליט"א טענה'ט אז די מערכה אז די אנדערע רבי'ס האבן א דין
ווי גוים איז געשאפן געווארן נאכן שידוך פונעם ברך משה מיט וויזניץ כדי גרעסער
צו מאכן זיין עבירה און אים מער פסל'ען צו ווערן ממלא מקום)
דער מציאות ווייזט, אז מ'זאל נעמען א סאטמארע תלמוד פון די י' יארן, וועט ער
קיינמאל נישט רעדן קעגן דעם אמרי חיים, אדער קעגן די ליטווישע גדולים, מ'וועט
נישט הערן פון זיי זאגן אז יענמ'ס תורה גייט צום ס"מ, ווידער די כ' תלמודים
רופן שוין דעם אמרי חיים ביים נאמען, און די ל' תלמודים ווייסן שוין חוזק צו
מאכן אה דער וויזניצער מיטן קעגל....
ווייל אין די ל' יארן האט מען דעם רעדל געמוזט דרייען שטערקער פון ביידע זייטן,
איינס דעם רבי'ן מאכן נאך הייליגער (פאקטיש איז געוועהן א מורא'דיגע תשוקה פון
די חסידים צום רבי'ן אין די נישט געזונטע יארן, בלויז צו קענען קוקן אויף די
צורה איז געוועהן א געווינס און א שמחה וואס מ'קען נישט היינט מסביר זיין) פון
די אנדערע זייט האט מען געבלאזן קעגן די אנדערע רבי'ס אז זיי זענען שקצים
ליידיגייער'ס ועוד, כדי דער עולם זאל נישט אנטלויפן.
(עכ"ז איז געוועהן לעכער פון אלע זייטן ווי ס'איז ארויס גערינען מענטשן מחמת די
ליידיגקייט ווי צ.ב.ש מענדל וועכטער, די מעכעליסטן ועוד)
אזוי האט מען באמת געפיטעטר דעם עולם מיט אזא מהלך, אזוי ווייט אז קיינער האט
באמת נישט געטראכט אויפן עתיד וואס וועט זיין ווען דער רבי גייט ארויף אויפן
עולם האמת, כאטש דער רבי איז געוועהן אלט און שוואך איז ניטאמאל עולה געוועהן
אויף די מחשבות אז מ'דארף טון אויפן עתיד.
כ"ו אב ווען דער רבי איז אוועק, דא איז שוין געוועהן עק וועלט, מענטשן האבן זיך
באמת געריסן די האר פון קאפ, מ'האט באמת געפילט ווי די וועלט ענדיגט זיך, מ'האט
אפי' נישט געקענט טראכטן נארמאל, מ'האט נישט געקענט טראכטן פון זיך צוזאמען
קלויבן פון דאסניי, ווייל אלעס איז ביז יעצט נאר געוועהן דער רבי דער רבי,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן לא תבושו
ניגון (גאנצע דריי יאר האט דאס אנגעהאלטן) ווייל דער רבי האט געקלאטשט אויף דעם
ניגון,
מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן א טעוועלע "מקום זה ישב", ווייל דער
רבי איז דא געזעסן,
מענשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן אויפן ציון א ביהמ"ד ווי אין מרון,
ווייל דער רבי ליגט דא,
אין די ערשטע תקופה איז נישט געוועהן אזא זאך א איד זאל קומען קיין ק"י אין
נישט ארויפגיין צום ציון, יעדן ליל שישי, יעדע ערב ר"ח, און ווען נישט, (אויך א
נייע זאך וואס איז נישט געוועהן ביז דאן אז מ'זאל לויפן אויף א ציון בכל עת
מצוא, אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין בלויז אינעם טאג פונעם יארצייט אדער צומאל
ערב ר"ח).
האט איר אמאל געטראכט פון דעם?, וואס איז די באדייט פון דעם נר תמיד אין אלע
סאטמאר'ע בתי מדרשים?, א נר נשמה צינד מען אן בלויז דאס ערשטע יאר, דערנאך צינד
מען מער נישט קיין לעכט בלויז אינעם יארצייט אדער אויפן ציון ווייל נאכן יאר
דארף מען מער נישט טון פאר עליית נשמה, וואס איז פשט פון די נר תמיד'ס אין
ביהמ"ד?, צו דארף דעם רבינ'ס נשמה אן עלי' ביז היינט צו טאג?
מענטשן טראכטן נישט, די גאנצע אנגעצינדעכטס פון א נר תמיד אזא נר של שמן וואס
ווערט באנייט יעדע וואך איז נתחדש געווארן שנת תש"מ, רוב מקומות אויף די וועלט
איז נישטא אזא זאך, און ווי יא איז עס נאר נאכגעמאכט פון דא ווייל ס'איז דאך
מעשה רב,
ווי נאר קהל האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום, האט זיך
דיוועלעפט א פאביע צווישן ציבור אז מיט א נייעם רבי'ן ווען מען חלילה פארגעסן
פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און ס'האט זיך אנגעהויבן א רייע מיט השתדלות כדי
שלא ישתכח תורת רבינו, (עטליכע פון די השתדלות איז ווי פריער דערמאנט, טעוועל,
ציון, לא תבושו) אלעס צוליב דעם פחד אז מ'דארף געדענקען דעם רבי'ן, און אז דער
רבי זאל נישט פארגעסן ווערן,
מענטשן פלעגט אריין זינגען ביי די תפלות פון ברך משה ביי קידוש דארט ווי ער האט
משנה געוועהן דעם נוסח פון רביה"ק, דער ברך משה גופא איז געוועהן א ענותן (אויף
זיין עניוות וועט קיינער נישט מחולק זיין) ווער ס'האט געהאט הענט און פיס האט
אים געטרייבערט די ערשטע צייטן מיטן רבין זיכרוינבארכע, אז מ'דארף חזר'ן דעם
רבי'נס שיטה, הגם ער אליין איז אויך געוועהן דערביי, ווי ער פלעגט אלץ זאגן
אלעס איז דעם פעטער'ס כח, ער פלעגט טאקע אין די ערשטע צייטן ביי יעדע תורה
נאכזאגן א דברי יואל אפי' ווען ס'איז נישט געוועהן לענין,
דאס האבן אויך אלע געהערט און זייער אסאך פעלער אז דער ברך משה פלעגט זאגן
בזה"ל
*"מ'דארף קוקן וואס דער פעטער וואלט געטון אין אזא צייט" *
ער אליין האט עס נעבאך זייער ערנסט געמיינט, ווייל ער האט געוויסט אז זיין
אייגענע מיינונג איז נישט מחייב קיינעם, ס'וועט נאר מחייב זיין מענטשן ווען ער
וועט קומען בשם ובלשון רביה"ק,
אזוי איז דאס געשטיגן במעלות, און זיך אריין געוואקסן דעם פראבלעם נאך גרעסער,
דער ברך משה האט נישט קיין אייגענע דעת, אלעס איז נאר תורת רבינו, שלמה יענקל
איז מפיל יעדע צווייטע יאר נאך א ספר מושיען ש"י, ווי ער פארבריצירט פרישע
סחורה פריש פון אויוון ארויס מעשיות, איין חיבור איז ער מסביר אז דער רבי איז
געוועהן דער דברי חיים, איין קאפיטל אז דער רבי איז דער יש"מ, איין קאפיטל
הייסט "כל אחד נדמה לו כבני אומתו" אז דער רבי איז דער קאמארנה, ר' מרדכי'לע
נאדברנה, זדוטושוב, דזיקוב, בלאזוב, שינאווא, ציעשנוב, קאלשיץ, ראפשיץ, און
וואס נישט, ר' עזריאל גליק האט גרייט צו יעדן מצב א מעשה וואס בדידי הוה עובדא,
נאך א מזל ער האט געשעדיגט זיין קרעדיט נאך ביי די שבעה שרייענדיג מיט בכיות
"ווחחיי".....
ר' מנשה פיליפ מיט אברהם דוד גליק קומען ארויס מיט זמירות'ן און מחזורים, דארטן
שטייט מנהגים, וואס די תמימי לב קויפן דאס פאר גוט געלט, און די ביסל ברייטערע
מוחות שעמען זיך געפערליך דערמיט, אבער ווער ס'לאכט אפ איז א שייגעץ ווייל ער
לאכט פון רבי'ן ער וויל פארגעסן פון רבי'ן,
אין די מנהגים איז באמת פארהאן שטותים והבלים, וואס פאסט ענערשט פאר קרעטשניפע
חדר יונגלעך, אז דער רבי האט געהאט א טיש בעקעטישע און די גארטל איז געוועהן
מאותו המין, און דער רבי האט געטינקען חלה במרק דגים, און געגעסן א גרויסן
שיעור לפתן מיט ווייסע קוגל און ברוינע קוגל, ווייל וואס די רעבעצן האט באשלאסן
אז ס'איז גוט און ס'איז שיין צום טיש ווערט באלד א מנהג מיט א מקור,
דער רבי זאגט א דרשה ר"ה, כל נדרי, זאגט די הייליגע מנהגים "בשעת הדרשה הי'
הגידיו על מצחו בולטות"....
ר"ה לפני קריה"ת מכרו העליות (און דער רבי האט געהאט א מנהג אז) וכל המרבה
במכירה זכה....,
בכלל איז נישטא אויף דער וועלט אזא זאך ווי אין א מחזור מיט הייליגע תפלות און
פיוטים זאל מען אריין דריקן מנהגים אינצווישן, בשלמא אנהייב אדער סוף מחזור
מהיכי תיתי, אבער אינמיטן דאווענען אינצווישן די תפלות פאקט מען אריין די
הבלים, דאס איז שוין חידושים....
בכלל איז דער זמירות – מנהגים מקלקל, מ'שרייבט מנהגים און די פשוטי המון עם
מיינען אז מ'דארף דאס נאכמאכן, א דוגמא אחת מני אלף, דער רבי האט געהאט א מנהג
צו עסן קודם אלע מאכלי שבת און נאכדעם זינגען זמירות, ווייל ביי צדיקים איז די
אכילה א עבודה בפני עצמו, ווידער האבן אידן געוויסט אז די מנהג איז שבת קודש
ביים טיש איז די סדר השולחן א זמר א מאכל, א זמר א מאכל, כדי נישט נתגשם צו
ווערן אין די מאכלים, אזוי פירן זיך שוין אידן יארן לאנג מיט מסורות אבות, אבער
היינט איז דאך דא א זמירות פון רבי'ן דארף מען דאך נאכמאכן, מ'טאר דאך נישט
פארגעסן פון רבי'ן, איז מען משנה קודם עסט מען נאכדעם זינגט מען (מיר ווייסן
פון אסאך אידן וואס האבן משנה געוועהן דעם שינוי בלויז צוליב דעם זמירות) איז
דאס רעכט?, משנה זיין מסורות אבות צוליב א מנהג וואס איז מיוחד בלויז פאר
צדיקים??....
דער שיטה אז מ'טאר נישט פארגעסן און די פאביע אז מ'פארגעסט טאקע פון רבי'ן איז
מיטגעוואקסן, יעצט לאמיר נאר פארשטיין וואס טאר מען נישט פארגעסן?,
דא איז שוין יעדער מחליט ביי זיך אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון וואס
מ'טאר נישט פארגעסן, אין תלמוד תורה ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין די
ערשטע זאך וואס מ'לערנט אויס די קינדער אז דער רבי האט געזאגט "אויף א מחיקה
קלה איז דער רבי נישט מוחל בזה ובבא", דערנאך הייבט זיך אן א סעריע פון
שארפקייט און קנאות וואס מ'פארציילט פאר די קינדער וואס דער רבי האט פארמאגט,
ר' אברהם דוד גליק האט ספרים אויף אידיש, מעשיות פון רבי'ן, כמעט יעדע צווייטע
מעשה איז ווי דער רבי האט מקפיד געוועהן און זיך געבייזערט....
יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז די סיבה פארוואס מ'לערנט חומש רש"י איז ווייל
ר"ר מרדכי'לע נאדבורנה האט געהייסן דעם רבי'ן לערנען חומ"ר אזוי וועט ער וויסן
אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, לאמיר טראכטן ווי א סאטמאר'ע חסיד דארף
טראכטן, צו דארף מען לערנען חומ"ר ווייל דער רבי האט געהייסן בשם ר' מרדכי'לע?,
ניין, מ'דארף לערנען חומ"ר ווייל ביסט א איד אין אזוי שטייט אין שו"ע, מיר
האלטן נישט די תורה ווייל די רבי האט געהייסן, מיר האלטן די תורה ווייל דער
באשעפער האט געהייסן, ווידער א פגם אינעם רבינ'ס מהלך מ'דארף נישט פאלגן דעם
רבי'ן מ'דארף פאלגן דעם באשעפער.
דאס קינד ווערט א בר מצוה בחור און גייט אריין אין ישיבה זאגט מען אים אז דער
רבי האט געזאגט "אייגענע קרעמלעך איז דאס ארגסטע" דער רבי האט געזאגט אז זינגען
ניגונים ביים טיש איז שקר, ממילא קומט דאך אטאמאטיש אויס אז די וואס זינגען יא
זענען שקרנים, דער בחור געט זיך א קוק אום ווער זענען די אידן וואס טראגן דעם
פאן פון רבין ז"ל, ווער זענען די אידן וואס הייסן רבי זיכרוינעבראכע אידן, ער
דערקענעט זיי באלד, אט די אנגעזויערטע ביטערע אידן זיי זענען די ממשיכים,
נו! וואס זאל דער בחור טראכטן?, ער איז גאנץ שנעל מחליט אז דער גאנצע המשכה רבי
זיכרוינעבראכע איז נישט פאר אים, דאס איז אזא שארפע ביטערע זאך וואס איז נישט
פאר זיין מח, דאס מערסטע הערט ער רעדן פון רבי'ן איז ביום ה' אייר וואס דאן
לאזט מען זיך ארויס מיטן גאנצן שארפקייט אונטער צו רייסן די ציונום, ווידער מיט
שארפע מהלכים,
בחורים און יונגעלייט קוקן אן דעם עלטערן דור וואס האט יא געקענט דעם רבי'ן,
ווי אלע גדולים וצדיקים ווערט ביי זיי אוועק געמאכט מיט א ביטול, מ'מעסט א גדול
א רבי צו א ר"י לויט וויפיל ער איז געקומען צום רבי'ן...., ס'מאכט זיך אז א ר"י
קומט פון א"י זאגט מען גלייך דער איז איז א שוואכע זאך קיינמאל נישט געקומען
צום רבי'ן.....,
מ'זעהט אידן וואס געדענקען נאך די געזונטע יארן פון פאר תשכ"ח ווי זיי רעדן מיט
אזא התלהבות פון די רעבעצנ'ס טשיז קעיק און בארשט, וואס טראכט דער יונגע דור?
כמעט 99 פראצענט תלמודים וואס זענען שוין יא געוועהן ביים רבינ'ס שיעור, וועלן
רעדן מיט אזא נאסאלגיע פונעם רבינ'ס קאצקע צוקער , ווי דער רבי פלעגט דאס
צוברעכן אין פיר שטיקער...
בכלל זייט ווען רעדט מען פון א רבינ'ס עסן און טרינקען?, מיט וועלכע עלטערע איד
מ'רעדט וועט נאר רעדן פון זיין רבינ'ס תורה יר"ש צו תפלה, אדער אהבת ישראל,
אפי' די נאסאד'ע חסידים וואס דארט איז שוין יא געוועהן אביסל א עסק פון מאכלים,
צו הערט מען דען רעדן ביי די נאסאד'ע חסידים פון די נאסאד'ע מאכלים?, כ"ש וק"ו
ביים רבי'ן וואס דאס עסן איז באמת קיין עסק נישט געוועהן, קענען זיצן אידן מיט
גרויע בערד און דעבאטירו די רעבעצן'ס מאכלים....
וואס איז דער מצב היינט?
דער מצב היינט ווען עס איז שוין דא א פרישן דור, אט די נייע ווייסן באמת
גארנישט, זיי קענען דעם רבי'ן נאר פון די דרשות און מאמרים וואס ווערט געשריבן,
ליידער ליידער זענען זייער אסאך סאטמאר'ע יונגעלייט בועט אין שיטה הק' און אין
די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון רבי'ן, מ'פארט קיין א"י, מ'לויפט ארום אויף אלע
פלעצער, מ'גייט צום כותל אן קיין עיכוב, קבר רחל, מערת המכפלה, בכלל פארן אויף
א"י אזוי לייכטזיניג איז געוועהן א שווערע זאך ביים רבי'ן, אבער כהיום רעדט
נישט קיינער דערפון, מ'איז בועט אין די גאנצע זאך, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט
באמת נישט ארויס וואס דער רבי האט געוואלט, ס'איז ליידער נשתכח תורת רבינו.
צו הערט מען היינט רעדן פון אזא מאמר וואס דער רבי האט געזאגט "אז אויב בחורים
קענען נישט א טובה טון א איד דארף איך נישט קיין ישיבה"?
אין די צייט וואס די מדת החסד איז געוועהן ביים רבי'ן די ערשטע יסוד, ער האט
געוואלט אז א סאטמארע איד זאל דעם אייגענעם העמד אוועק געבן פאר א צווייטן איד,
די היינטיגע בעלי חסד אויב איז ער נישט פון קיין צד קען ער פארגעסן צו באקומען
שטיצע,
צו הערט מען היינט רעדן פון לבושי נשים?
וואס כידוע איז דאס געוועהן די עיקרי העקרים ביים רבי'ן, ווי ער האט געווידמענט
כל נדרי ביינאכט צו רעדן פון דעם, און אז ס'שטעלט זיך יא אויף איינער רעדן פון
דעם הייסט ער א חזיר,
צו רעדט איינער פון ביי האר?
ליידער איז דא די מכה צווישן היימישע מענטשן,
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס אהבת ישראל?
צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס דרך הלימוד?
דער רבי האט שטארק פארפירט מ'זאל נישט משנה זיין דעם דרך הלימוד כימי החת"ס
ותלמודיו, און היינט זעהט מען אין סאטמארע ישיבות ווי מ'לערנט ליטווישע דרך
הלימוד.
צו רעדט איינער אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות?
ווער יא, ווערט גלייך אפגעפרעגט,
וואס איז יא דעם רבי'נס רצון, וואס הייסט וואס? עירוב איז אסור, מ'טאר נישט
מחמיר זיין מיט שחיטה, מ'טאר נישט זינגען שבת מער ווי כל מקדש מנוחה ושמחה, און
יעדע פרעמדע איד איז א שייגעץ, און שוין....
אט די פאלשע רבי זיכרוינבראכע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט צופאסן צו א נייע
הנהגה ווייל מ'פארגעסט פון רבי'ן, זענען געזעסן אין פארשטופטע ווינקלען אין
קליינע בתי מדרשים נישט וועלנדיג אנעמען די נייע הנהגה פונעם ברך משה מיטן תי'
אז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן, זיי האבן במשך די צייט פארגעסן פון ווי זיי
האבן אנגעפאנגען, רוב פון די מענטשן האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען קיין א"י
(ווייל דאס איז יא דעם רבי'נס רצון) מ'האט זיך געזיכט נייע רבי'ס (וואס מיט
קנאות האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט) און מ'האט כסדר געהאט פרישע סחורה קעגן
דעם ברך משה ווייל ער איז דאך א פרעמדע, אפגערעדט זיין עלסטע זון דער איז דאך
סתם אזוי א גוי ער אידאך א איידעם אין וויזניץ....., דער עיקר איז מ'טאר נישט
פארגעסן פון רבי'ן.
סך הכל קען מען זאגן איין זאך, דער רבי האט געזאגט ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך
הבעש"ט, און מיר קענען זאגן, ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך פונעם רבי'ן.........
ווי דער רבי אליין האט געטייטשט, ר' יוחנן בן זכאי בכה וכו' ואינו יודע לאיזהו
דרך מולכין אותי ולא אבכה, ר' יוחנן האט חושש געוועהן אז נאך זיין הסתלקות ווען
מען זיינע אייגענע מאמרים אויסטייטשן לרע, אויף דעם האט ער געוויינט,
נעבאך ניבא ולא ידע מה ניבא, דער רבי האט ינביואת געזאט אז מ'וועט זיינע
אייגענע מאמרים אויסטייטשן צום שלעכטן אזוי ווי ס'איז דער מצב כהיום, און אויף
דעם פאסט זיך צו פארפאסן א באזונדערע קינה....
מיר קענען נאך פיל מרחיב הדיבור זיין אין דעם ענין ועוד חזון:
ביז אהער ערשטע טייל:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2009 13:50 |
|
| |
מלוה מלכה
WRONG
די ארטיקל איז נישט פרא ארויני און נישט אנטי זאלויני, עס איז קעגן לונאטיקער
|
|
|
|
| נשלח ב-30/9/2009 10:32 |
|
| |
| השר_מקוצי כתב: |  |
סופרעמעסי, עס איז א בושה צי שרייבען אזא לאנגע ארטיקעל, און עס זאל זיין אזוי ווייט פון די מציאות כרחוק מזרח ומעריב
איי עים סארי, אז כ'האב דיר אנפאנג אזוי געשריבען, עס האט זיך מיר געדאכט אז די האקסט דא אינטער רבינו שליט"א מיט זיינע תקנות
דיין ארטיקעל איז געוואלדיג, איך האב עטליכע מאל איבערגעליינט, איך האלט אז עס מעג גיין פובליק
|
|
למעשה בין איך געבליבן צעמישט.
השר_מקוצי האט קודם אנגעקוקט דעם ארטיקל אלס אן אטאקע קעגן ר' אהרן האט ער דאס אין ערשטן בלעטל ארונטערגעריסן כלשונו "ווייט פון מציאות כרחוק מזרח ממערב".
נאכן איבערליינען אפאר מאל האט ער זיך געכאפט אז דער ארטיקל איז גאר קעגן רז"ל האט ער זיך בארעכענט... און דער ארטיקל איז ראוי צו גיין פובליק..
קען איינער דא מכריע זיין פאר וועמען דער ארטיקל איז גוט??
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2009 21:55 |
|
| |
| השר_מקוצי כתב: |  | | סופרעמעסי, עס איז א בושה צי שרייבען אזא לאנגע ארטיקעל, און עס זאל זיין אזוי ווייט פון די מציאות כרחוק מזרח ומעריב
|
|
איי עים סארי, אז כ'האב דיר אנפאנג אזוי געשריבען, עס האט זיך מיר געדאכט אז די האקסט דא אינטער רבינו שליט"א מיט זיינע תקנות
דיין ארטיקעל איז געוואלדיג, איך האב עטליכע מאל איבערגעליינט, איך האלט אז עס מעג גיין פובליק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2009 03:33 |
|
| |
מיוסד על אדני כותב מכת ה"רעבי זכרוינעלעבראווכע" עי' אחים אנחנו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו - דער הייליגער רבי זכר צדיק וקדוש לברכה
י'די ו'אמרתי ח"י א'נכי ל'עולם. אט אין דעם פסוק האט דער רבי "זכר צדיק לברכה" געפונען זיין צוואה לדורות. "ידי ואמרתי", אויב וועט מען זיך האלטן צו די אלע הדרכות און אנווייזונגען וואס איך געשריבן אין מיינע ספרים, דאן "חי אנכי לעולם". דאס, און נאר דאס, איז די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט פאר די סאטמארע תלמידים וחסידים, און גארנישט עפעס אנדערשט.
היינט צוטאגס ווען מיר האלטן נאך א צייט אפשניט פון קארגע דרייסיג יאר וואס דער רבי זצ"ל איז שוין נישט בהאי עלמא און מיר זעהן ווי דער אינגער דור, וועלכע האט שוין נישטאמאל געהאט די זכי' צו זען די הייליגע צורה פון רבי'ן זצ"ל, לעבן מיטן רבי'ן און מיט זיינע הייליגע תורות והדרכות, קוועלט פשוט דאס הארץ פאר פרייד אז מ'זעט ב"ה ווי דער ח"י אנכי לעולם לעבט און שפרודלט אין אלע סאטמארע צענטערן. אז מ'זעט ווי ביי די אינגעלייטליך, וועלכע האבן שוין נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם רבי'ן, איז יעדעס קץ ותוג און יעדע הג"ה ותנועה קלה פון רבי'ן זצ"ל א תורה שלמה, איז דאס א לעבעדיגע עדות צו דעם "חי אנכי לעולם".
שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, אבער! והקב"ה מצילנו מידם. אין יעדן דור האט כלל ישראל זיך אנגעשטויסן מיט שועלים קטנים וואס ווען דער צדיק איז נסתלק געווארן האט מען געזאגט עד כאן, פון היינט און ווייטער איז איש כל הישר בעיניו יעשה, אלס איז געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן ביי אידן דאס ענין וואס רש"י ז"ל געפינט שוין פאר וויכטיג צו זאגן אין פ' כי תבא, ובאת אל הכהן אשר יהיה בימים ההם, אין לך אלא כהן שבימיך "כמו שהוא". רש"י זאגט דיר דאס קלאר ארויס, כמו שהוא, אזוי ווי ער איז, אויב האלטסטו אז ער איז נישט אזוי גרויס ווי זיינע פארגייער איז דא איין סיבה דערצו, ווייל ס'איז א דור שפעטער, ווי האט יענער צדיק געזאגט, די חסידים ווילן אמאליגע רביס און היינטיגע חסידים, ס'גייט נישט ביינאזאם, דער רבי ז"ל לערנט אונז שוין דאס אין פ' ויקרא (דבר"י דף לז) אז שוואכערע מנהיגים איז ווייל דער דור איז שוואכער. אבער, א ראש דארפסט האבן, דו דארפסט האבן וועם דו קוקסט ארויף, ווייל אויב נישט האט אונז שוין דער הייליגער רבי ר' אלימלך געזאגט, ווי ס'איז נישטא קיין ראש איז דער ס"מ אליין דער ראש.
געווען צייטן ווען די האבן זיך פארשטעלט אונטערן שלייער פון "ווער קען ממלא זיין דאס פלאץ פון רבין ז"ל" "לא הניח כמותו", און צומאל אונטער א שלייער פון בלויז קטנות, ילדות, טיפשות און ליצנות באגלייט מיט א טוץ שקרים. אבער צום סוף זענען מיר אלעמאל אנגעקומען צום: "והקב"ה מצילינו מידם".
מען שרייט ס'קען נישט זיין א ממלא מקום פארן רבין ז"ל, לא הניח כמותו, הכלל, דער בעש"ט הק' האט יא איבערגעלאזט כמותו, דער רבי ר' אלימלך האט יא איבערגעלאזט כמותו, ס'איז א וועלט וואס שטייט איבער 5700 יאר, ס'איז א וועלט וואס איז שוין דורך דור מקבלי התורה, נביאים גאונים תנאים אמוראים ראשונים אחרונים, און דוקא נאך פינף טויזנט זיבן הונדערט ניין און דרייסיג יאר נאך בריאת העולם, דעמאלטס ווערט נסתלק איינער וואס לא הניח כמותו ממילא שטעלט זיך דארט די וועלט אפ, פון יעצט ביז משיח'ס טאג דארף מען זיך באגיין אן א מנהיג?????
דער רבי ז"ל האט אלס געקוקט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געטון, און מיר קוקן דאס אויך, אין ערגעץ נישט געווען אזוינס ווען א רבי ווערט נסתלק אז מען נעמט נישט אויף קיין ממלא מקום, און נאכדערצו מיטן גאות'דיגן תירוץ אז ס'פאסט נישט.
"אמונת צדיקים", דאס איז דאך פון די יסודות האומה ביים נס פון קריעת ים סוף וועלכע איז געקומען צו צייגן פאר די גאנצע וועלט דעם אנכי ה"א (עי' רמב"ן), האט די תורה אבער אויך נישט פארגעסן צו דער זעלבער צייט צו דערציילן די גרויסקייט פון כלל ישראל אז "ויאמינו בה' ובמשה עבדו". דאס גלויבונג וואס כלל ישראל האט אין צדיקי אמת דאס האט זיי באלויכטן און באגלייט אלע דורות, און דאס האט אפגעראטעוועט דאס נצחיות פון כלל ישראל זינט יציאת מצרים עד היום הזה.
ויאמינו בה' ובמשה עבדו האט די תורה געזאגט ווען משה רבינו האט געלעבט, נישט נאך זיין פטירה, עטץ ווייסט ווער ס'האט געזאגט ויאמינו בה' ובמשה עבדו הערשט נאך זיין פטירה, די אלע וואס האבן בחייו אים מצער געווען ועוד מעט וסקלוני, ווי ס'איז באקאנט דאס ווארט וואס איינע פון די צדיקים פון אונזער דור האבן געזאגט, פני משה כפני החמה פני יהושע כפני הלבנה זקנים שבדור אומרים אוי לאותו בושה וכלימה, וואס איז די בושה, ווייל ווען משה רבינו האט געלעבט עוד מעט וסקלוני, נאר ווען ער איז אוועק דעמאלטס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, זאגט ער פארוואס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, צו קענען זאגן פני יהושע כפני הלבנה, דער ממלא מקום איז נישט אזוי גרויס, און אויף דעם האבן די זקנים וואס האבן נאך געדענקט וואסערע צרות די - וואס זאגן אזוי - האבן אנגעמאכט בחייו פון משה רבינו, האבן זיי געזאגט אוי לאותו בושה.
ונצח ישראל לא ישקר, דאס נצחיות פון כלל ישראל קען מען נישט פארלייקענען און פארטוישן מיט קיין פאלשע אמונות טפילות, צו זאכן אלס וואס די פריערדיגע האבן געזאגט כדי צו צוברעכן א כח הנהגה, און אפי' די אמונה טפילה טראגט דעם שיינעם קלינגענדיגן טיטל פון 'אמונת צדיקים'. אידן האבן טאקע אמונת צדיקים, אבער טאקע נאר אין דעם וואס צדיקים האבן אונז אראפגעשריבן אין זייערע ספרים, אדער וואס מען האט געהערט איש מפי איש אנשים נאמנים, פאר קיין פאל נישט קיין אמונה און אייגענע סברות וואס מען פאבראצירט כדי צו שלאגן קאפיטאל.
אז מיר דרייען זיך ארום צווישן די היינטיגע אינגעלייטלעך און מיר זעהן פאר א לעבעדיגע פאקט ווי זיי קאכן און ברענען אין די תורות, הדרכות והנהגות פון רבי'ן זצ"ל איז קיין וואונדער נישט פארוואס די אויסגעשפיגענע נאראנים וועלכע האבן זיך בין יום ללילה געטראפן בקצה המחנה דרייען זיך ארום פארלוירן און דעמאלעזירט, צעיוזשט און צעווילדעוועט, און שפייען האס און בלוט טאג און נאכט.
קנאפע צוואנציג יאר האבן זיי מיט אלע מיטלען פרובירט זיך פארצושטעלן אלס די פאן טרעגער פונעם רבין ז"ל, אלס די תלמידי רבינו וואס נאר זיי ווייסן וואס דער רבי האט געוואלט, און חלילה וחלילה ס'טאר קיין ממלא מקום נישט זיין אויפן רבין ז"ל פלאץ ווייל דעמאלטס גייט מען פארגעסן פונעם רבין ז"ל, און ממש ס'גייט ווערן אפגעמעקט דער זכרון פון רבין ז"ל, און לכבוד דעם טאר א בנין אין וויליאמסבורג נישט הייסן ויואל משה, ווייל דער ממלא מקום מיינט נאר זיך, א קרי' אין ירושלים טאר נישט הייסן קרית ויואל משה ווייל דער ממלא מקום מיינט נאר זיך. און דא מיטאמאל דערזעט מען זיך אז דער אייגענער עולם וואס האט ביז היינט מיטגעטאנצן אז נאר רבי ז"ל הוא ולא אחר, וימירו את כבודם בתבנית שור אוכל עשב, נאך 25 יאר באקרוינט מען זיך א רבי וואס האט מיטן רבין ז"ל קנאפ שייכות געהאט, (ווי דאס ווערטל גייט וואס איז געווען דער חטא העגל, אידן זען משה רבינו איז נסתלק געווארן און האבן א אויסוואל צו נעמען אהרן, און זיי גייען און נעמען א קעלבל פאר א רבי...) , די אייגענע מוסדות רופט מען מוסדות "ויואל משה" איי פאר צוואנציג יאר צוריק האסטו פארפירט קעגן אזא נאמען, נו נשתנו העתים, דער רבי ז"ל לאזט שוין.
מיר נעמען אפיר א דרשה וואס זייער היינטיגער מנהיג האט געזאגט אמאל, "יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, ס'איז ברור אז די אלע וואס גייען קעגן די הנהלת הקהלה, כאטש זיי רופן זיך בני יואל מיינט נישט, איך האב אינזין געהאט די וועלט זאגט נאך אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל. אונז דארף מיר נישט הייסן בני יואל, אונז זעמיר תלמידים פון רבין ז"ל, אונז גיי מיר אויף דעם וועג איז גוט אזוי, די דארפן זיך אנרופן אזוי ווייל זיי זענען נאר א פאלשע זאך די געבן זיך אזא נאמען, אבער ס'איז ביי מיר ברור אז פונקט וואס יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, אז דער רבי זאגט אויך בקהלם אל תחד כבודי".
וראויים הדברים למי שאמרם.
האט איר שוין אמאל געטראכט וויאזוי דאס שטימט?
זיצן מענטשן ביים רידער אומגעפער צוואנציג יאר און מ'וואשט און שווענקט מוחות אויף אלע סארט אופנים. מ'האט צו דער האנט אלע סארטן פראפעגאנדע מאשינען, העץ מאשינען, שלעק מאשינען און וואס נישט, דא גייט מען אויפן דרך פון רבין ז"ל מיטן זינגען לא תבושי, דא איז דער דרך מיטן לייגן א טעוועלע, דא איז דער דרך מיטן רופן א רב בישראל אין קאורט, און דא איז דער דרך מיטן גיין אין קאורט און זאגן אז מען דיסקרימינירט און מען לאזט נישט טון וואס מען וויל, אז איינער וואס שערט זיך נישט טאר נישט לערנען אין די מוסדות (איר געדענקט נאך תשנ"ז), אלעס אונטערן נאמען פון רבין ז"ל וכו' וכו' און פלוצים נאך צוואנציג יאר ווען טויערן פון פרייהייט האבן זיך דערעפענט, אידן עפענען די אויגן און זען מיט וואסערע שטותים מען האט זיי ארומגעפירט, אויב זאגט מען תורה שושן פורים האט מען משנה געווען, אויב זינגט מען י-ה רבון עלם אדער י-ה אכסוף האט מען משנה געווען, סאיז אויסגעוואקסן עפעס א גאנצער ארמיי פון טויזנטער און טויזנטער מיט מענטשן וואס אסאך האבן זיך נאך געווייקט ביים רבין ז"ל, און ביים הייליגן ברך משה ז"ל, און ווייקן זיך ווייטער מיט די זעלבע ערנסקייט ביי זייער ממלא מקום, אויף אזוי ווייט גאר אז בלויז א דריטל פונעם ציבור איז גרייט צו פארטוישן דעם ויאמינו בה' ובמשה עבדו צום ויאמינו באמונת טפילות וואס רופט זיך "רעבי זכרוינע ליבראכע. הכיצד???
דער תי' איז: נצח ישראל לא ישקר!
דער "חי אנכי לעולם" ארבעט אויף אלע פראנטן און וועט אי"ה ארבעטן ביז משיח'ס טאג. שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, אבער והקב"ה מצילנו מידם. ס'האט שוין אויסגעקוקט אז ער וועט זיין א צווייטע חי' רויזעלע, הונדערטער "אלו שהשתתפו" האבן אונטערגעשריבן קעגן אים און קעגן זיין קהלה, די בי"ד הגדול שבוולמסב"ג האט געשריבן קשר של בוגדים, קיינמאל ווייסט מען נישט פון וואו די ישועה וועט קומען, עס קען צומאל אויסזעהן ווי די ישועה איז ווייט ווייט און אוממעגליך, אבער דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע וועגן, און צום סוף - מצילינו מידם, מתוך גנותו בא לידי שבחו, די פרעמדע וועלט געט א קוק וואס דא גייט פאר, און מען זעט דעם מה בין בן בני לבן חמי. נאך א וואונדער פארוואס די מענטשן זענען אזוי אנגעווייטאגט און אנגעגעסן, עד כדי כך ארויס צו גיין פון גלייך געוויכט און טוהן אזעלכע זאכן וואס פאסט ניטאמאל פאר גרועים שבאומות? איז דאס איז א צייכן פאר צופרידנקייט אדער פאר אנטוישקייט און צובראכנקייט?
אמת, עס וועט אלעמאל בלייבן אפן פאר א בחירה. דער באשעפער איז קיינמאל נישט מכריח די בחירה, און עס וועט אלעלמאל בלייבן א מקום פאר די יעניגע וועלכע וילן דייקא זיך פרעגלן אין אמונת טפילות ודברי הבל ושטות, מען וועט זיך קלאפן דעם קאפ אין וואנט און שרייען רבי ז"ל, מען וועט מגדל זיין די קינדער און אויסלערנען אלעס איז שקר און בלאף, ס'איז דא איין באשעפער און איין רבי ז"ל, אבער מער ווייניגער וועט דער נצח ישראל לא ישקר בלייבן קאי וקים.
און ווי פאסיג איז אהער דאס ווארט וואס דער רבי זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א געוויסן גדול בישראל, כלל ישראל האט א גוטע נאז, און זיי ווייסן ווער ס'איז ראוי צו זיין מנהיג ישראל.
עס זענען דא בתוכינו אידן וואס ווילן דייקא אויפטוישן די אמונת צדיקים מיט אמונת טפילות, יהי להם אשר להם. זאל זיי וואויל באקומען און זאלן זיי פרובירן צו טוהן מיט זייערע קינדער כאוות לבם.
מ'קען פרעדיגן שווענקען שפייען האס פארקויפן שטותים און לאקשן שקרים זיופים עס וועט 'אפשר' (אויך נאר אפשר) העלפן פאר זייערע קרייזן, אבער אין אלגעמיין האט שוין דאס מציאות באוויזן פארקערט.
ווי אזוי איז דאס טאקע אז דער "חי אנכי לעולם" איז א קאנטראסט צו די א.ג. אמונת צדיקים?
זייער איינפאך. דער "ידי ואמרתי". און דאס טאקע האט דער רבי זצ"ל אונז איבער געלאזט אלס א צוואה. ווער עס האט נאר אמאל געהערט אדער געלערנט דעם רבינ'ס תורות, ווייסט גלייך צו זאגן אז די אלף בית פון זיינע תורות איז טאקע דער ענין פון 'אמונת צדיקים'. צענדליגער און אפשר הונדערטער תורות האט דער רבי זצ"ל אוועק געגעבן בלויז מברר צו זיין דעם ענין פון 'אמונת צדיקים', און דאס שטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ מיט א ריכטיגן משמעות. אנגעהויבן פון די פריערדיגע יו"ד יארן, ביז צו די סאמע לעצטע ל' יארן. און אלץ פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן נאכגיין בלינדערהייט אן איינפאכן בשר ודם, זאל זיין כגובה ארזים גדלו.
קומט א פרשת קרח און דער רבי איז מבאר (דבר"י קרח דף נו) הן אבדו אבל שררותם לא אבדה, יא ס'איז טאקע דא אמאל א דור מיט פאלשע מנהיגים וואס פארדרייט א קאפ פאר יעדן, אלא מאי, איז מער נישטא מנהיגי ישראל?, ניין, נתמנו אחרים תחתיהן, ווייל אלס איז דא א צורך אז ס'זאל זיין ערליכע מנהיגים, און אז ס'איז דא אמאל פאלשע מנהיגים מיינט נאכנישט אז ס'איז מער קיינמאל נישטא מנהיגים.
קומט צו גיין א פרשת פינחס, און דער רבי ז"ל פירט פייערדיג אויס די תורה (דבר"י דף קעד) משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר די שפעטערדיגע דורות, ולא תהי' עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה, און יעדן שפלות וועלן זיין מנהיגי ישראל.
דער רבי זצ"ל שטעלט זיך נישט אפ, און באגעניגט זיך נישט מיט דעם. וועלכער אינגל אין סאטמאר ווייסט דען נישט נאכצוזאגן די באקאנטע תורה פון רבי'ן זצ"ל (לך תשכ"ח. אזוי, אין די כ"ף יארן?) מי בעל הבירה? אני בעל הבירה! דער רבי זאגט קלאר אז עס בלייבט אפי' נישט קיין ספיקות, היינט צוטאגס איז א מצב וואס דער באשעפער איז דער בעל הבירה.
ומה שסתם במקום אחד פתח במקום אחר, קומט צו גיין א הושענא רבה (דבר"י הו"ר דף תעב) און דער רבי שרייט אויס, אין היינטיגן דור איז דער באשעפער אונזער רועה, וואס הייסט, ווייל ווען ס'איז דא ערליכע מנהיגים וואס טוען דעם רצון ה' און ווערן נישט נשפע פון אנדערע קומט אויס במקורו איז דער באשעפער דער רועה ישראל.
און אוודאי האט אונז דער רבי אויך געלערנט וועלכער מנהיג מען דארף פאלגן, דער רבי האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן אננעמען פסקים און הלכות פון אזעלכע גדולי ישראל וועלכע זענען געכאפט אין ציונית. נישט רנ"י מייזעלס זכרונו לברכה און נישט די רביצין ע"ה זענען די ערפינדער. דאס איז קאי וקים, געדרוקט שחור על גבי לבן אין תשובות דברי יואל. יא און נאכאמאל יא, נישט רנ"י ז"ל האט ערפינדן די תורה פון סטרא אחרא, נאר דער רבי זצ"ל זעלבסט. ער האט פארדעם אויך נישט געשוינט קיין טינט און טרערן און דאס געזאגט און גע'חזרט מיט זיין עולם וואך איין וואך אויס.
די אלע אויבנדערמאנטע האט ער געלערנט און געלערנט מדי שבת בשבתו, קיין חילוק צו אין די י' יארן, כ' יארן אדער ל' יארן. ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן כאפן קעלבערנע התפעלות און זיך פארגלייבן און א היינטיגן בשר ודם, אפילו ער טראגט דעם טיטל 'רבי'. אין יאר תשכ"ז ווען די אידישע גאס האט געשאלט מיט די הצלחה פון די ששת הימים מלחמה, און דער רבי האט געזען אז זיין עולם ווערט פארגאפט פון א.ג. חסידישע רבישע פראפעגאנדע, האט דאס אים געקאסט א שטיק געזונט. ער האט דעמאלט געזאגט אז ער וויל האבן אן אייגן שטעטל פשוט פאר דעם ווייל ער וויל איזולירן זיין עולם פון דרויסנדיגע חסידישע גאס. איר הערט גוט? דאס האט נישט געזאגט רנ"י ז"ל, אויך נישט די ראשי הקהלה און אויך נישט די שטוב מענטשן. דאס האט געזאגט דער רבי זכרונו לברכה זעלבסט. פארפאלן אז מ'לערנט זיינע תורות און מ'קאכט דערין, זעט מען פונקטליך זיין דעת קדשו וואס ער האט פארלאנגט און געוואלט פון זיינע חסידים. און מיר זאגן מיט שטאלץ: ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן זיך גיין קוויטלען ביי אנדערע רבי'ס וועלכע זענען נוטה צו ציונית אפילו א משהו.
אז מ'לערנט און מ'לערנט דעם רבינ'ס זצ"ל תורות איינמאל און נאכמאל פארשטייען מיר שוין איינמאל פארוואס די דאזיגע שפייען בלוט. זיי זענען נעבעך הונדערט און איין פראצענט גערעכט. דער נצחיות פון דעם "חי אנכי לעולם" שטייט זיי נעבעך אין וועג ביי טריט און שריט. די הייליגע תורות פון רבי'ן זצ"ל דאס איז דאך גיפט פאר די יעניגע וועלכע האבן זיך פארמאסטן אריינצושטעקן זייערע בלוטיגע שפיזן צווישן דעם ס'רוב פון די סאטמארע תלמידים. די אלע תורות טוען צובלאזן ווי א זייפן בלאז זייער אויפגעבלאזענע לופט און זייער אויפגעבלאזענע געטשקע.
ס'איז א גרויסער ווייטאג פאר די אלע די גרויסע אהבה וואס דער רבי האט ארויסגעוויזן פאר בן אחיו וממלא מקום דער הייילגער ברך משה, און פאר נכד אחיו וממלא מקום רבינו שליט"א, און נישט מיט קיין זילבערנע לייכטער, וואס דער פאפא רב בעל ויחי יוסף האט מעיד געווען די סמיכה אב תשל"ט, די באקאנטע בריוו פון מארגערעטנער רב "קום אהער סיגעטער רב און לערן דיך אויס ווי אזוי מען פירט", די עלי' פאר רבינו שליט"א שקלים תשל"ד ווי דער רבי לאזט אויס לבתים לבדים לשאת את השלחן, און נישט שי"ג דארף אריינטייטשן וואס דאס מיינט (אזוי ווי ער האט געטייטשט ביי די כוס של ברכה פון רז"ל) נאר דער רבי אליין רופט זיך אן "פירן טיש". און דאס איז שוין נאכן בלוטיגן אויף א שידוך לשיטתם.
איז וואס טוט מען, מען לאזט ארויס אלע מיני שקרים וואס מען קען, מען רודפט און מען צאפט דאס בלוט, און אז רבינו הברך משה ורבינו שליט"א זענען געווען באזוכן ר' יצחק שלעזינגער בערך תשנ"ד, האט זיך דער רבי אנגערופן, דאס ערשטע מאל וואס מיר שטייען דא און מען ציפט אונז נישט. דאס איז דאך אויך געווען דער רצון פון רבין ז"ל און ער האט אזוי געשריבן אין ויואל משה, דעם סיגעטער מיט די קינדער דארף מען ציפן די פוס.
ורוח הקודש אומרת:
נצח ישראל לא ישקר. יבוטל הוא ואלפי סוסיו, ואל יבטל אות אחת מתורת רבינו הקדוש.
עס וועט זיי גארנישט העלפן, 'אפשר' ביי זייערע אייגענע (אויך נישט זיכער).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 17:20 |
|
| |
די ארונים דעקן דא אויף זייער אמת'ער פרצוף. קאמערטארן זענען גענצליך איבעריג.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 03:44 |
|
| |
געווארט,
קיינער מאכט דא נישט חוזק פון דברי יואל זצ"ל
נאר פון זיין געווארדיע די אויבי איש אנשי ביתו
וואס די ברך משה זצ"ל האט זיי שיין מספיד גיווען ו' אלול תשל"ט נאך איידער מהאט איהם אנגיבאטען די הנהג פון ק"ק ומוסדות סאטמאר
האט ער קלאר גילאזט הערען אז מיט די חברה די בינען וועט ער נישט דולדען די גיוואלדיגע דרשה האט באוויגען די ראשי קהלה איהם אויפצונעמען אלס מנהיג העדה
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 03:36 |
|
| |
געווארט:
בארואיגט אייך אפשר קענט איהר מיר ערקלערען וואס הייסט א לעבעדיגע שו"ע
און צווייטענס ווי האט איהר געקויפט דעם מעסטער ווער עס איז א לעבעדיגער שו"ע
און כמדומה דאס איז א טיטל וואס גיהערט פארן מוהרש"ם דער ברעזאנער רב
און דעם דור אפשר ר' משה פיינשטיין אדער ר' שלמה זלמן וואס האבען משיב גיווען און ד' חלקי שו"ע און שווערע ענינים
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 02:28 |
|
| |
טאטלע איך שעם זיך מיט דיר צי פירן א וויכח, אבער די קליגערע האבן מער שכל אין ענטעפערן נישט מיז איך מיך מיט דיר טענה'נען .
1) האסטו בכלל נישט גענפערט.
2) ער ווערט אזוי פיל צי געברענגט פינקט ווי אין מושיען ( זיי מוחל גיי לייען דורך דעם מושיען ).
3) האב איך הנאה ביסט גאר מודה אויף די מעשה רשעה פינעם ברך משה.
4) קאשוי רב איז געווען א לעבעדיגער שלחן ערוך, משא"כ דער ברך משה איז נישט געווען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 02:18 |
|
| |
געווארט שרייבט
מען מאכט דא חוזק פין רבי'ן ז"ל, פין די זמירות ד"י,פין מושיען של ישראל
אבער ווען מ. פערל מיט מ.פאלקאוויטש מיט די צוויבל ברידער'ס מיט י.קארצאג פארציילן וויפיל לעפל זיפ דער ברך משה האט געגעסן
צי וויפיל מאל ער האט זיך געצויגן די נאז, אין ווען האט זיך אינטער געהויבן צי ווען ער האט זיך צי זאם געלייגט די פיס איינע אויף די אנדערע, דאס איז קודש קדשים אבער ביים רבי'ן ז"ל איז עס פיגול
קיינעם אינטערעסירט נישט וואס איינער שמיעסט אין פארציילט אבער ווען מען דריקט א זמירות אין מען מאכט ליצנות פינעם רבין משרייבט שטותים אין הבלים זאכן וואס האבן זיך געטוישט כסדר אין איעדער ווייסט אז דאס האט מיט מנהגים גארנישט איינגעלייגט פין דעם האט מען גערעדט
ווייטער שרייבסטו
2) דער מושיען של ישראל איז ליגענט ווייל ר' שלמה יעקב ברענגט צי מעשיות פין ר' עזריאל מיט פאיע רב שליט"א .
זייט'ס מוחל עפענט'ס אויף דעם משה היה רועה מעשה ביכ"ל, אין קוקט'ס וויפיל מאל ר' עזריאל גליק ווערט דארט צי געברענגט
דארט ווערט ר' עזריאל יעדע ווארט אמת, אבער אין מושיען איז עס ליגענט .
דער משיון של ישראל איז נישט ליגענט ווייל ער ברענגט מעשיות פין עזריעל נאר ווייל ש י געלבמאן איז א זעלטנהייט פין א ליגענער אין פאנטעזירער אין יא עזריעל אויכעט
ביי די וועי סקיקט נישט אויס ווי די האסט געליינט ומשה היה רועה ווייל עזריעל ווערט גמעט נישט דערמאנט דארט אין איך וואלט דיר געראטן זאלסט עס ליינען סוועט דיר גיט צישפילן וועס גוואר ווערן אין וואסערע שקר די ביסט אויפגעוואקסן
ווייטער
3) דער ברך משה האט מבזה געווען מענטשן אן געריפן הינדערטער יודען קרעציג אין ווערמיג אויף דארף מען מחפה זיין אויף זיינע חטאים ,אין ח"ו מען טאר נישט רעדן דערפין ווייל ער האט אלעס געמיינט לשם שמים
אבער ביים רבי'ן ז"ל מיט די פרשה פין רויז'עלע דעס דארף מען דא ארויף שמירן אין באשמיצן.
בני יואלער איי פיל יור פעין אבער זיי מיר ביטע שיין מסביר ווי קימען די צוויי זאכן ציזאם כמיין וואס ווילסטו דא זאגן
ווייטער
4) מען טאר נישט דעמאנען דעם רבי'ן ביי די עירוב, שטיינזאלץ,שחיטה מינחות, מען דארף נאר קוקן אין שו"ע
אבער ביי די סקול דיסטריקט האבן זיי פין קיין שו"ע נישט געוואלט וויסן
ווי אזוי האט דער הייליגער ברך משה געזאגט, וואס קאשוי'ער רב זאגט אינטערסירט מיך נישט, נאר וואס פאטאקי זאגט דעס גייט מיך אן, ווי איז דעמאלס געווען דער שו"ע מערכה.
קאשוי רב כבודו במקומו מונח זיין הוראה איז נישט מחייב דעם ברך משה ווען ער איז רב אין זיין קהלה אין ער האט מברר געווען להלכה וויאזוי זיין קהילה זאל זיך פירן
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 02:13 |
|
| |
| ווערץ כתב: |  | 4)
געווארט דיין גאנצא תגובה איז דברי בלע, ס'איז נישט ווערט קיים אנטווארט,
אבער ביי די סקול דיסטריקט האבן זיי פין קיין שו"ע נישט געוואלט וויסן????? |
|
דברי בלע קעגן וועם קעגן רבי'ן ז"ל אדער קעגן דעם ברך משה ?
די האסט נישט קיין אנווארט ...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 02:08 |
|
| |
| געווארט כתב: |  | 4) מען טאר נישט דעמאנען דעם רבי'ן ביי די עירוב, שטיינזאלץ,שחיטה מינחות, מען דארף נאר קוקן אין שו"ע
אבער ביי די סקול דיסטריקט האבן זיי פין קיין שו"ע נישט געוואלט וויסן
|
|
געווארט דיין גאנצא תגובה איז דברי בלע, ס'איז נישט ווערט קיים אנטווארט,
אבער ביי די סקול דיסטריקט האבן זיי פין קיין שו"ע נישט געוואלט וויסן?????
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2009 01:45 |
|
| |
איך שטיי אין אויך שטוין ווי ראצערס האבן זיך גענימען אויפן רבי'ן ז"ל חשבון מיט די גרעסטע מאס הפקרות
איך בין קאנוויסט אז ארגינעלער מיט סופערעמעסי די זענען נישט קיין שיק יונגעלך די קומען פין די העסטע פענסטערס
מבזה צי זיין דעם רבי'ן ,אין דאס ארקאסטרירט מיט גאר א נאך פאלגדיג ארטיקל..
1) מען מאכט דא חוזק פין רבי'ן ז"ל, פין די זמירות ד"י,פין מושיען של ישראל
אבער ווען מ. פערל מיט מ.פאלקאוויטש מיט די צוויבל ברידער'ס מיט י.קארצאג פארציילן וויפיל לעפל זיפ דער ברך משה האט געגעסן
צי וויפיל מאל ער האט זיך געצויגן די נאז, אין ווען האט זיך אינטער געהויבן צי ווען ער האט זיך צי זאם געלייגט די פיס איינע אויף די אנדערע, דאס איז קודש קדשים אבער ביים רבי'ן ז"ל איז עס פיגול
2) דער מושיען של ישראל איז ליגענט ווייל ר' שלמה יעקב ברענגט צי מעשיות פין ר' עזריאל מיט פאיע רב שליט"א .
זייט'ס מוחל עפענט'ס אויף דעם משה היה רועה מעשה ביכ"ל, אין קוקט'ס וויפיל מאל ר' עזריאל גליק ווערט דארט צי געברענגט
דארט ווערט ר' עזריאל יעדע ווארט אמת, אבער אין מושיען איז עס ליגענט .
3) דער ברך משה האט מבזה געווען מענטשן אן געריפן הינדערטער יודען קרעציג אין ווערמיג אויף דארף מען מחפה זיין אויף זיינע חטאים ,אין ח"ו מען טאר נישט רעדן דערפין ווייל ער האט אלעס געמיינט לשם שמים
אבער ביים רבי'ן ז"ל מיט די פרשה פין רויז'עלע דעס דארף מען דא ארויף שמירן אין באשמיצן.
4) מען טאר נישט דעמאנען דעם רבי'ן ביי די עירוב, שטיינזאלץ,שחיטה מינחות, מען דארף נאר קוקן אין שו"ע
אבער ביי די סקול דיסטריקט האבן זיי פין קיין שו"ע נישט געוואלט וויסן
ווי אזוי האט דער הייליגער ברך משה געזאגט, וואס קאשוי'ער רב זאגט אינטערסירט מיך נישט, נאר וואס פאטאקי זאגט דעס גייט מיך אן, ווי איז דעמאלס געווען דער שו"ע מערכה.
דאס זענען די אהרוינים....
תוקן על ידי געווארט ב- 12/05/2009 1:45:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2009 20:47 |
|
| |
איך האב דאס היינט געשריבן אין א צווייטן פורום, איך מיין אז עס קומט אויך דא
ס'איז דא צוויי קאטאגאריע תלמידים וואס דער רבי האט געהאט
איך וועל צו דעם מקדים זיין א מעשה, כ"א כסלו תשמ"ב (בערך) האט די הנהלה געוואלט ענדיגן מיט א מנהג רע וואס איז געווען איינגעפירט אז בחורים פלעגן זיך אנטרינקען מיט וויין, למעשה האט מען יא אריינגעשמוגלט וויין און בחורים האבן זיך אנגעשיכורט והמעשה אכמ"ל
האט דאן דער רבי דער ברך משה געזאגט א דרשה אין ישיבה (וחלקו נדפס במהר"ם ט"ב לחנוכה) האט ער מסביר געווען וואס איז די שמחה מיט די הצלה פונעם פעטער, האט ער געזאגט חנוכה איז געווען הצלת הנשמה איז להודות ולהלל פורים איז געווען הצלת הגוף איז משתה ושמחה
האט ער געזאגט, די אידן וואס האבן נהנה געווען פונעם פעטער בגוף, זיך געבויט שיינע הייזער פון זיין געלט וכו' וכו' די דארף זיך פרייען כ"א כסלו במשתה ושמחה, אבער מיר וואס האבן הנאה געהאט פון פעטער בנפש, פון זיין כח התורה והקדושה, אונז דארף מיר זיך פרייען להודות ולהלל, עכד"ק ודפח"ח.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2009 18:54 |
|
| |
בנוגע די געפעלטשטע צוואה פינעם בנש"ק האב איך אמאל געהערט פין א איד א ה האט ער געפרעגט דעם בנש"ק וואס איז אייך בייגעפאלן צי מאכן אזא צוואה צי האסטו געמיינט אז עס וועט ארבייטן
האט ער גענטפערט אזוי
די שטיב מענטשן האבן מיר געגעבן א ארדער צי מאכן א צוואה אז ר נתן יוסף זאל זיין ממלא מקום
האב איך באשלאסן אויב שוין טין אזא זאך לאמיר שוין הנאה האבן דערפין אין מאכן די צוואה אז איך זאל זיין ממלא מקום
היוצא לנו מזה אז די שטיב מענטשן זענען געווען אינסטרומענטאל אין פעלטשען דעם רבינס רצון אבי דער סיגעטער רב זאל נישט זיין ממלא מקום נאר די טשיז קעיק עסערס זאל אלעס פירן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2009 07:49 |
|
| |
שוין לאנג נישט גיווען אזא תוכן'דיגע ארטיקעל
אלס זעירא דמן חבריא וואס האט נאך גיהאט די זכיה צו לערנען ביים רבי'ן ז"ל שטיין ביים פארהער און הערען די סוגיא שיעורים, און כמעט נישט פארפעלט קיין יום טוב אדער יומא דפגרא, אהיים באגלייטען דאנערשטאג נאכט דען רבי'ן ז"ל נאכען פארהער, וואס עפ"י רוב האט דענמאלט גיקענט הערען הערליכע שמוסען און השקפה אויף די ענינים העומדים על הפרק, וואס הונדערטער בלעטער שמוסען זענען דענמאלט פאשריבען גיווארען דורך מיר, און עס ליגט נאך היינט ביי איינע פון אונזערע חבירים און קרית יואל.
מיר האבען אלע יארען געבליטיגט אויף די שקר פאבריקאציע וואס האט זי אנגיהויבען נאך די ת"ש כ"ח יארען, אלס ווייל מהאט מורא גיהאט אויפן עתיד ווער עס וועט שטיין ביי די הנהגה לעמו"ש, און זיי וועלען פארלירען זייערע פאזיציעס און שליטה און די מאני פאקעטינג וואס איז פארגעקומען אויפן גרויסען פארנעם.
האט זיך גיבויעט פארשידענע אגענדעס דעם רבין צו בויען פאר אנדערע מציאות נישט ווי אלע צדיקים הקודמים וואס יעדער האט גיהאט א ממשיך, אדער מהאט גענומען א זוהן א איידעם א קרוב און בלית ברירה א תלמוד.
דאס איז גיווען די רעדע א גאנצען טאג, ווי אזוי מוועט אוועקשטעלען די הנהגה לעמו"ש, און אלעס האט זיך גידרייט ארום די טעמע, בשעת מיר אלע תלמידים וחסידים איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אפילו א זיז כל שהוא פון א מחשבה פון לעמו"ש, מיר האבען אלע גיגלייבט באמונה שלימה אז דער רבי וועט אונז פירען א קעגען משיח צדקינו.
און ביי די חברה איז א גאנצע טאג גיווען די רעדע וואס וועט זיין נאכדעם.
און פון די גיפלוידעריי טאג און נאכט איז איינגיפאלען א יונגען משמש, א איינפאל אלייס צו ווערען ממלא מקום. און גיפעלטשט א צוואה וואסענדיג אז מסתמא וועט דאס דורך גיין א בי נישט דער סיגעטער רב, נאך עד היום שטיי איך פארוואנדערט ווי דער איש אמונו קרוב ליובל שנים האט בפני מטתו פון רבי'ן ז"ל נאך געזאגט פון די צוואה.
[אגב ביי די חברה האט יעדער אדם חשוב און בנש"ק גיווען, בפרט איינער וואס האט גיהאט א אוזן קשבת ביים רבי'ן ז"ל גיווען אויף די שווארצע רשימה]
היעלה על הדעת א דע רבי ז"ל האט נישט גיוואלט אז זיינע תלמידים זאלן זיך קאכען און די דברי תורה פון הייליגען קדושת יום טוב ולמעלה בקודש ייטב לב ר' אלעזר ניסן ישמח משה די דרשה פון הג"ר נ"י ז"ל און סענדס סט' סאטמאר איז נישט קיין שולשלת
פארוואס האט דער רבי אזופיל נאכגעזאגט מספריהם?
נאר אויב וועט דאס זיין א שולשלת וועט זיך די שולשלת ווייטער צוען און פאר די אגענדע בין איך גרייט צו מינעמייזען די אבות הקדושים פון רבין ז"ל.
א קליינע אפיזאד וואס איך גידענק פון מיינע כולל יארען וואס איינע פון די שלוחים פון די חברה איז פלוצים א אינדערפרי אומוטען וואנטער זיך באוויזען און די ישיבה ו' שבט מאכען זיכער אז מען וועט חלילה נישט צינדען לעכט און יארצייט פון עצי חיים ז"ל
פרעג מיך פארוואס נישט צינדען לעכט און יארצייט פון רבינ'ס ז"ל ברודער איז דען גיווען א פירוד צעווישען זיי? דער תירוץ איז ער איז דעם סיגעטער רב פאטער .
(איך מיז מפסיק זיין איך וועל אי"ה ממשיך זיין)
 |
|
|
|
|
|