בית פורומים כל העולם כולו

טעראר מלחמה קעגן רבי אליקים שוין 15 יאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2009 06:38 לינק ישיר 
טעראר מלחמה קעגן רבי אליקים שוין 15 יאר

פאר די יונגערע פון אונז וועלכע זעען דא א שרעקליכע העצע קעגן דעם זקן הראשי ישיבות הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א, דוכט זיך אז עפעס א שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן במחנה היראים, און רבי אליקום איז עפעס אויסגעפאלן אויף די אנדערע זייט.

דער אמת איז אבער אז שוין מיט בערך 15 יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען א מלחמת חרמה קעגן רבי אליקימ'ן שליט"א, צוליב א מערכה וואס ער געפירט דעמאלט קעגן דאס קעמפן קעגן שווייץ, פאר געלט פון די 2'טע וועלט מלחמה. באקאנט אלס "קלעימס קאנפערענץ".

ווער עס געדענקט האט משה פרידמאן (משב"ק) אין די אנהייב 90'ער יאר זיך צוגעשטעלט צו די רעפארמער און אלע אנדערע גרופעס מיט די קלאגעס קעגן די שווייצע רעגירונג און זייערע בענק, און פארלאנגט ביליאנען דאלאר אנשטעדיקונג.

משה פרידמאן האט געפירט אן אקטיווע ראלע אינעם קאמפ. ער האט געהאט א גאנצע אפיס מיט געניטע אדוואקטן און אנגעפירט מאסיווע אפאראטן פאר דעם צוועק, און האט געשווענדט הונדערטער טויזענטער דאלאר וויסענדיג אז ער גייט דא שארן מיליאנען דאלאר פון די שווייצער רעגירונג.

משה פרידמאן האט צונויפגעזאמעלט אלע סאטמארע מוסדות אין איין שירעם-ארגאניזאציע און עס א נאמען געגעבן "USI" יונייטעד סאטמאר אינטערנעשאנעל, און געמאכט דערפון א הערליכע ביכל, פון אלע מוסדות סאטמאר איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פון נאך 100'טער קליינע קהלות, ווי מישקאלץ, שארמאש, נאנאש, העלמעץ וכו' וועלכע האבן א האלב מיליאן אידן אין ניו יארק, די נאמערס זענען געפלויגן אין די הונדערטער טויזנטער כדי צו קענען באקומען וואס מער געלט.

וועלכע דיינים עס האבן אים מתיר געווען די אלע זאכן צו קלאגן שווייץ, איז היינט נישט שווער צו וויסן, און מיר לאזן דאס פאר די ליינער אויסצופיגורן.

דעמאלט האט זיך ארויסגעשטעלט דער לייב, רבי אליקיםם שלעזינגער שליט"א און האט געהאקט אויפן טיש אז דאס איז התגרות באומות - און האט קיין שום היתר בעולם נישט. מיר קענען מיט די רעפארמער און קאנסערוואטיוון אדער אפילו מיט די אגודה נישט גיין אינאיינעם. מיר טארן נישט קעמפן אין געריכט, דאס ברענגט שרעקליכע שנאה מצד די אומות קעגן אונז.

רבי אליקים האט אוודאי נישט געוואוסט אז ער הייבט אן מיט א מאפיא, מיט איינעם וואס וועט אים איצט פראבירן צו לינטשן און אומברענגען. פון וואנען האט ער געזאלט וויסן אז דער גבאי פון סאטמארער רבי איז א הולטיי, א מושחת מנעוריו, אן קאלט-בלוטיגער אכזר, א טעראריסט פון פאך אויס. עס האט נישט לאנג גענומען און רבי אליקים איז געוואויר געווארן מיט וועמען ער האט אנגעהויבן. ער האט אנגעהויבן באקומען טעראר-מעסעדזשעס פון 550 בעדפארד, און דראואנגען אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו אים צו שטערן פון זיינע שווייצער מיליאנען !

רבי אליקים האט זיך אבער נישט דערשראקן. זייענדיג א בריסקער תלמיד האט ער באשלאסן אז ער וועט זיך נישט אפשרעקן פאר קיינעם און וועט ארויסזאגן זיין דעת תורה, אפילו עס וועט אים קאסטן צו פאלן אונטער די לאפעס פון די מאפיא אין ווימסב"ג, (קעסטענבוים/פרידמאן) זענען דאן געווען זייער זייער פאוערפול, און גאר מסוכן.

וואס איז געבליבן פון דעם מאפיא'ס חלומות איז איבריג צו זאגן. השי"ת האט אזוי געפירט אז די פירער פון די מאפיא, די באוואוסטע טרינקער און באזאפענע קליקע האבן קיין איין פיאסטער נישט באקומען. דער פעדעראלער ריכטער קארמאן האט זיך הפנים נישט גערעכנט מיט USI און מיט די האלב מיליאן מענטשן וועלכע ווערן געפירט דורך די קעסטענבוים/פרידמאן קאמפאני, און זיי זענען געבליבן מיט די חלומות און די ביכלעך.

אבער וואס כמעט קיינער ווייסט נישט, אז זינט יענעם טאג איז דער גאון רבי אליקים אויסגעשטעלט צו דעם טעראר און רדיפות פון משה פרידמאן אין זיין קליקע. און די שמוציגע מערכה אין דער איד די לעצטע פאר יאר איז נישט קיין נייע און האט מיט אתרא קדישא ווי עס האט מיט די איראקער מלחמה. עס האט מיט משה פרידמאן און די שווייצער געלטער, און יעצט נוצט ער זיין אגענט אלימלך שטערן ער זאל עס אזוי שרייבן מיט הייסע טרערן אז פאר די אומוויסנדע זאל עס אויסקיקן ווי א ערנסטע מערכה איבער קברי קדמונים.

דערפאר איז גוט אז דער ציבור זאל וויסן וואס דא האנדלעט זיך, און אפגעבן א שבח והודיה צום בוכ"ע אז אלע אלע רבנים האבן ב"ה געהאט סייעתא דשמיא און קיינער איז נישט געקומען צו די דורכגעפאלענע מאריאט פראטעסט.

מיט דעם אקט וואס קיין איין רב אין וויליאמסבורג און בארא פארק איז נישט געקומען, האט מען געוויזן אז מ'קען מער נישט אויסנארן רבנים מיט חתימות און געמאכטער קנאות. אונזערע רבנים און גדולי ישראל זענען זייער גוטע מבינים צו וויסן וועלכע מערכה איז די ארבעט פונעם שטן, הוא היצר הרע, הוא המלאך המות, און וועלכע עס איז בלתי לשם לבדו.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 06:48 לינק ישיר 

אז די קענסט פארצייל אויכט ווער ס'איז אריין געגאנגען אין כנסת המינים
ר' אליקים אדער ר' דוד שמידל
אין נאכדעם וועט מען פארשטיין מיט וועמען די בג"ץ גייערס זענען אויף מיינוג .



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2009 07:09 לינק ישיר 

איך בין ממש שאקירט צו הערן אז טראץ דעם וואס אלע רבנים האבן זיך קעגנגעשטעלט צו אזא דעמאנסטארציע, דאך האבן רבבות אויסגעשריגן פאריגע וואך דינסטאג נאכט אין מעריאטט אז זייער דעת איז אונז נישט מחייב מיר האבן א רבי מיט א בית דין ולאורם נסע ונלך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 14:33 לינק ישיר 

רבבות ורבבי רבבות ! זעהט אויס אז דאס פלאץ ווי די דעמאנסטראציא איז געווען איז א בחינה פון ביהמ''ק להבדיל אא''א פעמים מועט המחזיק את המרובה די אנפירערשאפט פונ'ם האטעל זאגן אז עס גייט דארט  אריין ביז  1400  מענטשן  טאפ און די בעלי דמיון ואנשי רשע זאגן  אז עס געווען דארט  רבבות ורבבות .
חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 15:20 לינק ישיר 

אז די רעדטס שוין פון די גוטמאכונג געלטער איז דא אויך דאס פלאץ צו דערמאנען אז די ערשטע קערנדל פון די מחלוקה צווישען די אלקעהאליקעס מיט רבינו שליט"א איז דוכט זיך מיר אויך געווען וועגן די געלטער.

און אויב געדענק איך גוט איז אויך דא עפעס וואס פארבינדט ר' סענדער ע"ה מיט די מעשה,

קען איינער דא קלארשטעלען די פאקטען און אויפדעקען אביסעל היסטאריע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2009 18:42 לינק ישיר 

ווען ר' אליקום קומט ווען ארויס אקעגן סקול דיסטריקט וואלט ער אויך געווען אזא לייב? צו ער וואלט אויך געווען פגום?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/6/2009 19:39 לינק ישיר 

ווען ר' אליקום אז ענק מתיר די בג''ץ אין ערכעות וואלט ער אויך געווען אזא שגץ אדער א קדוש אין א רבי ז''ל יוד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 19:41 לינק ישיר 

פרוכטבאר כתב:
ווען ר' אליקום קומט ווען ארויס אקעגן סקול דיסטריקט וואלט ער אויך געווען אזא לייב? צו ער וואלט אויך געווען פגום?


ווען ר' אליקום אז ענק מתיר די ציוניסטישע בג''ץ אין ערכעות אין ענקער אלע מיסע אין ביליגע אקטן וואלט ער אויך געווען אזא שגץ אדער א קדוש אין א רבי ז''ל יוד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 19:41 לינק ישיר 

פרוכטבאר כתב:
ווען ר' אליקום קומט ווען ארויס אקעגן סקול דיסטריקט וואלט ער אויך געווען אזא לייב? צו ער וואלט אויך געווען פגום?


ווען ר' אליקום אז ענק מתיר די ציוניסטישע בג''ץ אין ערכעות אין ענקער אלע מיסע אין ביליגע אקטן וואלט ער אויך געווען אזא שגץ אדער א קדוש אין א רבי ז''ל יוד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2009 19:54 לינק ישיר 

פרוכטבאר

די שאלה איבער'ן סקול דיסטריקט, און בעיקר איבער פגום, דארפסטו פרעגן דעם ברך משה.
ער האט געמאכט דעם סקול דיסטריקט
און אויך מיין זכרון ארבעט האט ער געזאגט פגום.

די שאלה איז נאר צי ער איז א וועקי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 01:34 לינק ישיר 

אין וואס איז געווען די מערכה פין די שטערן'ס קעגן קדמונינו? איינער ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טעראר מלחמה קעגן רבי אליקים שוין 15 יאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext