מיוסד על אדני כותב מכת ה"רעבי זכרוינעלעבראווכע" עי' אחים אנחנו
ויאמינו בה' ובמשה עבדו - דער הייליגער רבי זכר צדיק וקדוש לברכה
י'די ו'אמרתי ח"י א'נכי ל'עולם. אט אין דעם פסוק האט דער רבי "זכר צדיק לברכה" געפונען זיין צוואה לדורות. "ידי ואמרתי", אויב וועט מען זיך האלטן צו די אלע הדרכות און אנווייזונגען וואס איך געשריבן אין מיינע ספרים, דאן "חי אנכי לעולם". דאס, און נאר דאס, איז די איינציגסטע צוואה וואס דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט פאר די סאטמארע תלמידים וחסידים, און גארנישט עפעס אנדערשט.
היינט צוטאגס ווען מיר האלטן נאך א צייט אפשניט פון קארגע דרייסיג יאר וואס דער רבי זצ"ל איז שוין נישט בהאי עלמא און מיר זעהן ווי דער אינגער דור, וועלכע האט שוין נישטאמאל געהאט די זכי' צו זען די הייליגע צורה פון רבי'ן זצ"ל, לעבן מיטן רבי'ן און מיט זיינע הייליגע תורות והדרכות, קוועלט פשוט דאס הארץ פאר פרייד אז מ'זעט ב"ה ווי דער ח"י אנכי לעולם לעבט און שפרודלט אין אלע סאטמארע צענטערן. אז מ'זעט ווי ביי די אינגעלייטליך, וועלכע האבן שוין נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם רבי'ן, איז יעדעס קץ ותוג און יעדע הג"ה ותנועה קלה פון רבי'ן זצ"ל א תורה שלמה, איז דאס א לעבעדיגע עדות צו דעם "חי אנכי לעולם".
שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, אבער! והקב"ה מצילנו מידם. אין יעדן דור האט כלל ישראל זיך אנגעשטויסן מיט שועלים קטנים וואס ווען דער צדיק איז נסתלק געווארן האט מען געזאגט עד כאן, פון היינט און ווייטער איז איש כל הישר בעיניו יעשה, אלס איז געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן ביי אידן דאס ענין וואס רש"י ז"ל געפינט שוין פאר וויכטיג צו זאגן אין פ' כי תבא, ובאת אל הכהן אשר יהיה בימים ההם, אין לך אלא כהן שבימיך "כמו שהוא". רש"י זאגט דיר דאס קלאר ארויס, כמו שהוא, אזוי ווי ער איז, אויב האלטסטו אז ער איז נישט אזוי גרויס ווי זיינע פארגייער איז דא איין סיבה דערצו, ווייל ס'איז א דור שפעטער, ווי האט יענער צדיק געזאגט, די חסידים ווילן אמאליגע רביס און היינטיגע חסידים, ס'גייט נישט ביינאזאם, דער רבי ז"ל לערנט אונז שוין דאס אין פ' ויקרא (דבר"י דף לז) אז שוואכערע מנהיגים איז ווייל דער דור איז שוואכער. אבער, א ראש דארפסט האבן, דו דארפסט האבן וועם דו קוקסט ארויף, ווייל אויב נישט האט אונז שוין דער הייליגער רבי ר' אלימלך געזאגט, ווי ס'איז נישטא קיין ראש איז דער ס"מ אליין דער ראש.
געווען צייטן ווען די האבן זיך פארשטעלט אונטערן שלייער פון "ווער קען ממלא זיין דאס פלאץ פון רבין ז"ל" "לא הניח כמותו", און צומאל אונטער א שלייער פון בלויז קטנות, ילדות, טיפשות און ליצנות באגלייט מיט א טוץ שקרים. אבער צום סוף זענען מיר אלעמאל אנגעקומען צום: "והקב"ה מצילינו מידם".
מען שרייט ס'קען נישט זיין א ממלא מקום פארן רבין ז"ל, לא הניח כמותו, הכלל, דער בעש"ט הק' האט יא איבערגעלאזט כמותו, דער רבי ר' אלימלך האט יא איבערגעלאזט כמותו, ס'איז א וועלט וואס שטייט איבער 5700 יאר, ס'איז א וועלט וואס איז שוין דורך דור מקבלי התורה, נביאים גאונים תנאים אמוראים ראשונים אחרונים, און דוקא נאך פינף טויזנט זיבן הונדערט ניין און דרייסיג יאר נאך בריאת העולם, דעמאלטס ווערט נסתלק איינער וואס לא הניח כמותו ממילא שטעלט זיך דארט די וועלט אפ, פון יעצט ביז משיח'ס טאג דארף מען זיך באגיין אן א מנהיג?????
דער רבי ז"ל האט אלס געקוקט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געטון, און מיר קוקן דאס אויך, אין ערגעץ נישט געווען אזוינס ווען א רבי ווערט נסתלק אז מען נעמט נישט אויף קיין ממלא מקום, און נאכדערצו מיטן גאות'דיגן תירוץ אז ס'פאסט נישט.
"אמונת צדיקים", דאס איז דאך פון די יסודות האומה ביים נס פון קריעת ים סוף וועלכע איז געקומען צו צייגן פאר די גאנצע וועלט דעם אנכי ה"א (עי' רמב"ן), האט די תורה אבער אויך נישט פארגעסן צו דער זעלבער צייט צו דערציילן די גרויסקייט פון כלל ישראל אז "ויאמינו בה' ובמשה עבדו". דאס גלויבונג וואס כלל ישראל האט אין צדיקי אמת דאס האט זיי באלויכטן און באגלייט אלע דורות, און דאס האט אפגעראטעוועט דאס נצחיות פון כלל ישראל זינט יציאת מצרים עד היום הזה.
ויאמינו בה' ובמשה עבדו האט די תורה געזאגט ווען משה רבינו האט געלעבט, נישט נאך זיין פטירה, עטץ ווייסט ווער ס'האט געזאגט ויאמינו בה' ובמשה עבדו הערשט נאך זיין פטירה, די אלע וואס האבן בחייו אים מצער געווען ועוד מעט וסקלוני, ווי ס'איז באקאנט דאס ווארט וואס איינע פון די צדיקים פון אונזער דור האבן געזאגט, פני משה כפני החמה פני יהושע כפני הלבנה זקנים שבדור אומרים אוי לאותו בושה וכלימה, וואס איז די בושה, ווייל ווען משה רבינו האט געלעבט עוד מעט וסקלוני, נאר ווען ער איז אוועק דעמאלטס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, זאגט ער פארוואס האט מען געזאגט פני משה כפני חמה, צו קענען זאגן פני יהושע כפני הלבנה, דער ממלא מקום איז נישט אזוי גרויס, און אויף דעם האבן די זקנים וואס האבן נאך געדענקט וואסערע צרות די - וואס זאגן אזוי - האבן אנגעמאכט בחייו פון משה רבינו, האבן זיי געזאגט אוי לאותו בושה.
ונצח ישראל לא ישקר, דאס נצחיות פון כלל ישראל קען מען נישט פארלייקענען און פארטוישן מיט קיין פאלשע אמונות טפילות, צו זאכן אלס וואס די פריערדיגע האבן געזאגט כדי צו צוברעכן א כח הנהגה, און אפי' די אמונה טפילה טראגט דעם שיינעם קלינגענדיגן טיטל פון 'אמונת צדיקים'. אידן האבן טאקע אמונת צדיקים, אבער טאקע נאר אין דעם וואס צדיקים האבן אונז אראפגעשריבן אין זייערע ספרים, אדער וואס מען האט געהערט איש מפי איש אנשים נאמנים, פאר קיין פאל נישט קיין אמונה און אייגענע סברות וואס מען פאבראצירט כדי צו שלאגן קאפיטאל.
אז מיר דרייען זיך ארום צווישן די היינטיגע אינגעלייטלעך און מיר זעהן פאר א לעבעדיגע פאקט ווי זיי קאכן און ברענען אין די תורות, הדרכות והנהגות פון רבי'ן זצ"ל איז קיין וואונדער נישט פארוואס די אויסגעשפיגענע נאראנים וועלכע האבן זיך בין יום ללילה געטראפן בקצה המחנה דרייען זיך ארום פארלוירן און דעמאלעזירט, צעיוזשט און צעווילדעוועט, און שפייען האס און בלוט טאג און נאכט.
קנאפע צוואנציג יאר האבן זיי מיט אלע מיטלען פרובירט זיך פארצושטעלן אלס די פאן טרעגער פונעם רבין ז"ל, אלס די תלמידי רבינו וואס נאר זיי ווייסן וואס דער רבי האט געוואלט, און חלילה וחלילה ס'טאר קיין ממלא מקום נישט זיין אויפן רבין ז"ל פלאץ ווייל דעמאלטס גייט מען פארגעסן פונעם רבין ז"ל, און ממש ס'גייט ווערן אפגעמעקט דער זכרון פון רבין ז"ל, און לכבוד דעם טאר א בנין אין וויליאמסבורג נישט הייסן ויואל משה, ווייל דער ממלא מקום מיינט נאר זיך, א קרי' אין ירושלים טאר נישט הייסן קרית ויואל משה ווייל דער ממלא מקום מיינט נאר זיך. און דא מיטאמאל דערזעט מען זיך אז דער אייגענער עולם וואס האט ביז היינט מיטגעטאנצן אז נאר רבי ז"ל הוא ולא אחר, וימירו את כבודם בתבנית שור אוכל עשב, נאך 25 יאר באקרוינט מען זיך א רבי וואס האט מיטן רבין ז"ל קנאפ שייכות געהאט, (ווי דאס ווערטל גייט וואס איז געווען דער חטא העגל, אידן זען משה רבינו איז נסתלק געווארן און האבן א אויסוואל צו נעמען אהרן, און זיי גייען און נעמען א קעלבל פאר א רבי...) , די אייגענע מוסדות רופט מען מוסדות "ויואל משה" איי פאר צוואנציג יאר צוריק האסטו פארפירט קעגן אזא נאמען, נו נשתנו העתים, דער רבי ז"ל לאזט שוין.
מיר נעמען אפיר א דרשה וואס זייער היינטיגער מנהיג האט געזאגט אמאל, "יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, ס'איז ברור אז די אלע וואס גייען קעגן די הנהלת הקהלה, כאטש זיי רופן זיך בני יואל מיינט נישט, איך האב אינזין געהאט די וועלט זאגט נאך אויף אן עפל שרייבט קיינער נישט אז דאס איז אן עפל, ווען איינער מאכט א פאלשע עפל, שרייבט ער אויף מען זאל וויסן דאס איז א עפל, פארוואס, ווייל אז ס'איז נישט קיין עכטע עפל דארף מען אויפשרייבן אז דאס זעט אויס ווי א עפל. אונז דארף מיר נישט הייסן בני יואל, אונז זעמיר תלמידים פון רבין ז"ל, אונז גיי מיר אויף דעם וועג איז גוט אזוי, די דארפן זיך אנרופן אזוי ווייל זיי זענען נאר א פאלשע זאך די געבן זיך אזא נאמען, אבער ס'איז ביי מיר ברור אז פונקט וואס יעקב אבינו האט מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי, אז דער רבי זאגט אויך בקהלם אל תחד כבודי".
וראויים הדברים למי שאמרם.
האט איר שוין אמאל געטראכט וויאזוי דאס שטימט?
זיצן מענטשן ביים רידער אומגעפער צוואנציג יאר און מ'וואשט און שווענקט מוחות אויף אלע סארט אופנים. מ'האט צו דער האנט אלע סארטן פראפעגאנדע מאשינען, העץ מאשינען, שלעק מאשינען און וואס נישט, דא גייט מען אויפן דרך פון רבין ז"ל מיטן זינגען לא תבושי, דא איז דער דרך מיטן לייגן א טעוועלע, דא איז דער דרך מיטן רופן א רב בישראל אין קאורט, און דא איז דער דרך מיטן גיין אין קאורט און זאגן אז מען דיסקרימינירט און מען לאזט נישט טון וואס מען וויל, אז איינער וואס שערט זיך נישט טאר נישט לערנען אין די מוסדות (איר געדענקט נאך תשנ"ז), אלעס אונטערן נאמען פון רבין ז"ל וכו' וכו' און פלוצים נאך צוואנציג יאר ווען טויערן פון פרייהייט האבן זיך דערעפענט, אידן עפענען די אויגן און זען מיט וואסערע שטותים מען האט זיי ארומגעפירט, אויב זאגט מען תורה שושן פורים האט מען משנה געווען, אויב זינגט מען י-ה רבון עלם אדער י-ה אכסוף האט מען משנה געווען, סאיז אויסגעוואקסן עפעס א גאנצער ארמיי פון טויזנטער און טויזנטער מיט מענטשן וואס אסאך האבן זיך נאך געווייקט ביים רבין ז"ל, און ביים הייליגן ברך משה ז"ל, און ווייקן זיך ווייטער מיט די זעלבע ערנסקייט ביי זייער ממלא מקום, אויף אזוי ווייט גאר אז בלויז א דריטל פונעם ציבור איז גרייט צו פארטוישן דעם ויאמינו בה' ובמשה עבדו צום ויאמינו באמונת טפילות וואס רופט זיך "רעבי זכרוינע ליבראכע. הכיצד???
דער תי' איז: נצח ישראל לא ישקר!
דער "חי אנכי לעולם" ארבעט אויף אלע פראנטן און וועט אי"ה ארבעטן ביז משיח'ס טאג. שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, אבער והקב"ה מצילנו מידם. ס'האט שוין אויסגעקוקט אז ער וועט זיין א צווייטע חי' רויזעלע, הונדערטער "אלו שהשתתפו" האבן אונטערגעשריבן קעגן אים און קעגן זיין קהלה, די בי"ד הגדול שבוולמסב"ג האט געשריבן קשר של בוגדים, קיינמאל ווייסט מען נישט פון וואו די ישועה וועט קומען, עס קען צומאל אויסזעהן ווי די ישועה איז ווייט ווייט און אוממעגליך, אבער דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע וועגן, און צום סוף - מצילינו מידם, מתוך גנותו בא לידי שבחו, די פרעמדע וועלט געט א קוק וואס דא גייט פאר, און מען זעט דעם מה בין בן בני לבן חמי. נאך א וואונדער פארוואס די מענטשן זענען אזוי אנגעווייטאגט און אנגעגעסן, עד כדי כך ארויס צו גיין פון גלייך געוויכט און טוהן אזעלכע זאכן וואס פאסט ניטאמאל פאר גרועים שבאומות? איז דאס איז א צייכן פאר צופרידנקייט אדער פאר אנטוישקייט און צובראכנקייט?
אמת, עס וועט אלעמאל בלייבן אפן פאר א בחירה. דער באשעפער איז קיינמאל נישט מכריח די בחירה, און עס וועט אלעלמאל בלייבן א מקום פאר די יעניגע וועלכע וילן דייקא זיך פרעגלן אין אמונת טפילות ודברי הבל ושטות, מען וועט זיך קלאפן דעם קאפ אין וואנט און שרייען רבי ז"ל, מען וועט מגדל זיין די קינדער און אויסלערנען אלעס איז שקר און בלאף, ס'איז דא איין באשעפער און איין רבי ז"ל, אבער מער ווייניגער וועט דער נצח ישראל לא ישקר בלייבן קאי וקים.
און ווי פאסיג איז אהער דאס ווארט וואס דער רבי זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א געוויסן גדול בישראל, כלל ישראל האט א גוטע נאז, און זיי ווייסן ווער ס'איז ראוי צו זיין מנהיג ישראל.
עס זענען דא בתוכינו אידן וואס ווילן דייקא אויפטוישן די אמונת צדיקים מיט אמונת טפילות, יהי להם אשר להם. זאל זיי וואויל באקומען און זאלן זיי פרובירן צו טוהן מיט זייערע קינדער כאוות לבם.
מ'קען פרעדיגן שווענקען שפייען האס פארקויפן שטותים און לאקשן שקרים זיופים עס וועט 'אפשר' (אויך נאר אפשר) העלפן פאר זייערע קרייזן, אבער אין אלגעמיין האט שוין דאס מציאות באוויזן פארקערט.
ווי אזוי איז דאס טאקע אז דער "חי אנכי לעולם" איז א קאנטראסט צו די א.ג. אמונת צדיקים?
זייער איינפאך. דער "ידי ואמרתי". און דאס טאקע האט דער רבי זצ"ל אונז איבער געלאזט אלס א צוואה. ווער עס האט נאר אמאל געהערט אדער געלערנט דעם רבינ'ס תורות, ווייסט גלייך צו זאגן אז די אלף בית פון זיינע תורות איז טאקע דער ענין פון 'אמונת צדיקים'. צענדליגער און אפשר הונדערטער תורות האט דער רבי זצ"ל אוועק געגעבן בלויז מברר צו זיין דעם ענין פון 'אמונת צדיקים', און דאס שטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ מיט א ריכטיגן משמעות. אנגעהויבן פון די פריערדיגע יו"ד יארן, ביז צו די סאמע לעצטע ל' יארן. און אלץ פארוואס? ווייל ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן נאכגיין בלינדערהייט אן איינפאכן בשר ודם, זאל זיין כגובה ארזים גדלו.
קומט א פרשת קרח און דער רבי איז מבאר (דבר"י קרח דף נו) הן אבדו אבל שררותם לא אבדה, יא ס'איז טאקע דא אמאל א דור מיט פאלשע מנהיגים וואס פארדרייט א קאפ פאר יעדן, אלא מאי, איז מער נישטא מנהיגי ישראל?, ניין, נתמנו אחרים תחתיהן, ווייל אלס איז דא א צורך אז ס'זאל זיין ערליכע מנהיגים, און אז ס'איז דא אמאל פאלשע מנהיגים מיינט נאכנישט אז ס'איז מער קיינמאל נישטא מנהיגים.
קומט צו גיין א פרשת פינחס, און דער רבי ז"ל פירט פייערדיג אויס די תורה (דבר"י דף קעד) משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר די שפעטערדיגע דורות, ולא תהי' עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה, און יעדן שפלות וועלן זיין מנהיגי ישראל.
דער רבי זצ"ל שטעלט זיך נישט אפ, און באגעניגט זיך נישט מיט דעם. וועלכער אינגל אין סאטמאר ווייסט דען נישט נאכצוזאגן די באקאנטע תורה פון רבי'ן זצ"ל (לך תשכ"ח. אזוי, אין די כ"ף יארן?) מי בעל הבירה? אני בעל הבירה! דער רבי זאגט קלאר אז עס בלייבט אפי' נישט קיין ספיקות, היינט צוטאגס איז א מצב וואס דער באשעפער איז דער בעל הבירה.
ומה שסתם במקום אחד פתח במקום אחר, קומט צו גיין א הושענא רבה (דבר"י הו"ר דף תעב) און דער רבי שרייט אויס, אין היינטיגן דור איז דער באשעפער אונזער רועה, וואס הייסט, ווייל ווען ס'איז דא ערליכע מנהיגים וואס טוען דעם רצון ה' און ווערן נישט נשפע פון אנדערע קומט אויס במקורו איז דער באשעפער דער רועה ישראל.
און אוודאי האט אונז דער רבי אויך געלערנט וועלכער מנהיג מען דארף פאלגן, דער רבי האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן אננעמען פסקים און הלכות פון אזעלכע גדולי ישראל וועלכע זענען געכאפט אין ציונית. נישט רנ"י מייזעלס זכרונו לברכה און נישט די רביצין ע"ה זענען די ערפינדער. דאס איז קאי וקים, געדרוקט שחור על גבי לבן אין תשובות דברי יואל. יא און נאכאמאל יא, נישט רנ"י ז"ל האט ערפינדן די תורה פון סטרא אחרא, נאר דער רבי זצ"ל זעלבסט. ער האט פארדעם אויך נישט געשוינט קיין טינט און טרערן און דאס געזאגט און גע'חזרט מיט זיין עולם וואך איין וואך אויס.
די אלע אויבנדערמאנטע האט ער געלערנט און געלערנט מדי שבת בשבתו, קיין חילוק צו אין די י' יארן, כ' יארן אדער ל' יארן. ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן כאפן קעלבערנע התפעלות און זיך פארגלייבן און א היינטיגן בשר ודם, אפילו ער טראגט דעם טיטל 'רבי'. אין יאר תשכ"ז ווען די אידישע גאס האט געשאלט מיט די הצלחה פון די ששת הימים מלחמה, און דער רבי האט געזען אז זיין עולם ווערט פארגאפט פון א.ג. חסידישע רבישע פראפעגאנדע, האט דאס אים געקאסט א שטיק געזונט. ער האט דעמאלט געזאגט אז ער וויל האבן אן אייגן שטעטל פשוט פאר דעם ווייל ער וויל איזולירן זיין עולם פון דרויסנדיגע חסידישע גאס. איר הערט גוט? דאס האט נישט געזאגט רנ"י ז"ל, אויך נישט די ראשי הקהלה און אויך נישט די שטוב מענטשן. דאס האט געזאגט דער רבי זכרונו לברכה זעלבסט. פארפאלן אז מ'לערנט זיינע תורות און מ'קאכט דערין, זעט מען פונקטליך זיין דעת קדשו וואס ער האט פארלאנגט און געוואלט פון זיינע חסידים. און מיר זאגן מיט שטאלץ: ער האט נישט געוואלט אז סאטמארע חסידים זאלן זיך גיין קוויטלען ביי אנדערע רבי'ס וועלכע זענען נוטה צו ציונית אפילו א משהו.
אז מ'לערנט און מ'לערנט דעם רבינ'ס זצ"ל תורות איינמאל און נאכמאל פארשטייען מיר שוין איינמאל פארוואס די דאזיגע שפייען בלוט. זיי זענען נעבעך הונדערט און איין פראצענט גערעכט. דער נצחיות פון דעם "חי אנכי לעולם" שטייט זיי נעבעך אין וועג ביי טריט און שריט. די הייליגע תורות פון רבי'ן זצ"ל דאס איז דאך גיפט פאר די יעניגע וועלכע האבן זיך פארמאסטן אריינצושטעקן זייערע בלוטיגע שפיזן צווישן דעם ס'רוב פון די סאטמארע תלמידים. די אלע תורות טוען צובלאזן ווי א זייפן בלאז זייער אויפגעבלאזענע לופט און זייער אויפגעבלאזענע געטשקע.
ס'איז א גרויסער ווייטאג פאר די אלע די גרויסע אהבה וואס דער רבי האט ארויסגעוויזן פאר בן אחיו וממלא מקום דער הייילגער ברך משה, און פאר נכד אחיו וממלא מקום רבינו שליט"א, און נישט מיט קיין זילבערנע לייכטער, וואס דער פאפא רב בעל ויחי יוסף האט מעיד געווען די סמיכה אב תשל"ט, די באקאנטע בריוו פון מארגערעטנער רב "קום אהער סיגעטער רב און לערן דיך אויס ווי אזוי מען פירט", די עלי' פאר רבינו שליט"א שקלים תשל"ד ווי דער רבי לאזט אויס לבתים לבדים לשאת את השלחן, און נישט שי"ג דארף אריינטייטשן וואס דאס מיינט (אזוי ווי ער האט געטייטשט ביי די כוס של ברכה פון רז"ל) נאר דער רבי אליין רופט זיך אן "פירן טיש". און דאס איז שוין נאכן בלוטיגן אויף א שידוך לשיטתם.
איז וואס טוט מען, מען לאזט ארויס אלע מיני שקרים וואס מען קען, מען רודפט און מען צאפט דאס בלוט, און אז רבינו הברך משה ורבינו שליט"א זענען געווען באזוכן ר' יצחק שלעזינגער בערך תשנ"ד, האט זיך דער רבי אנגערופן, דאס ערשטע מאל וואס מיר שטייען דא און מען ציפט אונז נישט. דאס איז דאך אויך געווען דער רצון פון רבין ז"ל און ער האט אזוי געשריבן אין ויואל משה, דעם סיגעטער מיט די קינדער דארף מען ציפן די פוס.
ורוח הקודש אומרת:
נצח ישראל לא ישקר. יבוטל הוא ואלפי סוסיו, ואל יבטל אות אחת מתורת רבינו הקדוש.
עס וועט זיי גארנישט העלפן, 'אפשר' ביי זייערע אייגענע (אויך נישט זיכער).