ווי סאך ציפעס האט ר' אהרן געכאפט פון פישער מיט די גרויסע ציין?
ווער האט געגעבן די הכשר ביים טיש ר' ברוך ט''ב אדער התאחדות?
איך בין געווען אין קרית יואל אויף שבועות, די הייליגער רבי האט מיט זיין שיינע שטימע געזאגט בלא! בלא! בלא! די גאנצע ביהמ''ד איז געווען איינגעהילט אין א שטיק קדושה, און ווען דער הייליגער רבי האט זיך צוזינגען 'אף טאן' האט זיך דער גאנצער ציבור צוכליפעט אין א געוויין...
נשלח ב-1/6/2009 16:36
איך פיל נישט אז איך ברויך קומען דא אויף הייד פארק ארויסצוגעבען מיינע געפילען ווייל איך קען עס סייווי נישט,
און פאר די אלע אידען וואס זענען נישט דארט געווען און קומען דא קוקען אדער נאשען עפעס פונעם יו"ט וויל איך זאגען אז ס'איז א שאד...
עטץ ווייטץ שוין אוודאי אז א דערהויבענע טיש ביים רבי'ן קען מען נישט אראפשרייבען אפילו מיט א ווידעאו קליפ קומט עס נישט צו צו אפס קצהו צו די דערהויבענקייט וואס מ'שפירט בשעת מעשה און די הויפינעס מיט חיזוק וואס מ'נעמט מיט,
אוודאי און אוודאי אזא פולע יו"ט מיט 5 טישען און 2 טעג אהבה רבא, א אנווינטשען מוצאי יו"ט, ס'איז נישט פון די זאכען וואס מ'קען איבערגעבען אדער פארשטיין אפילו מיט א קליפ.
סאו ס'איז א שאד די צייט.
נשלח ב-1/6/2009 07:33
WOW WOW דעס איז א פיעקטשער.
נשלח ב-1/6/2009 06:47
גערעכט איז דער וואס שרייבט אז מ'קען עס נישט באשרייבן, פארט איז פטור בלא כלום אי אפשר. בפרט ווען כ'זע אז טויזנטער אידן האבן שוין באזוכט דעם אשכול, און באקומען בלויז א נארישן בילד פון עפעס וואס אינטערעסירט שוין היינט נישט פאר רובא דרובא פונעם היימישן עולם.
כ'וועל נישט ווערן דא קיין צייטונג'ס שרייבער, איך וויל נאר איבערגיין - פאר מיר אליין - טייל פון די הויכפונקטן פונעם געהויבענעם יו"ט וואס האט געמאכט יעדן סאטמארן חסיד שטאלץ, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי'ן. ווי קען מען זיך דען אנדערש פארשטעלן צו פייערן דעם יו"ט פון קבלת התורה אויב נישט ביי איינעם וואס יעדן אטעם זיינער איז די תורה הקדושה?
די דא"ח יעדעס מאל באזונדער זענען געווען עפעס אויסטערליש מתוק לחיך און אין דער זעלבער צייט יורדים לחדרי בטן. ספעציעל ביים סוף פון של"ס ווען דער רבי האט מיט א קול בוכים זיך געבעטן כבן המתחנן "כן תחננו ותלמדנו", אז מיר זאלן האבן די זכי' צו שפירן א גאנץ יאר אז די תוה"ק איז אונזער "חוקי חיים", מ'זאל באמת פילן אז דאס איז אונזער גאנצע לעבן.
די אומבאשרייבליכע התעוררות ביידע טעג ביי די תפילת אהבה רבה, סיי ביים זאגן אינאיינעם מיט אלפי ישראל, סיי ביים זינגען דעם באקאנטן ניגון וואס דרינגט דורך אלע ביינער.
דער הייליגער מאמענט ביים זינגען "והאר עינינו בתורתך" די ערשטע נאכט ביים "תיקון ליל שבועות" טיש, ווען מ'האט איבערגעזינגען דעם ניגון נאנט צו צוואנציג מינוט אויפן זייגער, און די הערצער פון גאנצן ציבור ווערן דורכגעדרינגען פונעם רבינ'ס אומאויפהערליכע בכיות.
דאס הערן די ווערטער פונעם הייליגן פיוט ביי אקדמות יוצא מפי אהרן כהן גדול, פול מיט התרגשות און געגועין וואס האט זיך ממש געשפירט דעם עדב יקר אחסנתי' און די געהויבענע מאמענטן וואס ווארט אויף כלל ישראל ביי ביאת המשיח.
צי די פייערליכע ריקודין אין די לעצטע מאמענטן ביים ארויסגיין פון הייליגן יו"ט, ווען די ערד פון גאנצן ביהמ"ד האט בלי שום גוזמא ממש געטאנצן אינאיינעם מיט די טויזנטער יראים ושלימים וועלכע האבן עספיעט זיך אריינצושטופן אין דעם 'קליינעם' ביהמ"ד.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 01/06/2009 6:45:52