בית פורומים כל העולם כולו

באמבע: לעצטע מינוטן פון הגה"ק רבי מאיר זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2009 21:00 לינק ישיר 
באמבע: לעצטע מינוטן פון הגה"ק רבי מאיר זצ"ל

די לעצטע איד צו וועם הגה"ק רבי מאיר זצ"ל האט גערעדט איז הרבני ר' חיים העלער ני"ו חבר הנהלת קהלתינו בוויליאמסבורג, וחבר הנהלת מוסדת יטב לב דסאטמאר בארה"ק.

ר' חיים איז אריין צו רבי מאיר מיט די הנהלה פון A TIME וואס ר' חיים איז איינע פון די חברי הנהלה, זיי האבן גערעדט מיט רבי מאיר א האלבע שעה איבער וויכטיגע שאלות להלכה, דערנאך איז ר' חיים פארבליבן אליין, רבי מאיר האט זיך נאכגעפרעגט פון אים איבער די מצב פון סאטמאר, צום לעצט איז רבי מאיר אריבער צו די נושא איבער די שרעקליכע חילול ה' באופן נורא מיט דעם וואס די זאליס זענען אינעם ציוניסטישען בג"ץ קעגן קהלתינו ומוסדתינו בבני ברק.

רבי מאיר האט געזאגט פאר ר' חיים, אז ער דענקט נישט אין צענדליגע יארן אזא חילול ה' וואס זאל האבן פאר געקומען, דאס ארגסטע איז אז אידן וואס רופן זיך סאטמאר אידן, זאלן גיין אין מטהר זיין דעם גרעסטן טומאה בדורינו די טמא'נע בג"ץ, און מאכן אזא חילול ה' מקצה העולם ועד סופו, און טרעטן אזוי אפען אויף די תורה הק'.

רבי מאיר האט אים געזאגט די זאך טוט אים שרעקליך וויי, און איז כסדר מתפלל אז די אידן וואס זענען געגאנגען אין בג"ץ זאלן תשובה טאן און ארויס גיין, אבער האט רבי מאיר צוגעלייגט, אז די עבירה איז סתם לשם עבירה, ווייל אין בג"ץ וועלן זיי ממילא נישט מצליח זיין און די קדושה וועט מצליח זיין קעגן די טומאה.

דערנאך האט זיך ר' חיים גזעגענט און רבי מאיר האט אים געזאגט אז ער זאל איבערגעבן א פריסת שלום פאר רבינו שליט"א.

ביז אפאר מינוטן דערנאך האט ליידער בעונותינו הרבים פאסירט די שרעקליכע.

תהא זכרו ברוך.

עס איז דא א טעיפ דערפון און עס וועט אי"ה ארויסקומען נאך די שלושים.

תוקן על ידי טראק ב- 14/05/2009 20:58:36




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2009 02:21 לינק ישיר 

מיטן קל אדון וועט ער אנקומען צי די זון



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/5/2009 23:15 לינק ישיר 

און לויט ווי די אהרונים לייגן אראפ די געוואלדיג קשר ידידות צווישן רבי מאיר מיט ר' ארון איז נאך גאנץ מעגליך אז ר' ארון וועט זיך מיט אים טרעפן ערב שבת ביי מנחה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2009 22:48 לינק ישיר 

האסט נישט געענדיגט די באבע מעשה, אז נאכן פטירה איז ר' מאיר געקומען צו העלר אין חלום אז ער האט נישט קיין מנוחה אויף יענע וועלט אזוי לאנג מ'איז אין די ישראל'ישע קארט... די חלום איז אויך רעקארדירט און מ'וועט עס לאזן הערן נאך די שבעה

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 14/05/2009 22:47:31




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע: לעצטע מינוטן פון הגה"ק רבי מאיר זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext