2 קליפס ריפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי בוש-סאלדאטן האבן מער ליב בוש ווי אבאמא
נשלח ב-8/5/2009 08:40
איך האב זייער מקצר געוועהן אין מיין פריעדיגע תגובה
דאס איז נישט די סיבה
move on האט א tax examption אין למעשה מאכן זיי פראפיט פין די דעמאקרעטס ווי געשריבן אין מיין פריעדיגע תגובה איז למעשה פארלעצן זיי די געזעץ אין נאך 100 זאכן וואס איך האב ממש נישט קיין געדולד אריינציגיין אין דעם.
אז די ווילסט איך פאר דיר א מענטש וואס האט געארבעט אין די רעיגן אדמיניסטראציע אין אויך א constitutional lawer אין ער וועט דיר פינקטלעך מסביר זיין אלעס לגבי move on
זיין נאמען איז....
MARK LEVIN
ער האט עס שוין מסביר געוועהן 100 מאל מיט באווייזן אויך אז די ווילסט פרעג אים.
אין אויך האב שוין אויפגעגעבן זיך צי טענה'ן מיט דיר. די ביסט א דעמאקראט אין לכאורה וועסטי בלייבן א דעמאקראט.
איך האב דיך געפרעגט צי דו ביסט א היפאקריט אדער סתם א שוטה, פארוואס האסטו געמוזט פיקן אפשאן 2?
ניין, איך דארף נישט קיין ראיות אז די מידיא איז בייעסד קעגן בוש און אז דאס מיליטער איז בייעסד קעגן אבאמא. איך וויל נאר וויסן פארוואס ס'איז אזא גוטע זאך אז דאס מיליטער זאל זיין בייעסד קעגן אבאמא אבער ס'איז א הימל געשריי אז די מידיא איז בייעסד קעגן בוש.
וויפיל מאל וועל איך דיר דארפן איבערפרעגן די שאלה ווילאנג ס'וועט דיר אריינגיין אין קאפ?
סקארבארא און סליווא האב איך ליב ווייל זיי זענען האנעסט, לעבן אינעם מציאות און זאגן ארויס זייער נארמאלע מיינונג. למשל די וואך האב איך געהערט וויאזוי סליווא אטאקירט עי איי דזשי פאר'ן אויסטיילן באנוסעס פאר זייערע ארבעטערס. איך האב מורא'דיג הנאה געהאט דערפון, ווייל איך האלט אז איינער וואס איז קעגן וועיסטן גאווערמענט מאני און האלט אז די גאווערמענט מעג וועיסטן געלט אויף עי איי דזשי באנוסעס איז א היפאקריט. סליווא איז נישט קיין היפאקריט.
נשלח ב-7/5/2009 20:41
Ziskeit כתב:
ס'געפעלט מיר וויאזוי בנשימה אחת באוויינסטו וויאזוי די מידיא איז בייעסד קעגן די רעפובליקאנער און דו פרייסט זיך וויאזוי דאס מיליטער איז בייעסד קעגן די דעמאקראטן.
די ווילסט נאך ראיות? איך קען שטיין דא אגאנצן טאג אין איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן
אגב, ווען די רעפובליקאנער וואלטן ווייניגער אויסגעהערט אזעלכע פאנאטיקער ווי ראש לימבא און שאן הענעטי און זיך מער צוגעהערט צו אזעלכע אפּען מיינדעד מענטשן ווי דזשאו סקארבארא און קורדיס סליווא וואלטן זיי נישט געווען אין די מינאריטי יעצט.
סקארבארא האב איך פיינט אבער איך בין סורפרייזט אז די האסט ליב curtis sliwa איך האב אים ליב אין ספעציעל ווייל ער איז א גרויסע אוהב ישראל אין פרא מדינת ישראל (באשייגעץ מיך נישט איך ווייס אז עס א סאטמערע פורום אבער איך בין נישט קיין סאטמערע חסיד) אין איך האב שוין געשמיעסט מיט אים ביי די book signing פין מארק לעוין'ס נייע בוך liberty and tyranny
נשלח ב-7/5/2009 19:47
אגב, עלמאנסי, וויל איך דיר קאמפלימענטן אויף דיין גוטן קליפ וואס דו האסט געברענגט עטליכע טעג צוריק איבער דזשאן סטוארט.
עס איז באמת א חוצפה פון סטוארט צו זאגן אז הערי טרומאן איז געווען א מלחמה קרימינאל.
ווער עס האט אמאל געליינט איבער הערי טרומאן ווייסט אז ער איז געווען איינער פון די רעספעקטפולסטע פרעזידענטן וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט.
ס'געפעלט מיר וויאזוי בנשימה אחת באוויינסטו וויאזוי די מידיא איז בייעסד קעגן די רעפובליקאנער און דו פרייסט זיך וויאזוי דאס מיליטער איז בייעסד קעגן די דעמאקראטן.
דאס ווייזט אז דו ביסט א היפאקריט אדער א שוטה.
אגב, ווען די רעפובליקאנער וואלטן ווייניגער אויסגעהערט אזעלכע פאנאטיקער ווי ראש לימבא און שאן הענעטי און זיך מער צוגעהערט צו אזעלכע אפּען מיינדעד מענטשן ווי דזשאו סקארבארא און קורדיס סליווא וואלטן זיי נישט געווען אין די מינאריטי יעצט.
נשלח ב-7/5/2009 18:52
זיסקייט דאכט זיך מיר אז די ריפארטערס דארפן יא זיין נייטראל.
איך דארף אויפזיכן וועלעכע פרעזידענט האט עס געזאגט אז ריפארטערס דארפן וואטשען אויפן פרעזידענט אין מאכן זיכער אז ער טוט אלעס גיט.
למעשה היינט ווענד זיך עס צי עס איז א רעפאבליקאנער אדער נישט די דעמאקרעטס טוהן למעשה וואס זיי ווילן אין ווען עס איז א ריפאבליקען הערט מען נישט אויך צי רעדן דערפין.
א ראיה פין שרה פעלין ווען יעדער האט געשריגען אז זי גייט מיט טייערע קליידער אין ווען די פרוי וואס האט געזאגט america is a downright mean country in 2008 זי גייט היינט מיט 500 דאלערדיגע סניקערס אין א צייט ווען די עקאנעמי איז שוואך הערט מען גארנישט.
איך האב שוין נישט קיין געדולד צי שרייבן אבער זיסקייט איך וויל דיר זאגן א זאך וואס שאן הענעטי זאגט שוין א לאנגע צייט:
journalism died in the year 2008
מ'זעהט עס ווען MSNBC האט גרעדט ווי אבאמא איז געדאנגען עסען האמבארגערס זיי זענען ממש געוועהן שיכור פין עקסייטמענט אין נאך אין נאך אן א שיעור.
ווען אבאמא פאררעדט זיך ווייל זיין טעלעפראמפטער האט נישט געארבעט פארענטפערען זיי אים אז ער איז געוועהן מיד אבער בוש האט זיך פאררעדט אין דיין hero john stewart AKA lebowitz די סעלף העיטינג jew אין די אנדערע בהמות נישט אויפגעהערט חוזיק צי מאכן דאס הייט journalism?
נשלח ב-7/5/2009 08:06
דאס הייסט היפאקריטיזם.
ווען רעפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי פאר בוש דאן איז עס א הימל געשריי.
ווען די מארינען געבן מער כבוד פאר בוש ווי פאר אבאמא ווייזט עס וואספארא שלעכטער פרעזידענט אבאמא איז...
ווען איך וואלט געווען פרעזידענט און איך וואלט געקענט אויסקלייבן צווישן האבן דאס מיליטער אדער האבן די רעפארטערס וואלט איך אויסגעקליבן דאס מיליטער. אלזא, הער זיך אויף משוגע צו מאכן און זיי העפי, אנשטאט קאמפלעינען א גאנצן טאג ווי א נאַר, נאכדערצו ווען דיין פרעזידענט האט דאס מיליטער אויף זיין זייט, בשעת דער צד שכנגד האט די ביסל נארישע רעפארטערס.
אגב, די סאלדאטן דארף געזעצליך זיין נייטעראל, און טארן זיך נישט אריינמישן אין פאליטיק, אבער די רעפארטערס דארפן געזעצליך נישט זיין נייטעראל.