בית פורומים כל העולם כולו

ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2009 03:34 לינק ישיר 
ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.



מארגן מאנטאג וועט פארקימען די חתונה בבית רבינו שליט"א , ווי הרה"צ ר העניך אשכנזי  וועט אינטערפירען א טאכטער אינטער די חופה, עב"ג בן ר' הרה"צ משה ט"ב שליט"א
עס ווערט ערווארטעט א ריזיגע ציבור, זיך צי פרייען בשמחת רבינו שליט"א, יה"ר שמשמחה זו ישפע שפע רב

ביטע אפדעטיען די פרטים



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 00:12 לינק ישיר 

כ'האב נישט געוויסט אז די זאליס וועלן אזוי שעלטן אויף רבי יושע'ס השתתפות, אזש מ'וועט דארפן בויען אזעלכע גרויסע חלומות
ליינט אין האט הנאה

ש. פאפענהיים מיט י. ראטה סטראשען הגר"י ראזענבערגער

יעדער וואונדערט זיך, וואס זוכט הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית ואב"ד קרית רמ"א  נעכטן מיטוואך נאכט ביי א שבע ברכות אין קרית יואל ביי האדמו"ר מהר"א, און גאר מיט בגדי שבת, איבערהויפט זייענדיג א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. {רז''ל}

גופא דעובדא הכי הוה, שלמה פאפענהיים (ברייט באקאנטער אהרוני און פערזענליכער חבר פון מאדאף הורוויץ){אזוי רופן זיי הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, די נאמען קומט פין דער איד אלץ נקמה} מיט יאנקל ראטה (א סרח עודף - שיק יונגעל - פון פאפענהיים) צווי מיטגלידער פון די פארשטאנד פון די הנהלת העדה החרדית האבן אנגעקאלט הגה"צ ר' יהושע שליט"א,  און האבן עם געלאזט הערן אז טאמער ער וועט נישט ערשיינען ביי א שבע ברכות, וועט מען עם רודפ'ן אינעם בית דין און מ'וועט עם שטעלן א נייעם חבר הבי"ד בעפאר עם און די רייע.

רבי יהושע שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנארא מיט בגדי חול, און דארט האבן עם אפגעווארט די אהרונים מיט בגדי שבת און עם געבעטן ערשיינען מיט בגדי שבת.

שלמה פאפענהיים האט אריינגעק'אלט מעכיל שלעזינגער און האט עם צוגעזאגט בשם די אהרונים אז מ'וועט עם שאפן געלט פאר זיינע מוסדות "עטרת יהושע" אין בית שמש, און אז אליעזר ווייס וועט מאכן א געלט אקציע.

היינט נאך ווען הגר"י ראזענבערגער איז ערשיינען ביים שבע ברכות, און די פיקטשער'ס לויפן און גרויסן, פארלייקענט פאפענהיים די גאנצע מעשה, און זאגט אז איך האב נישט צוגעזאגט, איך האב נאר פארגעלייגט א געדאנק.


אגב, ווער עס קען די צוויי חברי הנהלה, ווייסט אז ס'שטייט ניטאמאל אויס פין זיי די גאנצע מהלך, אבער עפעס א שקר דארף דאך מאכען צו פארענטפרן וואס דער מחותן האט געטוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 22:45 לינק ישיר 
געהויבענע שבע ברכות נעכטן אין ביהמ''ד אבני צדק

א געהויבענע ש''ב איז נעכטן פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין ק''י
ווי צווישען אנדאע האבען זיך אויך באטייליגט הג' רבי יושע ראזענבערגער שליט''א חבר בדי''ץ העדה החרדית (מלובש בבגדי שבת לכבוד השמחה בבית רבינו), ווי אויך האדמו''ר מקרעטשניף ארה''ב, ווער עס האט מער דעטאלען זאל ביטע פאסטן


רבינו שליט''א האט מכבד געווען דעם געהויבענעם גאסט בברכת המזון



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 22:03 לינק ישיר 

היינט נאכט וועט רבינו שליט"א אריינקומען צום עריכת שולחן הטהור בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל בשעה 12:15, וואס וועט נאכפאלגן מיט די געהויבענעם מצוה טאנץ כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 16:32 לינק ישיר 























































All mages credit S.O.S. Images




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 16:20 לינק ישיר 
בילדער פון JDN
























דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 04:03 לינק ישיר 

object width="560" height="340">



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2009 01:43 לינק ישיר 

מקען זאגן וואס מוויל וועגן דוד עקשטיין און מרדכי לייב גליק, פאקטיש האבן זיי היפש אויפגעטון מיט די תקנה קעגן פיקטשערס אין ביהמ"ד. סאיז נישט געווען א צענטל אזוי מיאוס ווי ספלעגט זיין אמאל ווען פון אלע זייטן האט געבליצט און געדונערט.

די פאקט אז סאיז נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין ווידיא פון די מוראדיגע מעמד ביים מצוה טאנץ איז נישט נאר א סימן ווי פארקאכט דער עולם איז געווען, נאר אויך א באווייז אז ווען ממיינט עס אמתדיג קען מען אויספירן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:39 לינק ישיר 

דער שיקער וואס האט מיר געשיקט דעם קליפ ווי דער רבי טאנטצט מיט זיינע קינדער זאגט אז איך האב געמאכט א טעות אז איך האב געשריבן אז ער האט געטאנצען ביים כאפן דעם קליפ

"כ'האב נישט מיטגעטאנצט ביים נעמען די קליפ, איך בין פלעין געשטאנען אויף די פארענטשעס און ס'האט זיך געשאקעלט. "




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:25 לינק ישיר 

יא יא, די גוטע בילדער האט מען געסעיווט פאר די "עולם החרדי", זיי נישט אזוי צובראכן, עס ווארט דיר א 3 זייטיגער באריכט אינעם עולם החרדי פון מעכטיגע בילדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:07 לינק ישיר 

א זעלטענהייט! א סאטמערע חתונה
אזוויפיל משתתפים, אין קיינער קען נישט ברענגן א געהעריגע פראפעשאל געכאפטע קליפ אדער פיקטשער, אלעס איז פין א סעלפאן אד''ג

ראו מה בין בני לבן.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 19:22 לינק ישיר 

באקומען א קליפ אין אימעיל [email protected]

ביים טאנצן מיט די קינדער

נישט קלאר, (דער אפכאפער טאנצט אין מיטן אפכאפן) פון א סעלפאון

http://www.mysatmar.com/clips/wedding2/v02.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:12 לינק ישיר 

א נישט קלארע בילד (געכאפט מיט א סעל פאון) ווי די רבי טאנצט מיט זיינע קינדער און אייניקלעך





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 18:31 לינק ישיר 

אפשר דאך? קענט איר מסביר זיין וואס פאר א דערהויבענקייט מ'האט געשפירט? אפס קצהו עכ"פ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/6/2009 16:52 לינק ישיר 

די גאנצע חתונה איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט,

אנגעהויבען פון די קבלת פנים, די חופה, די סעודה, דאס טאנצען,

אבער די מצוה טאנץ איז געווען לעילא ולעילא!!!!

ס'איז נאכנישט באשאפען געווארען די מענטש וואס זאל קענען אראפברענגען אויף פאפיר געפילען וואס איז געווען בשעת די מצוה טאנץ.

קודם די גראמער ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבער, ספעציעל מיט דעם "מי שענה" וואס האט געריסען שטיקער, די רבי האט געוויינט בכיות נוראות, (אויף א פאפיר קען מען נישט דרוקען דעם ב'כככככ'יות) וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצען ציבור און א ערענסטען און וויינעדיגע שטימונג,

נאכ'ן אויסרופען דעם רבי'ן איז די רבי געבליבען זיצעו אויף זיין פלאץ ווי לאנג די ציבור האט געזינגען א ווארעמע ניגון (איך געדענק נישט וועלכע, דוכט זיך מיר אז ס'איז א בעלזא ניגון)

איך ווייס ניטאמאל וויאזוי איך זאל שרייבען ווייטער....

ס'איז שוין דורך א גאנצע טאג און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ....

רבינו שליט"א האט געטאנצט... אהין און צוריק... מיט די רעכטע האנט כאפט ער אן די גארטעל, און די לינקע האנט לייגט ער אריין און זיין גארטעל...
ווען אינמיטען שטעלט ער זיך אפ כדרכו...
אבער דא איז געווען עפעס שלא כדרכו... איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבען... אפשר מיט א קליפ וועט מען עס אביסעל קענען זעהן.....

דאס טאנצען איז געווען א געמיש פון א שלהבת אש קודש!
התרוממת דקדושה!
בכיות עצימות!
רגשי שמחה!

נאך בערך א האלבע שעה טאנצען לפני הכלה האט די רבי גענומען דעם חתן, דערנאך אויך דעם מחותן אבי הכלה שליט"א,
דערנאך איז אריין און די רינג די מחותן אבי החתן און די זיידעס וקרובי המשפחה,

דערנאך האט די רבי געטאנצט עקסטער מיט חתנו אבי הכלה רב ומו"ץ שליט"א

נאכדעם האט די רבי געטאנצט מיט זיינע יוצאי חלציו, קינדער און אייניקלעך ווען די מוזיק זינגט "הנה מה טוב וכו' שבת אחים גם יחד"

און אויך איז נאכדעם אריין אין די רינג די קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן ז"ל, כ"ק ב"פ רב שליט"א מיט זיינע קינדער און הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א אב"ד סאטמאר 15 עוו. מיט זיינע קינדער און די קינדער פון אב"ד סאטמאר מאנטרעאל



אשרי עין ראתה אלה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 16:20 לינק ישיר 

אין רעקארד איז אויך דא אפאר בילדער

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/misc?url=/_flash/gallery/gallery.html&Avis=TH&Dato=20090610&Kategori=MEDIA0103&Lopenr=610006&Ref=PH




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext