באמבע: בית החיים סאטמאר ניו דשערסי
היינט פרייטאג נאכדעם וואס עס האט זיך געמאכט א נפל ל"ע, איז נאכמאהל קלאר באשטעטיגט געווארן דורך די גאנצע בארד פון די צענטראלע בתי החיים אין ניו דשערסי, אז די סאטמאר בית החיים באלאנגט אויסדריקליך נאר פאר חברה קדישא דקהל יטב לב דסאטמאר, וואס באשטייט פון די דריי בארד מעמבערס, ר' אברהם יושע שמש, ר' שלמה שמש, ר' יוסף ווייס.
און נאר זיי קענען באגראבען דארט, און האבן די פולע בעלות אפען בית החיים, און די זאליס האבן נישט קיין שום בעלות אפען בית החיים, און קענען נישט באגראבען דארט, וכו'.
די זאליס זענען צושאסן דערפון אויף שטיקער, און איצט ווייסן זיי שוין קלאר און דייטליך, אז נישט נאר די בית החיים אין קרית יואל האבן זיי דערלייגט, נאר איצטערט אויך די בית החיים אין ניו דשערסי האבן זיי דערלייגט.
נאך שב"ק מער פרטים.
|
|