אין די טעג זענען די לופטפעלדער דא און ניו יארק פיל מיט הונדערטער אדער גאר טויזענטער יודען מיט פלאכע היטען און די רונדיגע שטאפענע היטן ביי אלע לופט ליניעס, יא אויך ביי אל-על
אויפן וועג קיין ארץ ישראל צום הילולא דרשב"י און זענען מקיים דעם ואשרי הנוסעים על ציונך
וויל איך וויסען דעם שטעלונג פון ויואל משה זצ"ל וועגען פארן אויף ל"ג בעומר
און וואס איז גיווען דעם שטעלונג פון דברי יואל זצ"ל וועגען פארן אויף ל"ג בעומר
אויך איז כדאי צו וויסען דעתם פון ויואל משה זצ"ל און דברי יואל זצ"ל פון דעם מעמד דעם לעצטען פרייטאג ערב שבת קודש פר' אמור וואו אריבער הונדערט יונגעלייט מיטן סאטמארען לבוש וואס רובם האבן גילערנט און די סאטמארע מוסדות פון קינדערגארטען ביז די חתונה האבען גדאווענט ברוב עם תפלות וותיקין ביים כותל המערבי {און פארלאנגט נישט צו זאגען תחנון ווייל און סאטמאר זאגט מען דאך נישט קיין תחנון פרייטאג} בראשות הרב ר' בנימין אייזענבערג שליט"א און פון דארט איז מען געפארען פראווען סעודת פסח שני ביים קבר רחל
און פרייטאג צונאכטס מיט גרויס התעוררות ווידער געטאנצט מיט גיהויבענע ריקודים בר יוחאי ביים כותל המערבי
נשלח ב-12/5/2009 19:09
וואו, די געלעכטער צום סוף איז ווערט אלע געלטער. א פרייע צירקוס אלטר משה סטיל. ווי אויך די 'וויינעריי' אינמיטן, איז דאס זיס.
אגב, נאר מיר דאכט זיך אז די בענקלעך זענען געגאנבעט פון היכל ראזענבערג? (אויך די פאול אינמיטן קוקט אויס ווי געקאפיט פון די שטיינער פון גרויסן ביהמ"ד... נעבעך)
נשלח ב-12/5/2009 15:36
הערטס ווי צום סוף ווען ער גייט אוועק פון באלעמער געט ער זיך א לאך אונטער און רופט זיך אן "לייג עס שוין ארויף! הערסט?..."
בלומבערג! איינער שרייבט מיר אין אישי אז עס איז געווען פרייטאג פסח שני איז דאס א שלחן ערון אז מען זאגט נישט תחנון
נשלח ב-11/5/2009 08:01
דאס וואס בלומבערג שרייבט תלמידים וואס האבען גילערנט און סאטמאר ביז די חתונה דאס איז נישט אמת
דאס איז יונגעלייט וואס פאר זיי לערנען און רבינ'ס ישיבה און קרית יואל איז זיי נישט גוט גיווען, ווייל סאיז נישט אונטער די הנהגה פון די אלטע גיווארדיע פון בעל הארבער בעיקערטאון און בלית ברירה האט מען געשיקט אונדערפרעמד איז מען אהייםגעקומען מיט פרעמדע השקפות אבי נישט ביים סיגעטער רב אלעס איז גוט אפילו די כותל
שיין דערלעבט
נשלח ב-11/5/2009 03:24
בלומבערג!
ביזט אינטרעסאנט...
מען האט נישט געזאגט תחנון ווייל עס איז די וואך פון הוד ביי די ספירה און מיט סאטמאר האט דאס גארנישט!
נשלח ב-10/5/2009 22:04
א משפיע און בארא פארק א יונגערמאן און די דרייסיגער יארען א תלמיד פון לוצערן - לעיקוואד א פה מפיק מרגליות טוט אויף גדולות ונצורות = אבער ?
פארוואס ביים כותל ?