בית פורומים כל העולם כולו

סעגעדין נעמט אראפ ועד הכשרות הכשר פון אשת חיל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2009 23:01 לינק ישיר 

באלאנד
ווי איך האלט מיט די פייטס פין 82 מיט קווינס, אדער פין קהל מיט משה גבאי, אא''וו
זאג איך דעם זעלבן ניגון




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2009 23:37 לינק ישיר 

וואלסט ווען געוואלט אז מען זאל זיך שלאגן. נו נו, איך הער!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2009 23:52 לינק ישיר 

באלאנד
לייקען נישט קיין פאקטען
איך וויל נישט דא באשמיצן קיין פריוואטע מענטשן, אבער כ'וועל דיר אנכאפען ראשי פרקים

וואס איז פארגעגנגען אין סאסמאן מיט רמ''פ

וואס איז פארגעגאנגען ווען קווינס האט געפענט א אייגען אפיס?, (מיט רימ''פ / רחי''מ / ראב''י) אין (ריש''כ / רנוו''ה)
וואס איז פארגאנגען אין קווינס קעמפ ביי די חנוכת הבית פין די שול אין נחלת יעקב ?(מיט משה / רי''כ / וכו')
די ליסט איז אסאך לענגער ווי די מיינסט, די סאטמערע וואלטן זיך מחי' געווען ווען איך האלט מיך ווען נישט איין צו שרייבען פריוואטע נעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 00:31 לינק ישיר 

מנהל ביטע אראפנעמען דעם אשכול.

ס'איז פוסטע שקרים פון א באוואוסטן שקרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 00:46 לינק ישיר 

הרבני הנגיד רבי יעקב סופר ני"ו איז פון די חשובסטע תומכי תורה בדורינו, ער האט מנדב געווען לעצטענס אליין, א מיליאן דאלער פאר מוסדת סאטמאר וויליאמסבורג, א ביהמ"ד אין קרית יואל, מקוה טהרה דסאטמאר בני ברק, חדר בבנין סאטמאר ירושלים, וכו' וכו'.

די ליסטע איז גאר גרויס, און דאס איז חוץ וואס ער פירט די הנהלה גשמיות אין די ישיבה גדולה.

ער האט א פאריוואטע ביזנעס מחלוקה מיט די ווילידטש, מיינט עס נאך גארנישט.

ר' יעקב איז פון די טייערע אידן בדורינו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 01:07 לינק ישיר 

טראק כתב:

הרבני הנגיד רבי יעקב סופר ני"ו איז פון די חשובסטע תומכי תורה בדורינו, ער האט מנדב געווען לעצטענס אליין, א מיליאן דאלער פאר מוסדת סאטמאר וויליאמסבורג, א ביהמ"ד אין קרית יואל, מקוה טהרה דסאטמאר בני ברק, חדר בבנין סאטמאר ירושלים, וכו' וכו'.

די ליסטע איז גאר גרויס, און דאס איז חוץ וואס ער פירט די הנהלה גשמיות אין די ישיבה גדולה.

ער האט א פאריוואטע ביזנעס מחלוקה מיט די ווילידטש, מיינט עס נאך גארנישט.

ר' יעקב איז פון די טייערע אידן בדורינו.



אבער מיט אזעלכע נערישע אקטן (איך גלייב נאכנישט אז ער האט ארויסגעלאזט דעם שם - איך רעדט נאר לשיטתכם) פארלירן מען יעדן רעספעקט, עס פאר זאליס!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 03:05 לינק ישיר 

ס'איז א שטארקע פראבלעם ביים היימישן עולם אז מען מיינט אז סעיפטי געזעצן זענען געשריבן געווארן דורך היטלער ימ"ש מיט'ן ציל צו פייניגן אידן. רוב פון די סעיפטי געזעצן זענען איינגעשטעלט געווארן כדי צו באשיצן מענטשן.

אסאך מענטשן מיינען אז ס'איז חכמות און מען קען זיך דינגען ווען ס'קומט צו זיכערהייט פון מענער, פרויען און פיצלעך קינדער, כדי זיך צו שפארן אפאר טויזנט דאלאר דא און דארט. דער וועג וויאזוי מען בויט הייזער אין אסאך היימישע אידישע געגנטער איז ממש געפערליך. איך האף אז ס'וועט נישט קומען איין טאג דערצו אז דער ציבור וועט זיך דאס לערנען דורך א טראגעדיע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 03:24 לינק ישיר 

טראק כתב:

הרבני הנגיד רבי יעקב סופר ני"ו איז פון די חשובסטע תומכי תורה בדורינו, ער האט מנדב געווען לעצטענס אליין, א מיליאן דאלער פאר מוסדת סאטמאר וויליאמסבורג, א ביהמ"ד אין קרית יואל, מקוה טהרה דסאטמאר בני ברק, חדר בבנין סאטמאר ירושלים, וכו' וכו'.

פאר מצוות באקומט מען שכר, און פאר עבירות באקומט מען א עונש... וויפיל צדקה ער זאל געבן (דיינע נומערן זענען גאר ווייט איבערגעטריבן, ער איז גראדע פון די שוואכערע צדקה געבער - קיין נפק"מ) וועט אבער גארנישט מצדיק זיין זיינע מעשים וואס ער טוט אונטערצוברענגען און ארונטערצורייסן א איד ווי גדלי' סיעגעדין וועלכע איז זיך מוסר נפש פארן היימישן ציבור אין קר"י, אלעס צוליב פריוואטע אינטערעסן וועלכע האבן אים געברענגט צו א ערנסטע מלחמה אזש ער מיינט שוין אז ער איז ראה"ק אין ביהמ"ד און ווער עס שטייט אים אין וועג וועט ער אפרוימען - זיך איינרעדנדיג אז איינער שעצט אים.

אגב: די ביהמ"ד אין קרית יואל האט ער נישט מנדב געוען, ער האט עס געמוזט צושטעלן לויטן געזעץ, אויב עפעס האט ער געגנבעט די נאמען פונעם ביהמ"ד און ארויפגעלייגט א סיין פאר זיך.

די ליסטע איז גאר גרויס, און דאס איז חוץ וואס ער פירט די הנהלה גשמיות אין די ישיבה גדולה.

לאמיר בעסער נישט רעדן יעצט פון דעם, ס'איז דאך ליכטיג דא...

ער האט א פאריוואטע ביזנעס מחלוקה מיט די ווילידטש, מיינט עס נאך גארנישט.

א פריוואטע ביזנעס מחלוקה? יא, אזוי דארף עס ווען זיין, אבער לדאבונינו האט ער אנגעהויבן גיין אין א צווייטן ריכטונג, און האלט שוין זייער זייער ווייט, ער איז אריינגעקראכן אין טיפע בלאטע, ער פירט אן א העץ קאמפיין קעגן גדלי', כאילו ער מיינט עפעס אידישקייט אדער טובת הציבור, ער האט זיך צאמגעשטעלט מיט חש"פ וחביריו, געשיקט א העצערישע בריוו צו ר' מאיר הירש וועגן ועד הקרי', דערנאך ביי די אשת חיל ענין האט ער געשיקט א בריוו - לייען: פאשקעוויל - מיט אזא גרויליגע געמיינע העצערישע שפראך, ארומגעשיקט צו אלע טובים ועוד, אנגעפילט מיט כל מיני לשונות של גנאי אויף גדלי' סעגעדין כאילו ער וויל עפעס אראפברענגען די אידישקייט אין קר"י (און יענקי וויל עס הייבן...), און קעגן די גאנצע געטרייע פירערשאפט אין קר"י (ווילידש), דערנאך פרובירט צו העצן ווייטער דא אויף היידפארק (אין די זאלי פורם) און ארויפגעלייגט די בריוו דארט, עכ"פ ער דרייט אן וואס ער קען נאר קעגן גדלי' על לא דבר. סתם פאר תאות הנצחון און היינט שוין תאוות השררה. נו ווער האט געמאכט פון די ביזנעס מחלוקה א עפענטליכע פאליטיק אויב נישט ער אליין?

ר' יעקב איז פון די טייערע אידן בדורינו.

וויי פאר אונזער דור....



תוקן על ידי 1נארמאלער ב- 04/06/2009 3:23:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2009 06:11 לינק ישיר 

איך גיי מיך נישט פארהערן מיט קיינעם, סאינטערעסירט מיך נישט וואס קיינער פון ענק האלטן וועגן מיר, פונקט אזוי ווי סאינטערעסירט מיך נישט קיין פייט צווישן סעגעדין מיט סופר (מיין באס...).

פאקט בלייבט פאקט אז אשת חיל האט אראפגענומען די השגחה פון וועד הכשרות, און ווער סוויל קען פרעגן די וועד הכשרות, נישט סופר און נישט סעגעדין.

אויב ענק האלטן אז סאיז א עולה, קומטס נישט דא עס פארענטפערן דורך אויסגיסן ענקער שמוץ אויף א צווייטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 08:19 לינק ישיר 

ביז אהער.

וועד הכשרות האט די הכשר כהיום יום. ר' זלמן עפשטיין איז דארטן כסדר און אפילו היינט אויך.
באקן מעשות דארף האבן אויך עפעס א ממשות. און פלאפעל נישט נאך סופר'ס שטותים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2009 20:31 לינק ישיר 

אויב האב איך נאך געהאט א צל של ספק אז עס איז נאך יא דא א הכשר אויפן אשת חיל, איז מיר קלאר געווארן אפילו ווען ס'נאך יא דא א סערטיפיקאט פון וועד הכשרות, אבער דאס אז דער "קדוש" זלמן עפשטיין איז דער משגיח דארט רעדט פאר זיך אליין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2009 02:07 לינק ישיר 

באלאנד כתב:
אויב האב איך נאך געהאט א צל של ספק אז עס איז נאך יא דא א הכשר אויפן אשת חיל, איז מיר קלאר געווארן אפילו ווען ס'נאך יא דא א סערטיפיקאט פון וועד הכשרות, אבער דאס אז דער "קדוש" זלמן עפשטיין איז דער משגיח דארט רעדט פאר זיך אליין...
 

 איך ווייס נישט וואס די האסט קעגן הרה''ח ר' זלמן עפשטיין הי''ו {איך ווייס יא: ער איז א סאטמערער}
דיין שמיציגע תגובה וועט אפי' נישט עושה רושם זיין ווייל ידער קען ר' זלמן, מ'זעהט אים יעדן טאג אין ביהמ''ד, ביי ענק וואלט אזא יוד שוין געזיצן אויבן אן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 02:30 לינק ישיר 

צוליב פערזענליכע סיבות האב איך גרונטליך מברר געווען דעם ענין, און ס'איז לא דובים ולא יער! דער אשת חיל שטייט קלאר אונטער די השגחה פון וועד הכשרות דקהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל.

ס'איז א מורא'דיגע אחריות צו קומען דא אויפן פארום פארשפרייטן אזעלכע פאלשע אינפארמאציע וואס קומט אן צו טויזנטער אידן. אלס קנס איז דער פותח האשכול אויסגעשפארט געווארן פאר צוויי וואכן, קומענדיגעס מאל וועט ער בלייבן גענצליך אינדרויסן.

זאל דאס גלייכצייטיג דינען אלס ווארענונג פאר אנדערע אויב ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז מ'פארשפרייט בזדון פאלשע אינפארמאציע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2009 04:29 לינק ישיר 

אויב די מנהל האט טאקע מברר געווען די פאקטען, וואלט מען אפשר געדארפט פארעכטען די קעפעל פונעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סעגעדין נעמט אראפ ועד הכשרות הכשר פון אשת חיל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.