משה גארביטש פעטש אפדעיט
משה גארביטש איז געווען די וואך באהאלטן אין קווינס קעמפ מיט זיין צובלוטיגטן בג"ץ פנים, ער האט א גאנץ שבת געשוימט און געשימפט מיט די ארגסטע טויטע קללות אויף די אהרונים ובפרט אויף די בני ברק'ער אידן.
ער האט געזאגט פאר משה שמואל זופניק אז ער וועט אים זאגן א באמבע, אזוי ווי משה שמואל זון איז געווען דער איינציגסטער וואס האט זיך וואוסענדיג געמאכט פון אים אין מירון (ווי באלד געשריבן), וועט ער אים זאגן די מעכטיגע באמבע.
אז ...???
רז"ל גייט פארן קומענדיגן יאר שבט קיין א"י, און משה האט זיך די בארד אנגעכאפט און געזאגט איך שווער דיך מיט די בארד אז....?
אוי וואס...? יא...
אז ער גייט פירן שבת טיש אין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק....
טראך א באמבע...!
זופניק האט אנגעהויבן צו שטאמפלן הערנדיג אזאנע בפירוש'דיגע דברי משה גארביטש, ער האט געזאגט פאר משה די זאגסטו מיר צו? די שווערסט מיך?, איך קען עס פארציילן פאר יעדעם...?
משה זאגט אים, אז נישט קענסטו מיין בארד אפשניידען אין אדר...
זופניק האט גלייך געכאפט זיין טעלעפאן אנגעריפען אלע זאלונים און זיי מחזק געווען...
ווי עס קוקט איצט אויס וועט משה פארבלייבן מיט א צובלוטיגטען פארקאליטשען פנים וואס די בני ברק האבן אים געמאכט, א צוקלאפטן הינקעדיגנען פיס וואס אייזיק לעפקאוויטש האט אים געמאכט, און איצט אן א בארד וואס זופניק וועט אים אראפ שניידן....
די מעשה מיט זופניק איז אזוי
משה גארביטש איז אנגעקומען ל"ג בעומר אינדערפרי קיין א"י, ער האט זיך גערישט אז ביים עריפארט וועט אים אפווארטן א דעלעגאציע פון אנשים מכובדים מנהלי המוסדת חברי העדה וכו', אזוי ווי אמאל אין די גוטע צייטן ווען ער האט די וועלט געפירט (אוי... זכרני די אמאליגע צייטן).
דערווייל קומט ער אן דארט ער קומט אראפ פון פליגער, קיינער ווארט אים נישט ביים פליגער, מען נעמט אים נישט אראפ ביים דרך המלך, ער קוקט אהער און אהין קיין הונט ווארט אים נישט אפ דארט, מען שיקט אים ווייטער צו די געהעריגע וועג ווי יעדער גייט אראפ, ענדליך ער כאפט זיך דעם אטעם א חשוב'ע דעלעגאציע ווארט אים אפ.
ווער..? תימן'נער טאלער, צוזאמען מיט משה שמואל זופניק בחור...!
א מחי' אפגעאטעמט.
ויסעו, ער פארט אויף מירון, טאלער זאגט אים אז היינט נאכט האט ער פאר אים אנגעגרייט א סעודה אין די זאלי'ס בונקער אין בני ברק, ווי ער וועט זאגן א דרשה און אנהעצן דעם עולם, אנקומענדיג אויף מירון לאזט אים איבער אינדערמיט, משה בלייבט נאר מיט משה שמואל זון וואס באגלייט אים ארויף צו די מערה, א מחיה.
די פראבלעם איז געווען אז אין מערה האט זופניק נישט געהאט קיין נערווען אריין גיין זאגן תהלים, לאזט ער משה אליין, ער זאגט פאר משה אז ווען ער איז פארטיג תהלים זאל ער אים קאלן.
פאסירט האט וואס האט פאסירט..., משה ווערט צובאלדט, צוקלאפט, גלעזער הוט קאפל פליען אוועק, ער פליט פון די מערה מיט בזיונות, ער קאלט זופניק מיט איין כעס, א טוץ מיט ווילדע מיאוסע קללות שרייט ער אים אריין אין טעלעפאן, זופניק קומט צו לויפן ער ראטעוועט משה ער גיט אים זיין הוט און קאפל, זופניק טוט זיך אן א קאפל פון א פרענק וואס גיט אים עס אוועק.
משה גיסט אויס זיין כעס אויף זופניק אזוי טוסטו צו מיר פארוואס האסטו מיך איבערגעלאזט, ער שעלט אים אן, זופניק זאגט אים שריי נישט אויף מיר וויל איך לאז דיך איבער אליינס, משה זעהט אז ער האט נישט קיין אנדערע ברירה ווערט ער שטיל, און בעט זיך איבער מיט זופניק.
אזוי שפאצירן זיי אראפ די בארג אבל וחפוי ראש, זיי גייען אריין צו ר' בערל פריעד שאטער טרעפט ער דארטן פאר א שווארץ יאר צוויי אהרונים, די 2 קוקן אן משה און זעהן זיין ביטערן מצב, זיי פרעגן אים וואס איז געשעהן, משה לאזט ארויס א טוץ מיט קללות מיטן פולסטן כעס ימח שמם.. וכו וכו, לאזט איבער זיין עסן און גייט ארויס פון דארט מיט אימפעט.
ער איז שנעל אראפ פונעם בארג ביז אונטן, קאלענדיג טאלער ער זאל שוין קומען אוועק נעמען פון מירון, ענדליך נאך א 2 שעה ווארטן קומט טאלער אן, משה קוויטשעט ווי א הונט אויף אים, ער דערציילט אים די חורבן וואס איז געשעהן, טאלער טראגט אים קיין בני ברק, משה זאגט אים קיין דרשה איז נישט דא איך בין נישט פורים, די גאנצע שטאט דארף נישט זעהן ווי איך בין צופליקט, איך וויל מיך באהאלטן ביז איך פאר אהיים.
אזוי איז ער אנגעקומען קיין בני ברק, טאלער האט אים גענומען צו זיין אפיס אינעם אנדערן זאל וואס ער האט ביים עק פון שטאט, דארט האט משה פארברענגט מיט זופניק א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי ווי ער האט געכאפט דעם פלייט צוריק קיין אמעריקא.
כי מלאכיו יצוה לך... טרא.. ריי... ראם... באם...
און וואס מיינט איר אז די פליגער איז געווען ליידיג פון אהרונים...?
טראך א פרישע בראך..!
פארזעצונג בקרוב
 |
|
|