בית פורומים כל העולם כולו

ווישניצער רבי הייסט וואטן פארן סקול דיסטריקט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/5/2009 20:17 לינק ישיר 
ווישניצער רבי הייסט וואטן פארן סקול דיסטריקט

די וואך דינסטאג קומט פאר אין מאנסי וואלן פאר די באורד אויף די סקול דיסטריקט.
רוב פין די באורד וואס לויפן זענען יודען פין מאנסי .
ווישניצער רבי שליט"א פין מאנסי איז זייער אינסטערמנטאל, אין ער האט געהייסן זיינע אלע חסידים וואטן פארן דיסטריקט. 

כלל ישראל וויל פארשטיין פארוואס אין קרית יואל האט נישט געטארט זיין א סקול דיסטריקט. 
אין מאנסי האלט דער ווישניצער רבי אז ס'מיז יא זיין.  



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 20:41 לינק ישיר 

און אצינד מיינע פאר צענט!!

גביר, וואס דו שרייבסט, איז במחילת כבודך הרמה בלויז הבלים,
ס'איז קיין שום חילוק צעווישן דעם מאנסיער סקול דיסטריקט און
דער קרית יואל סקול דיסטריקט, קיין איין דיסטריקט איז נישט אידיש,
דער קרית יואלער סקול דיסטריקט איז נישט געמל'עט,
א סקול דיסטריקט ווי עס זאל זיך נישט געפינען איז א חלק פון די סטעיט,
אויב דער קרית יואלער סקול דיסטריקט איז אידיש (לשיטתך) בלויז ווייל דער בארד איז אידיש,
און אזוי אויך אין מאנסי אויב דער באארד איז אידיש, איז דאס אידיש (לשיטתך),
דער חילוק איז זייער פשוט אזוי ווי דו האסט געשריבן...
ר' מאטעלע איז א פאליטישער מענטש, ער האט א שטארקע נגיעה ווען עס קומט צו זיינס א חסיד (א רבי איז נישט עקזעמפט פון שוחד יעוור, אפילו משה רבינו האט נישט געטארט זיין א עדות ביי זיין ברודער אהרן), און ער האט זייער ליב געלט.
און דאס איז דער ריינער אמת, הא לן והא להו, איך מעג און זיי טארן נישט,

לאז מיך דיך פרעגן, וואס מיינט "לשיטתם" (פון די בני יואל),
ווייסטו דען נישט וואס זייער שיטה איז?, רשעות און נאכאמאל רשעות!!!
אפשר ענטפערסטו מיר פארוואס אויב מיטעלמאן און לאנדא זענען די באארד
דאן איז די סקול באארד מינות וכפירה, און אויב פעדער און באנדא זענען אויפן
באארד דאן איז אלעס כשר וישר און דער שארמאשער מיט שאיע יאנקל שטויבער
מעגן גיין שטומען מיט א גארטל בדחילו ורחימו, הא?,
זייער שיטה איז רשעות, רשעות און ווייטער רשעות!
און דאס אנרופן א שיטה איז נישט אויפריכטיג און פארפירעריש,

דער פאקט איז אז אין קיין שום פאבליק פלאץ וואס ווערט אויסגעהאלטן פון
די גאווערמענט טאר מען נישט לערנען קיין רעליגיע, און דאס איז נישט קיין כפירה,
ווייל די גאווערמענט איז פארבאטן זיך צו מישן אין רעליגיע דייקא כדי צו פראטעקטן יעדענס
רעליגיע און נישט ארויף צו צווינגען איינעמס רעליגיע אויפן צווייטן,
דער פאקט איז אז דער פאבליק סקול טאר קיינעם נישט צוריק האלטן פון פראקטעצירן
רעליגיע אין זייער פראפערטי, זיי טארן נישט הייסן למשל אויסטוהן דאס קאפל,
אדער עסין אן קיין ברכה, צו ליינען קריאת שמע, אדרבה,
אויב וויל א קינד עסין אן א ברכה דארף דער טיטשער זאגן פארן קינד,
"דיין טאטע לאזט נישט עסין אן קיין ברכה" (ער טאר נאר מיט עהם (עמטליך)
נישט מאכן א ברכה, (ווייל ער ווערט דאך באצאלט ביי די גאווערמענט,
סא, ווי איז כפירה? (לשיטתם), נאר ווי אויבן געשריבן זייער שיטה איז
בלויז שנאה און רשעות, איך מעג און זיי טארן נישט,
און דאס זעלבע איז אין מאנסי, ווי איך מאך געלט איז מותר
אדער גאר א חוב קדוש, אבער דארט אין קרית יואל איז אסור בתכלית,

דאס איז מיין אויפפאסונג און נישט חלילה א פערזענדליכע אטאקע אויף גביר,






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 19:19 לינק ישיר 

גביר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/5/2009 10:34 לינק ישיר 

ישר כח גביר אדיר, גוט ארויסגעברענגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 07:51 לינק ישיר 

מיינע צוויי צענט

איך הייב נאכאמאל אן מיט דעם, איך בין נישט קיין וויזשניצער חסיד, ווער עס קען מיינע ביסל תגובות ווייסט דאס, און איךך וועל אפילו מסכים זיין אז ר' מאטעלע איז א פאליטישער מענטש, ער האט א שטארקע נגיעה ווען עס קומט צו זיינס א חסיד (א רבי איז נישט עקזעמפט פון שוחד יעוור, אפילו משה רבינו האט נישט געטארט זיין א עדות ביי זיין ברודער אהרן), און ער האט זייער ליב געלט.

אין אויך בין איך א שטארקער חסיד פון דעם דיסטריקט אין ק"י, און איך האב דאס שטארק דעפענדעט, בהלכה ובהשקפה.

אבער דאך איז דא א גרויסע חילוק פון מאנסי ביז קרית יואל (לפי שיטתם פון די אוסרים פון ק"י סקול דיסטריקט). דארט האבן חסידישע אידן, א אידישער ווילידש האט געמאכט אן אייגענעם סקול דיסטריקט, און דער דיסטריקט איז דאך כפירה (נאכאמאל, לפי שיטתם), ווייל מען טאר דאך דארט נישט לערנען רעליגיע.

דא ווידער, איז דער סקול דיסטריקט א גוי'אישער, וועלכער עקזיסטירט שוין יארן, אויפן זעלבן פארנעם, און שוין יארן וואס מען וויינט צו די גוי'אישע סקול באורד, פארוואס ווארפט איר געלט אין מיסט, איר האלט אויף מענטשן וואס האבן נישט קיין ארבעט, איר האלט אפן בילדינגס מיט איינגעשטעלטע וועלכע זענען גענצליך איבריג און טיילמאל כמעט ליידיג, איר גיט ריזיגע געהאלטן מיט באנוסעס מער ווי סיי וועלכער דיסטריקט אין ניו יארק סטעיט און מען זעט נישט אז די גרעידס פון די סטודענטס זאלן זיין העכער פון סיי ווי, איר רענאווירט יעדן איינציגסטן זימער בניינים פאר וועלכע עס פעלט גארנישט, סתם אזוי צו פאטשקען געלט.

מיר בעטן נישט אז זיי זאלן נישט נעמען געלט, אבער נעמט נאר וויפיל מען דארף. אזוי ווי אלעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, יעדעס איינציגע יאר, אין די לעצטע צוואנציג יאר, איז די צאל סטודענטן אין די פאבליק סקול סיסטעם געפאלן, און יעדעס יאר איז דער בודשעט ארויף מיט צען ביז פופצן פראצענט!!!!!!!!!!

צו דעם איז נאך דא די צרה וואס זיי האבן אויסגעטיילט שוידערליכע צרות פאר עלטערן פון ספעציעלע קינדער, דערפאר, האבן די היימישע אידן מחליט געווען אריינצואוואוטען היימישע פרומע חברה אין דעם "גוי'אישען" סקול באורד, און אזוי וועט בעז"ה ווערן אביסל סדר.

ע"כ, בקיצור, איך האלט פשוט אז דאס באוואשן ר' מאטעלע דא איז אביסל איבריג (פאקטיש זענען דא אויף אים בעסערע לשון הרע'ס וועלכע זענען מער אמת, דאס איז נישט אזא שטארקע טענה אויף אים, ווייל לשיטתו, איז ער גערעכט דא).

און לסיומא דמילתא וויל איך צולייגן אז עס איז נישט אמת אז ער האט נישט מוחה געווען אויף ר' ישראל'ס חסידים פארן גיין איר קאורט, ער האט נישט נאר מוחה געווען, נאר פערזענליך זיי געהייסן ארויסגיין פון קאורט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 06:45 לינק ישיר 

למעשה וויזניץ האט אסאך ציגעהאלפן פאר די וואלן רוב מענטשען וועם איך האב היינט אויפגעפיקט זענען געוועהן פין די וויזניצע געגנט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/5/2009 02:51 לינק ישיר 

וויזשניץ? ס'הערט זיך עפעס היימיש. אהה! ר' אהרן איז א איידעם דארט, יא וואס גייט דארט פאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2009 01:51 לינק ישיר 

יא !
די ווישניצער זענען היינט געגאנגען וואטן מיטן גארטל אנגעטיען אין געזינגן לעשות נחת רוח.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2009 20:18 לינק ישיר 

פעטערסאן, אויף דעם האט ער נאך באקומען א היתר פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מסתמא נאך פון זיינע מאנסיער יארן.

איך מעג אלעס, דו טארסט גארנישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2009 17:18 לינק ישיר 

you could even see it by the politics in viznits bnei berak where he was mocha when mandel want to court but when srul want he didn't even know that he is in court



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/5/2009 03:17 לינק ישיר 

ר' מאטעלע איז א פעק פאני פראד נישט פין היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2009 00:39 לינק ישיר 

די ווייטאג איז נישט די סקול דיסטריקט, ווייל ווען ס'קומט צי זיין געלט איז דאס גאר אנדערש אין ווישניץ

די ווייטאג איז נאר, אז די וואך שבת איז דער חבר הכנסת מאיר פריש געווען אין ווישניץ מאנסי
אין דער ווישניץ מאנסי רבי האט אים מכבד געווען מיט קה אכסוף.

דעס הייסט אריין געשטאכן א מעסער אין כלל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/5/2009 07:50 לינק ישיר 

האדמו"ר ממאנסי האלט אז א סקול דיסטריקט און מאנסי וועט ווערן קאנטראלירט ביי זיין זון הרב ר' ישראל וועט זיך פירען אויף גוטע רעלסען משא"כ און קרית יואל ווי סאיז נישט אונטער זיין השגחה ווער ווייסט צו וואס דאס קען ברענגען
מוועט נאך געבען ווייט פיש אדער טונא פיש - פאר תשב"ר אדער גאר -אייז קריעם- אדער נעמען בילדער פון צדיקים - אדער רעדען אויף די אגודה וכו' 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2009 23:28 לינק ישיר 

לאמיר אלע זינגען
געלט געלט מיין שטעטעלע געלט..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2009 22:00 לינק ישיר 

לאגיש די רעדסט פין פאליטיק..

נישט דא נאך אזא פאליטישן ווי ר' מאטעלע וואס יעדע ריר איז פאליטיק
ווען ער וויל מעג מען יא גיין אין קארט.
ווען ער וויל איז רעגירנוגס פראגראמען מותר.
ווען ער וויל איז די מאנסי עירוב מותר.
ווען ער וויל איז די מקוה טהרה מותר.

איז זייער נארמאל צי פארשטיין זיין קאפריזע מיינוג יעצט פארוואס די מאנסי סקול דיסטריקט יא מותר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2009 20:26 לינק ישיר 

אדמיראל איך בעט זייער נישט ח"ו צי מאכן א פאליטיק פין די וואלן
ס'איז זייער וויכטיג פאר דאס יונדעטום אין מאנסי אין פאר די חינוך, צי האבן אייגענע מענטשן
אין די באורד
אין צי מאכן א פאליטיק פאר אייגענע אינטערסען אין פירן אלטע חשבונות
 איז מאמענטאל ממש א סכנה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווישניצער רבי הייסט וואטן פארן סקול דיסטריקט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext