בית פורומים כל העולם כולו

אמונה טפילה און ע"ז שקר רבי ז"ל - חלק ב'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2009 02:02 לינק ישיר 
אמונה טפילה און ע"ז שקר רבי ז"ל - חלק ב'

איידער מיר גייען ווייטער צום צווייטן טייל מוזן מיר צולייגן אייניגע הוספות צום פאריגן מאמר, מיר וועלן זיך אבער בכלל נישט אפגעבן מיט אפ ענטפערן די אלע זינלאזע רייד וואס אייניגע יונגלעך שרייבן דא און זענען מגיב אויפן פאריגן מאמר, מיר וועלן זיך ווייטער פראבירן צו האלטן צו אונזער ליניע און נישט ווערן אריין געשלעפט אין די שיחות נערים פון קינדער וואס זענען געבוירן משנת תש"מ ואילך, (כאטש וואס אייניגע האבן יא בארירט פאקטן פון די פריע יארן) מיר ווילן רעדן מיט מענטשן פון אונזער גיל וואס געדענקען נאך אביסל דעם אמאל און געדענקען נאך פון די י' יארן און העכער.

 

עס איז וויכטיג צו באמערקן אז כדי צו קענען עפעס נאכזאגן פון רבינ'ס געזונטע יארן מוז מען זיין לכה"פ העכער 60 יאר, ווייל נאך שנת תשכ"ח איז כמעט נישט געוועהן וואס צו הערן פון רביה"ק מכח דעם רבינ'ס שוואכקייט, און כדי צו זיין א בא בשנים און א פארשטענדיגע מענטש בשנת תשכ"ח האט מען דאן געמוזט זיין נישט ווייניגער פון 25 יאר, וואס איז היינט לכה"פ 65, ליידער איז דער גיל ממש א מיעוט פון סאטמאר, איינער וואס איז נאר אפי' 2 – 3 יאר יונגער קען שוין נישט זאגן אז ער האט געהערט און אז ער ווייסט דעם רבי'נס תורה ושיטה.

 

איינער האט אריין געשיקט פריוואט א מיינונג איבער די רבי ז"ל אידן, אז ער האלט אז די סיבה וואס זיי רעדן אזוי פון רבי'ן מיט אזא שטאלץ קומט גאר מחמת גיאות, ווי איינער זאגט אז מיר האבן געהאט א זאך וואס עטץ יונגווארג האבן נישט און דערפאר רעדן זיי מיט אזא גאוה פון רבי'ן, עד כאן הדעת יחידאי,

 

מיר האלטן אבער אז ס'איז נישט אמת, ווייל דער דור וואס האט זוכה געוועהן צו האבן דעם רבי'ן האט באמת געהאט א זאך וואס אנדערע האבן נישט געהאט, ווייל דאס וועט יעדער מודה זיין אז דער רבי האט נישט געהאט בדומה לו אינעם גאנצן דור אין קיין שום הינזיכט, ער האט נישט געהאט זיינס גלייכן בכלל ובפרט, סיי די געוואלדיגע השלמה, בתורה, בעבודה, בגמ"ח, בצדקות, בקדושה, בחכמה, אז מיר האבן אפי' נישט די השגה צו רעדן פון זיינע מדריגות,

נאר וואס, ער האט טאקע נישט באלאנגט צום היינטיגן דור, ס'איז געוועהן עקסטערע חסדים מתוך רחמיו ית"ש אז רביה"ק איז איבער געבליבן כדי מציל צו זיין דעם דור און איינפלאנצן אידישקייט פון דאסניי דאהי, ס'איז אנדערשט ווי אלע אנדערע צדיקים וואס זענען אוועק פון די וועלט און ס'איז איבער געבליבן נאך זייער הסתלקות אנדערע צדיקים כמותם, ווייל אז דער רבי האט נישט געהאט אפי' בדומה לו איז נישט געוועהן אחריו כמוהו, ממילא איז דאס באמת א זאך וואס דער נייער דור האט נישט קיין השגה, און טאקע דערפאר ווייל ס'איז אזוי שווער משיג צו זיין דעם רבי'ן איז נעבאך געשעהן אז די ריכטיגע רעלסן האבן זיך פארדרייט, און מ'קוקט אן דעם גאנצן רבי'ן ז"ל פאר א אפגאט ר"ל.

 

אז דער רבי איז טאקע געוועהן אזא גדול הדור, פארוואס זאלן נישט סאטמארע תלמודים זיך אריין לייגן אינעם רבינ'ס דרך הלימוד, ס'איז דא פון רבי'ן שטארקע תשובות להלכה, וואלט נישט געוועהן א שיינע זאך אז עלטערע בחורים און כולל יונגעלייט זאלן דורך טון תשובות דברי יואל און חי' סיגיות פון רבי'ן, זעהן וויאזוי דער רבי גייט צו צו א בירור הלכה אדער צו א סוגיא, אנשטאט אנצופילן די קעפ מיט פוסטע מאמרים און פאלשע מעשיות.

 

נאכן איבער טראכטן דעם פאריגן מאמר מיט אביסל ישוב הדעת האבן מיר באשלאסן אז מיר האבן נישט גענוג ארום גערעדט איבער דעם ענין פון די "מנהגים" און די מעשי הליצנות וואס ווערט געשריבן אויפן רבי'נס חשבון,

 

ראשית, האט דער רבי קיינמאל נישט געוואלט מ'זאל אים נאכטון, ער פלעגט טון אלע מיני פעולות מ'זאל נישט באמערקן זיין התנהגות כדי נאכצוטון, אנדערשט ווי ביי אנדערע צדיקים וואס האבן דירעקט באפוילן פארן ציבור אז אזוי און אזוי זענען זייערע מנהגים און זייער רצון איז אז מ'זאל אזוי טון,

 

אידן ווייסן אז רביה"ק האט זיך באהאלטן יו"ט סוכות כדי מ'זאל נישט זעהן וויאזוי ער בענטשט אתרוג, כדי דער עולם זאל טאקע "נישט" וויסן צו ער מאכט בכלל א ברכה (מחמת חשש מורכב), און מ'זאל טאקע נישט וויסן אויף וועלכן אתרוג ער שאלקט, און אזוי זענען פארהאן אסאך דוגמאות וואס דער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל אים נאכטון.

 

למעשה קומען ארויס מנהגים נגד ההלכה, אלע ווייסן דעם באקאנטן בריוו וואס דער מנחת יצחק (וואס רביה"ק האט אים געהאלטן פאר פוסק הדור) האט געשריבן קעגן די מנהגים איבער דעם וואס ס'שטייט אינעם מחזור אז דעם רבינ'ס מנהג איז געוועהן צו וואשן דאס גאנצע הענט יו"כ, מעג מען בכלל אריין שטעלן אזא מנהג?, מעג מען שרייבן אז דער רבי האט געטרינקען א קאווע סוכות פארן שאקלען לולב?, לאמיר זאגן אז ס'איז אמת (ס'איז מסתמא ליגנט) איז דאך אבער אנגענומען ביי רוב מנין ובנין פון חסידישע אידן נישט טועם צו זיין פארן שאקלען לולב.

 

צו מעג מען שרייבן אז דער רבי האט זיך נוהג געוועהן צו עסן גאנץ חודש ניסן מצות פשוטות, נגד א מנהג ישראל וואס איז איינגעפירט בכל תפוצות ישראל, כהנה וכהנה איז דא מנהגים שונים וואס וואלט נישט געטארט געשריבן ווערן, אפגערעדט ווען עס ווערט באגלייט מיט א שפראך פון קינדערישע אויסדריקן.

 

אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער מחבר פונעם בארימטן ספר "סכת שלם" האט געבעטן פאר ער האט ארויס געגעבן זיין ספר בשנת תש"מ די ווייסער'ס, צו ס'איז דא אייניגע מנהגים פון רביה"ק אויף סוכות ווייל אויב יא וויל ער דאס אריין שטעלן אין זיין ספר, דער אנטווארט איז געקומען אז ניין ס'איז נישטא קיין מנהגים פון רבי'ן אויף סוכות,

אויב אזוי פרעגט זיך די קושיא, פון האבן די אלע מנהגים ארויסגעשפראצט?, אין וועמענס גארטן זענען זיי געוואקסן?, אין וועלכע אויוון האט מען דאס געבאקן?

 

א איד דארף וויסן ובפרט א סאטמארע חסיד, אז ער האט א טאטן און א זיידן, און אזוי דארף ער זיך פירן, דער רבי האט קלאר נישט געוואלט אז אלע בחורים זאלן זיין אנגעטון אייניג מיט די זעלבע היטן, מיט די זעלבע יוני פארם, כדי צו ווייזן אז א סאטמארע חסיד איז נישט נאר דער וואס האט דעם ברייטן ביבער היט ווי דער רבי, נאר אויך דער קורצע רעקל וואס האלט די תורה און מגדל זיינע קינדער ע"ד התורה און איז נישט קיין ציוני איז אויך א ערליכע איד, (מיר האבן אויף דעם ראי'ס ברורות מתוך כמה מאמרים וואס דער רבי האט געזאגט ביחיד וברבים)

 

זאג קידוש ווי דיין טאטע האט געזאגט, און זייט נישט קיין זנב מיטן נאכמאכן דעם רבי'נס קידוש, נישט אזוי ווערט מען א סאטמאר'ע חסיד ווען מ'שאקלט זיך ווי דער רבי, נישט מיטן דאווענען אין א בארדיטשוב'ע סידור ווערט מען א סאטמאר'ע, און נישט מיטן זאגן יעדע צוויי מינוט "הע"....

א סאטמאר'ע חסיד מיינט א פשרה'לאזע שו"ע איד, ותו לא,

 

(און אלץ לצנותא דע"ז, מוזן מיר אראפ ברענגען א געוואלדיג חידוש וואס איז צוגעשיקט געוועהן דורך איינער פון די ליינער, וואס איז אים פארענפערט געווארן אין די לעצטערע יארן א מורא'דיגע סתירה וואס איז אים קשה געוועהן אויף די "מנהגים",

ווייל אין די ערשטע מהדורא פונעם הגדת דברי יואל שטייט אז דער רבי האט געהאט אויפן היסב בעט "כרים עד אין שיעור" קישענעס אן א שיעור (לאך נישט פון רבי'ן, דו שייגעץ!), ווידער און די צווייטע מהדורא שטייט דער רבי האט געהאט בלויז "כמה כרים", שטעלט זיך שאלה ווי זענען פארשווינדן געווארן אט די אלע קישענעס פונעם פאריגן מהדורא, ווי זענען די אלע קישענעס עד אין שיעור?.....


אט די קושיא איז שווער געוועהן עטליכע יאר, ביז ווילאנג ס'האט זיך אנגעהויבן די גרודער איבער די  "אריזאנע ווייץ" וואס איינער איז אויפגעקומען אז מ'שניידט די ווייץ צו שפעט מ'דארף ווען שניידן פריער, און יענער האט געברענגט א תנא דמסייע אז אין די "מנהגים" שטייט אז דער רבי האט געשניטן ווייץ "בעודן ירוקות" דאס מיינט אז די ווייץ זענען נאכנישט געוועהן פארטיג, הייבט זיך אן א טענה ס'איז דאך א בפי' "מנהג רבינו" אז מ'שניידט פרי די ווייץ?, האט זיך ר' מנשה פיליף לחרפתו געמוזט אין די עפנטליכקייט פארענפערן אז ער האט דאס טאקע אליין געשריבן אבער "לא דק בלשוני", ער האט נישט מדייק געוועהן פונקטליך וואס ער מיינט,

 

השתה דאתית להכא, קען מען שוין פארענפערן די שטארקע סתירה, אז דעם לשון פון "כרים עד אין שיעור" איז אויך לא דק....., און באמת איז טאקע נישט געוועהן קישענעס עד אין שיעור...., (און אז איינער לאכט איז ער א משכיל).

 

מיר האבן אויך פארשידענע אויפדעקונגען איבער פעלשונג פון ריכטיגע היסטאריע אין מושיען ש"י, ווי עס איז פארדרייט געווארן פאקטן לתועלת הפאליטיק, אויב מעגליך וועלן מיר מייחד זיין א עקסטערע מאמר בלויז איבער די פעלשונגען און סתירות וואס איז בכוונה געשריבן געווארן אנדערשט, כדי די מאמענטאלע חשונות זאלן שטומען ועוד חזון.

 

איצט לאמיר צוגיין ווי מ'האמיר געהאלטן,

 

עשה לך רב – לויט נגיעות און מאמענטאלע חשבונות

 

די גאס טראגט זיך ארום מיט א ווערטל וואס מיינט עשה לך רב - נעם דיר א רב, מיט אזא מעשה, ס'איז געוועהן א פרוי אין ב"פ וואס איז שבת צופרי אריבער צו א שכן'טע מיט א האט-קאפ צו בארגן אביסל הייס וואסער, די שכנ'טע עפנט די טיר און זעהט איר שטיין מיטן קאפ אין די האנט פרעגט זי, דו טראג'סט מיטן עירוב?,

זאגט זי יא, ר' יחזקאל ראטה איז מתיר,

פרעגט זי ווייטער אבער ר' יחזקאל אסר'ט דאך די האט קאפ'ס?

זאגט זי יא, אבער ר' חיים דוד כ"ץ איז מתיר,

פרעגט זי ווייטער, אבער ר' חיים דוד אסר'ט דאך אזא שייטל,

זאגט זי יא, אבער הרב בלומענקראנץ איז מתיר,

פרעגט זי ווייטער אבער הרב בלונעקראנץ אסר'ט די וואסער וואס איז אן א פילטער?

ענפערט זי יא, אבער פלוני אלמוני איז עס יא מתיר

און אזוי גייט דער שמיעס חוזר חלילה מ'נעמט אלע התירים פון אלע רבנים און מ'מאכט א לעבן, אויף דעם ארויף זאגט די משנה, עשה לך רב, נעם דיר איין רב, נישט נעם 10 רבנים אויסצוקלויבן יעדע'מס היתר,

א פיין ווערטל, יעצט לאמיר א קוק טאן וויאזוי מ'האט דן געוועהן די רבנים און זייערע הוראות, מיט די "היימישע" רבי זיכרוינעבראכע אידן'ס אויגן גלעזער במשך די לעצטע 30 -40 יאר,


ווען אין א נארמאלע חסידות, למשל באבוב, אויב איינער פון טארטיקוב'ע בי"ד קומט ארויס קעגן באבוב, וואס וואלטן באבוב געטון?, פשוט, זיי וואלט יענעם אויפגעהערט פרעגן שאלות, און געבלאזן אויף יענעם, און ווען יענער וואלט זיך איבער געבעטן וואלט מען אים צוריק גענומען און מוחל געוועהן למחצה שליש ולרביע.

 

ווידער אין סאטמאר איז די מעשה אנדערשט, ווען איינער גייט קעגן שטראם איז ער א שייגעץ א גוי א עוכר ישרא'ל, ווידער אויב דרייט ער איבער דעם דאשיק ווערט ער גלייך א צדיק הדורות און א מנהיג הדור, כדי צו פארשטיין קלאר'ער וואס מיר מיינען לאמיר דאס אייך צולייגן אויף קליין געלט און מיט קלארע פאקטן.

 

הגאון הצדיק גאב"ד קאשוי זצ"ל

די אמת'ע פאקטן:

א הייליגע איד, א מרביץ תורה איבער 50 יאר מיטן מסי"נ, א ירא שמים, א גאון, א צדיק ותמים,

וויאזוי האט מען אים דן געוועהן ביי די רבי ז"ל אידן?

בשנות הל': איז ער געוועהן אפגעפרעגט, מחמת זיין פסק וועגן אפיסעס און פראדשקעטס וואס איז נישט געוועהן אקצפעטירט אין סאטמאר, ווייל רביה"ק האט געזאגט פארן ברך משה אז ער וואלט נישט געדארפט אונטערשרייבן צוזאמען מיטן קאושי'ער רב דעם קול קורא (די יודעי חן ווייסן דעם פונקטליכן לשון), און מחמת זיין הוראה אז מוסודות התורה טארן נישט נעמען קיין פראגראמען, ואחרון הכביד אז ער האט גוזר געוועהן אויף די בחורים אז זיי טארן נישט קומען כ"א כסלו ווייל מ'באגריסט דארטן די פאלעטישאן'ס,

בנוסף חטא על פשע וואס ער איז געוועהן דער טאטע פונעם יעצטיגן קאשוי רב וואס האט ארויס געגעבן א חיבור מדור דור, ווי ער רעכנט אויס אלע חטאים פונעם היינטיגן דור ארויס לאזנדיג "ציונות", און ער איז יא מערר אויף מנהג רבינו איבערן אריינקומען פון די נשים צו ש"ש פאר שבע ברכות,

דעריבער ווער ס'האט געשיקט קיין קאשוי א בחור לערנען איז גלייך ארויף אויף די שווארצע ליסטע.

 

שנת תש"מ: איז געוועהן טענות כלפי דעם ברך משה היתכן ער איז מקרב די רבנים וועמען דער רבי האט מרחק געוועהן, דאס איז געוועהן א עון בל יכופר,

 

שנת תשמ"ב: ווי נאר ער האט מערר געוועהן אויף די פלייש, איז ער געווארן פוסק הדור, און ווער ס'האט געטראכט פון זאגן א קרום ווארט, איז באשריגן געווארן אז ער רעדט קעגן די שירי כנסת הגדולה,

 

שנות תש"ן: ביי פרשת בני יואל ואחריו סקול דיסטריקט, איז ער געווארן נישט נאר פוסק הדור נאר מופת הדור, ער איז נכתר געווארן אלץ דער כהן גדול מיטן אורים ותומים,

 

איר זעהט דעם ראולער קאסטער? מבירא עמוקתא לאגרא רמא, קודם אפגעפרעגט בכלית הירידה און נאכדעם צדיק הדורות, פארוואס? ווייל די פאליטיק האט מאמענטאל אזוי געשפילט.

 

הגה"צ מאנטיוואדעא רב זצ"ל

די אמת'ע פאקטן:

א מוראה הוראה מובהק, א גאון בכל חדרי תורה, א ירא שמים מרבים, א אפגעהיטענע איד, א זעלטענע מהדר במצות, און א שטארקע עומד על דעתו,

 

שנות הל': שוין אנגעהויבן פון סוף כ'ס, איז ער געוועהן דער ע"ז פון סאטמאר, ער האט מחזק געוועהן די "אייגענע אקציע'ס" ביי די יו ען, מ'האט געזאגט אין סאטמאר אז ר' אברהם זאגט א געצל מדברת מתוך גרונו של רבינו (כאטש ס'איז געוועהן ליגנט) ער איז געוועהן דערונטער דאס פארברענען דעם ציוניסטישן פאן ביום הפורים וואס דאס האט געהייסן א חטא אין סאטמאר יענע צייטן,

צוליב דעם האט ער נישט געמעגט קומען צום רבי'ן, ער האט נישט געקענט מספיד זיין חותנו הגה"צ מווייצן זצ"ל אין ביהמ"ד הגדול, מ'האט ארויס געווארפן בחורים פון ישיבה אויב מ'איז געגאנגען הערן זיין דרשה ביום ה' אייר, און אך און וויי ווער ס'האט אריין געשיקט א בחור צו אים לערנען.

 

שנת תש"מ: ווען דער ברך משה האט אים צוריק אריין געברענט אין בילד, האבן די רבי ז"ל אידן געהאט טענות אז ער איז מקרב די רבנים וועמען דער רבי האט מרחק געוועהן,

 

שנת תשמ"ב: האט ער נוטה געוועהן לדעת דעם ברך משה כלפי די פלייש און געזאגט אז דעם קאשוי'ער רב'ס מיינוג איז קיינעם נישט מחייב, טאקע דעפאר איז ער בזמן ההוא נאך נישט נתעטר געווארן אלץ ממלא מקום פון רבי'ן ז"ל,

 

תשמ"ט והלאה: פרשת בני יואל איז ער געווארן דער ממשיך דרך פון רבי'ן ז"ל, דא האבן די רבי ז"ל אידן געטראפן די המשכה, אפגערעדט ביי פרשת סקול דיסטריקט (ווי ס'איז דא סתירות אין יעדע דרשה) האט ער מכריז געוועהן אז מ'טאר מער נישט האלטן די קינדער אין די ק"י'לע מוסודת, און וואס א יאר שפעטער איז ער אלץ מער און מער געווארן דער ממלא מקום ממש פון רבי'ן ז"ל אליין,

 

עד כדי כך אז ביי זיין לוי' זענען ארויס געגאנגען די ת"ת קינדער מיט די תלמודי הישיבות (פון יו. טי, עי.) ווייל איינער פון די יעצטיגע הנהלה איז געוועהן פון די נאנטע מקורבים, שטעלט זיך די פראגע איז דער קאשוי'ער רב נישט געוועהן אזא צדיק ווי דער מאנטיוועדעיא רב?, צו וואס האט מען דא פארשטאנען אז מ'דארף פארשפארן די ת"ת'ס און דארט נישט?,

 

הפלא ופלא ווי דער רעדל דרייט זיך, ממש ווי אין קאני איילענד פארק, אט די רבי ז"ל אידן די "היימישע" וואס זענען פאר 30 יאר און איין צו געגאנגען יעדן ליל שישי און ערב ר"ח צום ציון הק', זענען פלוצלינג אנטרינען געווארן, זיי קענען שוין נישט קומען ווייל מ'האט מטמין געוועהן דעם ברך משה סמוך ונראה, אט זיי גייען היינט צו טאג'ס צינדן יעדע וואך גרויס לעכט (פון ר' לייבעלע גליק) ביים ציון פונעם מאנטיוואדעיא רב, ווייל ער איז ממלא מקום משנת תשמ"ט ואילך, ווייל בעפאר דעם איז ער געוועהן דער ע"ז.

איר פארשטייט דעם חשבון?


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מאנסי)

די אמת'ע פאקטן:

א שטארקע רבי פאר זיינע חסידים, מייסד געוועהן א חסידות מיט אסאך פרומקייט, א מתמיד, א פרומער, א עובד ד', א ערנסטע רבי וואס האלט חשבון אויף יעדן חסיד,

וויאזוי קוקן אים אן די אזוי גערופענע רבי ז"ל אידן?

 

שנות תש"כ: איז סאטמאר געוועהן אנגעווייטאגט אויף אים, איבער דעם וואס וויזניץ אין וויליאמסבורג ווי ער האט געדינט אלץ רב איז געוועהן די אייציגסטע קהילה וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צום רבי'נס הוראה בנוגע זמן ר"ת,

 

שנות תש"ל: נאכן מופן קיין מאנסי האט מען פארגעסן פון דעם, און אזויווי ער איז געוועהן אין א"י און נישט געגאנגען צום כותל, איז ער געווארן אין סאטמאר א חתן בראשית, מ'האט פשוט נישט געוויסט וואס צו טון מיט אים פאר שמחה,

 

שנת תשל"ט: איז ער געוועהן דער גרעסטע שייגעץ אין די היסטאריע, ווען ער איז ארויס געלאפן פון מעדיסאן סקווער גארדען, ווייל מ'האט גערעדט קעגן די אגודה, וואס האט ארויס גערופן ביי יעדן בייז בלוט,

 

שנת תשמ"ב ואילך: האט ער זיך צוגעשטעלט צום קאשויער רב איבער די איסור פון פלייש, און מ'האט זיך אנגעהויבן קלעבן אהין, ביי פרשת דיסטריקט האט ער אויף געטראטן מיט א דרשה פון אייניגע גימטריא'ס, און איז געווארן צדיק הדור,

 

שנות תש"ס: ווען ער קומט קיין וומס"ב לעשט מען אויס דעם שבת פייפער לכבודו, אלץ חנופה ער זאל נישט מוחה זיין אויפן אנגייעדיגן הליכה בעכראות.,
אין מען האט געווארט מיט'ן ברך משה'ס לווי' פאר א שעה ביז ער קומט אן.

 

הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א

די אמת'ע פאקטן:

א שטארקע בעל הוראה און פוסק, א מתמיד עצום, פון די ערשטע תלמודים פון רביה"ק אין ירושלים, א דיין וועמען דער רבי האט געשטעלט, און האט היינט די שענסטע כולל ובית הוראה אין ב"פ פון זיינע תלמודים,


שנות הל': איז ער געוועהן א אנגענומענע דיין, און זיין ווארט איז געוועהן מוסמך ווייל דער רבי האט אים געשטעלט, נישט מטעם ווייל ער איז א ת"ח, נאר ווייל "דער רבי" האט אים געשטעלט, (כשיטתם המבואר במאמר א').

 

תחילת שנות המ': ווי נאר ער האט מתיר געוועהן דאס פלייש, און זיך צוגעשטעלט צום ברך משה, האט מען אים געגעבן א צו נאמען "קל", ער איז געווארן איבערנאכט א קל ר"ל,

 

סוף שנות המ' ותחילת שנות הנ': ווען ער האט רעזעגנירט פון דיינות און געפענט דעם ביהמ"ד יראי ד', איז ער געווארן דער מלאך המושיע, ווער רעדט נאך נאכן אסר'ן דעם סקול דיסטריקט איז ער מוסמך געווארן להוראה שע"י די רבי זיכרונעבראכע אידן אלץ פוסק הדור בהדרו, איבעראל האט מען זיך ארום געדרייט מיט זיין תשובה להלכה קעגן דיסטריקט אין טאש,

 

שנות תש"ס: נאכן מתיר זיין דעם עירוב אין ב"פ איז ער צוריק געווארן א גוי, א קל, ווער ס'קען לאכט אפ פון זיינע הנהגות, ווייל ער אידאך מתיר דעם עירוב וואס דער רבי האט נישט געמאכט,

 

דא איז שוין דער ראלער - קאסטער אזוי געדרייט אז אויב מ'בינדט זיך נישט צו פעסט ביים פארן פליט מען אראפ מיט א קראפט....

 

הגה"צ דומ"צ קהילתינו וומס"ב (ראב"ד) שליט"א

די אמת'ע פאקטן:

א בעל הוראה, ומיראי הוראה, א למדן, א איידעלע איד, א בן גדולים וטובים, א שטארקע איש מכובד ביי אלע גדולי הדור,

 

די בליק ביי די פאלשע רבי ז"ל אידן:

שנות תש"ל: א רעספעקטפולע דיין וואס דינט די אינטרעסן פון די קהילה, פסק'נט שאלות פאר אינגעלייט, און טוט זיין עבודה בנאמנות,

 

משנת תש"מ ואילך: וואס ער האט געטון איז געוועהן געצווינגען ובאונס,

די הכרזה אז דער פלייש איז 100 פראצענט כשר – איז געצווינגען,

די איסור קעגן בני יואל – איז געצווינגען,

די היתר צו גיין אין קאורט קעגן הרבנות הצדיקת וועגן דעם הויז – איז געצווינגען,

די היתר אויפן סקול דיסטריקט – איז געצווינגען,

 

משנת תש"ס: איז יעדע זאך מאהבה ורצון, און נאך שעות ברורי הלכה,

די חתימה איבער קשר בוגדים - מתוך בירור להלכה,

די חתימה איבערן עירוב אויף ראדני אז ס'איז בלויז פאר גוים - מתוך בירור להלכה,

די היתר נישט צו גיין צו די"ת בשנת תשס"א - מתוך בירור להלכה,

די היתר בשנת תשס"ז צו גיין בערכעות אין ב"פ און אויך בבני ברק - מתוך בירור להלכה,

 

דא קריכט מען שוין ארויס פונעם ראלער - קאסטער, מ'גייט סתם אריין אין א באמפינק קאר און מ'פליט רעכט'ס און לינקס אן קיין ציל....

 

הגה"צ דומ"ץ קהלתינו מאנטריאל שליט"א

די אמת'ע פאקטן:

א מורה הוראה מובהק, א גאון וירא שמים, א תלמוד חביב ונאמן פון רביה"ק, א שטארקע מרביץ תורה, און מעמיד געוועהן די שענסטע תלמודים אין די לעצטע 25 יאר.

 

שנות תש"ל: איז ער געוועהן דער שלוח נאמן פון רביה"ק מחזק זיין אברכים אין מאנטריאל, און געהייסן איינער פון די שענסטע תלמודים וואס רביה"ק האט אהער געשטעלט.

 

שנות תש"ם עד שנת תש"ס: איז ער געוועהן אפגעפרעגט ביי די "היימישע" רבי ז"ל אידן, מחמת זיין שטארקע ארויסשטעל לצדו פונעם ברך משה, ווי ער האט ביי יעדן מצב זיך נישט צוריק געהאלטן פון ארויס קומען עפנטליך זאגן זיין מיינונג און מחזק זיין דעם ברך משה, גאר אסאך פיילן זענען געווארפן געווארן אויף זיין זייט, נאר צוליב דעם חטא פון זיך צושטעלן צו דעם ויאמונו בד' ובמשה עבדו.

 

שנות תש"ס: ווי נאר דער רעדל האט זיך א דריי געטון, איז ער צוריק געווארן תלמוד חביב, און מעתיקי השמועה פון רביה"ק, פון די איינציגע וואס ווייסן און פארשטייען אמת'דיג דעם רבינ'ס שיטה.

 

סך הכל איז אזוי:

יעדע רב מעג האבן זיין מיינוג און זיין דעה און איז נישט געבינדן צו קיינעם, די פראגע'ס שטעלן זיך נאר קעגן די וואס שטעלן זיך אונטער זיי נאר בעת ווען ס'קומט זיי אויס גוט, דא ווערט יענער א שייגעץ און א יאר דערויף איז ער צדיק הדורות, מ'פליט פון אויבן ביז אראפ מיט א עקסטרעמקייט,

 

וואס געשעהט?, איר ווילט נאך וויסן וואס ס'געשעהט?, כאפטס א בליק אין די גאסן, אין די שול'ן, אין די ישיבות, וויאזוי קוקן אויס אונזערע יונגעלייט, אונזערע בחורים, אונזערע קינדער, ס'פאלן אוועק גאנצע שטיקער פון כלל ישראל, און מ'ווייסט נישט פארוואס, די ווערטס הייזער זענען נעבאך פיל מיט אונזערע יונגעלייט, די סטעדיאמ'ס זענען פיל מיט אונזערע בחורים, די טיאטערן זענען פיל מיט היימישע פאר פעלקער, מ'זעהט געפעליכע ירידות ביי אידישע טעכטער, מ'הערט משוגע'נע מעשיות וואס ציטערט אויף יעדן אידיש הארץ,

מיר זיכן נישט דא סתם צו רעדן שלעכטס אויף אידן, אבער דאס איז דער פשוט'ע אמת'ע מצב און מציאות ביי אונזערע קרייזן.


פארוואס?, זייער פשוט, ווייל אז א קינד הערט פון זיין טאטן היינט אז פלוני אלמוני איז א שייגעץ, מארגן הערט ער פון אים אז ער איז א צדיק, פארלירט ער דאס גאנצע נאמנות, אז א קינד זעהט זיין טאטע וואס פלעגט רעדן קעגן ברך משה באגלייט מיט א טוץ קללות, קומט ביום כ"ו ניסן און וואשט זיך צו א הארטע בילקע אין פיש נאר כדי דער בילד זאל גוט אויסזעהן און אפשר וועט יענער דורך דעם קראכן, דאס איז א קלארע מעסעדש און א אנדייטונג פארן קינד אז לית דין ולית דיין, ס'איז א הפקר וועלט, ס'איז פורים, ס'איז נישטא קיין תורה, קיין מורא,

 

אפגערעדט צום ערשטן פראבלעם אז מ'האט אים לכתחילה נישט מחנך געוועהן צו די תורה, נאר מחנך געוועהן נאר צו דעם וואס דער רבי זיכרוינבראכע זאגט, (ווי שוין מבואר אין מאמר א') קומט נאך צו דער ראלער-קאסטער פון צדיק – רשע צדיק – רשע לפי דער מאמנעטאלע פאליטיק, ווערן דאך די יונגע מוחות צומישט, און מ'לאזט זיך ארויס מיט הפקרות אין די וועלט אריין, סאטמארע יונגעלייט פארן קיין א"י מיט אזא גרינגקייט, מ'טרעפט זיי ביים כותל, חברון, קבר רחל און ווי נישט, און ווען מ'פרעגט זיי היתכן דער רבי האט נישט געלאזט, קומט גלייך דער אנטווארט וואס איז שגור בפי די היינטיגע יונגעלייט "קאט די קרעפ" ווייל אין זיינע אויגן איז דעם הייליגן רבינ'ס מאמרים סתם עקסטרעמיזום, נאר דערפאר ווייל דעם רבינ'ס תורה איז נעבאך געקידנעפט אין די הענט פון אייניגע מסלפים און קיצונים, וואס געבן דעם אימעדש אז דער רבי איז געוועהן משה בער בעק, און האט זיך געפרייט ווען יעדער ציניוני איז געשטארבן,

 

גיי זאג זיי! אז דער רבי האט געוויינט אויף די אומגעקומענע ציונים לבי לבי על חלליהם, אויף די מסלפים האט דער רבי האט געוויינט ביי די נשא תורה אולי הם נטורי קרתא? הם מחרובי קרתא, דער רבי האט נישט געמיינט די דעמאטסדיגע נטורי קרתא און אוודאי נישט דער צדיק תמים ר' עמרם בלוי זצ"ל, דער רבי האט מכוון געוועהן קעגן די היינטיגע איינגערעטע נטורי קרתא וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די שטאט און זיי זענען די שומרים אויף די שיטה הקדושה און ה' אייר קען נאר רעדן ר' מנשה פילאף ווייל נאר ער פארשטייט די שיטה הקדושה,

 

עורו ישנים משנתכם, ס'איז צייט זיך אויף צו וועקן, ס'איז היינט א נייע וועלט, מ'קען שוין קיין שקר נישט פארקויפן אויף אייביג, ס'איז היינט א אפענע וועלט, מ'זעהט אלעס, מ'הערט אלעס, די גרעסטע הוכחה איז אונזער ארטיקל זעלבסט, מ'זעהט אז מענטשן האבן ארויס גענומע פון דא די וויכטיג נקודות פון די ערשטע טייל, דאס וואלט קלאר אין אמאליגע צייטן נישט געקענט פארקומען, ווייל ס'איז נישט געוועהן די מעגליכקייט דערצו, און אז ס'איז יא דא די מעגליכקייט לאמיר עס אויסניצן צום גוטן.

 

טייערע ליינער לאזט ענק אפ פון די אלע נארישע טענה'רייען, ווערטס אמת'ע תורה אידן, עכטע סאטמארע חסידים וואס לאזן זיך נישט רירן פונעם שו"ע, בויעט זיך נישט קיין הלכות אויף מעשיות, און אוודאי נישט קיין אידישקייט,

 

מיר האפן נאך ממשיך צו זיין איין ארטיקל און מיט דעם וועלן מיר שליסן אונזערע מאמרים, איבער די אמונה טפילה בעזה"ש.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2009 03:59 לינק ישיר 

נאך די פטירה פון מרן הדברי יואל זי"ע האט מען גיפרעגט הרה"ח ר' איד"א ז"ל פארוואס ער גיבט נישט ארויס די מנהגים און עס ווערט ארויגיגעבען דורך אברהם דוד מיט יחזקאל לויפער האט ער געזאגט אז ער האט כמה פעמים גיהערט פון דברי יואל שארפע לשונות און האט דאס אנגענומען פאר א אזהרה און האט מורא עובר צו זיין על רצון קדשו



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/5/2009 02:53 לינק ישיר 

האנדל דיך איין דעם קאססעט, וועסט דיך אליין איבערצייגן ווי סופרעמעסי מדבר מתוך גרונו פון ר' שמואל שלמה טעללער/ש.ב. מרגלית



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 01:50 לינק ישיר 

ער לייקענט מן הסתם אין מושיען של ישראל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/5/2009 01:45 לינק ישיר 

באלאנג וואס זאגט ער דארט דער טעלער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2009 01:38 לינק ישיר 

א חבר מיינער האט מיר געגעבן צו הערן דעם שיעור פון הרב שמואל שלמה טעללער/ש.ב. מרגלית שיעור #27 דעת קדשו פון רבי'ן ז"ל וועגן די בחירות צו די עירי' און איך בין שאקירט געווארן ווען איך האב געהערט אז ער פארקויפט דארט פאר די בחורים ענליך צו די דברי ניאוץ וואס סופרעמעסי שרייבט דא, געוואלד!!! ווי האבן מיר זיך דערקייקעלט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2009 03:23 לינק ישיר 

אפילו דער שוואצער זשאסף איז אויך געבליבן ביי די הרבנית הצדיקת.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/5/2009 09:28 לינק ישיר 

עס איז אינטערסאנט ארויסצוברענגען ווער די עכטע תלמידים און משמשים פון רבין זי"ע זענען ביי די אהרונים און ביי די זאליס, לאמיר איצט נעמען די משמשים פון רבין זי"ע.

אהרונים
ר' מאיר ישראל גאלדבערגער, ר' עקיבא וויינשטאק, ר' שמואל בראך, ר' שלמה היימאן

זאלונים
ר' יעקב ברוך טירנאווער, ר' יעקב הערש ברייער, ר' עזריאל גליק, ר' זלמן לייב וואלדמאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 22:56 לינק ישיר 

סופערעמעסי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 22:26 לינק ישיר 

סופרעמעסי זייער פיין.

אימוועלנידג ברענגסטו ארויס א מורא'דיגען חילוק צווישן ר' ישראל חיים מנשה מיט ר' יחזקאל ראטה

ר' ישראל חיים מנשה א די קוקסט גוט, איז איין שטיק פראד מיט חניפה אין זיינע פסקים כלפי די קהלה, ער האט געדרייט מיטן צינג ווי אזוי די ווינט האט געבלאזן, קען זיין ס'קומט מחמת ער איז א שוואכלינג, צי ער האט זיך דערשראקן פין א אביגדור יאקאבוויטש טאש.
( נישט פין זיין פריוואטן לעבן רעד איך )

ר' יחזקאל ראטה קען זיין ער איז א אינטערסאנטער מענטש
אבער ער האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן ארויס צי זאגן זיין אמת'דיגער מיינוג.
צי ביי די פלייש פרשה
ביי די בעדפארד הייזער איז געווען קעגן ברך משה.
ביי די סקול דיסטריקט איז ער אויך געווען קעגן ברך משה.
אין ביים עירוב האט ער זיך אנגעפיפן אויף גאנץ סאטמאר.

ער האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז איינער הערט אויף צי געבן געלט
צי זיך דערשרעקן פין טעראר
 וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג אזוי האט ער גע'פסק'עט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 19:53 לינק ישיר 

געוואלדיגע ווערטער וואס סופרמעסי שרייבט
טובים השנים מן האחד

נאר צולייגן א קליינע הערה, באקאנט די מעשה אמאל ביים סדר איז דער רבי ז"ל אריינגעקומען  און געמאכט קידוש אן די טלית און שטריימל אויפן קאפ, קיינער האט נישט געוואגט זיך אנצורופן, שפעטער ווען דער רבי האט באמערקט, האט ער דערציילט די מעשה פון ר' אורי' סטרעליסקער וואס פון זיין געוואלדיגע התלהבות ביים דאווענען איז געווארן א לאך אין זיין טלית, און אלע חסידים האבן אים נאכגעמאכט, האט דער רבי געזאגט באלד וועט מען שוין זאגן איך האב א ענין דערביי צו מאכן קידוש פסח אן א שטריימל.

מען זעט ווי ווייט דער רבי אט נישט גוואלט מען זאל קוקן און נאכמאכן זיינע מנהגים, און איך גלייב אז ער האט אויך נישט פארלאנגט מען זאל שניידן די נעגל אזוי ווי אים, פנקט ווי ער האט נישט פארלאנגט די הכנות זאלן נעמען אזוי לאנג ווי פאר אים.
ס'איז באקאנט אז דער רבי ז"ל איז געווען זייער א ריינער מענטש (בלע"ז פערטיקיולער)און וואס ער האט געטון איז לעצמו עשה נישט קיין הוראה לדורות, וואס ער האט געוואלט מען זאל אים נאכטון האט ער געשריבן אדער גערעדט דערפון ברבים.

און די אלע רבי ז"ל אידן זאלו זיך קודם אויסטשעקן ווי אזוי מען גייט ביי זיי אין שטוב, אויף דעם האט ער יא גערעדט און פארפירט וועגן שפיצלעך און אומגעדריוולטע זיידן, וויפיל פון די רבי ז"ל אידן גייען אזוי.
רז"ל רעבעצין אליין איז נישט געגאנגען אזוי ביז ווען ער איז געפארן אין ירושלים
און דוכט זיך אז קיין איינער פון ברך משה'ס קינדער חוץ די סאטמארע רעבעצין איז קיינער נישט געגנגען אזוי
ווי איז יעצט דער רבי ז"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 18:46 לינק ישיר 

סופרמסי איך ווינדער מיך אויף דיר די האסט נישט געמאכט אזא באשרייבנוג
 אויך ר' נתן יוסף מייזעלס זיכותו יגן אבל לא עלינו
ווי אזוי ער האט פורבירט צי פירן סאטמאר ווען די רבי איז געווען געזינט.
ווי אזוי ער האט געפירט סאטמאר ווען די רבי ז"ל איז נישט געווען געזינט.
ווי אזוי ער האט זיך פארטראגן מיט הרה"ג ר' מענדל פריעדמאן ז"ל מיט
הרה"ג ר' משה יאזאפוויטש שליט"א.
ווי אזוי סאטמאר האט אפגעאטמעט ווען ער איז געפארן אויף קיין לאנדאן .
פארוואס רוב יודען האלטן אז ר' נתן יוסף האט צי קיין חינוך נישט פארשטאנען .
אבער ביי ר' זלמן לייב'ס הכתרה האט ער געזעהן " די פנימער שיינען " .

איך וויל נאר צי לייגן א קליינע מעשה
אמאל איז געווען א שמיעס פין די גרויסקייט פין הרה"ג ר' אהרן קאטלער ז"ל
ר' נתן יוסף האט געזעהן אז מען מאכט אים שוין צי גרויס אין לערנען
האט ער זיך געגעבן א ריף אן, אז ביי אינז אין ישיבה איז דא 100 ר' אהרן קאטלער'ס 
האט זיף ר' אלי' דוד טירנויער זכרוינעלברכה געגעבן א ריף,  " אזויפיל שקצים האבן מיר אינז "....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 02:13 לינק ישיר 

טאקע א פלא פין די גלאנץ שידוך, ס'האט גארנישט מיט שאפארן.  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2009 01:26 לינק ישיר 

באלאנד וואס זאגסטו דא אז ר' זלמן איז יא אן איידעם ביים שיניעווע'ר? דאן פארוואס האט דער רבי זי"ע געכאפט א פראסק ביים ברית פון ר' חיים הערש אינמיטען זאגען די ברכות? און פארוואס האט ר' זלמן שטיל געמאכט זיין עלצטע ברידער ווען ער האט געשריגען אויף שפיץ פארוואס ער האלט נישט איין די תנאי, אז מען גיבט אים אוועק סנדקאות און ער גיבט אוועק דעם נאמען? וואס האט געבאדערט פאר ר' זלמן אז מען איז מוחה אויף א פרעמד מענטש ווען מען גיבט א פראסק פאר זיין טאטען אין זיין טאטען'ס אייגען ביהמ"ד? און פארוואס האט ער געמאכט אן עקסטער בר מצוה וואו אויך אן עקסטער מצוה טאנץ פאר זיין חיים הערש, לכבוד א ווילד פרעמדער מענטש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2009 22:15 לינק ישיר 

על כגון דא נאמר
טענו בחיטין והודו לזכר קדשו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2009 21:52 לינק ישיר 

אדמיראל, ווייטער א פלאנטער, כ"ק רבינו שליט"א האט זיך יא משדך געווען מיט שינעווער רבי'ן, הרה"ג ר' אלתר גלאנץ שליט"א-חדב"ן איז א שינעווער אייניקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אמונה טפילה און ע"ז שקר רבי ז"ל - חלק ב'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext