בית פורומים כל העולם כולו

2 קליפס ריפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי בוש-סאלדאטן האבן מער ליב בוש ווי אבאמא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2009 07:22 לינק ישיר 
2 קליפס ריפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי בוש-סאלדאטן האבן מער ליב בוש ווי אבאמא



 








דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2009 08:06 לינק ישיר 

דאס הייסט היפאקריטיזם.

ווען רעפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי פאר בוש דאן איז עס א הימל געשריי.

ווען די מארינען געבן מער כבוד פאר בוש ווי פאר אבאמא ווייזט עס וואספארא שלעכטער פרעזידענט אבאמא איז...

ווען איך וואלט געווען פרעזידענט און איך וואלט געקענט אויסקלייבן צווישן האבן דאס מיליטער אדער האבן די רעפארטערס וואלט איך אויסגעקליבן דאס מיליטער. אלזא, הער זיך אויף משוגע צו מאכן און זיי העפי, אנשטאט קאמפלעינען א גאנצן טאג ווי א נאַר, נאכדערצו ווען דיין פרעזידענט האט דאס מיליטער אויף זיין זייט, בשעת דער צד שכנגד האט די ביסל נארישע רעפארטערס.

אגב, די סאלדאטן דארף געזעצליך זיין נייטעראל, און טארן זיך נישט אריינמישן אין פאליטיק, אבער די רעפארטערס דארפן געזעצליך נישט זיין נייטעראל.



תוקן על ידי ziskeit ב- 07/05/2009 8:14:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2009 18:52 לינק ישיר 

זיסקייט דאכט זיך מיר אז די ריפארטערס דארפן יא זיין נייטראל.
איך דארף אויפזיכן וועלעכע פרעזידענט האט עס געזאגט אז ריפארטערס דארפן וואטשען אויפן פרעזידענט אין מאכן זיכער אז ער טוט אלעס גיט.
למעשה היינט ווענד זיך עס צי עס איז א רעפאבליקאנער אדער נישט די דעמאקרעטס טוהן למעשה וואס זיי ווילן אין ווען עס איז א ריפאבליקען הערט מען נישט אויך צי רעדן דערפין.

א ראיה פין שרה פעלין ווען יעדער האט געשריגען אז זי גייט מיט טייערע קליידער אין ווען די פרוי וואס האט געזאגט america is a downright mean country in 2008 זי גייט היינט מיט 500 דאלערדיגע סניקערס אין א צייט ווען די עקאנעמי איז שוואך הערט מען גארנישט.

איך האב שוין נישט קיין געדולד צי שרייבן אבער זיסקייט איך וויל דיר זאגן א זאך וואס שאן הענעטי זאגט שוין א לאנגע צייט:
journalism died in the year 2008

מ'זעהט עס ווען MSNBC האט גרעדט ווי אבאמא איז געדאנגען עסען האמבארגערס זיי זענען ממש געוועהן שיכור פין עקסייטמענט אין נאך אין נאך אן א שיעור.

ווען אבאמא פאררעדט זיך ווייל זיין טעלעפראמפטער האט נישט געארבעט פארענטפערען זיי אים  אז ער איז געוועהן מיד אבער בוש האט זיך פאררעדט אין דיין hero john stewart AKA lebowitz די סעלף העיטינג jew אין די אנדערע בהמות נישט אויפגעהערט חוזיק צי מאכן דאס הייט journalism?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2009 19:09 לינק ישיר 

זשורנאליזם שטארבט יעדעס מאל ווען רעפארטערס שרייבן גוט אויף א דעמאקראט און שטייט אויף תחיית המתים ווען רעפארטערס שרייבן גוט אויף א רעפובליקאנער...

אוודאי איז א פראבלעם ווען רעפארטערס זענען בייעס (אויף וועלכע זייט ס'זאל נאר זיין). ס'איז אבער א גרעסערע פראבלעם ווען דאס מיליטער איז בייעס, ווייל דאס ערגסטע וואס רעפארטערס קענען טאן איז שרייבן שלעכטס אויפ'ן פרעזידענט, אבער דאס מיליטער קען אומווארפן די רעגירונג.

ס'געפעלט מיר וויאזוי בנשימה אחת באוויינסטו וויאזוי די מידיא איז בייעסד קעגן די רעפובליקאנער און דו פרייסט זיך וויאזוי דאס מיליטער איז בייעסד קעגן די דעמאקראטן.

דאס ווייזט אז דו ביסט א היפאקריט אדער א שוטה.

אגב, ווען די רעפובליקאנער וואלטן ווייניגער אויסגעהערט אזעלכע פאנאטיקער ווי ראש לימבא און שאן הענעטי און זיך מער צוגעהערט צו אזעלכע אפּען מיינדעד מענטשן ווי דזשאו סקארבארא און קורדיס סליווא וואלטן זיי נישט געווען אין די מינאריטי יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2009 19:47 לינק ישיר 

אגב, עלמאנסי, וויל איך דיר קאמפלימענטן אויף דיין גוטן קליפ וואס דו האסט געברענגט עטליכע טעג צוריק איבער דזשאן סטוארט.

עס איז באמת א חוצפה פון סטוארט צו זאגן אז הערי טרומאן איז געווען א מלחמה קרימינאל.

ווער עס האט אמאל געליינט איבער הערי טרומאן ווייסט אז ער איז געווען איינער פון די רעספעקטפולסטע פרעזידענטן וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט.

און הערי טרומאן איז געווען א דעמאקראט.

ער איז געווען מיין פעיוואריט דעמאקראט. א דעמאקראט וואס האט זיך געזארגט פאר די ארעמע און באקריוודעטע אבער איז אין די זעלבע צייט אויך געווען א גלויביגער מענטש און א שטארקער פאטריאט.

ווען הערי טרומאן וואלט היינט געווען פרעזידענט וואלט ער געגאנגען אין מלחמה קעגן איראן און ערשט דאן זיך געזארגט וויאזוי פטור צו ווערן פון סאדאם כוסעין, אבער נישט פאר ער כאפט אסאמא בין לאדין. ער וואלט געווען אנטי ג..., אנטי עבארשען, און פרא מיליטער און פון די אנדערע זייט וואלט ער געגאנגען סאך ווייטער ווי אבאמא מיט זיינע גרויסצוגיגע עקאנאמישע פלענער, ער וואלט געווידמעט פיל מער געלט פאר ריבילדינג אמעריקע. און אבאמא'ס העלט קעיר פלאן וואלט געווען פון די ערשטע זאכן אויף טרומאנ'ס ליסט.

אבער דזשאן סטוארט איז נישט דער ווארטזאגער פון די דעמאקראטישע פארטיי. ער איז א קאמידיען וועלכער זאגט אסאך מאל וואס איך וויל הערן און אסאך מאל זאגט ער וואס כ'וויל נישט הערן. איך נוץ דעם מוח וואס השי"ת האט מיר געגעבן צו פונאנדערשיידן בין טוב לרע. ס'מיינט נישט אז ווייל א דעמאקראטישער טאק שאו האוסט האט עס געזאגט מוז איך עס אננעמען און טאנצן קדוש.

ס'איז צייט אז דו און א קליינע מינאריטי אנדערע יונגעלייט זאלן אויך וויסן וויאזוי צו נוצן דעם קאפ און אנערקענען אז עטס זענטס נישט קיין פאפעטס פאר ראש לימבאו און שאן הענעטי און עטס דארפטס אליינס באשליסן ווען זיי פארטרעטן באמת ענקערע אינטערעסן און ווען נישט.



תוקן על ידי ziskeit ב- 07/05/2009 20:06:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2009 20:41 לינק ישיר 

Ziskeit כתב:
ס'געפעלט מיר וויאזוי בנשימה אחת באוויינסטו וויאזוי די מידיא איז בייעסד קעגן די רעפובליקאנער און דו פרייסט זיך וויאזוי דאס מיליטער איז בייעסד קעגן די דעמאקראטן.

די ווילסט נאך ראיות? איך קען שטיין דא אגאנצן טאג אין איך וועל קיינמאל נישט ענדיגן


אגב, ווען די רעפובליקאנער וואלטן ווייניגער אויסגעהערט אזעלכע פאנאטיקער ווי ראש לימבא און שאן הענעטי און זיך מער צוגעהערט צו אזעלכע אפּען מיינדעד מענטשן ווי דזשאו סקארבארא און קורדיס סליווא וואלטן זיי נישט געווען אין די מינאריטי יעצט.

סקארבארא האב איך פיינט אבער איך בין סורפרייזט אז די האסט ליב curtis sliwa איך האב אים ליב אין ספעציעל ווייל ער איז א גרויסע אוהב ישראל אין פרא מדינת ישראל (באשייגעץ מיך נישט איך ווייס אז עס א סאטמערע פורום אבער איך בין נישט קיין סאטמערע חסיד) אין איך האב שוין געשמיעסט מיט אים ביי די book signing פין מארק לעוין'ס נייע בוך liberty and tyranny



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2009 21:50 לינק ישיר 

איך האב דיך געפרעגט צי דו ביסט א היפאקריט אדער סתם א שוטה, פארוואס האסטו געמוזט פיקן אפשאן 2?

ניין, איך דארף נישט קיין ראיות אז די מידיא איז בייעסד קעגן בוש און אז דאס מיליטער איז בייעסד קעגן אבאמא. איך וויל נאר וויסן פארוואס ס'איז אזא גוטע זאך אז דאס מיליטער זאל זיין בייעסד קעגן אבאמא אבער ס'איז א הימל געשריי אז די מידיא איז בייעסד קעגן בוש.

וויפיל מאל וועל איך דיר דארפן איבערפרעגן די שאלה ווילאנג ס'וועט דיר אריינגיין אין קאפ?

סקארבארא און סליווא האב איך ליב ווייל זיי זענען האנעסט, לעבן אינעם מציאות און זאגן ארויס זייער נארמאלע מיינונג. למשל די וואך האב איך געהערט וויאזוי סליווא אטאקירט עי איי דזשי פאר'ן אויסטיילן באנוסעס פאר זייערע ארבעטערס. איך האב מורא'דיג הנאה געהאט דערפון, ווייל איך האלט אז איינער וואס איז קעגן וועיסטן גאווערמענט מאני און האלט אז די גאווערמענט מעג וועיסטן געלט אויף עי איי דזשי באנוסעס איז א היפאקריט. סליווא איז נישט קיין היפאקריט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2009 21:51 לינק ישיר 

א גאר גוטע קליפ פון מאוו אן

http://www.youtube.com/watch?v=ms2b57MLqZs&feature=player_embedded

(און ניין, איך בין נישט אלעמאל מסכים מיט מאוו אן)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2009 22:22 לינק ישיר 

move on דארף אינטערגיין זיי זענען בייעסט פאר די דעמאקרעטס אין george סאראס פאנד די א.ג. ארגענעזאציע

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/5/2009 22:37 לינק ישיר 

ג-טעניו זיסער...

די דעמאקראטישע פארטיי דארף אונטערגיין, זיי זענען בייעסד פאר אבאמא.
דער איד דארף אונטערגיין, זיי זענען בייעסד פאר רז"ל.
דער בלאט דארף אונטערגיין, זיי זענען בייעסד פאר ר"א.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2009 08:40 לינק ישיר 

איך האב זייער מקצר געוועהן אין מיין פריעדיגע תגובה
דאס איז נישט די סיבה
move on האט א tax examption אין למעשה מאכן זיי פראפיט פין די דעמאקרעטס ווי געשריבן אין מיין פריעדיגע תגובה איז למעשה פארלעצן זיי די געזעץ אין נאך 100 זאכן וואס איך האב ממש נישט קיין געדולד אריינציגיין אין דעם.

אז די ווילסט איך פאר דיר א מענטש וואס האט געארבעט אין די רעיגן אדמיניסטראציע אין אויך א constitutional lawer אין ער וועט דיר פינקטלעך מסביר זיין אלעס לגבי move on
זיין נאמען איז....

MARK LEVIN

ער האט עס שוין מסביר געוועהן 100 מאל מיט באווייזן אויך אז די ווילסט פרעג אים.
אין אויך האב שוין אויפגעגעבן זיך צי טענה'ן מיט דיר. די ביסט א דעמאקראט אין לכאורה וועסטי בלייבן א דעמאקראט.

הצלחה





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 2 קליפס ריפארטערס געבן מער כבוד פאר אבאמא ווי בוש-סאלדאטן האבן מער ליב בוש ווי אבאמא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext