מיר זענען העכסט פארווינדערט און איבערגענומען ווי ווייט די פאריגע ארטיקלען האבן דעגרייכט און ווי מענטשן דריקן אויס שטיצע צו די אמת'ע ווארהייט איבער די פאלשע פאלשקייט, אבער לצערינו הרב זעהן מיר דאך אז טייל ליינער פארשטייען נישט ריכטיג דעם אמת'ע ציל פון די אלע ארטיקלען, מיר זיכן נישט סתם אנצופילן בלעטער פאר הונגעריגע ליינער און אנצופילן מענטשן'ס ליידיגע צייט אדער שאפן א מקום ווי זיך אויסצוטענה'ן, מיר ווילן פשוט אויפמאכן קעפ וואס זענען צוגעסטעפעלט געווארן און צוגענייט געווארן מיט גרויסע שווערע סטיטשעס במשך די יארן אונטער פאלשע מאמרים מיט א לבוש אז דאס איז אלעס דער רבי ז"ל.
מיר האבן נישט געצילט אראפ צו רייסן די "רבי ז"ל אידן" כדי צו געבן שטיצע צו די מיינונג אז ס'האט געדארפט זיין א ממלא מקום אין סאטמאר נאך כ"ו אב, מיר זעהן אז אין א דערנעבנדיגע אשכול פראבירט א שרייבער צו מאנעווירן אונזער ארטיקל כאילו דאס איז אונזער ציל אז וויבאלד מיר האבן געוואלט א ממלא מקום אין סאטמאר דעריבער רייסן מיר אראפ די "רבי ז"ל אידן" וואס די מערהייט פון זיי האבן נישט געוואלט קיין ממלא מקום, ניין, אונזער ציל איז בלויז דאס וואס שטייט אין אונזער קעפל (ביטעל ליינט אונזער קעפל נאכמאל) "די אמונה טפילה און ע"ז שקר",
דער שרייבער אומווילדיג גיבט ער צו שטיצע אויף אונזערע רייד וואס מיר האבן אנגעהויבן אינעם ערשטן מאמר, אז די אמונה טפילה איז איין געגעסן אין אלע טיילן פון סאטמאר, ווי מיר האבן געברענגט עטליכע דוגמאות אז דער נידון ווערט נישט באהאנדלט היינטיגע צייטן תורה'דיג צו הלכה'דיג, נאר רבי ז"ל יא צו רבי ז"ל נישט, און דער שרייבער לייגט נאך צו אז די אפי' אין די האלב וואס האט יא געוואלט האבן א ממלא מקום האבן אויך דן געוועהן די רבנים לויט זייער פאליטיק, לאמיר זאגן אז ס'איז אמת, אבער פון ווי איז די יניקה?, פון ווי איז דער מקור?, פארוואס ווען איינער זאגט אנדערשט ווי דיר איז ער א שייגעץ?, ווער האט דאס אריין געברענגט דא?, ער איז דאך קלאר מודה אז די דאזיגע חינוך וואס מ'האט מחנך געוועהן דעם דור אין סאטמאר איז נישט אויסגעהאלטן, ער טענה'ט נאר אז קיינער איז אין דעם הינזיכט נישט קיין נקי כפים.
צו דעם האבן מיר טאקע געצילט דעם ארטיקל, כדי צו פארשטיין וואס דא איז געשעהן און ווי מ'איז פארפארן, און ווי אהין מ'איז אנגעקומען, די האלב וואס האבן געהאלטן אז ס'דארף זיין א ממלא מקום האבן נישט געהאלטן אז דער ברך משה איז אפי' למחצה אזוי גרויס ווי רביה"ק, נאר וואס, זיי האבן געהאלטן אז דעם ברך משה'ס הנהגה איז א המשכה פונעם רבינ'ס מוסדות, און די אנדערע ווילן גאר צוברעכן סאטמאר, און צוברעכן סאטמאר האט מען געפרעדיגט ביז היינט איז ביהרוג ועל יעבור, קען זיין זיי זענען געוועהן עטוואס פליפ פלאפאר'ס כלפי זייער מיינוג איבער די רבנים, אבער כאטש איין ליניע האבן זיי געהאלטן גראד בתכלית הישרות, גערעכט צו נישט גערעכט האבן די אידן געהאלטן אז דער ברך משה איז סאטמאר און ווער ס'צוברעכט אים צוברעכט סאטמאר און ווער ס'שטיצט אים האלט צוזאמען סאטמאר, כלפי דעם ברך משה גופא איז נישט געוועהן קיין שום ראלער קאסטער, ווייל דאס איז געוועהן דער חינוך וואס די אלע מענטשן האבן מקבל געוועהן ביז אהער אז ווער ס'צוברעכט די הנהגה איז א גוי גמור און ס'איז מותר צו טון אלעס קעגן דעם, ווידער די א.ג. "רבי ז"ל אידן" די האבן נישט קיין געהאט קיין שום גראדע ליניע, איין זאך איז יא געוועהן ביי זיי גראד אנטי ברך משה, וואס אונטער דעם האט מען זיך געשטעלט און אזוי האט מען געפליפט - פלאפט מעלה מטה מזרח מערב דרום צפון, די שיטה וואס מ'האט געהאט ביז איצט אז מ'טאר נישט צוברעכן די הנהגה האט זיך איבער נאכט געטוישט.
(יעדע סאטמארע איד קען די תורה (וואס מאנכע האבן געהאלטן אז דאס איז דעם רבי'נס צוואה) גלייך נאך די הסתלקות פ' שופטים האט מען געטראפן א תורה אין חידו"ת תשט"ז, "ויהי בימים ההם אשר אין שופט בארץ איש כל הישר בעיניו יעשה", אז אין א זמן וואס איז נישטא קיין מנהיגים, דארף יעדער אליין זיין א מנהיג, ס'איז "אין שופט בארץ" ס'איז נישטא קיין מנהיג בישראל, דערפאר איש כל הישר בעיניו "יעשה" א לשון עתיד ער דארף אליין טון! ניטש פרעגן קיינעם עיי"ש, אונטער דעם "יעשה" האט מען געטון כל מי שלבם חפץ, ווייל דער רבי זאגט דאך "יעשה", (לפלא האט זיך די הנהגת ה"יעשה" אפגעשטעלט אין די ס' יארן ווען די בעלי היעשה האבן יא געטראפן א מנהיג ישראל)
מיר האבן לגמרי נישט קיין פראבלעם מיט די אידן וואס זענען געבוירן גלייך נאך די מלחמה תש"ז - תש"ח און זענען געוועהן תשכ"ח 20 – 21 יאר, אדרבה אז מ'קוקט אריין אין די בארימטע היסטארישע ספרים "מבצר התורה והיראה" ווי עס ווערט היסטאריש אפגעשריבן דעם רבי'נס הרבצת התורה מיט אמת'ע פאקטן, (דאכט זיך אז ביי די פאלשע רבי ז"ל איז דער ספר נישט אזוי מצוי, איי ס'איז א שטארקע ספר אינעם רבינ'ס היסאטריע איבער זיין הרבצת התורה, לאו דוקא געלבמאן איז מער נאמן....) איז דארט דא קאפיס פון די ליסט'עס פון די תלמודים בימים ההם, וואס מ'זעהט קלאר און דייטליך אז די גרעסערע חלק פראצענט פון די דעמאטסדיגע תלמודים זענען בעלי הכנעה וואס האבן צו געגעשטעלט צום ברך משה במליאו,
אונזער נקודה איז איין זאך, ווער איז דער וואס האט דער רשות צו זאגן אז ער איז א תלמוד וואס פארשטייט דעם רבינ'ס תורה ושיטה.
לאמיר שוין אנעמען אז די יעצטיגע 60 – 65 יעריגע האבן א מיינונג, איז דאס משל למה הדבר דומה, האדמו"ר ר' הערשלע ספינקא זצ"ל איז אוועק אין שנת תשנ"ז וואס איז געוועהן א פארלוסט פאר אלע זיינע אנהענגער און חסידים, איצט ווען מ'וויל פרעגן שנת תשס"ט 12 יאר שפעטער א זאך וואס ר' הערשלע האט געהאלטן וועמען פרעגט מען, די יעצטיגע 35 יעריגע וואס זענען געוועהן ביים הסתלקות 22 יאר?, אדער פרעגט מען די עלטערע וואס געדענקען נאך פון יארן פריער און זענען שוין היינט 45 – 55?
הנמשל מובן, עס איז היינט 41 יאר נאכדעם וואס דער רבי האט אויפגעהערט צו זאגן אפציעל תורה, און אויפגעהערט צו זיין אפציעל אקטיוו אין יעדן פרט קטן, ממילא די וואס זענען אין יענע יארן געוועהן בחורים צו אינגעלייט קוים נאך די חתונה, צו קענען זיי זאגן אז זיי פארשטייען און ווייסן קלאר וואס דער רבי האט געוואלט? אדער זענען זיי גאר מיט געשלעפט מיטן שטראם פונעם מח וואשונג וואס איז פארגעקומען אין די ל' יארן?, ווי באשריבן אין מאמר א', פארוואס זאל מען נישט הערן וואס דער עלטערע דור האט צו זאגן, אפשר איז דא אידן וואס געדענקען דעם רבי'ן פון דערהיים צו אפי' די ערשטע צייטן דאהי ווען דער רבי האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן יחיד מסביר זיין וואס ער וויל און וואס ער צילט, ווער האט געגעבן די אויסשליסליכע בעלות איבערן רבינ'ס הנהגה און שיטה אין די הענט פון יחידים וואס האבן דאס קאמפליט מסלף געוועהן.
איצט לאמיר צוריק גיין ווי מ'האמיר געהאלטן.
די שיטה הקדושה
מיר האבן פיל געטראכט צו מיר זאלן בכלל אריין גיין אין די פרטי הדברים פון די שיטה הקדושה, טאקע ווייל דאס איז אזוי סענסעטיוו, און א גרויסע טייל ציבור פארשטייט בכלל נישט וואס איז באמת געוועהן דעם רבי'נס שיטה, און ליידער איז דאס אויך פארדרייט געווארן במשך די יארן, ווי דער רבי אליין שרייבט דאס אין די הקדמה פון על הגאולה, אז היות מ'זאגט נאך זאכן אין זיין נאמען וואס איז שקר דעריבער שרייבט ער אפ די אלע זאכן קלאר כדי מ'זאל וויסן וואס איז זיין שיטה,
בעטן מיר א תפלה קצרה אז די ליינער זאלן אונז גוט פארשטיין, און זיך נישט ארויף כאפן אויף ווערטער כאילו מיר זוכן דא צו צוברעכן די שיטה הק' צו כאילו מיר זיכן זייטיגע מאטיוון, ווייל רביה"ק האט גע'פסק'נט אז דאס איז גאר האקלע ענינים און דאס גאנצע ענין גרעניצט זיך מיט מינות כחוט השערה.
ראשית דבר, האט דער רבי מחבר געוועהן אין א ספר מיוחד "ויואל משה" עפ"י תורה והלכה ווי ס'ווערט מבואר אלע איסורים וואס גרעניצט זיך מיטן האבן א אייגענע מדינה, און אריין גיין בכנסת המינים וכו', עס איז קלאר ווי דער טאג אז יעדעס ווארט אין ויואל משה איז פעלזן פעסט וואס קיינער האט עס נאך נישט באוויזן אפצופרעגן, אייניגע האבן זיך געזיכט ארויף צו כאפן אויף קלייניקייטן ולא עלתה בידם, אייניגע האבן אפי' געזיכט צו שפעטן אז דער רבי האט געבויעט דעם ספר אויף מדרשים און אגדות חז"ל, ס'איז אבער נישט אמת, יעדעס ווארט ווערט געדעקט מיט שטארקע פוסקים ראשונים ואחרונים.
וואס מ'פארגעסט איז, אז דער רבי האט געזאגט קלאר ער וויל נישט ס'זאל הייסן א פערזענדליכע מחלוקה, דער רבי האט קלאר געוואלט טראגן א פנים ווי א נארמאלע מענטש אין די גאס, ווי דער רבי אליין זאגט אין דבר"י פ' וירא, אלוני ממרא הוא שנתן עצה על המילה, צו האט דען אברהם אבינו געמוזט בעטן א עצה ביי ממרא אויף א ציוו ד'?, נאר אברהם אבינו וואס האט אויפגעטון פאר כבוד שמים אין די וועלט, האט מורא געהאט אז אפשר מיטן טון אזא שריט פון זיך מל זיין ביי די 100 יאר וועט שאטן פאר זיינע פעולות ווייל מענטשן וועלן אים אנקוקן עקסטרעם, האט ער געפרעגט ממרא וויאזוי די וועלט וועט עס אנקוקן, הוא שנתן עצה על המילה אז די וועלט וועט עס אנקוקן גוט עיי"ש,
דאס איז געוועהן דעם רבי'נס קוק אייביג, דער באגאבטע מנהל ר' יודל הכהן רז"ב ז"ל (גענוג א נאנטע תלמוד פון רביה"ק) פלעגט זאגן אז ער האט א באפעל פון רבי'ן מקרב צו זיין די פרעמדע אידן אין מצה בעקעריי כדי צו ווייזן אז די סאטמארע אידן זענען פריינדליכע מענטשן נישט בלויז קנאים, דער רבי האט מחזק געוועהן הרבנית הצדיקת ע"ה אנצופירן דעם ביקור חולים און געהייסן גיין אפי' צו פרעמדע, נאר דערפאר מ'זאל וויסן אז סאטמאר טוט חסד, דער רבי האט נישט געוואלט מ'זאל זאגן אז קנאות קומט פון שלעכטקייט, קנאות קומט פון ריינקייט פון הערצער וואס פארטראגן נישט קיין חילול ד',
עס איז אזוי משמע פון דעם באקאנטן שמיעס וואס דער רבי האט געהאט מיט א שרייבער פונעם פרייען צייטונג "פנים אל פנים" דערנאך וואס יענער האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן אז סאטמאר האט אים געהאלפן ווען זיין ווייב איז נישט געזונט געוועהן, אז אונז העלפן מיר אלע אידן, כאטש וואס אין אמונה ודיעות זענען זיי אויסגעגליטשט,
דער רבי האט געהאלטן אז זאגן הלל ביום ה' אייר איז א ברכה לבטלה און א איסור גמור, און קעגן איבער רבינ'ס הויז איז געוועהן אזא שול (בעדפארד קליימער) ווי מ'האט געזאגט הלל ה' אייר, און ס'איז געוועהן אין יענעם שול א ציוניסטישע פאן, אבער ווען א בחור האט געטון אזא אקט ווי צורייסן יענעמ'ס פאן, האט ער אנשטאט צו באקומען א ישר כח פון רבי'ן, (די היינטיגע עירוב שרייער וואלט זיכער געהאלטן אז דער בחור איז נחשון בן עמינדב אז ער רייניגט אויס דעם הייליגן שטאט וומס"ב פון טריפה'נע פענער, און ס'קומט אים זיכער קרעדיט דערפאר) אבער ניין, דער רבי האט אים בשכר זאת ארויס געווארפן פון ישיבה.
ווען הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל איז אוועק, האבן זיך די שטוב מענטשן געבעטן צום רבי'ן אז ס'איז נישט לפי כבודו צו גיין צו די לוי', קודם מחמת זיין שטארקע שטיצע צו חינוך עצמאי, און בעיקר צוליב דעם וואס ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון א"י נאכן אויסשרייען אז די בחירות הטמאות איז אסור, איז ער געפארן מאכן א פארקערטע קאמפיין מיט דרשות אז בחירות איז גאר א גרויסע מצוה און א חוב קדוש, דער רבי האט אבער פארשטאנען אז מ'מוז זיין נארמאל און טראגן א פנים (ער האט דאס בפי' געזאגט אין קאר אויפן וועג אהין), און דעריבער האט ער מספיד געוועהן מיט דעם בארימטן הספד מגיד שבחו של אהרן שלא שינה, לשבחו פון ר' אהרן קאטלער אז ער האט מציל געוועהן אסאך תלמודים זאלן נישט גיין שטודירן, וואס טאקע אט די הספד האט געהויבן דעם רבינ'ס כבוד ביי יענע קרייזן ווי ס'האט זיך שפעטער אויסגעצאלט.
שנת תשכ"ו איז רביה"ק געגאנגען באזיכן האדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א (דאן געוועהן נאר רב ור"מ) זאגנדיג פאר די שטוב מענטשן איך וויל ווייזן אז די מערכה קעגן זיי איז נישט קיין פערזענדליכע, דער רבי האט זיך געטראפן מיט רוב פון די גדולי אגודה און געשמיסט פריינליכע שמיסן, אלץ מיט די זעלבע כוונה אז ס'איז נישט קיין פערזענדליכע מחלוקה, (די שמיסן זענען געוועהן געווענדליך שיינע און רואיגע אזוי לאנג ווי יענער האט נישט געוואלט דעם רבי'ן קאנווינסן צו זיין מיינונג, וואס דאן האט געקענט קומען שארפע אויסטויש רייד).
נאך מער, דער רבי האט געשטיצט 2 וויכטיגע ארגענעזאציעס וואס איז געוועהן געפירט אומאפציעל דורך די אגודה, דאס איז קרן השביעית וואס איז געוועהן געפירט דורך אגודת ישראל דער קוממיות'ער רב איז געוועהן אן אפציעלע אגודה'יסט, דאך האט דער רבי געגעבן גרויסע געלט פארן קרן השביעית, ווי אויך פאר יד לאחים האט דער רבי געגעבן גרויס געלט כאטש עס איז געוועהן אומאפציעל געפירט דורך די אגודה, (די היינטיגע קנאים וואלטן זיכער נישט מסכים געוועהן צו דעם)
דער רבי האט נישט געזאגט אין ישיבה אויב בחורים קלעבן נישט קיין צעטלעך צום פראטעסט דארף איך נישט קיין ישיבה, ער האט אבער יא געזאגט אז בחורים קענען נישט גיין צו א איד אין שפיטאל דארף איך נישט קיין ישיבה.
משנת תשכ"ח ואילך, האט מען מחזק געוועהן די שיטה הקדושה מיט פרישע יסודות, ע"י ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי' און דורך זיינע תלמודים המחכימים את רבם, מ'האט געפרעדיגט די יסודות אז יענעמס תורה גייט צום ס"מ, דער זעלבע יצה"ר וואס הייסט אונז נישט לערנען הייסט זיי יא לערנען, הגם דער ציל דערפון איז אפשר געוועהן מיט א גוטע כוונה מ'זאל נישט כאפן קיין התפעלות פון די אנדערע זייט וועלט וואס זענען ציונים און דאך שומרי תורה ומצות, ווייל לכאורה ווי קען דאס בכלל שטומען זיי זענען דאך מינים ואפיקורסים, האט מען געמוזט ענפערן אז זייער תורה גייט צום ס"ם,
דער ציל איז אויך געוועהן צו מאכן סאטמאר אינדעפענדטן און זעלבסשטענדיג זיך נישט אויסצומישן מיט אנדערע חסידות'ער און זיין ווי א פארטיי, פונקט ווי וויזניץ האט א יוני פארם א פארקערטע היט און א סקווירא האט שטיוול וואס דאס האלט אים צוריק פון זיך אויסמישן מיט אנדערע, אזוי וועט מען מאכן אויך אין סאטמאר א יוני פארם, איי דער רבי האט נישט געוואלט א יוני פארם און א פארטיי קען מען דאך נישט מאכן סתם אזוי, וועט מען מאכן א פנימיות'דיגע פארטיי וואס וועט הייסן קנאים, און צו דעם האט מען געהאלטן די אלע דרשות אז מירק זענען די איינציג'סטע ערליכע אידן אויף די וועלט און אלע אנדערע זענען כדין משומדים, און די תוצאות האבן נישט געשפעטיגט, סאטמאר'ע תלמודים האבן געהאט שפראך קעגן בעלזא רב קעגן סקווירא רבי קעגן וויזניצער רבי ועוד.
פון דארט האט זיך אנגעהויבן די פערזענדליכע מחלוקה, יעדע אגודה'יסן איז געווארן א גוי, יעדע ספר פון זייערע גדולים האט באקומען א הלכה ווי ס"ת שכתבה מין, ס'איז ממש מצוה להורגו, מ'טאר מיט זיי נישט רעדן, מ'האט געדריקט קונטרסים אויסצוגן פון רבי'נס תורות ארויס גענומען נאר די שארפע לשונות, און דאס האט מען מפרסם געוועהן אין די וועלט, מ'האט פארשווארצט דעם רבינ'ס פנים כאילו דער רבי איז ווי דער עקסרעמע שיטת משה בער בעק וחביריו,
ווייל ווען א איד הערט די נשא תורה אדער דעם וישלח תורה און ער הערט אויך אינצווישן א שארפע אויסדריק איז דאס גלייך ווי איינער עסט צו א שטיקל כריין צו א גרויס מאכל וואס דער שארפקייט איז גאר א הוספה צום מאכל און גיבט צו טעם, ווידער ארויס נעמען בלויז די שארפע לשונות און איבערלאזן דעם גאנצן ארום און ארום, איז ווי עסן בלויזע כריין מיט א גרויס לעפל....
מ'האט מפרסם געוועהן פריוואטע שמיסן וואס דער רבי האט געזאגט אין שטוב, צו האט מען בכלל געמעגט מפרסם זיין שארפע לשונות וואס דער רבי האט געזאגט אין שטוב צווישן די שטוב מענטשן?,
דער רבי, וואס ער האט געוואלט אז די וועלט דארף וויסן האט ער געזאגט אין ביהמ"ד און געשריבן אין זיינע ספרים, זאכן וואס דער רבי האט געזאגט פריוואט, דארף בלייבן פריוואט, דאס איז דעם רבי'נס קלארע הנחה אין די הקדמה פון על הגאולה דאס וואס דער רבי שרייבט דאס איז זיין שיטה,
אסאך מענטשן האבן טאקע גוט פארשטאנען דעם רבי'נס שיטה און מחמיר געוועהן בכל חומר הדין מיט אלע חומרות וויסנדיג אז פארן רבי'ן איז ניחא אזוי, אשרי להם ואשרי חלקם, אבער אראפ שטעלן א יסוד אז די אלע צוגעלייגטע חומרות איז עצם עצמי פון שיטת רבינו? איז נישט גערעכט.
מיר וועלן דאס ממשיל זיין מיט א גוטע דוגמא, יעדער סאטמאר'ע איד ווייסט אז דער רבי האט געוואלט און געהאט חשק אז אלע זיינע חסידים זאלן קענען פועל'ן ביי די עזרת נשים צו גיין אנגעטון מיט שפיצלעך, דער רבי האט דאס געזאגט פריוואט פאר אסאך אידן, דער רבי גופא האט געהאלטן כשיטת הדברי חיים אז שייטלען איז א איסור, און ווען איינער האט געזאגט אז ביי אים אין שטוב גייט מען אזוי אנגעטון האט דער רבי שטארק הנאה געהאט,
צו האט דאס דער רבי קלאר געזאגט אין ביהמ"ד ברבים אדער געשריבן בכתב אז ער איז מחייב יעדן איינעם צו גיין מיט א שפיצל?, ניין, ווייל דער רבי האט פארשטאנען אז ס'מוז זיין וכל בניך למודי ד', ער איז גוזר נאר אזא זאך וואס איז יעדן מחייב און יעדער קען דאס איינהאלטן, ווידער גיין מיט דינע זאקן אדער ביי - האר איז געוועהן ביי רבי'ן א קלארע פסק, ער האט דאס געזאגט קלאר, געשריבן, געהייסן אין סקול זאל מען אהיים שיקן ווער עס קומט נישט בצניעות לויט די פארשריפטן,
ווידער שייטלען, האט דער רבי נישט געמאכט קיין חילוק ביי א סידור קידושין ווי מ'איז יא געגאנגען מיט א שייטל צו ווי מ'איז נישט געגאגנען, די שבע ברכות איז נישט געזאגט געווארן מיט מער התלהבות פאר א כלה וואס איז געגאנגען מיט א שפיצל צו א כלה וואס איז נישט געגאנגען,
ווייל סך הכל איז דא איין חילוק, ס'איז דא א ביהמ"ד פסק, ס'איז דא א שטוב פסק, א ביהמ"ד פסק איז מחייב יעדן איינעם מקטן ועד גדול קיינער אן אויסנאם, ווידער א שטוב פסק איז פארשטייט זיך געוועהן להנאת רביה"ק אבער ס'איז קלאר נישט קיין פסק וואס מ'קען מחייב זיין דעם גאנצן קהל, ס'איז מחייב פאר דעם וואס האט דאס געהערט.
די זעלבע זאך איז לגבי ציונות, ס'איז דא קלארע איסורים פון עיקרי הדת, גיין צו בחירות, אריין גיין אין כנסת, ס'איז אפי' דא איסורים וואס דער רבי האט שפעטער ארויף געלייגט דער איסור (וואס איז בעיקר נתקבל געווארן בלויז אין סאטמאר) פון גיין צום כותל וכדומה, א איד וואס האט א געפיל צו די שיטה הקדושה וועט נישט פארן מיט על-אל, און וועט נישט וועלן ניצן א ספר וואס איז דא היברעאיש'ע ווערטער, ווייל ער פארשטייט אז ס'איז נישט געוועהן ניחא פארן רבי'ן אט די אלע זאכן און ער איז גערעכט דער רבי האט דאס טאקע נישט געגליכן, אבער מאכן דערפון א יסוד היסודות איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל דאן פארמישט מען דעם נייעם דור וואס ווייסט נישט וואס איז אסור בתכלית און וואס איז בלויז א חומרא, אז מ'שרייבט אויף א חומרא די זעלבע לשונות ווי אויפן איסור, קוקט מען אן די גאנצע זאך ווי איין שטיק עקסטרעמיזום,
די עקסטרעמע פראבירן צו זאגן אז ס'איז א איסור אפי' אריין צו טרעטן אין א"י און מ'שרייבט דאס אראפ באגלייט מיט גאר שארפע לשונות, ווידער די נייע דור איז נישט דערביי דערפאר וויל ער בועט זיין אין דעם עקסטרעמיזום, און אז מ'איז שוין בועט טרעט מען שוין אויף די עכטע איסורים, ווען די שיטה הקדושה וואלט געווארן אוועק געשטעלט אויף א נארמאלע וועג נישט מיט אזויפיל עקסטרעמיזום מ'וואלט נישט אויסגעמישט די ביהמ"ד פסקים מיט די היים פסקים, וואלט נישט געוועהן די בעיטה אזוי שטארק ווי ס'איז היינט.
יעצט ווייל מ'האט דעם רבי'נס שיטה געמאכט קיצונות'דיג איז עס נישט וכל בניך למודי ד', ס'איז פונקט ווי מ'צווינגט יעדן מעמבער אין סאטמאר זאל זיך אנטון א שפיצל ווייל דער רבי האט אזוי געוואלט, מ'דארף אבער יא וויסן און לערנען מיטן ציבור וואס זענען די קלארע פאקטן, וואס דאס איז בלויז די זאכן וואס דער רבי שרייבט קלאר און געזאגט קלאר, די אנדערע זאכן אפי' זאכן וואס זענען באמת שטארקע אויסגעהאלטענע חומרות בנוגע ציונות איז נישט מעגליך מחייב צו זיין יעדן איינעם, אלץ עיקרי הדין ויסוד היסודות.
דער רבי שרייבט קלאר אז מיטן שטיצן בני א"י איז מען מקיים מצות ישוב א"י, דאס מיינט ס'איז א ענין פון שטיצן היימשיע מוסדות און ערליכע אידן אין א"י, דאס איז א כלל וואס קען מחייב זיין יעדן, ס'איז אויך קלאר אז דער רבי האט נישט געלאזט סתם אזוי פארן קיין א"י פאר שוואויל טאג, אויב איינער האט געזאגט פארן רבי'ן אז מ'פארט קיין א"י האט מען געמוזט זאגן א אנגעבליכע סיבה, לעומת זה האט דאס דער רבי קיינמאל נישט געזאגט (עכ"פ ברבים אדער געשריבן) אז מ'טאר נישט איבער טרעטן די שוועל פון א"י, צו אז מ'טאר נישט עסן אדער גיין אין מקוה און אנצינדן א לייט אין א"י ווייל מ'שטיצט די מדינה, אט די עקסטרעמע געשרייבעכט'ס איז גורם אז אייגענע מענטשן זאלן באקומען א שנאה צו די שיטה הקדושה, און מ'הייבט אן צו טראכטן אז כותל, קבר רחל, מערת המכפילה האט די זעלבע דין ווי סתם א עקסטרעמיזום,
ס'איז פוקט ווי דער חפץ חיים האט געזאגט אז נאך א דרשה וואס ער האט מסביר געוועהן אז לשון הרע איז אזא גרויסע עבירה ווי חזיר, האט ער געהערט ווי איינער זאגט פארן צווייטן כ'האב גארנישט געוויסט א חזיר איז אזא קליינע עבירה, ס'איז נאר ווי רעדן לשון הרע...., אזוי טראכט א יונגע סאטמאר'ע חסיד, כ'זעה אז גיין צום כותל איז סך הכל די זעלבע עבירה ווי פארן אויף א"י און נישט מער, אדער עכ"פ די זעלבע עבירה ווי אריין גיין צו שכן'ס ביהמ"ד, ווייל מיין טאטע זאגט מיר אז יענער רב פון דעם ביהמ"ד איז א שייגעץ א כופר, און גראדע איז ער א וואוילע איד.
ליידער ליידער, מ'האלט א וואך נאך ל"ג בעומר, ס'קומען צוריק זייער נישט קיין גוטע גריסן, יא, היימישע סאטמאר'ע יונגעלייט, בחורים, אפי' מיידלעך, זענען געפארן קיין א"י, און געגאנגען צום כותל, קבר רחל, מערת המכפלה, אפי' צו יד ושם, (זייער אסאך מענטשן און פון אלע קרייזן אינעהאלב סאטמאר) פארוואס?, זענען זיי סתם אזוי בועט אין רבינ'ס שיטה?, צו זענען זיי סתם מזלזל און כל הקדוש לנו?, ניין, שולדיג זענען די מאמרים וואס ווערן געשריבן אז מ'טאר נישט פארן, מ'טאר נישט טרינקען קיין וואסער, וכהנה וכהנה, דאס איז קלאר עסקטרעמיזום וואס איז נישט געמאכט מפרסם צו זיין פארן גאנצן המון, אדברה אז א איד וויל נישט פארן קיין א"י כדי נישט נכשל צו ווערן און הנאה האבן פון די ציונים מה טוב ומה נעים דער רבי פרייט זיך זיכער מיט אזא איד, אבער צו מאכן פון חומרות (אדער אייגן געמאכטע חומרות) די זעלבע הלכה איסורים גמורים?..., האט טאקע אזעלכע תוצאות.
ווען מענטשן זעהן אז מ'איז מוחה קעגן א ראש ישיבה פון ב"ב מיט די זעלבע שארפקייט כאילו יענער איז א ראש ממשלה, האט דאס א פאקערטע השפעה, קען מען דאס בכלל מסביר זיין?, האט דאס דער רבי אמאל געטאן?, שטייט דאס געשריבן אין ויואל משה, על הגאולה?
א פשוט'ע דוגמא, איז די לעצטע פארלאפענע פרשה ווען אייניגע קנאים וואס זענען געגאנגען האנט ביי האנט מיט די אראבער, דער מאנטיוועדיעא רב זצ"ל האט געהאלטן קלאר אז ס'איז תורה'דיג, און געשריבן א מכתב אז לדעתו איז דאס געוועהן שיטת הויואל משה, ווידער דער וומס"ב סאטמאר'ע בי"ד האט געשריבן אז ס'איז קלאר נגד שיטת הויואל משה און שטארק אראפ געריסן די קנאים, וואס אליבא דאמת איז דאס זייער זייער א האקאלע נושא, ווייל צו זאגן אז דער רבי האט געהאלטן אז כהיום איז וויכטיג צו גיין מיט די אראבער איז קלאר עקסטרעם, די צרה איז אבער, אז ווייל יענער גייט עקסטרעם שפירט שוין די אנדערע זייט אז מ'מוז שרייבן פארקערטע בריוו'ן בחוצות העולם אז מיר זענען קעגן זיי און מיר האלטן אז מ'טאר נישט גיין צו די אראבער, דאס טויג ווייטער נישט, ווייל פאקטיש ניצן דאס די ציונים אויס פאר זייער אינטערעסן, ווי ס'איז טאקע געוועהן אזוי באשריבן אין אלע איזראעלישע צייטונגען אז סאטמאר אליין האלט שוין היינט אויך מיט זיי צוזאמען קעגן די אראבער, וואס דאס איז אויך א קילקול,
יעצט ווער איז דער וואס פארשטייט טאקע? בשלמא ווען מ'גייט מיט א מהלך אז נאר וואס דער רבי שרייבט אדער געזאגט ברבים איז מחייב, איז דאך דא א קלארע מהלך פון רבי'ן, אז דער רבי אין אזא פאל וואלט שטיל געוועהן, ווייל בשעת די מלחמות האט דער רבי נישט גערעדט, הערשט נאכדעם ווען ס'האט זיך אנגעשטילט האט דער רבי גערעדט כדי מ'זאל נישט אויסטייטשן זיינע ווערטער לטובת די אראבער און אוודאי נישט לטובת די ציונים, ווייל ווען דער רבי האט געוויינט אויף די אומגעקומענע אידן, האט דען דער רבי געמיינט תולדות אהרן'ע אינגעלייט?, אדער מאה שערים'דיגע אידן?, דער רבי האט דאך געוויינט אויף די זעלנער פון צה"ל וואס זענען נעבאך אומגעקומען אין קריג ווייל זייערע בעלי בתים האבן זיי אריין געשלעפט אין א אומזיסטע קריג וואס איז אסור עפ"י תורה, ממילא אין אזא פאל וואס קען ווערן אויסגעטייטשט לכאן או לכאן זיצט מען שטיל, אבער עכשיו שלא זכינו און דאס קנאות ווערט געפירט נאר דורך די שרייבער'לעך ווערט געטון שריט וואס קומט ארויס גרויסע קלקולים עפ"י הויואל משה,
ווידער צו אונזער נקודה, אז מ'האט דעם רבי'נס אמת'ע שיטה פארדרייט, און היינט עסט מען די פירות דערפון, מ'האט פון רבי'נס שיטה געמאכט א נאציאנליזום, דער רבי מיט די שיטה די שיטה מיטן רבי'ן, און ווער ס'זאגט אנדערשט איז נישט גע'מל'ט, אין די צייט וואס דער רבי האט פארמאגט אזויפיל השלמה אין אזויפיל מקצועות און מ'קען זיין א סאטמארע חסיד מיט אזויפיל פאזעטיווע חלקים איז מען מקיים קליפתו אכל ותוכו זרק, און מ'זינגט זיך צו דעם לידל, די שיטה הקדושה – ויואל משה...., דעמאטץ וועלן אלע זעהן אז שיטת רבינו....., דאס איז דת תורתינו...., און פארטיג, יעצט מעג מען שוין טון וואס מ'וויל, זיי זענען דאך שקצים, און אונז צדיקים, זייער תורה גייט צום ס"ם, און וואס זעמיר אונז?, וואס הייסט וואס? אונז זעמיר רבי ז"ל אידן וואס זענען הייליגער פון די גאנצע וועלט, און דערפאר דארף מען נישט לערנען, דאווענען, זיך פירן עפ"י שו"ע, מ'טאר נישט צולייגן קיין חומרא ווייל דער רבי ז"ל האט דאס נישט געהאט, מ'קען אויסרייסן די גאנצע תורה, דער עיקר איז אז זיי זענען שקצים...
און צוריק צו אונזער אלטע הנחה אז דא זעהט מען די שטארקע חילוק פון די י' תלמודים און די שפעטערע כ' - ל' תלמודים, די י' תלמודים פארן כמעט נישט קיין א"י ווייל זיי ווייסן אז ס'איז נישט ניחא געוועהן פארן רבי'ן, לעומת זה רעדן זיי נישט אט די שפראך אז יענער איז א גוי און יענעמ'ס תורה גייט צום ס"ם, מ'שעצט א צווייטן איד, מ'שעצט א פרישע חומרא, מ'ווייזט הכנעה פאר רבנים און ערליכע אידן אפגעזעהן צו ער איז אין די שיטה הקדושה, ווייל זיי ווייסן באמת דעם רבינ'ס שיטה,
ווידער די צוויטע העלפט כ' – ל' תלמודים, קיין א"י פארן זיי ווען אימער ס'איז זיי באקוועם, אבער האקן קעגן יענעם איז די ערשטע זאך, און הייסן גאר אנדערע אידן צורייסן טיקעט'ס, ווייל זיי זענען נתחנך געווארן אונטער די אמונה טפילה און ע"ז שקר, מיטן נאמען רבי ז"ל, ווי מ'האט מהפך געוועהן קערה על פי'ה.
כללו של דבר, וואס דער רבי האט געזאגט ברבים (דא פסקנ'ט מען נישט מיעוט רבים שנים) און וואס דער רבי האט געשריבן "נאר דאס איז דעם רבי'נס שיטה" און א סאטמאר'ע איד דארף האבן אויף דעם מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען טאקע גוטע חומרות, אבער נישט קיין שו"ע וואס מ'קען ארויף צווינגען אויף קיינעם, א סאטמארע איד דארף וויסן אז פארן קיין א"י איז נישט קיין לכתחילה, אבער ווען מ'פארט יא טאר מען נישט ארום לויפן צום כותל און צו אלע מקומות וואס טויג נישט, מ'דארף זיך האלטן אויף א גראדן קו, זיין א נארמאלע אמת'ע סאטמארע חסיד.
יעדע סאטמארע איד ווייסט אז דער רבי האט נישט געמאכט קיין עירוב אין ברוקלין און דערפאר זענען זיך סאטמאר'ע אידן (פון אלע צדדים) מונע פון טראגן מיטן עירוב כאטש דער רבי האט דאס נישט געשריבן און געזאגט ברבים, אבער צו זאגן אז ווייל דער רבי האט דאס נישט געוואלט זאל ווערן אזא שטארקע שיטה אז מ'מוז שרייען קעגן יענעם איז קלאר נישט אויסגעהאלטן, ווייל ווילאנג ס'איז נישט געשריבן פון רבי'ן בפירוש איז נישטא קיין רעכט צו שרייען אויף יענעם.
א סטעפ ווייטער, לאמיר שוין זאגן אז וויבאלד דער רבי האט נישט געוואלט קיין עירוב און נישט געמאכט קיין עירוב מעג מען שרייען, לאמיר צוריק מישן די בלעטער צו אפאר יאר, משנת תשי"ד ווען דער רבי האט זיך אויסגעגליכן מיט ר' יונתן שטייף, וואס האט אנגעהאלטן די וויען'ע קהילה לויט די פונקטליכע הנהגות פון די שיף שול אין ווין, וואס זיי האבן אלע יארן אנגענומען די זמן הגאונים, האט דער רבי געמאכט א פשרה שמור לי ואשמור לך, מיר וועלן מאכן דעם זמן ערב ש"ק 15 מינוט בעפאר די שקיעה און ער וועט נאכגעבן זמן ר"ת מוש"ק, און אלע קהילות אין וומס"ב האבן זיך צודעם צוגעשטעלט, חוץ וויזניץ וואס איז געוועהן דאן תחת הדרכתו של כ"ק האדמו"ר מוויזניץ שליט"א - מאנסי, פארוואס איז קיינעם נישט בייגעפאלן צו שטיין יעדן מוצאי שבת און שרייען אויף די וויזניצע אידן "מחללי' מות יומת", סוף כל סוף האט דער רבי מיט אלע קהילות אנגענומען דעם זמן ר"ת כדת וכדין, פארוואס נאר היינט ווען עטליכע קהילות פאלגן נישט סאטמאר מיטן עירוב הייסן זיי אז זיי גייען קעגן די מרא דאתרא - רביה"ק און דעריבער מוז מען זיי אנשרייען, פארוואס האט וויזניץ נישט געהייסן א קהילה וואס גייט קעגן רביה"ק און מ'האט זיי נישט געדארפט אנשרייען??????....., אין די צייט וואס זיי זענען טאקע געגאנגען קעגן מרא דאתרא קעגן יעדע קהילה אין וומס"ב.
די קושיא איז פעלזן פעסט, איר ווייסט דעם תירוץ?, אויב נישט דאן ליינט איבער ארטיקל א' ב' און ג'....., ווייל דאס איז געוועהן אין די גוטע יארן פון סאטמאר וועט מ'איז נאך געוועהן נארמאל, מ'האט געוויסט ווי איין און ווי אויס, און די היינטיגע מערכות זענען שוין תולדות ותולדי תולדות פון די אמונה טפילה און ע"ז שקר וואס הייסט – רבי ז"ל.
מיר האבן געמיינט אז מיר וועלן שוין פארטיגן מיט אונזערע מאמרים, ביז דערווייל זעהן מיר ווי אז ס'ווערט נתוסף די חומר און אסאך אידן גיבן צו ווערטפולע אינפארמאציע, אדרבה אז אידן האבן גוטע הגהות זאלן זיי זיך לאזן הערן, און אויב די צייטן וועט ערלויבן וועלן מיר נאך ממשיך זיין אן ארטיקל אדער צוויי, און נאכמאל מיר האפן אז די ליינער וועלן פארשטיין אונזער גראדן מהלך, און נישט אויסטייטשן כאילו מיר האבן דא זייטיגע מאטיוון.