טעראר מלחמה קעגן רבי אליקים שוין 15 יאר
פאר די יונגערע פון אונז וועלכע זעען דא א שרעקליכע העצע קעגן דעם זקן הראשי ישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, דוכט זיך אז עפעס א שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן במחנה היראים, און רבי אליקום איז עפעס אויסגעפאלן אויף די אנדערע זייט.
דער אמת איז אבער אז שוין מיט בערך 15 יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען א מלחמת חרמה קעגן רבי אליקימ'ן שליט"א, צוליב א מערכה וואס ער געפירט דעמאלט קעגן דאס קעמפן קעגן שווייץ, פאר געלט פון די 2'טע וועלט מלחמה. באקאנט אלס "קלעימס קאנפערענץ".
ווער עס געדענקט האט משה פרידמאן (משב"ק) אין די אנהייב 90'ער יאר זיך צוגעשטעלט צו די רעפארמער און אלע אנדערע גרופעס מיט די קלאגעס קעגן די שווייצע רעגירונג און זייערע בענק, און פארלאנגט ביליאנען דאלאר אנשטעדיקונג.
משה פרידמאן האט געפירט אן אקטיווע ראלע אינעם קאמפ. ער האט געהאט א גאנצע אפיס מיט געניטע אדוואקטן און אנגעפירט מאסיווע אפאראטן פאר דעם צוועק, און האט געשווענדט הונדערטער טויזענטער דאלאר וויסענדיג אז ער גייט דא שארן מיליאנען דאלאר פון די שווייצער רעגירונג.
משה פרידמאן האט צונויפגעזאמעלט אלע סאטמארע מוסדות אין איין שירעם-ארגאניזאציע און עס א נאמען געגעבן "USI" יונייטעד סאטמאר אינטערנעשאנעל, און געמאכט דערפון א הערליכע ביכל, פון אלע מוסדות סאטמאר איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פון נאך 100'טער קליינע קהלות, ווי מישקאלץ, שארמאש, נאנאש, העלמעץ וכו' וועלכע האבן א האלב מיליאן אידן אין ניו יארק, די נאמערס זענען געפלויגן אין די הונדערטער טויזנטער כדי צו קענען באקומען וואס מער געלט.
וועלכע דיינים עס האבן אים מתיר געווען די אלע זאכן צו קלאגן שווייץ, איז היינט נישט שווער צו וויסן, און מיר לאזן דאס פאר די ליינער אויסצופיגורן.
דעמאלט האט זיך ארויסגעשטעלט דער לייב, רבי אליקיםם שלעזינגער שליט"א און האט געהאקט אויפן טיש אז דאס איז התגרות באומות - און האט קיין שום היתר בעולם נישט. מיר קענען מיט די רעפארמער און קאנסערוואטיוון אדער אפילו מיט די אגודה נישט גיין אינאיינעם. מיר טארן נישט קעמפן אין געריכט, דאס ברענגט שרעקליכע שנאה מצד די אומות קעגן אונז.
רבי אליקים האט אוודאי נישט געוואוסט אז ער הייבט אן מיט א מאפיא, מיט איינעם וואס וועט אים איצט פראבירן צו לינטשן און אומברענגען. פון וואנען האט ער געזאלט וויסן אז דער גבאי פון סאטמארער רבי איז א הולטיי, א מושחת מנעוריו, אן קאלט-בלוטיגער אכזר, א טעראריסט פון פאך אויס. עס האט נישט לאנג גענומען און רבי אליקים איז געוואויר געווארן מיט וועמען ער האט אנגעהויבן. ער האט אנגעהויבן באקומען טעראר-מעסעדזשעס פון 550 בעדפארד, און דראואנגען אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו אים צו שטערן פון זיינע שווייצער מיליאנען !
רבי אליקים האט זיך אבער נישט דערשראקן. זייענדיג א בריסקער תלמיד האט ער באשלאסן אז ער וועט זיך נישט אפשרעקן פאר קיינעם און וועט ארויסזאגן זיין דעת תורה, אפילו עס וועט אים קאסטן צו פאלן אונטער די לאפעס פון די מאפיא אין ווימסב"ג, (קעסטענבוים/פרידמאן) זענען דאן געווען זייער זייער פאוערפול, און גאר מסוכן.
וואס איז געבליבן פון דעם מאפיא'ס חלומות איז איבריג צו זאגן. השי"ת האט אזוי געפירט אז די פירער פון די מאפיא, די באוואוסטע טרינקער און באזאפענע קליקע האבן קיין איין פיאסטער נישט באקומען. דער פעדעראלער ריכטער קארמאן האט זיך הפנים נישט גערעכנט מיט USI און מיט די האלב מיליאן מענטשן וועלכע ווערן געפירט דורך די קעסטענבוים/פרידמאן קאמפאני, און זיי זענען געבליבן מיט די חלומות און די ביכלעך.
אבער וואס כמעט קיינער ווייסט נישט, אז זינט יענעם טאג איז דער גאון רבי אליקים אויסגעשטעלט צו דעם טעראר און רדיפות פון משה פרידמאן אין זיין קליקע. און די שמוציגע מערכה אין דער איד די לעצטע פאר יאר איז נישט קיין נייע און האט מיט אתרא קדישא ווי עס האט מיט די איראקער מלחמה. עס האט מיט משה פרידמאן און די שווייצער געלטער, און יעצט נוצט ער זיין אגענט אלימלך שטערן ער זאל עס אזוי שרייבן מיט הייסע טרערן אז פאר די אומוויסנדע זאל עס אויסקיקן ווי א ערנסטע מערכה איבער קברי קדמונים.
דערפאר איז גוט אז דער ציבור זאל וויסן וואס דא האנדלעט זיך, און אפגעבן א שבח והודיה צום בוכ"ע אז אלע אלע רבנים האבן ב"ה געהאט סייעתא דשמיא און קיינער איז נישט געקומען צו די דורכגעפאלענע מאריאט פראטעסט.
מיט דעם אקט וואס קיין איין רב אין וויליאמסבורג און בארא פארק איז נישט געקומען, האט מען געוויזן אז מ'קען מער נישט אויסנארן רבנים מיט חתימות און געמאכטער קנאות. אונזערע רבנים און גדולי ישראל זענען זייער גוטע מבינים צו וויסן וועלכע מערכה איז די ארבעט פונעם שטן, הוא היצר הרע, הוא המלאך המות, און וועלכע עס איז בלתי לשם לבדו.
 |
|
|