בית פורומים כל העולם כולו

וואס דריקט שוין 10 יאר אויף די מוחות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2009 02:05 לינק ישיר 
וואס דריקט שוין 10 יאר אויף די מוחות

באקומען אין תיבה אישית.
דער אריטקל איז געווען געדריקט אין די דער בלאט אין די פסח אויסגאבע
ס'האט געהאט א פאזאטיווען אפקאלנג איבראל
ס'איז ציגעלייגט געווארן חומר לטובה, ליינט'ס אין האט'ס הנאה  

 

האט באטראפן מלכות סאטמאר אונטער דעם פאן פון "הנהגת התורה" און "נעימת המדות", וואס אויף דעם וואגן האט מען אויסגעריסן גופי תורה ווי התחברות לרשעים, זלזול בגדולי תורה ומאורי הדור, מסירות, מלשינות, הליכה לערכאות שלא בהזמנה לדי"ת, ביז צום גיין צום ציוניסטישן בג"ץ.

ווי ס'איז געווען צו ערווארטן האט דער גאנצער באלאן געפלאצט! ביי די אייגענע רייען הערשט א געפערליכע דעמאראליזאציע און צעמישעניש. די צען יעריגע האראוואניע גייט לאיבוד. אינגע בחור'ליך און אינגעלייט פרעגן קשיות, מ'זעט סתירות, מ'פלאגט זיך צו פארענטפערן, אבער ס'גייט עפעס נישט ווי געפלאנט.

זעענדיג אז דער באן הינקעט אונטער, האט דער עמטליכער מנהל פון די ישיבה גדולה זיך אויפגעשטעלט מיט העצערישע רעדעס, "אנצואווארימען" די געמיטער און אריינברענגן א "טויש" אינעם מצב, בלשונינו: "צו בויען די חסידות".

נאך מיט א יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח האט ער זיך ארויסגעלאזט אין די מיסיע צו "שווענקן די מוחות"; ער באזידלט די בחורים אויף זייער "אומאינטערעסע" אין די גאנצע הנהגה און דער סאמע מנהיג, אבער נאך א יאר האט ער זיך ווירקליך ארויסגעשיילט, "יצא המרצע מן השק", ער קלאגט און יאמערט אז דער צד שכנגד "איז שולט אויף אונזערע מוחות". עס וואונדערט אים "פארוואס לאזן זיך די בחורים שולט זיין אויף די מוחות"?!

צו ערפילן דעם דורשט פונעם אייגענעם ציבור ווערט אין דעם ארטיקל אביסל בארירט "אויפן שפיץ גאפל" די אורזאכן און זעלבסטפארשטענדליכע פאקטן וועלכע זענען גורם אז "מ'איז שולט אויף די מוחות", און די סיבות "פארוואס ס'הערשט אזא אימאינטערעסע צו די גאנצע חבורה פון רבי'ן זאל זיין געזונט" (כלשונו פונעם דרשן הנ"ל).

ס'איז ראטזאם בעפאר מ'ליינט דעם ארטיקל, אז מ'זאל אדורכקוקן די צוויי דרשות פון דעם דרשן הנ"ל, 1#) געזאגט בישיבת קווינס אלס הכנה צו שבת כ"א כסלו תשס"ח ווען די בחורים האבן געזאלט עסן אינאיינעם מיט זייער "נשיא הישיבה"; 2#) געזאגט מיט א יאר שפעטער, אלס הכנה צום יו"ט פורים תשס"ט. ביידע דרשות זענען א ווארט'ליכע איבערזעצונג פונעם טעיפ וואס איז ברייט צושפרייט ביים ציבור.

 

באמערקונג:

דער ארטיקל איז פיל מער אויסגעברייטערט פון די ערשטע ווערסיע, אזוי אז ס'איז אקטועל און אינפארמאטיוו אויך פאר די וועלכע האבן דאס שוין געליינט צום ערשטן מאל.

 

 

 

דרשה 1#

 

מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א

מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס

יום ה' פר' וישב [קודם שבת כ"א כסלו] תשס"ח לפ"ק

 


...ס'איז אָבער דאָ אַ עולם, באמת וואוילע בחורים, וואס זיי פרעגן אַ קשיא, אפשר אַז מען אָרגאַניזירט זיך, מען קומט זיך צוזאַם, דאָס איז נישט אפשר אזוי פּאַרטיי? מ'איז מחזק די פּאַרטיי...

טאָמער וויל מען נאָר אַ קהלה ווייל מען דאַרף אַ קהלה לשם קהלה, צו קענען ווייזן אַז מען האָט אַ גרויסן עולם, איז עס הבל הבלים...

ווען ס'איז נאָר אַ צוזאַמקום פון מענטשן אַז מען זאָל קענען ווייזן וואָסערע עולם מען האָט, איז עס הבל הבלים...

אַ טאג ווי כ"א כסלו, ס'איז בעתו ובזמנו, וואָס דער תכלית דערפון איז לחיזוק לתורה ולאמונה, לאָמיר אונז אויך אַזוי טון.

איין פּראָבלעם וואָס ווערט פאַר טייל [בחורים] מערערים איז אַ פּראָבלעם, "ווייל דער רבי וועט זיצן בראש". דאָס איז דער פּראָבלעם. "ס'וועט זיין צו אַ גרויסער חיזוק פאַר די רבי'סטעווע"...

"ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין די זאך!!!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש!!! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"!. ווען מען איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה...

מ'רייסט מיר אַראָפּ דעם קאָפּ, פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה [פון רבי'ן]?! ס'איז "לא איכפת ליה", ס'אינטערעסירט אים נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומ-אינטערעסע? נו וואָס זאָל איך טון, איך פרעג אַלץ די מענטשן, וואָס זאָל איך טון?...

יאָ, אָבער די זאַך, אַז ס'ווייזט לא איכפת, טאָמער איז יעדער בחור צופרידן צו דאַווענען אין זיין בונקער, אין זיין לאָך, אין זיין בית המדרש'ל דאָרט, וואו אימער אין וויליאַמסבורג, איך וויל נישט אויסרעכענען אַלע מיני שמות, און ער האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!".

מ'רייסט מיר דעם קאָפּ אַראָפּ, איז וואָס זאָל איך טון, זאג איך? איך דאַרף ווייטער רעדן וואָס מען דאַרף רעדן. פאַרקויפן נאַרישקייטן? פאַרקויפן שקרים וכזבים? וועלמיר פאַרקויפן דמיונות? פאַרקויפן פאַר'ן עולם "אנוכיות"? עגאאיזם? נאָכאַמאָל ווי גרויס מען איז, ווי הייליג מען איז, ווי מעכטיג מען איז, "ברבבותינו"?, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, כנוסח הגוים, וואָס מען האַלט אין איין פּראָפּאָגאַנדען ווי שטאַרק מען איז, ווי גרויס מען איז, דאָס איז נישט דער דרך ישראל סבא.

אָבער ס'איז אמת אַז ס'איז דאָ אַזאַ זאַך, ס'ליגט אָבער אַ טענה אין די מענטשן, אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע, וואס וועט זיין דער סוף??!! וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה? "ס'איז אמת די טענה"!!

*

כ'האָב שוין דערמאַנט, אז טאַטעס האָבן זיך מיר אָפּגערעדט, מען דאַרף רעדן פאַר די בחורים, פאַרוואָס פּראַוועט ער אַ שלש סעודות מיט די המוני עם? מיט די פּראָסטאַקעס! אין אַלע לעכער זיצט מען! מען שמועסט אָפּ דברים בטלים! מען האט זיך געטראָפן מיט די "פרענדס" און אָפּגעשמועסט דברים בטלים ביי שלש סעודות! ס'ווערט דער זמן, מען כיפּערט אָפּ אַ מעריב, מען כאַפּט אַ ציגאַרעטל, אזוי ווי די פורקי... איך וויל נישט זאָגן פורקי עול, אזוי ווי די המוני עם, אַרבעטס מענטשן וואָס האָבן נישט קיין ברעקל קאָפּ אויפ'ן פּלאַץ...

כמה וכמה עלטערן וואָס קרעכצן אויף דעם. וואו לויפט מען? ווען מען לויפט לערנען איז נאך א האַלבע צרה. מען לויפט דאָך נישט לערנען!!! מען לויפט כאַפּן אַ ציגאַרעטל!! מען זאָל זיך צוזאַמקומען אין ביהמ"ד. ס'זאָל זיך צוזאַמקומען דער עולם ביי שלש סעודות, ברוב עם, אין רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד...

שלש סעודות וויל איך פּראַווען אינעם ראַדני ביהמ"ד וואס איז געווען דעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, צוזאַמען ברוב עם, ווי אַ גרעסערער ציבור, אַלץ אַ גרעסערער כבוד שמים.

אַז די עסקנים פילן יאָ, מען טוט וואָס מען דאַרף טון, דער ענין אַז די בחורים ווייזן אַרויס אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, אַ געוואַלדיגע זאַך, אַ געוואַלדיגער הכרת הטוב...

מען נוצט אַלץ דעם רבי'ן ז"ל אויסצושטעכן יענעם די אויגן...

ווער ס'דערהערט נישט וואָס כ'האָב מסביר געווען, וואָס די חשיבות איז יאָ צו זיין ביי שלש סעודות יעדע וואך אין ראַדני, קוקט אויס אז ער איז "אַ פּלעינער כפוי טובה", און ס'איז נישטאָ צו וועם צו רעדן.

*

ס'איז דא א תירוץ [ביי בחורים]: איך קען נישט שטיין ביי שלש סעודות. מען קוקט אויף מיר. ווער קוקט? פון וועמען האָט מען מורא? טוט אַ מענטש ריכטיג, דאַרף מען מורא האָבן פאַר בני אדם?

ווען מען קומט יאָ אַמאָל אין ביהמ"ד, יעדער פאַלט דאָך אַמאָל אַריין, אינדערוואָכן אָדער שבת, און ער שטייט מיט זיינע חברים און פּלוישט אַריין אינמיטן דאַווענען, אינמיטן קריאת התורה, און ערליכע אידן האַלטן עס נישט אויס, ס'טראָפּט זיי בלוט פון האַרץ, און ער קוקט אים אָן, דער בחור איז דאָך אַזאַ מין "בּאָם", ער קען אַריינרעדן אַ האַלבן דאַווענען שבת.

וואָס האָט מען דאָרט נישט מורא אַז מען קוקט אויף אים? נאָר ווען מ'שטייט און מען זינגט זמירות ביי שלש סעודות, צי מען הערט די תורה ביי שלש סעודות, דעמאָלטס האָט ער מורא אַז מען קוקט אויף אים?

*

(אינסטרוקציעס, וויאזוי מ'זאל זיך אויפפירן ביים "טיש":)

איך בעט דעם עולם, [מ'וועט עסן די וואך שבת מיט'ן רבי'ן אינאיינעם, מ'זאל] "זיצן מיט געדולד" ביים טיש, מען [דער רבי] וועט רעדן דברי תורה... "מען זאָל עס אויסהאַלטן"...[!!!] "מען וועט נישט מאריך זיין צו לאַנג"... "זיצן מיט געדולד", מיט דרך ארץ, ס'זאָל אַרויסקומען פון די מסיבה אַ ריבוי כבוד שמים...

די זעלבע זאַך איז מוצאי שבת [במעמד ההודאה]. ס'איז אַ כבוד הציבור, אַז דער ציבור דאָרט, בפרט ווען דער רבי רעדט, און נאָכדעם, מען טאַנצט צוזאַמען, אַז ס'זאָל זיין אַן עולם, ווי מ'זאגט, אַז ס'זאָל אַרויסקומען אַ ריבוי כבוד שמים פונעם מוצאי שבת [דינער] אויכעט.


 

דרשה 2#

 

מאת הרה"ג מגיד נפלא ר' נפתלי צבי בלומענפעלד שליט"א

מנהל ישיבה גדולה ד'סאטמאר – קווינס

יום ה' פר' תצוה [קודם ימי הפורים] תשס"ט לפ"ק

 


כ'וויל רעדן אפאר ווערטער, ס'פעלט נישט אויס מ'זאל עס אויפכאפן, ס'איז נישט קיין דרשה לצורך הישיבה, כ'וועל היינט זאגן א דרשה בעל כרחי ובניגוד לרצוני.

דער היינטיגער צוועק מוז איך מאכן אן אויסנאם... כ'מוז רעדן אפאר דברים העומדים על הפרק, ס'פעלט נישט אויס מ'זאל עס אויפכאפן, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס איינמאל רעדן, מ'זאל וויסן די נקודה האמיתיות...

אתם ידעתם את כל התלאה אשר מצאתנו, וואס מ'מאכט דא מיט די לעצטערע יארן. מ'קען אסאך רעדן און מ'וועט נישט פארטיג ווערן צו רעדן. איך וויל נאר רעדן אויפן שפיץ פינגער, ווייל איך וויל מיך פארענטפערן פארוואס כ'האב געמאכט אן אויסנאם...

די לעצטערע יארן מאכן ערליכע אידן אסאך מיט... די מלחמה צו זיין בעל-הבית אויף יענעמ'ס מחשבה... מ'פירט א מלחמה מ'זאל שולט זיין אויף די מחשבות פון די מענטשן. צו ווייזן וואס א גרויסע מלכות מ'איז.

מ'האט ארגאנאזירט א געוואלדיגן פראפאגאנדע אפאראט, וואס ס'קען זיך פארמעסטן, ריכטיגע גוי'שע פראפאגאנדע אפאראט וואס די גוים פירן. מ'האט ארגאנאזירט דעם אפיקורסישן "בלאט", ס'האט זיך נישט וואס צו שעמען פאר די אמאליגע אפיקורסישע משכיל'ישע געשרייבעכצער, דארט ווערט אפגעלאכט פון כל דבר קדוש. אפילו די דברי תורה  און די מוסר און די חסידות און נקודה פון "סאטמאר" וואס דארט ווערט גערעדט, ליגט אין דעם ליצנות גמור פון יעדע הייליגע זאך... כדי מ'זאל קענען אהערשטעלן א מלכות שלימה, ווייל די נקודה פון רבי'ן ז"ל איז דער היפוך פון דעם מלכות...

יעדע מסיבה ווערט אדווערטייזט "ברבבותינו"... עכטע פראפאגאנדע כדרכי הגוים. די בראשורן וואס זענען גרייט אריינצולייגן פיקטשערס, ווערן אנגעפילט מיט אלע מיני פיקטשערס. פון יעדע נארישע מסיבה, דינער, פון יעדן וויזיט פון א ויקרא-שמו-בישראל רב אדער  עפעס א שם דבר, אלעס מיט פיקטשערס. וויאזוי מ'האלט א לולב, וויאזוי מ'שלאגט כפרות, וויאזוי מ'קושט דעם אתרוג. אלעס שולט צו זיין אויף די מחשבות פון די מענטשהייט, אז מ'זאל בטל ווערן כעפרא דארעא...

ווען ס'פעלט אויס פאר פראפאגאנדע, מאכט מען "תקנות" לטובת הכלל אויך... מ'האט א בית החיים, האט מען שוין מיט וואס שולט צו זיין אויף יענעמ'ס מחשבות...

כ'האב [פריער] געזאגט פארן עולם, דער גאנצער שמועס איז מיר בעל כרחי צו רעדן, ס'איז מיר די גאנצע זאך נישט איינגענעם, פארדעם זאג איך אז מ'דארף עס נישט אפכאפן מיט רעקארדער'ס, ס'איז גענוג אז מ'דארף עס זאגן, און מ'דארף עס נישט איבער'חזר'ן...

עכ"פ די שפיץ פון די גאנצע זאך, קען מען נאך רעדן און רעדן, אויף די אלע באגריפן, ווייל ס'גייט אריין צוביסלעך אין די מענטשהייט, דאס אלע זאכן, דאס אז ס'איז אזא גרויסע פראפאגאנדע, קוקט עפעס אויס ווי דאס איז א לכתחילה, און דאס גייט אריין  ביי די מענטשהייט. איך זעה ס'כאפט זיך דאך אריין ביי די בחורים אויך... גאנץ וואוילע בחורים... דאס כאפט זיך ביי אונז אויך אריין.

 


וואָס דריקט שוין צען יאָר אויף די מוחות?

 

מיט עטליכע טעג צוריק האט זיך אונטער די האנט "דערווישט" א טעיפּ פון די דרשה וואס איז געזאגט געווארן עטליכע וואכן צוריק אין די אפיציעלע "ישיבה גדולה" פונעם "כת הולכים בערכאות העולמי ובג"ץ הציוני". דער טעיפ איז צו אונז אנגעקומען ממש "בגניבה", מיר האבן דאס אויסגעהערט איינמאל, צוויי מאל, פינף מאל און מער, און ערשט זיך נישט געקענט גלויבן אז די ווערטער ווערן טאקע געזאגט, און זאגאר פאר בחורי חמד, ווען פון יעדע שורה און פאראגראף שפריצט ארויס א טיפער וויי-געשריי וואס דריקט אויפן הארץ שוין גאנצע צען יאר, א געשריי וואס קוועטשט אויפן געוויסן פון דעם בעל דרשן און זיינע משלחים, ביז צו די סאמע העכסטע "נועם-המדות" קעפ.

אויב אזא דרשה איז שוין געזאגט געווארן, איז יא כדאי כאטש איינמאל אין צען יאר דאס צו צענעמען מתוכה און זיך איבערצייגן וויאזוי עס איז בחסדי ה' פארווירקליכט געווארן דער "לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים".

מיר באטאנען אז מיר האבן דעם טעיפ ערהאלטן "בגניבה", ווארום עטליכע מאל אינמיטן די פייערדיגע דרשת פּאליטיק, מתובל מיט שפיציגע, בייסיגע, שארפע און געמיינע ווערטער, בעט זיך דער בעל דרשן אז "מ'דארף דאס נישט אפכאפן"... "די גאנצע דרשה ווערט געזאגט בעל כרחי ובניגוד לרצוני"... "ס'איז מיר די גאנצע מעשה נישט אנגענעם צו רעדן"... אבער אדאנק דעם געשמאקן חינוך וואס ווערט אריינגעלייגט אין די אייגענע בחורליך, האט זיך דאס ארויסגעגליטשט אין די גאס, וליהודים היתה אורה, זאל דער גאנצער ציבור זיך דערקוויקן.

די דרשה איז געזאגט געווארן מיט קארגע וואכן צוריק. עטליכע טאג בעפאר דעם הייליגן יו"ט פורים, און קוים צען יאר נאכדעם וואס די נייע רעביסטעווטע איז געווארן איינגעפלאנצט אין וויליאמסבורג, האט דער מנהל פון די ישיבה, דער "חתנא דבי ערכאות ובג"ץ הציוני" זיך אויפגעשטעלט אין די "באזע" פון די אדאפטירטע "חסידות", און דארט  בפומבי זיך אויסגעקלאגט און מכריז געווען מיט פארוואורפן פאר די אינגע מוחות פון די בחורי חמד, הלמאי ס'האלט דארט דאס מציאות אז "מ'קען זיך נישט באפרייען פון דעם פסיכאלאגישן טעראר פונעם אנדערן צד, זיי זענען שולט אויף "אונזערע" מחשבות"...

מיט א קיתון של שופכין באקלאגט זיך דער בעל דרשן אין זיין נועם-המדות שפראך, וויאזוי די גאנצע האראוואניע פון די "קאמפאני" גייט צענישט, אלעס איז ממש בטל כעפרא דארעא, ס'ווירקט נישט, ס'העלפט נישט קיין פודינו-ומצילנו, אלעס גייט לטמיון, אלעס איז לריק, מ'זעט ווי עפעס דריקט אויף די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, עפעס איז שולט אויף די מחשבות וואס לאזט זיי נישט שלום מאכן מיטן שקר, עפעס האלט אפ די "נקודה הפנימיות" פון זיך צעוואקסן צו אַן "אילנא רברבא", די "נקודה" איז בלויז באגראבן מיט אן "אהבה מסותרת"... אלעס שלאפט.

"לא איכפת להו", פארוואס?!

די דרשה איז געזאגט געווארן אויפן זעלבן פלאץ (אין די "מתיבתא ברך משה"...), אויפן זעלבן סטיל, אויפן זעלבן גאנג, פאר (מער-ווייניגער) די זעלבע מקשיבים, און דורכ'ן זעלבן בעל דרשן, וועלכער האט בלויז מיט א ברייטע יאר צוריק, בעפאר כ"א כסלו תשס"ח, זיך ארויסגעלאזט מיט א ברייטע דעמאגאגיע צו די יונגע בחורליך, מיט טענות ומענות אין די פארקערטע ריכטונג, "פאַרוואָס הערשט ביי די בחורים אַזאַ אומאינטערעסע פאַר דעם גאַנצן חבורה?! ס'איז "לא איכפת לי'", ס'אינטערעסירט נישט גאָרנישט, פאַרוואָס הערשט אַזאַ אומאינטערעסע? מ'האָט קיינמאָל נישט קיין אינטערעסע אַריינצוטרעטן אינעם רבי'ן ז"ל'ס ביהמ"ד, "וואָס וועט זיין די עתידות פון די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?!"... אַז ס'איז נישטאָ קיין אינטערעסע צו קומען קיין ראדני, וואָס וועט זיין מיט די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה?"...

ביי יענע דרשה האט דער בעל דרשן שטארק אפעלירט צו די בחור'ליך: "ס'איז אַ געוואַלדיגע מצוה צו מחזק זיין "די זאך!". דאָס איז נישט פּאַרטיי'איש! "דאָס איז אַ מצוה מחזק צו זיין"! ווען מ'איז מחזק דעם ציבור, מען איז מחזק דעם רבי'ן, "מען איז מחזק די זאַך", האָט מען מחזק געווען די נקודה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה"... די בחורים דארפן ווייזן אַז דעם רבי'ן ז"ל'ס "זאַך" איז ביי זיי "אַ זאַך". ער איז גרייט צו ערשיינען, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, אין ראַדני, צוזאַמען ביי שלש סעודות, ס'איז אַ געוואַלדיגע זאַך"...

שטייט מען יעצט מיט א יאר שפעטער, שוין אין סאמע ערב פסח תשס"ט, גאנצע צען יאר נאך דעם אויספלאץ פון די פרישע "לעכטיגע הנהגה" אין סאטמאר, די המשכה צו די טעג פון "סיהרא במילואה", די "החזרת עטרה ליושנה", מיט די האפענונג אז עפעס זאל זיך האבן געטוישט, עפעס א שינוי לטובה, עפעס זאל זיך האבן גערירט לטובת "די זאך", אפשר האט זיך עפעס דערוועקט אין די "נקודה הפנימיות" כאטש ביי די בחור'ליך, די "אהבה מסותרת" זאל זיך אפשר האבן פאנאנדער-געפלאקערט, אבער – מפטירין כדאתמול; "אלעס בלייבט ביים אלטן"...

דער זעלבער בעל דרשן האט גענוי מיט צען יאר צוריק אויך געהאלטן א באקאנטע רעדע אין קעמפ פאר יונגערע בחורליך, וואס האט געזאלט דינען ווי די "גרינדונגס דרשה" נאך איידער די עטרה האט זיך צוריקגעקערט ליושנה, אין וועלכן ער האט אפגע'חוזק'ט פון די ישיבה גדולה דקרית יואל, און אפגע'חוזק'ט פון די תקנות הישיבה וואָס זענען געשריבן געווארן דורך רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע און הארציג אפעלירט צו די בחורים מען זאל נישט נכשל ווערן און פארן לערנען קיין קרית יואל.

גאנצע צען יאר וואס מ'קימערט די מוחות אז די זון האט אויפגעשיינט אויף סאטמאר, מ'וואשט די הערצער מיט די גרעסטע לשונות של הבטחה, אלעס איז צוריק "ארגינאל", גענוי ווי בימי ה'סדרנים פון קראלי, אלעס איז על טהרת הקודש, די אינוואזיע איז געלונגען, מ'האט "אלע" בנינים אין וויליאמסבורג, מ'האט א כיתה ט' אין בארא פארק... טרעילער אין קרית יואל... א בית רחל אין לאנדאן... און דא אזא חורבן, מ'קוקט זיך צו אין די אייגענע ד' אמות, אין די הויפט בית-חרושת פון דעם דור העתיד, אויף וועמען מ'לייגט אזויפיל האפענונג זיי זאלן אויסשרייען דעם "יחי המלך" בארבע פינות העולם, און נאך אלע געזאגעראציעס שטעלט מען זיך אויף בפני קהל עם ועדה, און מ'גיסט זיך אויס דאס הארץ אז "וכל זה איננו שוה לי"... מ'האט גארנישט פון די גאנצע "זאך", ווייל "מ'איז שולט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט"...

עלובה עיסה שנחתומה מעיד עלי'

ווען חכמינו ז"ל פרובירן צו באצייכענען די גרעסטע שאנדע אויף אן אייגענעם בזיון און זעלבסט-דורכפאל, באנוצט מען זיך מיט עטליכע לשונות: "עלוב הוא השאור שמי שבורא אותו מעיד עליו שהוא רע", "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה", עלובה המטעת שמי שנוטעה מעיד עליה שהיא רעה", (ילקוט ירמי' פרק י"א). - ווי פארשעמט איז דער געוואוקס ווען דער סאמע פלאנצער זאגט עדות אז דער פראדוקט איז אויסגעוואקסן שלעכט!

ס'איז באמת א הארץ וויי צו הערן ווי דער בעל דרשן, פון די סאמע בויער און פיאנער פון די הנהגה-אימפעריע, שטעלט זיך אויף און "הודה לא בוש", ער שארפט אויס זיינע ציין, "בניגוד לרצוני ובעל כורחי", געצווינגען פון די אייגענע מחשבות און בעל כורחם דורך די ראשי ההנהגה בעלי נועם המדות, און גיסט אויס זיין כעס און צער אויף די צאן לטבחה, הלמאי מ'האט זיך דערקייקלט אז נאך גאנצע צען יאר וואס מ'לעבט א גאנצן טאג פון מלחמה וחרמה, מ'איז לוחם השכם והערב מיט די עמלקים, משכילים, נעאלאגן, מהרסים, מחריבים, מחוצפים, עזי-פנים, קאנטאניסטן, פראנקיסטן, נעא-נאציס (ווער ווייסט...), און דא שטעלט זיך ארויס אז די שונאים האבן אריינגעדרינגן אין די הערצער פון די ריינע נשמה'לעך?! "מ'איז שולט אויף אונזערע מוחות"!

יא, ליידער שטעלט זיך קלאר אויס דאס מציאות, און מיט רעכט איז מען שולט אויף די מחשבות, ס'עגבערט די מוחות פון די בחורים און אינגעלייט, פארוואס, פארוואס און פארוואס?...

ס'איז פאראן א וועלטס ווערטל, "יעדן קען מען נער'ן, אחוץ די אייגענע קינדער".

די בחורים און אינגעלייט פון די אייגענע ראמען קוקן זיך צו מיט וואונדער אויף די הנהגה פון אינעווייניג, זיי זעען א פוסטקייט אדורך און אדורך, מ'שפירט נישט דעם פארפליכטעטן סיפוק הנפש על טהרת הקודש, און ס'יאגט זיי דער געדאנק, ורדף אותם קול עלה נידף, פארוואס איז ביי "אונז" נישט אזוי?...

תורה, כשרות, תקנות, הידורים, א.א.וו.

מ'דערמאנט זיך צוריק די "הבטחות" אויף וועלכן סמך מ'האט פאראורזאכט די גאנצע סומעטאכע און איבערקערעניש, און ס'קומט ארויף א לאנגע קייט פון דערדריקענדע פראגן, א רשימה ארוכה פון קשיות עגבערט אויף די מחשבות פון די בחורים און אינגעלייט, און דער "פארוואס" ווערט נישט פארענטפערט...

פארוואס איז אין אונזער קהלה נישט איינגעפירט אזא הייליגער געדאנק ווי די חבורה "יסודי התורה" ווי אלפי ישראל, יא, "ברבבותינו", לערנען מסכתא נאך מסכתא, און מ'ענדיגט שוין יעצט די זעקסטע מסכתא, וואס קומט אויס צו א קיימא-לן פון אריבער 350 בלאט גמרא בקביעות?

פארוואס ווייסט יעדער גדול בישראל אנצוצייגן אויף התמדה אין לימוד התורה בלויז אויף "זיי"?

פארוואס האט זיך ביי "אונז" קיינמאל נישט אויסגעארבעט אזא געדאנק ווי א "היכל התורה" וואס זאל זיין באשטימט בלויז אויף עסק התורה, און נישט ווערן געשטערט יעדן שני וחמישי צו באלן און קאנצערטן, טיש'ן און עצרת'ן?

פארוואס ווען א איד מארבע פינות העולם פאלט אריין אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל אדער אין די קעטסקילס, און זוכט זיך צו דערקוויקן מיט א בלעטל גמרא, ווייסט ער באלד זיין דעסטענאציע, דער "היכל תהלות יהוסף", דער "היכל בית חי'", דער "היכל צבי ראזענבערג", און "היכל יחיאל מיכל" אין מאנטיסעלאו?

אוי, פארוואס?

איכה היתה, וויאזוי האט דאס פאסירט אז די סאמע פאן-טרעגער פון "קוואליטעט אין כשרות" איז בין-יום-ללילה אריבער צו "זיי"? וואס איז דא געשען?

וויאזוי איז דער "בית השחיטה המהודרת" אין קרית יואל אויסגעשטיגן אלס די גרעסטע און בעסטע שעכט-הויז פאר עופות, פון וואו יעדער רב וצורב ובני קהלתו המדקדקים בכשרות בקלה כבחמורה נעמט בלויז פון יענע שחיטה?

פארוואס רייסט מען אראפ דעם טעלעפאון און פערזענליך, מיט חיזוק און עידוד, אז די שחיטה פאר בהמות גסות אונטער די הייליגע השגחה פון קרית יואל זאל שוין פארענדיגט ווערן?

פארוואס איז היינט דער העכסטער באגריף אין כשרות למהדרין מן המהדרין בלויז די השגחה אין קרית יואל וואס איז כשר נישט-בלויז "ממליחה ואילך"?

פארוואס און וויאזוי האט דאס געקענט פאסירן אז "חלב ישראל" פון לאנגע יארן איז געווארן איבערגענומען ביי טויזנטער קונדן, יא, ממש טויזנטער, ווידער "ברבבותינו", צו א פרישע קאמפאני, בלויז ווייל ס'האט די השגחה פון קרית יואל?

די בחורים און אינגעלייט קוקן זיך צו אויף די טריקענע פאקטן און ס'עגבערט זיי די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "דארט"?

פארוואס ווען ס'ווערט אן התעוררות אויף "חתונה תקנות" קומט דאס בלויז פון די ערליכע סאטמאר? פארוואס זענען "זיי" די הויפט עסקנים פאר די תקנות וועמען אלע קהלות קדושות בישראל גייען נאך אין זייערע פיסטריט? און ביי אונז איז א מצוה מן המובחר חתונה צו מאכן אויף א טייערן פארנעם אין אזעלכע שווערע פינאנציעלע מצבים?

פארוואס ווען ס'קומט צו ראטעווען דעם שארית הפליטה אין תימן הערט מען באלד א געשריי להצלת נפשות, מ'ארגאנאזירט "באלד" א מאסן עצרת רבתי וואו ס'ווערט "אין איין אווענט" געשאפן שווערע צענדליגער טויזנטער דאללארן, און מ'ווארט נישט אז אנדערע זאלן דאס אנפירן און אוועקפירן צו פאליטישע מאטיוון?

"אויפטוהן" אדער "נאכמאכן"?

פאר די אינגע מוחות עגבערט די פראגע: פארוואס אויב ס'ווערט שוין יא געשאפן א דבר טוב, קומט דאס בלויז נאכדעם ווי "זיי" האבן דאס אנגעהויבן? א שטייגער ווי דער "וועד הכשרות", "היכל התורה", "זאמלען געלט שושן פורים ביים טיש", א.א.וו.

פארוואס אפילו אזעלכע הייליגע באגריפן ווי אפהאלטן שלומי אמוני ישראל אין ארצינו הקדושה פון אנטייל נעמען אין די גא'אסור'טע בחירות צו די ציוניסטישע ממשלה הטמאה, ווערט אויך אנגעפירט דורך "זייער" וועד הסברה? פארוואס עקזעסטירט בלויז ביי "זיי" אזעלכע הייליגע מוסדות ווי "שומרי חומותיך" און "עזר הצלה" צו העלפן מוסדות הקדושים אין ארצינו הקדושה? וויאזוי האט מען ביי זיי געקענט שאפן רבבות אויפצובויען דעם הייליגן מוסד "חכמת לב" על טהרת הקודש? און ביי אונז, אנשטאט מ'זאל מחזק זיין די ברכיים אשר לא כרעו לבעל הציוני וועלכע זענען זיך מתנזר פון נהנה זיין פון די מדינה הטמאה, האט מען געצאפט דאס בלוט פאר די מוסדות הקדושים תולדות אברהם יצחק ביי זייער באזוך אין אמעריקא בשנת תשס"ב?

פארוואס בלויז עטליכע חדשים פון הערן אז ס'טוט זיך הימל און ערד און "יסודי התורה", וואס האט נאכגעפאלגט מיט א שמוציגן קאמפיין אז ס'האנדלט זיך דא פון א פרישן "דף היומי", האט מען זיך געריבן די אויגן צו זען איבער פרישע שיעורים פון טעגליכע לימודים אין חבורת תורה ויראה, ישראל ואורייתא, כבודם במקומם מונח להגדיל תורה ולהאדירה, און ס'איז ווידער איבערגעצייגט געווארן אז יעדע גוטע זאך מוז קומען פון "זיי"?

ס'עגבערט די מוחות, פארוואס יעדע דבר טוב קומט פון "זיי", און יעדע פירצה בחומת היהדות ווערט באשאפן טאקע ביי "אונז"? פארוואס הערט מען בלויז ביי "אונז" אזעלכע געמיינע איבלען ווי דער פריצות'דיגע חתונה זאל אין הארץ פון וויליאמסבורג, וואס האט שוין געצווינגען צוויי שכנים, אריינגערעכנט א רב פון א קהלה אין וומסב"ג אוועקצומופן פון דארט, אדער די פירצה בחינוך בני ובנות ישראל מיט דעם שינוי אין די לימודים, אָא-בָא-גָא-דָא, די פירצות בחומת טהרתן של ישראל מיט א שוואכע השגחה, א.א.וו. – און "מיר" זענען גאר דער סעמפל אז מ'קען משנה זיין פון אמאל.

וואו איז די וועלטס-חשיבות? אין "ניוס-וויק"?!

ועל כולם עגבערט אין די מוחות, ס'פלאקערט דער זעלבסט-אראפקוק וואס האט קיין ענטפער: פארוואס האט מען נישט קיין שום חשיבות אין עולם הרבנות? פארוואס קוקט קיינער נישט אין אונער ריכטונג? פארוואס איז דער אדרעס "סאטמאר רב" געטוישט געווארן פון "כל הדבר הקשה יביאון אליו", צו א "כולל בוקר" אין ראדני, ביז צו א אנגעזעענער קאנדידאט אין רעפארמיסטישן "ניוס-וויק"?

אוי, ס'טוט וויי... מ'איז שולט אויף די מוחות...

פארוואס ווען מ'הערט אין די גאס אזעלע באגריפן ווי: "סאטמאר רב האט גע'פסק'עט"; "כ'האב געהערט ממש א הפלא'דיגן שיעור פון סאטמאר רב"; "ס'איז געווען אן אסיפת הרבנים מיטן סאטמאר רב"; דער סאטמאר רב איז א א הרכב פון א חסיד'ישער גדול ולמדן"; "סאטמאר רב שטייט בראש"; "דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל האט ממש מפליא געווען דעם כח התורה פון סאטמאר רב"; "מ'דארף נאך האבן די הסכמה פון סאטמאר רב", א.א.וו. – ווייסט יעדער פון וועמען מ'רעדט, וזיל קרי בי רב.

וויאזוי קען דאס געמאלט זיין, ס'זאל זיך רידערן אין די אידישע גאס מיט שערוריות און ספיקות, אלעס קאכט אלעס זידט, רבנים גדולי תורה והוראה זענען פארטוהן אין א ריתחא דאורייתא, זה אוסר וזה מתיר, און בלויז אין די סאמע צענטער פון וויליאמסבורג איז מען פארנומען צו פארקעמען די שלאנקע פיאות העכער דעם דיוקנא דקדישא, און גארנישט עפעס אנדערש?...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 17:00 לינק ישיר 

עס איז נישט חבל על דאבדין ווייל ער קען נאך תשובה טוהן די טויער'ן פון תשובה זענען אפן און עס קען נאך זיין אז עס וועט מקוים ווערן דער פס' וידעו תועי רוח בינה .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 01:32 לינק ישיר 

ווי ס'קוקט אויס האט באלנאד נישט דער הויבן די מח דרוק, אזאש ס'האט גאר געפלאצט.
 אזוי יונג חבל על דאבדין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2009 00:20 לינק ישיר 

זיי מיר מסביר דיין פאינט ווייל עפעס שטימט נישט.

1) מער פון האלב סאטמאר (אינקלודינג די רביצין ע"ה און טויזענטער תלמידים פונעם ויואל משה) האט געוויזן דעם רוקן פאר'ן הייליגן ברך  משה. איז ער וועגן דעם געווארן אויס קדוש עליון?

2) דו ווייסט אפשר אז דער הייליגער תניא האט געהאט שרעקליכע שונאים וואס האבן געהאלטן אז ער איז רח"ל... און אזוי אויך דער הייליגער בארדיטשער זי"ע, און דער הייליגער ריזיניער האט געהאט אזעלכע רדיפות אז מ'האט אים פאר'מסר'ט, אלעס ווייל זיי האבן געהאלטן אז ער גייט רח"ל חרוב מאכן כלל ישראל - האלסטו אז דערפאר זענען די קדושי עליון געווארן אויס הייליג.

3) דו טראכסט אפשר אז ווייל וואלדמאן אדער אן אנדערער קערל האלט אז דער סאטמארער רבי איז דאס אדער יענץ - ווערט ער אויס רבן של ישראל, אדער אויס דער רבי דער גאון בה' הידועה?

לסיום הדבר:
- וועמען גייט אן וואס דו האלסט פון אים
- מיר גייט אן וואס רבי מאיר זי"ע און להבחל"ח פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א האלטן פון אים.

זייער דעת תורה איז מכריע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 23:32 לינק ישיר 

עס איז ממש א נחת צו זעהן דיין ליסטע אז די שענסטע סאטמארע קהלות אין די וועלט האבן געוויזן דעם רוקן (למחצה לשליש ולרביעי אזוי ווי מאנסי, מאנטריאל, לאנדאן) פאר דעם דיקטאטור הר' אהרן טייטלבוים וואס האט געדארפט דינען אלס אפיציעלער מ"מ פון רביה"ק זי"ע -נאכדעם וואס דער ברך משה איז נאר געווען דער בריק, כעדותו של צוויבל הנ"ל- און געזאגט ניין צו דעם אני אמלוך אימפעריע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 23:23 לינק ישיר 



תוקן על ידי rebyankel ב- 03/06/2009 23:22:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 23:16 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
ווייל צוויבל'ס צוואה איז יא אמת? און צוויבל'ס עדות פון די אפעראציעס איז אויך אמת? און דאס אז ער האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר 6 פארטאגס איז אפשר אויך אמת?


יעצט ווען רבינו בעל ברך משה ז''ל לעבט שוין נישט קענסטו שרייען וואס די ווילסט
כ'בין גערישט אז מארגען וועסטו זאגען, אז האט געשטעלט רז''ל פילאף פאר רב אין ק''י..... אין האט געהייסן גיין אין בג''ץ, ווער ווייסט?

אבער בשעתו ווען ער האט געלעבט אין מ'האט אריינגעלאזט צו אים זיינע געטרייע תלמידים וחסידים, האט דאס יעדער געוויסט, ער האט עס פאר יעדעם געזאגט,
מאסען סאטמערע חסידים זענען עדות דערצי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 22:42 לינק ישיר 

ווייל צוויבל'ס צוואה איז יא אמת? און צוויבל'ס עדות פון די אפעראציעס איז אויך אמת? און דאס אז ער האט געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר 6 פארטאגס איז אפשר אויך אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 21:18 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
די אלע זאכן דריקט סופרעמעסי/אחד הרבנים גאר ווייניג אויפן מוח, וואס דריקט אייך באמת איז אז דער אינגערע ברודער וואס דער רבי דער ברך משה האט אים געווארנט כמ"פ ביי די אפעראציעס אז אלעס גייט פאר בנו הגדול (מפי העדות הרב הערצקא צוויבל) און שבת הגדול תשנ"ט האט אים דער רבי געזאגט אז ער וויל אים האבן לידו אין ווילאמסבורג, און חוהמ"פ האט ער געזאגט פאר רבי אהרנ'ן אז ער איז רב הצעיר (מפי העדות רעב. סאשע טייטלבוים) און באנאכט האט ער ווידערהאלטעט אז ער קען נישט האבן גאנץ סאטמאר נאר איינס, און ח"י סיון האבן מיר געהאט די זכי' צו די התמנות פון רבין שליט"א אלס רב ור"מ (ווי ר' אהרן אליין האט קלארגעשטעלט בדרשת יום א' פנחס) און טאקע דער ברודער זיצט אין ראדני און פראוועט זיינע חסידים אין 550 דאס באדערט, אבער נאך ווי עס באדערט!!!! דרייטס מיר נישט קיין קאפ מיט די אלע הנהגת התורה מעשיות וכו' דאס איז אלעס א פשוטער קאווער אפ אויף ענקער אמת'ער ווייטאג, און גלייבטס מיר איר וועט ענדערש קאנווינסן דעם עולם וועם איר זענט אזוי אנטשלאסן צו קאנווינסן מיט די אמת'ע ווייטאג נישט מיט קיין שקרים און קאווער אפ'ס. תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/06/2009 3:50:52

_________________



די ביז יעצטיגע שקרים וואס ענק האבען אלס מפרסם געווען איז גענוג, איך זעה נישט וואס פאר א תכלית די האטס מיטן צילייגען דעם יעצטיגען שקר (וואס איך האב געמאכט BOLD)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 13:15 לינק ישיר 

באלאנד בן בנו של אותו באלאנד

סאיז טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים, די נקודה דא איז אז דאס וואס די בני יואל און די רבי סיכיסליינו אידען והמסתעף האבען פראקטיצירט אלע יארען אז סנישטא קיין ממלא מקום און מוועט בלייבן דבוק אינעם רבין, איז גיווען א גוט די ערשטע צאהל יאהר, אבער ווען די פוסטקייט האט אנגעהויבן הערשן אויף הויכע ציפערין, און סהאט אויסגיקלאפט ווי סהאט אויס אויסגיקלאפט נישט בלויז אויף אי חסיד נאר אויף שונא מובהק, מיט די צייט איז אונטערגעקומען די גלעגינהייט ווי מכלומרשט האט מען זיך מיטגעכאפט מיטן פרישן הנהגה ווייל די הנהגה ביז יעצט האט פשוט נישט געטויגט עפ"ל, און מהיום והלאה וועט זיין סדר על דרך ישראל סבא, למעשה יעדער ווייסט ווי סהאט זיל אויסגישטעלט קיינער האט נישט געזוכט אמתדיקייט און נישט קיין רבי סיכיסאליינו נאר בלויז אביסל חיות פון זיך אנהענגין און א פארטיי און זיך האבין מיט וואס זיך דערקוויקען, [והא ר' "דער בערל פר"מ" דרשה, שלמה שמש, הליכה לבג"ץ, פיקטשער צייטונגען, און וואס נישט, אפי' זיך פאטאגרעפירן מיטן ווייסע בגדים, אפענע מופת ביי קידה"ח [וואס איז גישטאנען אין איד בפרוטרוט סי אין די נייעס סיי אין די דרשה] ב"רבבותינו" ביים לעצטיגען פראטעסט, ועוד.

די דזשאק איז אווער אפי' די גרעסטע אי חסידים\שונאים האבין איינגעזעהן אז מברויך א פארטיי
, נאר איין זאך ווען אפי' מיט דעם איז מען נהישט מצליח טראגט מען אזא פנים, ווי פאשטינקענע פיש גיגעסן און פון שטאט ארויסגיווארפין.



תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 03/06/2009 13:15:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 06:12 לינק ישיר 

ביטע אפענטפערן ווי ערוואקסענע, נישט שימפן ווי קינדער.
וואס דער ברך משה האט פונקטליך געוואלט אין די ס' יארן, וועלן מיר איבערלאזן פאר די מעדיקעל רעקארדס.

דא איז מען דן, וועמענס מוחות דארף געוואשן ווערן, און ווען זיי ווערן שוין געוואשן וויאזוי קען בלומענפעלד מאכן "קאנטראל זי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 06:09 לינק ישיר 

יעדעס ווארט איז אמת
אין אז דער הונט בילט איז א סימן די שטיין איז געלינגען
הדא דכתיב די הונט בילט אין די באן פארט ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 06:05 לינק ישיר 

יא, את אשר יגורנו בא, דער סופרעמעסי איז איינער פון די הויפט בלאט שרייבער, וואס האט פארשטייט זיך נישט געקענט אריינלייגען די שמוציגע רבי ז"ל ארטיקלען דארט, האט ער עס דא ארויפגעשטעלט, און דער איז וואס פיטערט די יונגע מוחות די אלע יארען אין דער בלאט, עס איז באמת א שאנד אז אין דער בלאט, וואס איז מכלומרש'ט א צייטונג וואס פארטרעט סאטמאר,  לאזט מען האלטען אזעלכע שרייבערלעך וואס קענען זיך ערלויבען אונטערצוהאקען אלעס וואס סאטמאר באשטייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 03:50 לינק ישיר 

די אלע זאכן דריקט סופרעמעסי/אחד הרבנים גאר ווייניג אויפן מוח, וואס דריקט אייך באמת איז אז דער אינגערע ברודער וואס דער רבי דער ברך משה האט אים געווארנט כמ"פ ביי די אפעראציעס אז אלעס גייט פאר בנו הגדול (מפי העדות הרב הערצקא צוויבל) און שבת הגדול תשנ"ט האט אים דער רבי געזאגט אז ער וויל אים האבן לידו אין ווילאמסבורג, און חוהמ"פ האט ער געזאגט פאר רבי אהרנ'ן אז ער איז רב הצעיר (מפי העדות רעב. סאשע טייטלבוים) און באנאכט האט ער ווידערהאלטעט אז ער קען נישט האבן גאנץ סאטמאר נאר איינס, און ח"י סיון האבן מיר געהאט די זכי' צו די התמנות פון רבין שליט"א אלס רב ור"מ (ווי ר' אהרן אליין האט קלארגעשטעלט בדרשת יום א' פנחס) און טאקע דער ברודער זיצט אין ראדני און פראוועט זיינע חסידים אין 550 דאס באדערט, אבער נאך ווי עס באדערט!!!! דרייטס מיר נישט קיין קאפ מיט די אלע הנהגת התורה מעשיות וכו' דאס איז אלעס א פשוטער קאווער אפ אויף ענקער אמת'ער ווייטאג, און גלייבטס מיר איר וועט ענדערש קאנווינסן דעם עולם וועם איר זענט אזוי אנטשלאסן צו קאנווינסן מיט די אמת'ע ווייטאג נישט מיט קיין שקרים און קאווער אפ'ס. תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/06/2009 3:50:52

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 02:18 לינק ישיר 

http://www.scribd.com/doc/16054682/10-Years-Brainwashing



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 02:09 לינק ישיר 

 

שטעלט זיך יעצט די הארבע פראגע: גיין אין ציוניסטישן בג"ץ "פאסט פאר סאטמאר"?! איז דאס טאקע "ארגינאל סאטמאר"?! איז דאס די המשכה וואס רביה"ק זי"ע האט אונז איבערגעלאזט?!

אין די מוחות פון די בחור'ליך פרעגט זיך די פראגע: מיר זאגן טאקע נישט "בעל דברי יואל" נאר "רבי זכותו יגן עלינו" (כלשונו פונעם בעל דרשן), און דאך זענען מיר אפגעסטעמפעלט אין די גאנצע חרד'ישע גאס אלס די הולכי לבג"ץ הציוני, ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אין טאג פון די פארגאנגענע בחירות הטמאות אין ארצינו הק' ווען מ'האט פארשריגן די ערליכע עסקנים אויף די טרעפ פון די גרויסע פאנאוויטש'ער ישיבה, מיט "צאו מבג"ץ" טאוועלען...

אדרבה, די מוחות פון די אינגע קינדער לעכצן נאך א תשובה, זיי זענען גארנישט פאנאטיש, ס'עגבערט זיי די מוחות, זיי ווילן וויסן, ווען דארף מען גיין צו דין תורה און ווען מעג מען גיין צו ערכאות של עכו"ם?! ווען איז מען "מוחה" מיט דמעות שליש קעגן הליכה לערכאות און ווען פילט מען אן א מויל פיל מיט יין של קונדיטון און מ'פארגלייזט זיך די אויגן? ווען טאר מען נישט נעמען קיין געלט אדער הנאה-האבן פון די ציוניסטישע ממשלה, און ווען מעג מען זיך זוכן די שוץ פון די ציוניסטישע מדינה און זייערע חוקי כפירה ומרידה במלכות שמים?

ס'וואונדערט די אינגווארג: פארוואס ווען מ'אפעלירט פאר א "וואסער סיסטעם" אין די קרית מלך רב קרית יואל, ווערט דאס באצייכנט אלס "התגרות באומות", און ווען מ'שטורעמט מיט א שרעקליכן "התגרות באומות" קעגן די שפאנישע רעגירונג, אן קיין שום דעת תורה, און קעגן דעם דעת הגאונים הצדיקים חברי "אדמת קודש" באייראפא בראשות הגאון האדיר ראש ישיבה ד'לאנדאן שליט"א, איז דאס א מצוה מן המובחר, און די וועלכע זאגן ארויס דעם אמת'ן דעת תורה ווערן גאר פארשריגן?

לא אירא מרבבות עם

נאך א פונקט. די אַלע שקרים וכזבים וואָס מ'האָט פּרובירט צו שמירן אין ברוקלין אַז "דער רבי האָט געהייסן", "מיר זענען די רוב", "לאמיר מאכן וואַלן", "מסלתה ומשמנה", "רוב מנין ורוב בנין", א.א.וו., איז דאָך נישט שייך אין בני ברק, ווארום דער גאנצער ציבור האט אייך געוויזן דעם פתח היציאה, טאָ וויאזוי וואַגט איר אריינצוגעבן אַ קלאַגע קעגן "דעת רוב הקהל" וואס איז ביי אייך אזוי הייליג? מיט וואָס אַ רעכט טראַכט איר אַז על פי תורה האָט איר אַ נגיעה כל-דהו אין די הנהגת הקהלה והמוסדות?! – און אדרבה, אויב האָט איר סיי וועלכע טענה, שיקט געזונטערהייט אַן "הזמנה", ויקוב הדין את ההר...

אוי, און וואס קלערט איר זאגן צו דעם די אינגע מוחות?! מ'דארף זיי וואשן?!

נאך 10 יאר: "וואס" האט מען פארדינט?

אויב איז א צייט-אפשניט פון צען יאר גענוג א תקופה צו מאכן א חשבון הנפש אויפן עבר, לאמיר ווייטער דערגיין וואס דריקט זיינע בחור'ליך און אינגעלייט אויף די מוחות.

מ'האט אין לויף פון די יארן טרואימפירט מיט פראנץ-יאזעף'ס נצחונות, מ'האט אפגעהאלטן זיגן איינס נאך די אנדערע, אין אלע געריכט הייזער פון ברוקלין האט מען באקומען אלעס וואס מ'האט געוואלט. אוי, ס'ווערט קאלומטענע אויפן הארץ, וואס איז געשען מיטן בית החיים? "מיר" זענען דאך "קהל יטב לב"? "מיר" האבן דאך אלעס באקומען?

יעצט, ווען דער נצחון-שכרות האט שוין עטוואס אויסגעוועפט, ס'איז שוין געווארן אויסגעקלארט אז מ'האט "קיינמאל" גארנישט "געווינען", "געבליבן" מיינט נישט "באקומען", עגבערט די מוחות, אויב שוין יא אזוי, אויב האט מען טאקע גארנישט געווינען, נאך וואס האט אויסגעפעלט זיך צו באשמירן די הענט און בלייבן למשמרת לאות לבני מרי אלס די מהרסים בכרם בית ישראל?

פארוואס האט מתחילה אן זיך נישט געשטעלט צו דין תורה כהולכות גוברין יהודאין ווי די תורה הק' פארלאנגט "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם?

פארוואס האט מען נישט געהאט דעם שכל באלד נאכ'ן פסק פון ריכטער באראש, ווען מ'האט זיך דאס מערסטע איינגערעדט אויף א נצחון, אוועקצוגיין בדרך כבוד און נישט אריינגעבן פרישע קלאגעס אין גוי'שן געריכט, ביז מ'איז אנגעקומען וואו מ'איז אנגעקומען אז מ'האט באקומען אן ערקלערונג אז מ'האט גארנישט געווינען?

פארוואס האט אויסגעפעלט זיך צו נעמען בידים דעם תואר של חרפה לדראון עולם אלס "כת הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני"?

אודאי עגבערט די מוחות, טאג און נאכט פרעגט מען קשיות, מ'קוקט זיך צו אין וומסב"ג ווי גרויסע בנינים שטייען ליידיג צום פארדינגען, פילע מוסדות התורה ווי קאשוי און וויזניץ פארנוצן דאס פאר זייערע תלמידים, די מוחות דערהייבן דאס נישט, ס'עגבערט די "נועם המדות" סימפטאמען, וואס גייט דא פאר?

"למה נגרע" אין "בארא פארק"...

מ'איז שולט אויף די מוחות, ס'עגבערט זיי די הארבע פראגע, אויב איז דא די רעדע פון "נועם המדות", פארוואס האט מען זיך נישט בעגענוגט מיט די הנהגה חדשה בלויז אין וויליאמסבורג? פארוואס האט מען געמאכט שריט כובש צו זיין אויך די קהלה קדושה אין בארא פארק דארט וואו דער פאטער דער הייליגער ברך משה זי"ע האט קלאר אוועקגעשטעלט א מרא דאתרא?

פארוואס האט מען דארט פרובירט אנצוזייען חורבן און מחלוקת אויף מערערע אופנים, אויפנעמען גבאים, קומען זאגן א דרשה, שטורמען א "חומש סעודה", א.א.וו. ביז צו קלאגן אין גוי'שן געריכט שלא על פי תורה? ווערן מיר דען נישט אראפגעקוקט ווען מיר לייגן ארויף אונערע לאפעס מזיק זיין די קהלה קדושה און מוסדות התורה אין בארא פארק?

וואו איז נאך פאראן א גרעסערער "אני אמלוך" אמביציע, ווי בלויז עטליכע חדשים נאך די התמנות אין וויליאמסבורג, לאזט מען זיך טוישן דעם "לעדער-העד" פון "רב דקהל יטב לב דסאטמאר פה וויליאמסבורג יצ"ו, צו אב"ד ור"מ יטב לב ד'סאטמאר ברוקלין יצ"ו", און מ'לאזט זיך ארויס אויף א מלחמת חרמה קיין בארא פארק כדי צו כובש זיין די ארטיגע קהלה וועלכע גייען נישט אין שפאן?!...

קלערט איר טאקע אז מ'קען איינרעדן די בחורים און אינגעלייט אז מ'זוכן "דין תורה", אין דער צייט וואס די שלוחים נאמנים אין באָראָ פּאַרק זיצן מיט א "לשם יחוד" אין געריכט?!

"היתר מאָנטרעאָל"...

מ'קען נישט אדורכלאזן א 10 יעריגן סך-הכל, און נישט דערמאנען אין קורצע ווערטער די הליכה לערכאות אין מאנטראעל בחודש אייר תשס"ו, וואו דער ארטיגער דיין, אויך א סימפאטיקער אין די "נועם המדות" קאמפאני, האט געגעבן א היתר צו קלאגן בערכאות של עכו"ם, אן קיין הזמנה לדין תורה, בלויז ווייל "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב". (מלשונו פונעם כותב אינעם היתר הליכה לערכאות).

א געלעכטער.

קלערט איר אז דער אייגענער ציבור איז אזוי נאאיוו און כאפט נישט אז אזא דערהער איז קיינמאל נישט געווען מאז היתה ישראל לגוי, אז מ'לאזט קלאגן אין גוי'שן געריכט, און מ'קימערט זיך ניטאַמאָל צו שיקן א "הזמנה לדין תורה בישראל" צו פאַרמיידן דעם "הפסד רב"?!

און בכלל, איז דען ביי די הזמנה לדין תורה פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין ברוקלין נישט שייך געווען דער "היתר" פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב"?! זענען די מולטי-מיליאן דאללער'דיגע בנינים פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין ברוקלין, נישט ווערד איין-מאל-און-הונדערט-מאל דאס ווערד פון די סאטמארער בנינים מפוארים אין ווייטן מאנטרעאל?!...

מ'האט דאן געקענט הערן פון "אייגענע בחורים און אינגעלייט", א.ג. "תלמידים פון דיין", וועלכע האבן געפרעגט איבער דעם שארפן קאָנטראַסט; ווארום, איז דען פאַראַן נאך אַ פלאַץ וואו ס'איז דאס מערסטע שייך געווען די טענה און "היתר" פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה יוכל לגרום להם הפסד רב", ווי ביי דעם סכסוך אין ברוקלין, וואָס די נתבעים (כת הולכים בערכאות ובג"ץ הציוני) האָבן אין לויף פון "גאַנצע זעקס יאר" (ביז דעמאלט) זיך משתמט געווען פון צו קומען צו אַ דין תורה?! איז דאָס נישט גענוג אין כלל פון "חוששין שעד שיבואו לעמק השוה..."?! און דער זעלבער "מתיר" איז ביי יענעם פאַל גאָר שאַרף ארויסגעטרעטן מיט מחאות נמרצות...

די "תלמידים פון דיין" וועלכע האבן מיט אלע כוחות געוואלט אָנהאַלטן דעם געפאָדערטן רעספּעקט, האבן געשטוינט: הזאת נעמי? דאָס איז דער "דעת תורה", אַז ווען ס'קומט אויס גוט איז דאָס אסור בתכלית האיסור, און ווען דער ווינט בלאָזט אויף פאַרקערט, מ'האט געטשעפּעט "זיין" גרעניץ, ווערט דאָס אַ מצוה לכתחילה, למהדרין מן המהדרין, אַזש מ'שפּירט ניטאַמאָל פאַר וויכטיג צו שיקן אַן "הזמנה לדין תורה"?!

ווי געשעט זיך דאָס, אַז בלויז ווען מ'קוקט צום אייגענעם שפּאַקטיוו זעט מען דעם צד היתר, און פאַר אַנדערע אידן וועלכע וויינען זעקס יאָר נאָכאַנאַנד אַז זיי ווילן זיך מתדיין זיין בדין תורה כדת משה וישראל, קימערט מען זיך נישט אפילו דאָס מינדעסטע אַז דער סכסוך זאָל קומען צו אַ שליכטונג בדיני התורה?!

פלוצלינג ווען ס'קומט גוט אויס, קראַצט מען אַפיר אַ תשובה אין "רמ"ע מפאנו", (וועלכע איז אַגב זיינערצייט מערערע מאָל פּובליצירט געווארן דורך די הנהלת הקהלה), אַז ס'פעלט ניטאַמאָל אויס קיין "היתר" אויף צו "מעקל" זיין. ווילט זיך פרעגן: וואו איז דער זעלבער "רמ"ע מפאנו" געווען בחודש אב שנת תשס"א לפ"ק ווען די הנהלת הקהלה אין ברוקלין האָט בלויז פאַרלאַנגט אַן "עיקול" בערכאות?! פאַרוואָס האָט מען דאַן איבערגעקערט אַ וועלט און געזאַמעלט חתימות אויף א "קול קורא" (אויף וועלכן בלויז היימישע דיינים און מחותנים האָבן גע'חתמ'עט), און דער זעלבער "מתיר" איז אויך געווען מראשי החותמים?! צי האָט מען דעם "רמ"ע מפאנו" געטראָפן אין "אַקספאָרד מיוזעאם" הערשט דינסטאָג פר' במדבר אין יאר תשס"ו?!...

איז טאַקע די תורה הקדושה אזוי בויגזאַם אַז מ'קען מטהר זיין דעם שרץ פון איין טאג אויף די אַנדערע מהיפוך להיפוך?!... (ווי האָט זיך יענע אידענע אויסגעדריקט ווען דער שטאָטס-רב האט אין פאל פון א נויט מתיר געווען צו עסן קטניות אום פסח, האט זי אויסגעפּלאַצט אין אַ געוויין און געיאָמערט: "ווער ווייסט וואס נאָך מ'מעג, און דער רב זאָגט נאָך נישט אויס?!...)

ס'האט זיך געהערט אין אייגענעם לאגער די דערמאנטע פראגע, אָפּגעזען פונעם חלק ה"עיקול", איז דאס דען אַמאָל געהערט געוואָרן ביי יהודים נאמנים לה' ולתורתו אַז מ'גיבט אַ "היתר" צו גיין "מעקל" זיין בערכאות, און אַנשטאט צו פאַרלאַנגען אַן "עיקול" גיבט מען אַריין אָפענע "קלאַגעס" קעגן פּריוואַטע יחידים, און אַלעס בהסכמתו ובעידודו פונעם "כתב היתר"?!

איז שוין אַמאָל געווען אין די היסטאָריע פון רבנים יראי ה' אַז מ'זאל קלאָר מפרסם זיין דאָס התנגדות פון גיין צו דין תורה בישראל, און מ'שעמט זיך נישט צו שרייבן קלאָר אין דעם "כתב היתר", אַז "והש"י יתן בלב תועים בינה וכו' ולא נצטרך לבוא בדינא ודיינא ולזילותא דבי דינא". וואָס איז דאָס פחד פון קומען "בדינא ודיינא"?! אדרבה, לאָמיר יאָ קומען "בדינא ודיינא", לאמיר זיך זעצן ביי אַן אומפּאַרטייאישן בית-דין, און יקוב הדין את ההר ווער עס זענען די ריכטיגע תורה'דיגע ראשי הקהלה? פאַרוואָס האָפט מען אַזוי אויף א "בינה יתירה ממרום" אַז "ולא נצטרך לבוא בדינא ודיינא"?! און פאַרוואָס זאָל דאָס עצם קומען "בדינא ודיינא" פירן צו אַ "זילותא דבי דינא"? אדרבה קומט צו דין תורה; שרייבט אונטער שטרי בירורין צו פאָלגן דעם פסק בי"ד, און דאן, פאָלגט אויס דעם דעת תורה הברורה, און ס'וועט בכלל נישט זיין קיין "זילותא דבי דינא"!

אדרבה לאָמיר זען למי החותמת ולמי הפסולים: וועלכער צד האָט זיך אָפּגעהאַלטן פון גיין אין געריכט ביז מ'האָט נישט בעפאָר געשיקט "דריי הזמנות", (אָנגעהויבן פון חודש טבת תשס"א), און נאר נאָכדעם וואס אַלע פאַלשע אמתלאות זענען אויסגעלאָפן און די יעניגע האָבן נישט געוואָלט קומען לדין תורה איז מען געווען געצווינגען, ברשות ובהיתר בי"ד בכתב, אַרויסצונעמען אַן "עיקול" בערכאות (בחודש אב תשס"א), און וועלכער צד איז לכתחילה געלאָפן אין ערכאות של עכו"ם, נאך בעפאר מ'האט געשיקט אפילו די ערשטע הזמנה לדין תורה.

אוי, די מוחות ערגבערן. די קינדערלעך פרעגן. מ'איז שולט אויף די מוחות.

ואנכי לא אשכחך: די "נועם המדות" עפאכע

אז מ'רעדט פון צען יאר, דערמאנט זיך צוריק מיט אנגסט די לעצטע צען יאר ווען מ'האט טריאומפירט מיטן "נועם המדות" סלאגאן, און ס'קומט ארויף אויפן זכרון א בלעטל שווארצע היסטאריע פון פארשידענע זמנים דורכאויס די לעצטע צען יאר וואס סאטמארער חסידים קענען נישט פארגעסן.

די ליסטע איז זייער לאנג, ליידער, ס'פאדערט זיך פאר דעם זעלסבט א באזונדערער מאמר, ס'איז אבער גענוג אנצוצייגן אויף עטליכע געשעענישן "בלויז" אין די ערשטע יארן פון די מלוכה, אין די "שנה ראשונה" פון די אנארכישע "רבנות" אין וויליאמסבורג, (נאך בעפאר מ'האט געטוישט דעם לעדער-העד אויף רב קהל יטב לב ד'סאטמאר "ברוקלין"), ווען אלעס האט נאך געטראגן דעם פארטוך "דעם טאטן'ס רצון"...

צי קלערט איר אז די היינטיגע אינגעלייט, דעמאלט'דיגע בחור'ליך, האבן פארגעסן ווען מ'האט געווארפן די געטרייע גבאים פון בית המדרש הגדול אין וויליאמסבורג; געווארפן גבאים פון ביהמ"ד תהלות יואל; אויפגעזאגט דעם לאנגיעריגן בעל קורא פון ביהמ"ד הגדול; געפארן אויף טאראנטא (חורף תש"ס) מיט'ן ציל צו שטערן די פילזייטיגע אויפטועהן פון איחוד התלמידים און אפשטעלן די צענדליגע שיעורי תורה; אויפגעזאגט עטליכע ממשפחת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פון זייער תמידות'דיגע תמיכה; נישט געלאזט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע זיך משתתף זיין ביי שמחות בביתו נאוה קודש, נאר אים געשלעפט קיין מיאמי; אוועקגענומען "מוהלות" פון נכדי רביה"ק זי"ע; געשטערט די פעולות הצלה פון "רב טוב"; נישט געלאזט רביה"ק זי"ע לערנען מיט זיינע טעגליכע חברותות טראץ וואס ער האט עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין שארפסטע התנגדות דערצו; געהעצט רביה"ק זי"ע מיט שקרים וכזבים לשה"ר רכילות און הוצאת ש"ר אויף בניו וחתניו האהובים; זיך באפריינדעט מיט די גרעסטע שונאים פון רביה"ק זי"ע, א אקט וואס פאסט זיך זיך נישט פאר א פשוט'ן גאסן-אינג; פארמאכן בתי מדרשים מיטן תירוץ אז מ'מאכט נישט קיין "מי שברך"; געשלאגן און געלאזט ארעסטירן חשובע אינגעלייט און בחורים; בארבאריש געשלאגן מיט פיזישע קלעפ אנשים חשובים וזקנים נשואי פנים, בפניו אין די סוכה מיט רוצח'ישע מכות אויפן קאפ און צוקוקען מיט א שמייכל און נישט ארויסזאגן א קול מחאה אפילו ברמיזה; נישט אריינגעלאזט בחורים תלמידי הישיבה אין קרית יואל צו די סדרים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע; אפגעהאלטן דעם טאטן ז"ל בערוב ימיו פון פארן קיין קרית יואל אין די נאך-פסח טעג ווי געווענליך, נאר אים געשלעפט אין די ביטערע היצן קיין מיאמי אוועק מעין כל רואה; נישט ערלויבט צו פראווען דעם הייליגן יו"ט שבועות אין קרית יואל ווי זיין מנהג פון אלעמאל; אויפגענומען א נייע קאמיטע אין די די מקוה טהרה אין וויליאמסבורג מיט'ן ציל צו שטערן די אנגייענדע ארבעט דורך די געוועזענע געטרייע עסקנים; מבזה געווען דעם עלטסטן אור-אייניקל און נישט געגעבן קיין עלי' ביום שנכנס לעול התורה והמצוות; נישט געטראָגן רביה"ק זי"ע צו די יערליכע דינערס פון מוסדות סאטמאר אין בארא פּארק און מאנסי, האבנדיג א "פאַרדאַכט" אז ער וועט זיך אולי דארט טרעפן מיט בנו הגדול און אים ארויסווייזן א פּנים צהלות וחיבה יתירה כדרכו; נישט געברענגט דעם רבי'ן צום שבת שבע ברכות פון זיין אייניקל די יתומה תחי' בת בתו הצדיקת מרת חי' ע"ה; נישט געברענגט דעם רבי'ן צום שמחת הבר מצוה בבית נכדו הרב יוסף מייזליש שליט"א וואס דאס רשעות איז אומבאַשרייבליך וד"ל; א.א.וו.

די ליסטע איז נאך גאר לאנג, ובפרט ווען דאס ווערט געטוהן אונטער א פאָן פון "נועם המדות".

און די דיינים?! די סאמע "הנהגת התורה"?! וואו זענען זיי געווען?! ש-ש-ש!!! נו, גזל שינה!...

ולעומת זה, וויפיל מ'האט נאר פרובירט צו פארדעקן די אהבה גלוי' אין די ערשטע יארן, האט זיך דאס נאכאמאל און נאכאמאל ארויסגעשיילט ברבים ובגלוי, ווען רביה"ק זי"ע האט עטליכע מאל "איבערגעגעבן דאס פלאץ" פאר בנו הגדול, און טאקע בעת שמחות בביתו פונעם "נועם המדות", אזוי אויך יעדעס מאָל ווען מ'האט זיך געטראפן האט מען דערקענט צהלת פּניו הקדושים אויף אַן אופן בלתי ישוער און א חביבות יתירה וואס מ'זעט זעלטן אפילו צווישן טאַטעס און קינדער. ואין החי יוכל להכחיש את החי.

צי קלערט איר אז די בחורים/אינגעלייט געדענקן דאס נישט?! "זיי" האבן דאס געזען. עיניהם ראו ולא זר! איר קענט דאס זיי נישט לייקענען!

והאחרון הכביד: קלערט איר אז די בחורים און אינגעלייט ווייסן נישט אז ווי מער מ'פרובירט צו פארענטפערן זיך אז אלע שמוציגע פעולות ווערן געטוהן און אויסגעפירט אויפן דירעקטן באפעל און פארלאנג פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און מ'שיקט אלע קריטיק-קאמענטארן אויפ'ן חשבון פון א הייליגן טאטן און רבי'ן, קלאפט דאס צוריק ווי א ווידער-קול.

זיי פרעגן אונטער די מוחות מיט וואונדער: לו-יהא אז די רעדע איז נישט פון א "נועם המדות" נאר פון א פשוט'ן זון, קומט זיך דאס פאר אן אלטן טאטן און רבי'ן אז אלע שמוציגע פעולות זאל מען ארויפלייגן אויף זיינע פלייצעס? איז דאס א חלק אין "נועם המדות"?

בר מצוות, חתונות, שבע ברכות, תנאים, ברית'ן, שידוכים, מסיבות, דינער'ס, פדיון הבן'ס, שמחות, א.א.וו. - ווי לאנג איז די ליסטע וואס דער ראש המשפחה האט פארפעלט. און פארוואס?!

מ'מאכט א "ויצעקו": "מאחורי הפרגוד"

לאנגע יארן קערט מען איבער א וועלט אז מ'האט ממש בועט געווען אינעם רבן של ישראל, דער בעל ברך משה זי"ע; דער פאטער/שווער/זיידע/עלטער-זיידע וויל זיך מער נישט זען מיט די קינדער און אייניקלעך, ער וויל נישט קומען צו זייערע שמחות, וויל זיך מיט זיין נישט טרעפן, און אזוי ווייטער און ווייטער.

פלוצלינג, ווען ס'ווערט נתגלה מקצת מן המקצת פונעם אמת, מ'גרייט זיך אויפצודעקן שענדילכע טראסקריפטן וואס שוידערט אויף יעדן רעכטדענקיגן מענטש אז דער הולך וחותם בבג"ץ הציוני, וועלכער דארף גאר שפילן א ראלע פון א "ידיד נפש" האט גאר געהעצט דעם פאטער קעגן זיין באליבטן זון, הייבט מען אויף א "ויצעקו", הלמאי, מ'גייט מבזה זיין "דעם לעצטן לייב"?...

וואס האט דא פאסירט? ס'עגבערט די מוחות און ס'פאדערט א תשובה! איז דאס טאקע אמת אז מ'האט געהעצט? אויב יא, וואס איז דאס געוויין ווען ס'ווערט אויפגעדעקט?

און אויך בנוגע זיין "גט פטורין ואגרת שבוקין" מיינט איר טאקע אז די בחורים און אינגעלייט זעען נישט דעם קאנטראסט: בזמן ווען דער יעניגער וואס האט געהעצט דעם הייליגן פאטער און רבי גאנצע 7 יאר קעגן א קהלה קדושה און זייער מנהיג, קעגן זיין גאנצע משפחה וואס גייען נישט אין שפאן, ער האט געהאט א גרויס חלק אין צוריקהאלטן דעם זיידן פון זיך באטייליגן אין משפחה שמחות און צושטערט די שמחות, ער איז געגאנגען אין בג"ץ הציוני און פרובירט אווועקצונעמען די מוסדות און קהלה פון די ערליכע הנהלת המוסדות, ער איז צענדליגער מאל געגאנגען זיך "ווייקן" ביים "נועם המדות" און אים עמטליך באגלייט אלס משב"ק, און דערצו מוסיף געווען חטא על פשעים און געגאנגען אין געריכט קעגן די קהלה קדושה און דער בית החיים אין קרית יואל, האט ער נאך יעדע וואך באקומען זיין כיבוד ביי ס"ג "צו זינגען "ידיד נפש" כאטש ער איז געווען גענוי דאס פארקערטע פון א "ידיד נפש"... און גאר געזוכט אפצוהאקן דעם מנהיג פון די קהלה פון זיין "אב הרחמן"... דאך האט מען זיך צו אים באצויגן מיט זיידענע הענטשעך, מ'האט בלויז געשיקט א בריוו אז ער זאל ארויסגיין פון גוי'שן געריכט קעגן די קהלה, האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט, מ'איז אריבער רעדן צו זיינע קינדער איבער פארהאנדלונגען האט ער געזאגט "בלא", מ'האט נישט דערמאנט קיין ווארט אז ער דארף איבערבעטן  דעם רבי'ן, קהל, אלע מעמבער'ס א.ד.ג. בלויז ער זאל צוריקציען פון זיינע קלאגעס און ער איז צוריק וועלקאמען. ווען אלע פארהאנדלונגען זענען ממש אויסגעלאפן, האט מען אים אנגערופן ערב שבת אז ער איז אויסגעשלאסן פון די קהלה, און ער זאל נישט קומען דאווענען אין ביהמ"ד.

יעצט פון די אנדערע זייט צייגט זיך איבער דער פאקט, דער משמש אין ראדני-ביהמ"ד שטעלט זיך צו 10 יאר אן א פראבלעמען, ער טוט זיין ארבעט בנאמנות, ער האט זיך נאר "פארזינדיגט" ווייל ער איז – מיט רשות – געווען אנוועזנד ביים מחנך זיין דעם בית החיים אין קרית יואל אינאיינעם מיט אלע חברי הנהלת חברא קדישא, ער קומט צוריק אין ראדני און קיין ווארט הערו ער נישט פון קיינעם, פארקויפט ווייטער מצות, נעמט מעמבערשיפ, נדרים-ונדבות א.ד.ג. ליל שב"ק רופט ער אויס די זכרים אויפן ארון הקודש, אינדערפרי ווען מ'גרייט זיך צו ליינען, ווען ס'וועט ברענגען דעם קלימאקס פון בזיונות, זאגט מען אים אפ פון קענען ארויפגיין אויפן באלעמער, ער בלייבט פארשעמט אין ביהמ"ד איינגעמאכט אויפן פלאץ, מ'הייסט אים בעטן מחילה פון קהל, מ'פאדערט ער זאל אונטערשרייבן אז ער "ווארפט זיך אונטער", ער מוז אריבערגיין צום סאמע שפיץ "נועם המדות" צו איבערבעטן און אונטערשרייבן פרישע תנאים, אבער ס'איז נאך נישט גענוג, ס'קומט א באפעל אז שבת מוז ער ארויפגיין אויפן ארון הקודש און איבערבעטן דעם גאנצן קהל ועדה פארן טשעפן...

די בחורים און אינגעלייט'לעך זעען דעם קאנטראסט, מ'איבערצייגט זיך די פשוטע פאקטן, נו אוודאי מאכט מען זיך א חשבון וואו מ'טרינקט בלוט און וואו מ'זוכט בלויז צו לעבן בשלום, וואו פארגיסט אומשולדיג דם נקי און וואו מ'באהאנדלט מיט זיידענע הענטשוך.

לישקעס הבד"ץ

גיימער ווייטער. פארגייט זיך א פרשה פון א ירושלימ'ער רבנות, אויף וועלכן מ'האט פארלייגט אלע כוחות און צוגעזאגט הבטחות און עפרות זהב, ס'פאלט אדורך מיט א "לענדסלייט" בעז"ה, פרובירט מען צו בארואיגן די מוחות דורך גרינדן א "לישקעס הבד"ץ", מיט א "ראש בית דין", "חברי הבית דין", "שליח בית דין", א.א.וו. וואס קלערט איר, די אינגע מוחות זענען נישט קיין מבינים אז שוין זעקס יאר וואס דער "בית דין צדק" שטייט בלויז אויף צו דינען זייערע אויבערהארן כחומר ביד היוצר, געבן מחאות און היתר-לערכאות'ער? זעען זיי דען נישט אז קיין איין קאמפעטענטער דעת תורה והלכה איז נאך פון יענעם אפיס נישט ארויסגעקומען, נאר אז "דער עירוב איז פאר פוילישע גוים", "ראדני האט א צורת הפתח", "מ'זאל נישט טרינקען קיין ברוינפן אן א הכשר", "ס'איז "רעקאמענדירט" (נישט קיין חיוב...) צו היטן די וואסער פון ווערים", "די בחירות העירי' זענען אסור", און נאך אזעלכע "שטורמישע" החלטות.

ווער מאכט דא דאס גענאר פון וועמען? קלערט איר אז אייערע בחורים און אינגעלייט כאפן נישט דעם ווירטשאפט? איינער דארף דא שווענקן מוחות, אדער זיי ווערן פון זיך אליינס גוט געוואשן?

אויף וועמען'ס קאנטע איז דער בזיון תלמידי חכמים ווען דיינים זענען בלויז דא צו שרייען "קשר בוגדים", מאכן אסיפות פון "אלו שהשתתפו" און פעלשן חתימות, לאזן ארעסטירן בחורים און לאזן שמאכטן אין "צענטראל בוקינג" אין סאמע שבת קודש צוליב א מסירה אויף א אומשולדיגן קרוין, און מוחה זיין בלויז אויף "יענעמ'ס" הליכה לערכאות? וועמען דארף מען דא "וואשן די מוחות" ווען די זעלבע דיינים געבן א הכשר אויף א תערובות חתונה זאל מיט ביימעלעך? מ'גיט א הכשר אויף פלייש ווען מ'איז נאך קיינמאל נישט געווען ביי די שחיטה? מ'איז משנה אין די הוראה פון רבי'ן זי"ע בנוגע נוצן שטיינזאלץ? לאזן גיין אין בג"ץ הציוני? געבן היתרים פאר ערכאות בלינדערהייט? –  דארף מען דא "וואשן מוחות" צו זען די אפענע סתירות?

ממליחה ואילך

און בנוגע דעם בוטשער סטאר, וואו אין די וועלט איז געהערט געווארן אזא קארופציע און אומגלויבליכער הפקירות וואס ווערט פארדעקט דורך די "קאמפאני", וועלכע האבן ביז היינט געשריגן אז אויב ס'איז דא אן עולה דארף מען ארונטעררייסן אפילו די אייגענע מנהיגים, בלויז ווייל "יענער" האט דאס מפרסם געווען און ס'פאסט נישט מודה צו זיין?

די אינגע מוחות פרעגן: מה נשתנה דער הכשר אין 82 בוטשער, וואו די השגחה איז בלויז "ממליחה ואילך", פון "נאכ'ן זאלצן" ולא מליחה בכלל, קעגן די הוראות פונעם מייסד הקהלה זי"ע בנוגע מליחת הבשר, ביז צו דעם "פינקל געשעפט" וואו די השגחה איז געווען "מאריזה ואילך"?...

ווי מעג מען אויספאפן די פילע קונדן און ליגנט זאגן פאר אידן מדקדקים בכשרות וועלכע ווילן דוקא יא נוצן די ריכטיגע שטיינזאלץ, און זיי זענען דערפאר מקפיד צו קויפן פלייש אין אן א.ג. 'סאטמארע' בוטשער, און יעצט שפירן זיי זיך ווי אפגעגאסן מיט א טאפ זאלץ-וואסער נאכן הערן אז ביי זייער סדר טיש וועלן זיי נישט האבן די זכי' צו נוצן דאס בעסטע וואס איז פאראן, א זאך וואס רביה"ק זי"ע האט דירעקט פארלאנגט און קלאר אוועקגעשטעלט אלץ פרינציפ נאך אין די בראשית יארן על אדמת אמעריקא, און יעצט וועט מען דאס נישט האבן אלעס דערפאר וואס זיי האבן זיך פארלאזט אויף א השגחה וואו קיינער נעמט נישט קיין אחריות?

ס'עגבערט שוין איינמאל די מוחות: האט מען דא משנה געווען אדער נישט? און אויב יא, מיט וואס א רעכט? די קינדער'לעך פרעגן: ווער ווייסט וואס נאך דא ווערט אפגעטוהן אונטער די קוליסן אויף וואס קיינער נעמט נישט קיין אחריות, און מ'לאזט עס איבער פארן "עולם כמנהגו נוהג"?!

אויך אין זייטיגע "נארישקייטן", עגבערט די מוחות, און די אינגעלייט און בחור'לעך פרעגן, פארוואס האט "אונזער" 50 יעריגער צייטונג געמוזט טוישן די ליניע און נאכמאכן א רעלאטיוו אינגע (גע'אסור'טע, משכיל'ישע) צייטונג וואס איז קוים עטליכע יאר אויף די מאפע? פארוואס זעט מען אויף טריט און שריט, אז אויף יעדע שינוי אין דזשורנאליזם וואס דער אייניקל-צייטונג (דער בלאט) פירט איין, ווערט דאס נאכקאפירט דורכ'ן עלטער-זיידן (דער איד), פונעם ערשטן זייטל ביז צום לעצטן?

די קינדער קוקן זיך צו און וואונדערן זיך, פארוואס האט מען אין לויף פון די "פערציג יעריגע הכרת הטוב" קיינמאל נישט געהערט פון קיין "פסח חלוקה" אין וויליאמסבורג, ביז צום אויפקום פון איר קאלעגע "שבעינו – יו. דזשעי. קעיר"? וואו איז דער "שבע רצון" איינקונפט פארשווינדן געווארן אין לויף פון לאנגע יארן?

אריזאנא ווייץ, איסורים כחול הים...

ריקט זיך אונטער א פרשה פון "אריזאנא ווייץ", קומען צו פליען איסורים וחרמות, חדשים לבקרים, יעדן טאג א פרישער איסור און סיבה צו אסר'ן, און ווען מ'צייגט איבער אז איינס איז שקר קומט באלד אפיר אן אנדערס, מ'כאפט אן דעם איסור בשתי ידים, אלעס לנגח ולקנתר.

די קאפ שווינדלט ווען מ'דערמאנט זיך די פילע "איסורים נוראים" וואס מ'האט שוין געהערט אין קארגע צוויי יאר, קודם אז מ'האט געשניטן צו שפעט, ס'איז נאס פון טל, חדש אסור מן התורה, נישטא קיין מסורה (אין נארט דאקאטע האבן די ראשונים ותלמידי בעש"ט הק' געשניטן...), די וואסער איז זאלציג, מ'לייגט אריין קעמיקעלס, די ערד איז זאלציג, ס'איז דא מער גלאטין ווי מעל, ס'איז א מדבר, ס'איז א סווימינג פול, די ערד איז ווי קלעי, די ווייץ איז געבויגן, ס'רעגט קיינמאל נישטח, ס'האט גערעגנט ביים שניידן, ס'איז דא מער מצומחות פון די היגע ווייץ, ס'האט נישט קיין השגחה, ס'איז דא גרינע ווייץ וואס איז נאכנישט געצייטיגט, ס'האט א דין פון עציץ שאינו נקוב, די רבנים האבן נישט קיין שום שימוש, די ווייץ איז פיל מיט ליחות, ס'רעגענט אריין אין די טרעילאר ביים ברענגען, אויב ס'רעגנט נישט פון אויבן קומט אריין וואסער פון אינטן ווען די רעדליך דרייען זיך אויף די נאסע ערד, מ'האט גענומען טרעילערס אן א דאך, מ'האט אונטערגעקויפט דעם גוי ער זאל עפענען דעם טרעילאר און ס'איז נישט קיין שמירה, די ווייץ איז פארשימלט געווארן, מ'וועט מוזן נוצן אייזערנע טישן צו וועלגערן, די מוץ איז אינגאנצען אפען פארן שניידן, ס'איז חשש מינות, די ווייץ ליגט אינגאנצן אויף דער ערד, היי-יאר איז געווען א רעגן שטורעם אפאר וואכן פארן שניידן, די טייג קלעבט זיך שטארק אן אויף די הענט און ס'קומט זייער שווער אראפ, מ'שפריט אין די מצות א טעם פון קעמיקעל'ס, די קנים זענען נישט אזוי שטארק ווי אין אנדערע פלעצער, די ווייץ ווערט מבוקע ומצומח נאכן שניידן סתם פין ליגן, (גענוג?...).

אט אזוי קוקט אויס דער גאנצער איסור-היתר-ראד, אלעס דרייט זיך מיט שקר, ווען אין שפיץ פון אלע איסורים נוראים שטייט דער איינער פאקט, אז בדרך מקרה האט צו דעם צוגעשטעלט כ"ק מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, און ער איז אויך מהדר צו נעמען בלויז פון די גאר מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ. – נו, זאגט איר געערטער בעל דרשן, דא דארף מען "וואשן מוחות" צו זען אז דער גאנצער "צען יעריגער" סך הכל איז בלויז שנאה ואיבה צו תלמידי חכמים?!

"נאכמאכן" אין די "מוסדות"

שוין נישט צו רעדן פון די הייליגע מוסדות אין וויליאמסבורג, וואו אלע מחנכות גייען אנגעטאהן ערליך און צניעות'דיג, אויף וועלכן מ'האט נישט געגעבן קיין שום זכות קיום, און דערווייל איז שוין קרוב צו דריי יאר און מ'איז קיין איינמאל נישט געבליבן שולדיג קיין געהאלט פאר די מלמדים און כלי קודש. יא, קיין איין איינציג מאל. אפילו פעם אחת, אפילו איינמאל אויך נישט. און דא פרעגט איר מה נשתנה? פארוואס אין די טרעילער אויף לארקין דארף מען זיך ספראווען מיט "סטרייקס" יעדע חודש-צוויי?

אוי, די מוחות ווערן געוואשן, דער ציבור הערט צוריק פון די קינדער אין די מוסדות וויפיל שינויים מ'האט איינגעפירט בלויז אין די לעצטע דריי יאר אלעס כדי "נאכצומאכן" די "משכילים"... מ'פארט אויף אויספלוגן, מ'טאנצט און מ'שפרינגט, מ'שטעלט צו אקטיוויטעטן, הבטחות ווי נקדימון בן גוריון, אלעס כדי צו פארזיכערן אז קיין איין תלמידה ווערט נישט פארפאלן...

א 10 יעריגער סך-הכל!

די הויפט רעדע פונעם בעל דרשן איז מיט פארווארפן צו די בחורים הלמאי מ'לאזט זיך שולט זיין אויף די מוחות, "דא הערשט אַזאַ אומאינטערעסע", און לעומת זה לאזט מען זיך "שולט זיין אויף די מחשבות פון די מענשהייט, אז מ'זאל בטל ווערן כעפרא דארעא, ווען מ'זעט דעם געוואלדיגן מלכות, מיט צייטונגען און בילדער".

לאמיר דעריבער שליסן דעם סך הכל פון די לעצטע צען יאר. זינט יענעם חול המועד פסח ווען די סאמע הויפט שלעגער זענען געווארן אויס בעה"ב אויף סאטמאר, אויפן ביה"ח, אויף קרית יואל, אויף בארא פארק, אויף בני ברק, אויף מאנטרעאל, אויף לאנדאן, אויף מאנטשעסטער, אויף רבבות אלפי ישראל בכל מקומות מושבותיהם, האבן זיך די מהומות געענדיגט.

דערמאנט אייך צוריק וויאזוי מ'האט אויסגעקוקט מיט צען יאר צוריק:

אין די צייט וואס איר האט ערקלערט א מלחמת חרמה קעגן דעם נצר חוטר מגזע קדושים, דער מנהיג ישראל ורבן של ישראל, יושב בישיבה ומרביץ תורה לאלפי תלמידים, איר האט געטרוימט אויסצורייסן דעם הייליגן צווייגל מגזע עצי תמרים, האט זיין ערליכער קרייז נישט פארמאגט קיין צייטונג, קיין מעיינות, קיין שלחן מלכים, קיין בנינים, קיין בתי מדרשים, קיין מוסדות, ס'האט זיך געקענט דוכטן אז איר וועט זיגן און בייקומען דעם אילנא רברבא, היל"ת.

וואס האט זיך ארויסגעשטעלט? טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר וועלכע האבן קלאר געוואוסט רצון קדשו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, האבן אייך געוויזן דעם רוקן און געוואוסט וועמען נאכצולויפן ווען מ'האט זיך געדארפט וואלגערן אין די גאסן, דאך האט מען ליבערשט אויסגעקליבן אויפצוזוכן דעם אמת און איבערלאזן די מים סרוחים, טראץ וואס דער שקר האט פארמאגט די בנינים, די פאליציי, די פאליטישאנס, די צייטונגען, די עשירים, דעם סמכות העליונה, די הנהגת התורה, און אלע אנדערע פגעים רעים. ניין, גענוי צען יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין "בלאט", נישט געווען קיין אנדערע ליטעראטור. ניין, נישט די אלע זאכן מאכן גרויס. נאר דער פערזענליכקייט פון דעם אדם הגדול בענקים און זיין כח ההנהגה, דער גרויסער מנהיג מיט זיינע לאנגע יארן פון התמדת התורה, דאס ערווארבט איינעם צו א שטאפל פון א רבן של ישראל, אז מ'איז געריהמט און געשעצט בעולם התורה והרבנות.

ונהפוך הוא!

די ערליכע תלמידים וחסידים ווייסן אז די גדלות פון דעם צדיק הדורות רבינו קודש הקדשים מרן בעל דברי יואל זי"ע איז חלילה נישט באשטאנען אז ער האט געקענט "מוחה זיין" אויף יענעם, אדער גאר טראגן א כאראקטער פון "נועם המדות". זיין עיקר גדלות איז געווען זייענדיג דער גודר גדר ועומד בפרץ, וואו ער איז אנגעקומען האט ער געבויעט מקואות, געבויעט א מצה בעקעריי, אוועקגעשטעלט א כשר'ע שחיטה, אויפגעשטעלט היכלי תורה ויראה, אהערגעשטעלט ישיבות, פארגעלערנט שיעורים, געזאגט דברי תורה. – אלע פאקטן וואס באשליסן ווער ס'איז דער ריכטיגער ממלא מקום אבותיו.

נו, זיכער, אז מ'דערזעט זיך מיט אזא קאטאסטראפאלן אנשטויס, מ'איז פוסט און ליידיג, קיינער קימערט זיך נישט אין זיין מיינונג, די טישן זענען ליידיג, מ'האט נישט קיין שום חשיבות אין עולם הרבנות, פון נעילת החג ביז קידוש החמה איז מען נישט אויף די מאפע, זיכער טוט דאס וויי אז "מ'איז שולט אויף די מוחות"... די ווייטאג אי ז בארעכטיגט און אמת'דיג. מיר שפירן אייער צער. כי ידעתי את מכאוביו.

יעצט ווען מ'שטייט נאך גאנצע צען יאר, איז די צייט אויפצוהייבן די הענט מיט א שבח והודאה צו השי"ת, "והיא שעמדה לאבותינו ולנו, שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, אלא שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם".

*

אמר הכותב: נאכן אדוכליינען די שורות, שטעלט זיך די פראגע, אז די אלע ענינים זענען לכאורה דברים פשוטים וידועים און עס האט נישט אויסגעפעלט אזא אריכות'דיגן מאמר בנוגע דעם פראוו פון חרוב מאכן די עדה הקדושה סאטמאר, ה' לא תהי'. אבער היות מען הערט צוריק מער און מער, אז אין דעם נועם-המדות-לאגער הערשט א זעלטענע דעמאראליזאציע וואס האט נאכנישט געהערשט אין די גאנצע צען יאר זינט די מהפכה אין סאטמאר, און עס איז פשוט נישט קיין יושר אז אזויפיל אומשולדיגע טייערע בחורים און יונגעלייט זאלן זיך ארומדרייען דערשלאגן און דערביטערט – איז פילייכט וועט דער דאזיגער מאמר עטוואס עפענען די אויגן פאר די ראשי הכת, אז אויב וועלן זיי נישט חוזר זיין פון דעם פסול'ן און אפגעפרעגטן דרך, וועלן מיר זיך אי"ה ווידער טרעפן אין פרישע צען יאר ארום – אויב דער גואל צדק וועט חלילה נאכנישט דא זיין – און דאס פארביטערקייט און "שליטה על המחשבה" וועט דאן זיין פיל פיל טיעפער, והחכם עיניו בראשו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס דריקט שוין 10 יאר אויף די מוחות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext