איבער 6 שעה איז געשטאנען לאנגע רייעס, ווארטענדיג איבערגעבן געלט פאר טהרתן של ישראל.
מי כעמך ישראל!
נשלח ב-25/5/2009 23:25
ר' אהרן איז דאך ממש א ווינדער קינד, גאנץ כלל ישראל שרייט אז דער מצב הפרנסה איז שרעקליך נישטא קיין געלט, און ער שטעלט צוזאם איבער א מיליאן דאללער און איין נאכט, איך בין שוין כמעט קאנווינסט אז עס איז אמת. אבער איין קשיא אהרונים, אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית??? פארוואס ווען דער מוסד און ווילאמסבורג האלט ביי א טאטאלער צוזאמבראך, און די אלע אינגעלייט וואס מען האט בא'גנב'ט מיט לאענס אויף זייערע דירות שרייען אז מען האט זיי סתם פאר'נער'ט,און מען צאלט נישט צוריק קיין צענט וד"ל ואכמ"ל (פרעגט אייך נאך צווישן ענקער היימישע, נישט קומט יעצט אלע פרעגן און אפענטפערן אז עס איז סתם א בלבול ווייל איך האב נאר געשריבן וד"ל), פארוואס קען דעמאלס ר' ארון נישט צוזאמשטעלן די סכומים???
נשלח ב-25/5/2009 20:50
פרוכטבאר
לייג שוין צו א 'וד"ל' פאר די געלט
אזוי וועט עס אויסזעהן מער דראמאטיש.
נשלח ב-25/5/2009 20:45
מ'זאל עס נאר לייגן ווי מ'האט געלייגט די ציגל קאמפיין געלט ביים ברך ליפא.. דארט איז עס גאראנטירט... אז די ישיבה באקומט נישט קיין פרוטה... וד"ל
נשלח ב-25/5/2009 20:34
גיטס אכטונג אז מ'זאל עס נישט אריינלייגן דארט וואו מ'האט אריינגעלייגט די יסוד איתן געלט...
נשלח ב-25/5/2009 19:07
נעכטן איז געווען אין הופער ממש א מעמד קידוש השם!
דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען בערך 6:45 אין זיין פריוואטן צימער, און דאן איז שוין געשטאנען א ליניע פון איבער הונדערט אידן בלי שום גוזמא וועלכע האבן געווארט צו קענען אריינגיין איבערגעבן די אויסגעהארעוועטע פרוטות לטובת קדושתן של ישראל.
ארום 9 אזייגער האט מען זיך דערזען אז ס'נעמט נישט קיין עק האט מען גענומען אויסטיילן נאמבערס אז מ'זאל קענען אריינגיין לויט די רייע. האלב עלף ווען איך בין אוועקגעגאנגען נאכן ווארטן נאנט צו א שעה איז נאך געווען א ריזיגע רייע פון מענטשן וועלכע האבן יא געקענט אויסווארטן צו האבן די זכי' איבערצוגעבן די שקלי הקודש גראד פארן רבי'ן און דעם רב שליט"א.
דער עולם האט זיך פשוט נישט געקענט איבערקומען צו זען ווי דער ריזיגער ציבור שטייט גרייט למוצא פיו פון רבי'ן, ועל פי דיבורו הן נאספים. און דאס שוין אין א צייט ווען די עקאנאמיע איז טיף באגראבן, און די סאטמארע קהילה ומוסדות זענען טיף פארזינקען אין חובות וועלכע ליגן אלע אויף די פלייצע פון אנ"ש תושבי וויליאמסבורג.
אשרי העם שככה לו!
נשלח ב-25/5/2009 18:19
מי יתן עס זאל אפירקומען אזא נגיד מיט השגות פון ר' ישראל זופניק ע"ה וועלכער האט אליין אויסגעצאלט אלעס הכל בכל מכל.
וויאזוי פלעגט ר' ישרא' דוד דאס אראפלייגן אזוי בע'טעמ'ט: זיצט זיך דארט ר' ישראל אין גן עדן און מרופט אים ארויף, וואס איז, נאך א איד איז איצט אריינגעקומען אין זיין ביהמ"ד לערנען-דאווענען-זיך טובלע'ן וכו' - עס איז פשוט אן אינוועסטמענט וואס מען באקומט די רוחים דארט לחיי עוה"ב.