בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2009 18:40 לינק ישיר 
די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

 ווי עס ווייסען אלע איז שמואל ווידער דער רעדאקטאר אין בלאט און אלעס וואס שטייט דארט וואס האט נאר צוטון מיט ר' אהרנען איז זיין ארבעט. די נייעס פון טשיינע צו ענגלאנד לאזט ער פאר אנדערע, אבער סיי וואס האט נאר צוטון מיט די ענינים פון די פאליטיק אין סאטמאר איז ער דער איינציגער בעה"ב.

ער איז דער ממציא פון יעדען איינציגען 'ספין' וואס איז נויטיג און ווען עס איז נויטיג און אויב פעלט זיך אויס, איז ער דער וועלעכער מאכט נייע פרישע מעשיות וואס זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, און אויב אנדערע אין בלאט באקען מעשיות, איז ער דער וואס פראווד עס און נאר דורך זיין הסכמה קען עס ערשיינען.

אבער איידער מיר וועלען זיך נעמען צו זיינע ספינס און אויפדעקען זיינע ביליגע שקרים און כזבים, וועלען מיר אים פארשטעלן פאר די חשובע מעמבערס און אויב איינער האט צו צו לייגען, מה טוב ומה נעים. אבער ביטע זיך האלטן צו די תקנות פון פארום און נישט פארדרייען די נושא. אויב איינער וויל מיך אפווענדען בין איך גרייט צוריק צו ציען אויב עס וועט זיך ארויסשטעלען אז איך האב מיך טועה געווען. אבער, בשו"א נישט פארדרייען די נושא ביטע. יש"כ פון פאראויס.

שמואל ווידער איז א יונגערמאן וואס איז אלט בערך פופציג יאר. ער האט אין זיינע בחורישע יארן געלערנט אין נייטרא און נאך זיין חתונה האט ער געדאוונעט אין נייטרער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

ער איז געווען א נארמאלער שטילער יונגערמאן און געטראגען זייער א נארמאל פנים. ער איז געווען א גראמער אויף חתונות און דורך דעם איז ער געווארן נאנט צו די סאטמארער פירער. ער פלעגט כמה וכמה מאל אויפטרעטען מיט דברי בדחנות ביי די סאטמארער שמחות.

ער איז נישט א ספעציעלער מוח אדער קאפ-שטיק. ער פארמאגט נישט אמתע טאלאנטען צו רעדאגירען א ערענסטען צייטונג, אבער וויבאלד דער בלאט איז נתייסד געווארען אויף איין ציהל – צו פארגרעסערען ר' אהרנען און פארקלענערען זייינע שונאים, האט שמואל ווידער זיך איין טאג געטראפען דער אחראי אויפן בלאט.

מיר וועלען אנהייבען מיט א שטיקעלע הקדמה פארוואס עס פעלט זיך בכלל אויס אזא סארט צייטונג וואס דארף באקען מעשיות און כסדר ארויף קומען מיט ספינס, דריידעלעך, און נארישע שטיק.



התחלה

ווי באוואוסט איז ר' אהרן (א מזל אז דער פארום האט א תקנה אז מען מוז שרייבן א ר'...) געווען אין יאר תשנ"ז-נ"ח-און די ערשטע העלפט פון נ"ט, דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. ער האט געהאט גאנץ סאטמאר אונטער זיך. ער האט זיך געשטארקט ביי די יונגעלייט דורך די שבת אחים'ס און ביי די הנהלה פון אומעטום דורך זיין דער איינציגער זון וועלעכער איז געווען אקטיוו סיי ביי זיין טאטען און סיי ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט.

עס האט געוויסט יעדער רב און רבי און אלע פירער פון מוסדות און קהילות סיי ווי, אז ר' אהרן גייט עווענטועל זיין דער איינציגער רבי אין סאטמאר.

ר' אהרן האט געוואוסט מער פון אלע אז זיין טאטע איז נישט מער בכח צו פירען און אז זיין טאטע איז קראנק אויף יענע מעשה אויכעט און ער האט גענומען דעם פולען ענווענדעדש פון דעם.

ער האט אנגעהויבען צו וועבען זיינע פלענער דורך זיך ארומנעמען מיט פארשידענע מענטשען וואס פארשטייען וואס זיי האבן צו טון אנדעם וואס ער זאל מוזן רעדען בבתך רחל הקטנה. זיי האבן אלע געוויסט וואס דער ציהל דארף זיין און וואס מען האט צו טון.

זיי האבען אויפגעשטעעלט דעם שבת אחים, וואס זאל פאר א שוי פענצטער דינען ווי א הייליגע זאך, וואס זאל צוזעמען ברענגען יונגעלייט, און די יונגעלייט זאלען זיך העלפען איינער דעם אנדערען, אא"וו.

דעמאלטס צייט האט ר' אהרן אנגעהויבן ארומפארען פאר שליחותער פון זיין טאטען איבער אלע סאטמארע מוסדות און בתי מדרשים, איבער דער וועלט, און אויך בערך דעמאלטס האט ער אויפגענומען זיין זון ר' מענדעל אין אנטווערפען, און עס האט געהייסען אז זיין טאטע דער ברך משה האט דאס געוואלט. צו עס איז אמת צו נישט קען מען דעבאטירען פון היינט ביז מארגען.

אבער די ריכטיגע ציהלן פון די אלע פריער דערמאנטע אקטיוויטעטען האבן נאר געוויסט די אויבערשטע פון שטייסעל, און מן הסתם  אויך משה דער גבאי.

דעמאלטס צייט איז אויך דער סיגוטער רב (היינטיגער סאמארער רבי החונה בוויליאמסבורג) אויפגענומען געווארען אלס רב ור"מ אין ירושלים אויפן פלאץ פון ירושלימער רב זצ"ל.

איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער.

זיי ביידע האבן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז גארנישט קיין שיפעלע זיבעלע, זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י.

זיי האבן ביידע אויף געוויסט אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.

דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע, ווען סאטמאר

און ר' אהרן האט זיך צוגעשטעלט און פארשטאנען אז עס איז זיין טובה. דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט.

ר' אהרן איז דעמאלטס ווייניג אנגעגאנגען וואס וועט ר' חיים הערש מייזליש טון. דער ר' חיים הערש האט זיך גערישט אז ער וועט זיין דער רב אין ירושלים ווייל ווי נישט ווי איז ער דער איינציגסטער פון רבינס קינדער און אייניקלעך וואס וואוינען דארט און ער האט דארט געהאט גאנץ א גוטען נאמען און דערפאר איז נישט מער ווי יושר אז ער זאל זיין דער נייער רב.

דער ר' חיים הערש האט שוין אין יענע יארן געפירט א שטיקל אפעזיציע צום ירושלימער רב, דורך די בני ברקער יונגעלייט וועלעכע האבן נישט צופיל שייכות געהאט מיטען רב ז"ל. און ער איז געווען ווי דער אמבאסאדאר צו די היזיגע פאליטיקאנטען וואס האבן געהאט פארשידענע פראבלעמען מיטען רב ז"ל אלץ די בני יואל פאליטיק.

אבער דער ר' חיים הערש איז אזוי לאנג גוט געווען ביז די פאליטיק האט געשפילט אויף דעמאלטס. אין די רגע וואס די היזיגע פאליטישע פירער האבען אפגעמאכט אז דער סיגוטער רב דארף אהין פארען, ווייל פארן צוקונפט פון ר' אהרן איז דאס די בעסטע, האבען משה מיט ר' אהרן אים געלאזט הענגען אויף א צוקער שטריק. ער האט גארנישט געקענט טון, ווייל ווי געזאגט, איז ער געווען נישט אזוי באליבט ביי די ירושלימער סאטמארע חסידים, ווייל ער האט אנגעפירט די מחלוקות פון דא, קיין דארט, און די אנ"ש אין ירושלים וואס זענען אלע געווען ברענעדיגע חסידים פון רב זצ"ל, האבן אים נישט געגליכן.


סאטמאר ירושלים איז מכתיר דעם נייעם רב

און איך מיין אז ווינטער תשנ"ז האט זיך טאקע דער סיגוטער רב באזעצט אין ירושלים. צום סורפרייז פון סאטמאר אין ירושלים האט דער רב זייער מצליח געווען און זיי האבען אים זייער געגליכען.

בעפאר ער איז אנגעקומען האט ער זיך אויסגענומען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען אז אלע פאליטיק וואס איז דאן געווען אין ירושלים (אנשיל שווארטץ וואס איז געווען זייער פארפיינטעט ביי אלעמען דארט און אויך האט ער זיך צו ריבען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען, און ר' חיים הערש מייזליש) דארף זיין געסעטעלט בעפאר ער פארט. און מען האט זיך צוגעשטעלט.

ווען ער איז אנגעקומען דארט איז אנשיל שווארץ שוין געווען אינדרויסען פון די הנהלה המוסדות און ר' חיים הערש מייזליש האט זיך באזעצט אין בני ברק און איבער גענומען די ראש ישיבה אמט פון ר' מענדעל דאווידאוויטש וואס האט געהאט דעם אמט פאר 35 יאר, און מען האט ארויסגעשטעלט נאר דערפאר ווייל ר' חיים הערשען דארף מען עפעס א טיטול געבען. דאס הייסט לכאורה א ריכטיגער מתכבד בקלון חבירו.

זייט יענע צייט זענען די גאנצע מייזליש געווארען געשוואורענע שונאים פארן נייען ירושלימער רב. אבער זיי האבן געמוזט שווייגען ווייל ר' אהרן איס געווען דער וועלעכער האט למעשה אים אהינגעשיקט און ער איז געווען דער וואס האט ר' חיים הערשען צו ווארפען די פלענער.

אז ר' חיים הערש וואוינט שוין אין בני ברק האט איצט אנגעהויבען צו בלאזען אנדערע ווינטען. די דארטיגע פאליטיקאנטען האבן דא געהאט א נאנטען פריינט וואס הייסט מתתיהו דייטש. און דער מתתיהו איז אלץ געווען א גאר נאנטער מענטשן צו ר' אהרן, ווי איך הער פון אלץ בחור אין קרית יואלער ישיבה.

אלנפאלס זיי האבן צו ביסלעך אנגעהויבען צו העצען ר' אהרן אז דער נייער רב אין ירושלים איז צו שיין מצליח און עס מוז זיין אז משה דער גבאי מיינט נישט זיין טובה.

בני ברק איז אלץ געווען אין שאטען פון ירושלים. זיי האבן אלץ געהייסן מער בעסערע מענטשען און די ירושלימער האבן אלץ געהאט מער א פרומערען און חסידישען נאמען. ירושלים איז למעשה געווען א פרומערע קהילה ווי בני ברק ווייל זיי האבען געהאט דעם גרויסן צדיק רבי משה אריה אלס ראש ישיבה און זיי האבן געזען אין אים זייער טאטע און רבי. און ער האט זיי טאקע געמאכט פאר גאר פרומע און אפילו כאניאקיש.

די סאטמארע פרויען אין ירושלים גייען אנגעטון פרומער ווי אין ב"ב און רוב קהילה טראגן ביבער היטען און שפעטער זיך אונגעטון דעם ירושלימער לבוש אויף שבת אויפן בקשה פון רב זצ"ל.

און דערפאר איז אלץ געווען א שטיקל שפאן צווישען סאטמאר ירושלים און סאטמאר ב"ב. דער אינערליכער שפאן האט געהאט א גרויסען חלק אז דער סיגוטער רב איז געווארען שפעטער דער רב אין סאטמאר וויליאמסבורג און עווענטועל דער רבי פאר א גרויסער טייל פון סאטמאר איבער די וועלט

אין בני ברק האבען די יונגעלייט אנגעהויבען צו פירען א מערכה קעגן דעם נייעם רב, און לכתחילה האט ר' אהרן נישט געוואלט זיך צו הערן און זיך אריין לאזען אין די פאליטיק, אבער זיין שרעקליכער נאטור פון אומפארגינען אפילו פאר א פליג אופן וואנט, האט אים צוגעברענגט אז ער זאל יא אננעמען די ראט פון בני ברק און פון זייער פארבינדעטער דא אין אמעריקע, מתתיהו דייטש.

דער רב אין ירושלים האט אין דער צייט אויסערגעווענליך אויסגענעמען ביי די אנ"ש אין ירושלים. למשל, ער האט נישט אוועקגענעמען דעם מוסף ראש השנה פון דעם לאנגיעריגען בעל תפילה ר' ליפא שווארץ, אנדערש ווי ר' מענדעל אין אנטווערפען וואס האט יא אוועקגענעמען פון דעם לאניעריגען בעל תפילה ר' פרץ לעפקאוויטש, און ר' ליפא האט געקענט באשטיין און פארשטאנען אז עס קומט פארן רב, דאך האט דער רב נישט געוואלט דאס צו נעמען און ער האט געדאווענט די שחריתים. און אזוי נאך און נאך אזעלכע שיינע טאהטן וואס האט אים אין דער ענדע געברענגט בלויז כבוד און תפארת ביי זיין נאבעלע קהילה

די אינוואזיע אויף ירושלים הייבט זיך אן

ר' אהרן האט זיך אין דער ענדע געבראכען. ער האט אנגענומען די בקשות פון בני ברק אז זיי ווילען נאר אים האבן אלץ רב, און משה מיטען ירושלימער רב וועלען אים אין דער ענדע באגראבען.

 און מתתיהו דייטש האט אים אויפגעקלערט אז עס איז צייט אנצוהייבען זיך בויען. מען קען נישט ווארטען אויף מיתת אביו, מען מוז אנהייבען שוין ווערען אומאפיציעל רבי איבער גאנץ סאטמאר.

זיי האבען אים דערפאלגרייך אויפגעקלערט אז עז איז צייט אנהייבען מאכען שבת פאר זיך, ער דארף זיך ארומנעמען מיט נייע מעטשען אוןאפלאזען זיין טאטענס נאנטע, ווייל זיי וועלען אים נישט לאזען אלעס טון. זיי וועלען פאר זיכער נישט צו לאזען אז ר' אהרן זאל שוין ווערען דער מ"מ.

 און בני ברק האט באקומען די גוטסהייסונג פון קרית יואל אז ער שטייט זיי צו דער האנט און ער וועט זיי ח"ו נישט לאזען פאלען.

 און אזוי האט ער אנגעהויבען אריינצוקומען אויף שבתים קיין וויליאמסבורג צו מאכען התוועדותן ווייל זיין טאטע זיצט אין פלארידע און די יונגעלייט ברויכען א דבר חיזוק ווי קאלט וואסער פאר א מידען און אויף קיין בארא פארק ווייל די דארטיגע יונגעלייט זענען שוין אויך פארחלשט פאר די דברי חיזוק.

 און אונטער די קוליסען האט אנגעהויבן אויסשיסען א ברענדיגער פאליטיק צווישען אים אין משה.

 משה האט אלעס געזען. און איך וועל אייך נישט דערציילען אז משה גבאי האט געמיינט דעם אייבערשטען צו די קהילה. איך בין נישט געשטעלט געווארען צו פארענטפערען משהן. אבער די פאקטען זענען אז משה האט געזען א קלארען פארלעצונג פון די אפמאכען און פון די הנהגת פון א עלטערען רבין צו א זון וועלעכער איז שרעקליך אמביציעס שוין איבערצונעמען די מלוכה.

משה האט פארשטייט זיך, נישט צוזם געלייגט זיינע הענט. ער האט אנגעהויבען א אומאפיציעלען קריג מיט ר' אהרן וואס יעדער האט דאס געזען, און דער איד האט כסדר אראפ געברענגט דרשות פון ירושלימער רב, אבער דער ציבור האט אפילו אין די מחשבות נישט געוואלט טראכטען דערפון. עס איז געווען א בחינה פון איך זע גארנישט און איך הער גארנישט.

ווינטער תשנ"ט האט זיך דער פייער פיל פארגערעסערט און האט עווענטועל צוגעפירט אז דער ירושלימער רב איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווערען דער רב פון סאטמאר.

א שטיקעלע כראנאלאגישען סדר.

איך מיין אז עס איז געווען יענעם ווינטער ווען הירצקע צוויבעל האט אויפגערודערט סאטמאר אז דער רבי דער ברך משה האט אים געפרעגט, על פי לשונו: וואס האבן די רשעים געוואלט אז איך זאל זיי אונטערשרייבען. די רשעים זענען געווען אליעזר קעסטענבוים און משה דער גבאי.

עד היום הזה ווייסט קיינער נישט (אויסער הירצקע, אליעזר, און משה) וואס איז דעמאלטס פארגעקומען, אויב עפעס. עס איז שוין דורך אריבער 10 יאר און עס נאך אלץ נישט ארויפגעשווימען וואסערע חתימה האט איינער געוואלט צו טאקע ארויסדערווישט פונעם ברך משה.

נאך א שטילער אויסטויש פון פייער איז געווען ווען דער דעמאלטסדיגער ירושלימער רב האט בר מצוה געמאכט זיין יונגסטן זון ליפא וואס איז פארגעקומען אין ירושלים. עס איז געווען די ערשטע שמחה וואס ער האט דארט געמאכט און מען האט צוגעשטעלט א שיינע בר מצוה.

עס האט זייער ערענסט געהייסן אז דער ברך משה וועט פארן צו די בר מצוה און אינאיינוועגס וועט פארקומען א שטיקעל אפיציעלע הכתרה, אז דער רבי וועט דארט ביי די בר מצוה רעדען צו די דארטיגע קהילה.

למעשה האט ר' אהרן אפגעטון א שטיקעל פאר זיין יונגערען ברידער און איז ספעציעל אראפ געפארען קיין מיאמי ווי ער האט דארט סאבאטאזשירט די נסיעה.

אין די ענדע איז אהרן געפארען אין שליחות פון זיין טאטען. היינט איז שוין באוויסט אז דער ברך משה האט אים נישט געשיקט, און דער ירושלימער רב האט אים אפען געבעטען נישט צו קומען צו דער בר מצוה.

היינט איז שוין באקאנט אז מתתיהו דייטש האט דעמאלטס ערקלערט אז ער גייט מאכען פון זלמן לייבן א סענטוויטש (אז ר' אהרן וועט קומען, וועט דאך גאנץ בני ברק-סאטמאר אויך קומען און אזוי וועט דער דארטיגער רב ווערן צוקוועטשט).

אבער ר' אהרן האט געוויסט אז זיין ברידער וועט גארנישט קענען טון אויב פארט ער יא, און ער וועט אים אפיציעל מוזן מכבד זיין, און דאמאלטס וועט ער אים שטעלען אין שאטען

ווען ר' אהרן איז אנגעקומען קיין ירושלים האט ער ביים קבלת פנים געמאכט א אנשטעל ווי ער איז געקומען צו דער געעוואלדיגער שמחה און ווי שטארק ער איז פרייליך מיט זיין ברידער און אויך האט דער דארטיגער רב צוריק געלויבט זיין ברידער און אזוי איז אלעס אפיציעל געווען פארהאלטעסמעסיג שטיל.

מה עשה הקב"ה, ר' אהרן איז געווארן פיבעריג, ער איז געזעצען ביי דער בר מצוה מיט א פעלץ (כדרכו בקודש, ער גלייכט זייער זיין אויס'קוק אין א פעלץ...) און ער האט נישט געקענט אפילו רעדען ביי דער בר מצוה.

אבער איינער האט יא גערעדט, און דאס איז געווען דער רבי פון מיאמי דורכן טעלעפאן. דער רבי האט זייער שיין אויסגעלויבט זיין זין און געזאגט פאר די קהילה ווי גליקליך זיי זענען מיט אזא רב, א חכם א מתון און נאך הערליכע לויב ווערטער.

די דרשה האט ר' אהרנס פאליטיקאנטען ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. עס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים אז זיי האבען נישט געוויסט ווי זיך אהינצוטון. יצחק ראזנבערג האט דעמאלטס אנגעטראגן עטליכע טויענט דאלער פארן הויז בחור אז ער זאל פארקויפען די צעטיל פון וואס דער רבי האט גערעט, און דורך דעם צעטיל וועט ער קענען ווייזען אז מען האט דעם רבין פארגעברייט מיט די דרשה און נישט דער רבי אליין האט דאס צוגעגרייט. למעשה האט דער הויז בחור געמאכט א שטיקעל מיט אים און האט נאך ארויסדערווישט פון יצחקן די איינגאבע פון 500 דאלער.

די מעשה פון יצחקן האט נאך מער געוויזען פאר משה ווי דער מצב האלט מיט ר' אהרן און זיינע נאנטע.

סאטמאר וויל שלום מאכן מיט זייערע שונאים, די פייער ברייטערט זיך אויס.

הארט פאר פורים איז פארגעקומען דער ענדגילטיגער שאס וואס ר' אהרן האט אפגעטון פאר משהן און פון דעמאלט ביז פסח איז שוין געווען א קאצען שפרינג.

עס איז דעמאלטס פארופען געווארען א מאסן דעמאנסטראציע דורך די התאחדות הרבנים און אויף זייער קול קורא האט אונטערגעשריבען דער מאטעווידעער רב זצ"ל. א וואך פארן פראטעסט איז דער קול קורא געווען אריינגעלייגט אין דער איד און דאס האט פאראורזאכט א שטורעם ביי ר' אהרן און זיינע מענטשען.

דער מאטנטעווידעער רב איז דעמאלטס נאך געווען א אויסגעשפיגענער אין סאטמאר. עס איז דעמטלטס דעווען נישט לאנג נאכדעם וואס דער ברך משה האט געזאגט נישט קיין שיינע זאכען אויף אים און ער האט צוריקגעשאאסען ווערטער און עס איז געווען א פולער קריגס צושטאנד צווישען סאטמאר און דער מאטעווידעער רב.

און דאס אז די התאחדות איס געגאגנגען נעמען די חתימה און דער איד האט עס נאך אריינגעשטעלט האט געוויזען אז מען האלט ביים מאכען שלום מיט אלע שונאים און ר' אהרן וועט בלייבען דורך דעם אויסגעשפילט. ווייל עס האבען אלע געוויסט דעם אמת אז מיטען ברך משה קען מען דורך קומען און מיט זיין עלטערען זין ר' אהרן נישט. (און אזוי פונקטליך האט זך ארויסגעשטעלט יארען שפעטער. אלע רבנים האבעם איבערגעבעטען דעם ברך משה און מיט ר' אהרן האבן זיי נישט געוואלט זיך איבערבעטען.)

און ווען דער איד איז ערשינען אין קרית יואל יענען דאנערשטאג איז אלמילך דייטש מיט נאך בחורים ארומגעפארען צוזאמנעמען אלע דער איד און מען האט דאס פארברענט.

דא האט מען אפיציעל געשטעפעט מיט משה, ווייל דער איד איז זיין ביזנעס (נישט קיין חילוק ווי אזוי ער האט דאס באקומען, אבער עס האט יעדער געוויסט אז דער איד איז משהס).

און דאס איז געווען די התחלת גסיסה פון ר' אהרנס מלוכה.

די התאחדות האט געטענהט אז ר' אהרן האט בפירוש צוגעשטימט צו גיין צום מאנטעווידעער רב און נאכדעם האבען זיינע נאנטסע מענטשען פארברענט משהס פארמעגען ווייל ר' אהרן איז געווען אנגעווייטיגט.

משה האט פארלאנגט אז ר' אהרן זאל דאס פארדאמען און ארויסשטעלען אלימלך דייטש פון זיין הויז. ער האט דעם מעסעדש געשיקט מיט שמואל הכהן פרידמאן וואס איז געווען א איינגעשטעלטער ביים ברך משה אין שטוב און איז געווען דער איינציגער דארט נאנט צו ר' אהרן.

איך ווייס נישט וואס ר' אהרן האט געענטפערט אבער מען האט משה נישט נאכגעגעבען. ר' אהרן האט עס נישט פארדאמט און אלימלך דייטש איז געבליבען ביי אים אין הויז.

אלזא די פאקטן זענען קלאר, ר' אהרן האט מסכים געווען צו לייגן די חתימה פון מאטעווידעער רב אבער זיינע פאלאיטיקאנטען האבען געמאכט א שטיקעל און נאכדעם פארברענט דער איד.

סוף חודש אדר

איידער איך קום אן צו יענעם פסח זאל קלאר ווערען די פאקטען. ר' אהרן האט אלעס געטון אין דער וועלט אז ער זאל זיין דער אוישליסליכער רבי ווען די צייט וועט זיין רייף. משה האט פון אנפאנג זיכער נישט געזיכט אים צו באגראבען, זיי זענען געווען בדעה אחת, זי זענען געווען איין טיעם און האבען אלעס געארבעט אינאיינעם ביז ער האט באשלאסען שוין איצט אלעס איבערנעמען.

איין וויכטיגע זאך האב איך באקומען אין אישית אז דעמאלטס איז פארגעקומען. דער פראטעסט האט געהאט א ספעציעלען באדייט, ווייל די התאחדות הרבנים האט געוואלט ווייזען אז די קנאים קענען זיך פארגלייכען אויף איין זאך און דאס איז ביי מאסען פראטעסטען.

יענע צייטען האט די אגודה געמאכט די גרויסע ראליס און זיי האבען צוזם געברענגט שווערע טויזענטער, האט די התאחדות הרבנים באשלאסען צו קענען צאמברענגען ווי מער מענשטען און די חילוקי דיעות ביי חסידות ענינים זאל נישט אפעקטירען די קנאות פון אונזערע קרייזען.

אבער דערווייל האט די געפערליכע זינד פון די חתימה פון מאנטעווידעער רב אויפגעברויזט דעם ר' אהרן און ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען קנאות.

פסח תשנ"ט

יענער פסח איז אפגעצייכענט אין איין טייל פון סאטמאר אלץ תשעה באב און ביי די אנדערע טייל אז דער יום הצלה והשיחרור. מיר וועלען דא נישט שרייבען די געפילען פון די צוויי זייטען נאר בלויז וואס עס האט זיך אפגעשפילט און וואס אלס האט יענער פסח צוגעברענגט, ביז צו אונזער הויפט קעפעל אז שמואל ווידער איז ל"ע יצא מדעתו.

יענע צייט, שוין א חודש נאכען פראטעסט איז שוין געווען דער פייער צווישען ר' אהרן מיט זיינע מענטשן און משה מיט זיינע מענטשן, מער ווייניגער אויף א פולען פארנעם.

אלע ארבעטער אין דער איד זענען שוין געווען אפענע שונאים פאר ר' אהרן, אבער רעדען אפען אויף ר' אהרן אין ביהמ"ד איז נישט געווען. ר' אהרן מיט משה ווען זיי האבען זיך געטראפען שוין אפילו נאכען פראטעסט האבען זיך געגעבען די הענט אבער עס איז שוין געווען א מלחמה וואס ווארט אויפן ערשטען שאס.

ר' אהרן האט באמת געציטערט פון משה און ער האט געוויסט אז משה וועט אים נישט פארשווייגען אויף קיין איין זאך, אבער נאכצוגעבען, צוריק צו ציען, פארדאמען, דאס איז נישט אין זיין טבע. ער קען דאס נישט און ער וועט דאס קיינמאל נישט קענען.

ווען ער האט ביי קאשוי יא אפיציעל איבערגעבעטען איז דאס געווען אויף אזא וועג וואס נאר בלינדע חסידים קענען דאס אנרופען איבערגעבעטען. עס איז געווען א דרשה מלא גאווה ועזות מיט א עגא גרעסער ווי די שטאט קאליפארניע... ער האט נישט דעם דעת צו מאכען א טריט אויף צוריק.

אויף ענגליש איז דא א באלערענד ווערטל:

 Loose the battle win the war

עס לוינט זיך צו מאכען א טריט אויף צוריק און פארלירען די עגא ווי איידער די מלחמה.

ביי ר' אהרן איז אבער נישט פארהאן אזא זאך ווי באלערענד, ביי אים איז נישט פארהאן אזא זאך ווי היסטאריע, און דערפאר האט ער אין דער ענדע פארלוירען די קריג.

איך האב נישט געזאגט אז ער איז געבליבן אויסגעשפילט און ער האט נישט קיין מענטשן. ניין, בכלל נישט דאס. אבער די קריג האט ער קלאר פארשפילט און איך וועל אין די שפעטערע פאראגראפען ראויסברענגען די פאקטען

איצט איז פסח ביינאכט. אין ניו יארק האט נאך קיינער נישט געחלומט אז דער ירושלימער רב גייט ווערען אויפגענומען אלס רב אין סאטמאר-וויליאמסבורג. עס קען זיין אז משה דער גבאי האט יא געוויסט אבער ער לייקענט עס. ער זאגט פאר סיי ווער עס פרעגט אים אז ער האט נישט געהאט קיין חלום דערפון ביז ווען דער רבי דער ברך משה האט עס ארויפגעברענגט חוה"מ.

עס קען זיין אז מען מוז אים נישט גלייבען און אמעריקע געט רעכטען פאר יעדען צו האלטען וואס ער וויל, אבער אזוי זאגט ער. דער מציאות איז אז קיינער פונעם ציבור, אריינגערעכענט ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען דאס נישט געטראכט.

ר' אהרן איז אריינגעקומען יענעם יאר אויף די ערשטע טעג (למעשה איז ער שוין געבליבען אויף די צווייטע טעג אויך). אין יענע יארען פלעגט ער יעדע צוויי יאר זיין ביים טאטען אין וויליאמסבורג אויף פסח, און יענס יאר איז ער אויך געווען.

די עפל סדר פרשה

דער רבי האט שוין געמאכט קידוש און ר' אהרן האט גענומען נאכדעם מאסט וואס איז געווען אנגעגרייט אויפן טיש ווי ער איז געזעצען. נאך קידוש רופט ער זיך אן הויך (כדרכו צו רעדען אלץ זייער הויך) אז די מאסט איז פארדארבען. יודל עפשטיין וועלכער האט (שוין אלס יונגערמאן) אלעס צוגעגרייט האט א שמעק געטון די מאסט און זיך אנגערופען עס שמעקט ווי עפעל סיידער.

פון דא און ווייטער האט ר' אהרן איבערגענומען די לייצעס. ער האט זיך גענומען פארפירען אז עס איז עפעל סיידער, און גלייך ארויפגעקומען מיט א שאלה צו ער מוז איבערמאכען קידוש ווייל ער האט דאך לכאורה נישט יוצא געווען (ווי האט עשו געפרעגט הלכהדיג צו מען מוז מעשרן זאלץ. אלץ נאר מיט הלכה...).

בחורים פון דעמאלטס דערציילען אז דער טאטע האט אים אנגעקוקט ווי איינער וואס זיכט צו מאכן א עסק פון גארנישט, א שטורעם אין א גלעזעל וואסער.

צום ענדע האט אים זיין ר' מענדעל מוציא געווען מיט קידוש. ער איז געשטאנען ביי זיין זונס קידוש און נאר געקוקט אויף די בחורים צו זיי זעען אלעס. ער האט געהאט אסאך אטענשאן.

דער סדר איז שוין דורך.

די ערשטע קויל ווערט געשאסן.

יו"ט אינדערפרי האט שמשון גאלד געפרעגט ר' אהרן פארוואס מען רודפט זיין זון חיים יושע (וואס האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ק"י), האט אים ר' אהרן גענטפערט: "דו ביסט פונקט ווי יאנקעל ברוך און איך וויל נישט מיט דיר שטיין אין ווארט".

שבת חוה"מ איז אין יענע יאר געווען גלייך נאך יו"ט. שבת אינדערפרי האט מען אויסגערופען שמשון עולה צו זיין לוי. ווען מען האט אים אויסגערופען צו די תורה האט מען געשישקעט אין ביהמ"ד ווי קיינמאל בעפאר. דער רבי איז געזעצען אויף די בימה און ר' אהרן אויף מזרח זייט. עס האט יעדער געזען ביים שישקען ווי ר' אהרן לאכט. ניטאמאל האט ער פרובירט צו באהאלטען זיין פרייד, נאר אפענערהייט געשמייכעלט.

ווען שמשון איז אראפ פון די בימה האט אים א חתן יאקאב פון ארץ ישראל אראפגעשלעפט דעם טלית. שמשון האט געזען ווער דער שלעפער איז, האט ער אים אראפגעלאזט א פאטש. עס האט זיך אנגעהויבען קולות אין ביהמ"ד.

דער ערשטער שאס איז געשאסען געווארען

 
 עס דרייט זיך איבער דער ביהמ"ד אין פארענט פון די תורה, אין פארענט פון רבין און ר' אהרן לאכט ווי זיבעלע. ער זעט דא אז ער איז דער קלארער געווינער. משה מיט שמשון זענען צוויי מענטשן קעגען דעם גאנצען ציבור. ער האט געזען א קלארען זיג איבער זיינע שונאים.

 מען וועט ווייזען פאר זיי וואס וועט זיין אויב זיי וועלען זיך נאך דערווייגען צו אים א קליינעם טשעפע טון. ער האט די בחורים, ער האט די יונגעלייט, ער האט די שלעגערס, ער האט די טעראריסטען, און משה מיט זיינע פאר נאכשלעפער וועלען מוזען אים פאלען צו די פיס אויב זיי ווילען נישט ארויספליען פון רבינס שטוב און פון גאנץ סאטמאר.

 פלוצלינג שטעלט זיך אויך ר' ליפא דעם רבינס זון און נעמט זיך שרייען קולי קולות: מתתי' דייטש ימ"ש (און נאך ווערטער וואס איינער זאל מיר ביטע אריינשיקען אין אישי אדער אין אימעיל) הערשט איצט האט ער אויפגעהערט צו לאכען. ער קוקט אויף זיין ברידער און ער זעט אז ער האט זיך געטוישט.

ווייל ביז היינט איז ר' ליפא געווען ר' אהרנס נענטסטער ברידער און נישט זיך געזען מיט משה אויג אויף אויג. אסבער פון איין מינוט צו די אנדערע האט ר' ליפא געזען אז דער משה איז גערעכט, ר' אהרן וויל פשוט מאכען א פוטש אויף זיין טאטען און ער זאל שוין איבערנעמען די מלוכה.  

הערשט איצט האט ער אויפגעהערט צו לאכען. ער האט זיך דערשראקען צום טויט פון משה און איצט שוין פון ר' ליפא.

*
באקומען אין אישי א פאר קלייניגקייטען וואס מען דארף פארעכטן אלס די פאקטען.

קודם, די מעשה מיט שמשון איז געווען פארן סדר
די מאסט האט ר' אהרנס הויז בחור דוד פארקאש מיט געברענגט ווייל ער איז דאך שוין א רבי און ער טרונקט נאר אייגנס. יודל עפשטיין האט אנגעפילט ר' אהרנסס פלאש מיט פארקאש'ס מאסט. און משה יצחק ווערטייהמער דער דעמאלטיגער הויז-בחור, האט זיך אנגערופן אז עס איז עפל סיידער. יש"כ פאר די אינפארמאציע.



 דאס ליינען און דאווענען האט זיך געענדיגט ב"ה אן קיין פארוואנדעטע. אבער דער יו"ט איז געווען א צושטערטער.

אויסער ביי די סדרים האט ר' אהרן געגעסען ביי זיך אין די יוז סטריט הויז. און ווי עס שיינט, האט זיך ביי ר' אהרנען ביי די סעודה נישט גוט אפגעשפילט. ווייל נאכמיטאג איז אריבערגעקומען צו משה דעם גבאין אין הויז ר' מענדעל און איך מיין אז רעביצין סאשע אויך. וואס עס איז פונקטליך גערעט געווארען דארטען איז מיר נישט אזוי באקאנט אבער די החלטה איז געווען אז מען וועט אלעס סעטלען און זיין טאטע ר' אהרן מוז זיך אויפשטעלען ביי שלש סעודות מוחה זיין אויפן כבוד הספר תורה און אויפן כבוד פון רבין.

אזוי איז געווען און ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט און אראפגעלייגט ווי צובראכען ער איז אויפן חילול ביהמ"ד און ספעציעל ווען דער טאטע איז דא געזעצען און א גרויס צער איז געווען אויסגעגאסען אויף זיין הייליג פנים, און ער האט געזאגט אז ער איז מוחה מען האט מבזה געווען א בנש"ק א נאנטער מענטש ביים טאטען פאר לאנגע יארן.


*
 

עס איז מוצש"ק חוה"מ פסח תשנ"ט.

איך וועל שרייבען א קליינעם אנאליז אויף די סך הכל פון די געשענישן.

עס איז קלאר פאר אלעמען אז ר' אהרן האט איצט (חוה"מ פסח תשנ"ט) געהאט אין זיין טאש גאנץ סאטמאר. אלע יונגעלייט, אלע בחורים, פון די קליינע און די גרויסע ישיבות איבער סאטמאר בכל קצוי תבל, ער האט געהאט אונטער זיך די קהילה פון וויליאמסבורג, ר' בערל פר"מ, ר יאנקעל כהנא, און אלע טובים און פארשטאנד.

איין גרויסן שונא האט ער געהאט אין 82 און דאס איז געווען אריה לייב גלאנץ וועלכער איז דער געווען ממש דער בעה"ב פון די מוסדות אין וויליאמסבורג. און אויך האט ער נישט געהאט אונטער זיך דעם רבינס שטוב. דארט איז געווען בעה"ב משה דער גבאי.

משה גבאי האט ­– אויסער אויב איז ער מלאך אלקי – נישט געקענט האבען א פלאן ארויסצוגיין אין א פולער מלחמה מיט ר' אהרן. ער האט נישט געקענט נעמען דעם ריסק אז דער רבי וועט אים ראטעווען, ווייל ער האט געוויסט בעסער פון יעדען אז דער רבי איז אין א מצב פון פארגעסען און ער קען ברבים מאכען א טעות און עס זאל אים טייער קאסטען.

דער רבי האט שוין יענע יארען נישט געזאגט קיין תורה ברבים ווייל ער האט שוין נישט גערעט נאר פון א צעטיל. דאס איז דער מציאות.

משה האט גוט געוויסט אז דער ביהמ"ד איז נישט מיט אים און אויב האט ער דאס נישט געוויסט ביז פסח האט ער דאס זייער גוט געזען יענעם שבת חוה"מ און אוודאי און אוודאי אין די קומענדיגע יארען.

ר' אהרן איז פון דעם אלעם געווען זייער גוט אינפארמירט. זיינע מענטשען האבען אים דאס אלץ געזאגט אז אלעס אין די גאנצע סאטמארער וועלט איז מיט אים און דא קען מען נישט מאכען וויזשניץ וואו דער וויזשניצער רבי האט געמאכט פון ר' ישראל אש און פארעך און אויפגענומען זיין יונגערען ברידער.

מען האט אים אלץ געזאגט אז דא אויב וועט דער רבי מאכען די מידעסטע זאך קעגען ר' אהרן וועט זיין אזא אויפשטאנד אז מען וועט נעמען דעם רבין און טראגען לעזעזאל.

ווען דער רבי וואלט געווען ביי די כוחות פון תש"מ-נ"ד, וואלט ר' אהרן זיך נישט געטרויט אפילו צו פרובירען אנצוהייבען פירען מלכות. ער האט געוויסט אז דער טאטע וועט אים דערלאנגען אז ער וועט אים געדענקען אויף אייביג.

אבער ווען דער טאטע האט אנגעהויבען שוואך ווערען, האט ער געוויסט אז דער טאטע כאפט נישט זיינע שטיקען וואס ער מאכט אן, און אפילו משה וועט אים זאגען און דער פאטער וועט זיך אויפרעגען וועט עס נאר זיין ביחידות און נישט ברבים. און ער האט גענעמען ביג טיים ענדווענטעזש.

אבער דער עיקר אויף וועמען ער האט זיך פארלאזט איז געווען די בחורים. ער האט געלעבט אלעמאל מיט דמיונות און פאנטאזיעס אז בחורים מיט יונגעלייטלעך קענען אין פאקט איבערנעמען די וועלט. און דער איינרעדעניש האט אים געמאכט אריינקומען צו די יונגעלייט אויף שבתים קיין וויליאמסבורג און בארא פארק, ער האט אנגעהויבען אין יענע יארען שטארק ארויפקוקען אויף די פולע פארענטשען מיט בחורים און שמייכלען צו די פארענטשען. ער האט אין זיי געזען זיינע צוקונפטיגע מלחמה פירער, מיט וועמען זיך א עצה צו געבען אפילו מיט משה דעם גבאין.

ער האט אנגעהויבען ביי יעדען טיש פון זיין טאטען צו מיט ארבעטען מיט די בחורים ווען זיי זינגען און דערמיט געוואלט ווייזען פאר משה, אז ער האט די פארענשטעס און ער זאל פארשטיין אז אויב ווייסט ער וואס איז גוט פאר אים זאל ער זיך נישט וואגן אים צו טשעפען.

מיט די דיינים פון סאטמאר האט ר' אהרן געהאט א קליינעם פראבלעם, ווייל ווען ער וועט זיין רבי וועט ער שוין פון אלע קעיר נעמען. ער וועט זיי אזוי שטעלען אין פלאץ אז זיי וועלען וויסען וואס מיינט צו זיין א דיין אין סאטמאר. זיי וועלען נישט מער זיך פירען אליין שמחת תורה נאכמיטאג, זיי וועלען אנהייבען קומען צום טיש ווי שעפעלעך און נעמען שריים ווי חסידים. ער וועט זיי אלע ווייזען.

דעריבער איז אים קיינמאל נישט געווען וויכטיג גוט צו לעבען מיט ריח"מ, מיט ר' זלמן לייב פילאפ צי מיט ר' שלמה לייבן. ער וועט זיי אזוי שטעלען אין פלאץ אז עס וועט גיין א רויעך. דאס אז ר' משה מנחם פון מאנטרעאל איז אים קאלט געווארען איז אים ווידער נישט אנגעגאנגען. ר' אהרן האט נאר געטראכט אז וויבאלד ער האט די בחורים און יונגעלייט איז ער א געסעטעלטער. זיי וועלען שוין אלע דיינים שטעלען אין פלאץ.

דעריבער בין איך ביי דער מיינוג אז משה דער גבאי האט נישט געקענט עולה על הדעת זיין אז ער קען געווינען ר' אהרן.

עס איז היינט זייער שווער צוריקציגיין צו יענע צייט, און טראכטען וואס אלץ האט ר' אהרן פארמאגט. היינט קוקט מען שוין א מיט א פשטות אז די בחורים און יונגעלייט זענען מיט'ן רבין פון וויליאמסבורג, ער האט אלע שולען אין וו"ב, ער האט אלע דיינים מיט זיך, ער האט א ישיבה פון זיבען הונדערט בחורים, ער האט די ישיבה קטונות מיט זיך. דעריבער כאפט מען זיך היינט נישט וואס דא איז אמאל געווען.

היינט פאר צען יאר צוריק, ח"י סיון תשנ"ט, האט דער רב פון ירושלים נישט פארמאגט איין מנין אידען אין וויליאמסבורג וואס האבען אים געקענט, אפגערעט פון זיך צושטעלען מיט אים.

*

 נאך איין קלייניגקייט איידער איך גיי ווייטער מיט די רייע פון געשעענישן.

ר' אהרן און זיינע מענטשן האבן געהאלטן אז דער רבי דער ברך משה חלומט נישט אז מען טשעפעט ר' אהרן, ממילא נאר וועגען דעם טרויט זיך משה צו טון וואס ער וויל. אבער ווי נאר דער רבי וועט געוואר ווערן וואס דא גייט פאר, וועט משה אזוי פליען פון דארט אז דאס וועט זיין די ענדע פון יעדע קעגנשטאט.

ווען עס האט אויסגעשאסן די מהומות אין שול שבת חוה"מ איז ר' אהרן מיט זיינע מעטשען און דער גאנצער ציבור געווען זייער צופרידען אז דער רבי זעט שוין ענדליך וואס דא גייט פאר, און אח און וויי פאר משהן.

למעשה איז דער רבי נישט געווארען איבער גענומען פון די געשעענישען און דא האט זיך אנגעהויבן דער פראבלעם וואס זיי האבן זיך געכאפט. דערפאר האט ר' אהרן שנעל געשיקט זיין מענדלען צו משה שבת נאכמיטאג.

דא מוז איך זיך עטוואס פארברייטערען פון דער קורץ קעפיגייט פון ר' אהרן מיט זיינע נאנטע.

עס ווייסט יעדער וואס טוט נאר אין עולם הרביס און אין עולם החסידות אז זייט עס זענען פארהאן רביס זענען פארהאן גבאים, און די גבאים האבן מער ווייניגער אלץ געפירט דעם הויף. יא, עס זענען דא באוויסטע רביים וואס האבן דייקא נישט געוואלט א קלוגען גבאין אבער רובא דרובא האבן יא געהאט א קלוגען מענטשן וואס זאל זיין דער יוצא ונכנס.

און אומעטום האט געהאט דער גבאי דער לעצטער ווארט. און די חסידים האבן געוויסט אז זיין ווארט איז דעם רבינס ווארט און מען קען דאס נישט פייטן אדער אנפייפן.

ר' אהרן איז נישט א ע"ה אין חסידות, ער איז גראדע א היפשער ידען אין פאליטיק. ער האט געוויסט ווי נאנט משה גבאי איז מיט זיין טאטען און ווי שטארק זיין טאטע האלט פון משהן. ער האט געוויסט אז וויפיל פראבלעמען עס האט זיך נאר געקענט מאכען אין סאטמאר און מען האט נאר געוואלט רעדען מיטען טאטען אקעגען משה, איז דאס געווען פון די הארבסטע זאכען. דאס זענען פאקטען הידועים לכל. און, ר' אהרן האט דאס פיל מער געוויסט.

נאכמער, און דאס איז נישט צו א באוויסטער פאקט. דער רבי דער ברך משה איז נישט געווען אזוי נאנט צו זיינע קינדער. ער איז געווען א טאטע וואס האט זיך נישט ארויסגעגעבען צו זיינע קינדער. יא, ער האט פון זיך אלעס פאר זיי געגעבען, ער האט זיך פאר זיי אלע געשלאגען און ממש זיך געהרגעט, אבער ער איז נישט געווען צו נאנט צו זיי.

אבער מיט זיין גבאין איז ער געווען ממש ווי איינס. ער האט פאר אים פארטרויעט זאכן וואס ער האט נישט פארטרויעט די רעביצין און זיכער נישט פאר זיינע קינדער. (דאס זענען פאקטען וואס איך האב געזאמעלט במשך מיין לאנגע אינפארמאציע זיכונג.)

איז יעצט זייער שווער, ווי האט ר' אהרן געקענט מיינען אז ער קען באזיגען משה ביי זיין טאטען? ווי האט א פופציג יעריגער מענטש מיט פיל עקספיריענס - וואס וויניג מענטשן האבען אזויפיל עקספעריענס ווי ער, סיי פון די בחורים אין ישיבה און ביי פון זיין רבנות אין קרית יואל, פון וואו ער האט ווען געדארפט עפעס חכמה זיך דערנאשען - געקענט מאכען מיסטעיקס וואס פאסט פאר א בחור וואס ווייסט נאך גארנישט אויף דער וועלט? ווי קען א פופציג יעריגער מענטש טראכטען אז בחורים מיט יונגעלייט איז דער עיקר און אויב האט ער זיי האט ער אן אויסגעטראטענעם טעג אלעס איבערצונעמען מיט כח זרוע?

אבער אזוי איז דער פאקט און ער האט געהאלטען אז ער וועט משה'ן מיט זיין טאטען באזיגען אויב נויטיג.

*

  צוריק צו חוה"מ פסח תשנ"ט

עס זענען פארהאן פאקטען וואס דער גאנצער ציבור ווייסט ווייל עס איז געווען אין פובליק; עס זענען פארהאן פאקטען וואס נאר ר' אהרן אדער משה דער גבאי ווייסט און אפשר דער דעמטלטסדיגער הויז בחור משה יצחק ווערטהיימער און מעדעל בריל דעם רבינס משמש ווייסן אויך. אבער טייל פון די פריוואטע פאקטען איז געווארען פובליק און טייל וועלען נאך אמאל ארויסקומען מן הסתם און טייל וועט מיט גיין אין די קברים פון די אויבן דערמאנטע.

מוש"ק חוה"מ תשנ"ט איז געווען לויט אלעמען א היסטארישער, ווי פריער געשריבן. לויט איין זייט איז די היסטאריע באשריבען מיט ווייסע אותיות און לויט די אנדערע זייט איז עס געשריבען מיט שווארצע אותיות, אבער היסטאריש איז עס פון אלע זייטען.

לויט די דעמאלטסדיגע אינפארמאציע, האט אליעזר קעסטענבוים געזאגט פאר ר' אהרן יענעם מוצ"ש אז ער איז היסטאריע, זיין ברידער פון ירושלים גייט דא ווערען רב. פארוואס ער האט דאס געזאגט איז מיר פשוט נישט באקאנט, און אדרבה, זאל איינער קומען און זאגען אז ער ווייסט יא פארוואס. ווי איך האב געזאמעלט, האב איך באקומען די אינפארמאציע אז מתוך כעס צי הייפערנעס האט ער דאס ארויסגעשאסען פאר ר' אהרנען.

באקומען אין אישי

דער דעמאלטסדיגער ירושלימער רב איז געקומען פון א"י אויף פסח קיין בארא פארק, און אזוי ווי די שבת הגדול דרשה האט באלאנגט פאר אים איז ער געקומען אויף שבת הגדול קיין וומ"ס.
יענעם שבת ביי דער סעודה האט ער געפרעגט זיין טאטע דער רבין צו ער זאל שוין אנהייבען פירען בלויז איין סדר ווייל ער איז אן ארץ ישראלדיגער.
האט אים דער רבי גענפערט: דו ביסט נישט קיין ארץ ישראלדיגער דו ביסט א היזיגער. די ארונים האבן געוואלט מאכן א שווייג דערפון.

ממילא האט שוין אליעזר געוויסט אז עס קאכט זיך  דערפון און ער האט עס געזאגט פאר ר' אהרן יענע נאכט.

ווי איך האב געהערט האט אליעזר דאס געטוען על דעת עצמו
אן פרעגען משהן און עס איז געווען א היפשער איינשטעלעניש ווייל משה האט נישט געוויסט ווי שטארק דער רבי איז דערביי.


רב הצעיר

עס זענען פארהאן גענוג און נאך ווייסער וואס וויסען אז ר' אהרן האט שוין געארבעט במשך די יארן תש"נ-נ"ט, דורך פארשידענע וועגען אז דער טאטע זאל אים מאכן פאר רב הצעיר איבער סאטמאר.

ער האט געשיקט בערל פרידמאן רעדען מיטען רבין אין פלארידע און דער רבי האט עס אפגעווארפען, דאס איז א פאקט. פארוואס דער רבי האט עס אפגעווארפען קענען מיר זיך מחולק זיין ביז מארגען אבער דער פאקט איז געווען אז דער רבי האט אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר רב הצעיר.

נאך איין פאקט איז וויכטיג צו וויסען. דער רבי האט קיינמאל פארן ציבור נישט ארויסגעוויזען אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער מ"מ זיינער נאך די מו"ש. וואס ער האט געזאגט פאר דעם און פאר יענעם איז אפילו נישט אינטערעסאנט, ווייל ביז היינט האט זיך נאך קיינער נישט ארויסגעשטעלט זאגען אז פאר אים האט דער רבי דער ברך משה געזאגט אז מיין אהרן זאל זיין דער רבי איבער גאנץ סאטמאר.

ווי איך האב געהערט האט דער רבי אפילו געזאגט פאר ר' אהרן, א טאג נאך וואס ער האט אויפגענומען דעם היינטיגען רבין אלס רב אין וויליאמסבורג, אז א רבנות איז שייך איבערצוגעבען ווייל דאס גייט בירושה, אבער רעביסטעווע, ווי איז שייך צו זאגען פאר מענטשען אז דו זאלסט אויפנעמען דעם אדער יענעם? א רבי איז דאך א זאך וואס האט צו טון מיט א געפיל, א הארץ, און דאס קען מען נישט איינטיילען.

און רבנות, האט דער רבי דעמאלטס געזאגט פאר ר' אהרן, איז דאך נישט מעגליך אז דו זאלסט קענען פירען גאנץ סאטמאר איבער די וועלט. עס איז נישט פארהאן דער מענטש וואס קען פירען א רבנות פון טויזנטער מעמבערס, צענדליגער טויזנטער קינדער קע"ה, פילע מוסדות אנשטאלטען, ממילא מוז מען דאך האבען א רב אין יעדער פלאץ אין דער וועלט.

און טאקע אזוי האט דער ברך משה אלץ געטון. ער האט אריינגעלייגט אין יעדען סאטמארען קהילה א רב וואס זאל דארט אנפירען. אין מאנטריאל זיין איידעם ר' דוד מייזליש, אין לאנדאן ר' נתן יוסף ז"ל, אין קרית יואל ר' אהרן, אין בארא פארק 53 ר' בעריש זיין איידעם, און ב"פ 15 ר' שלום אליעזר, אין ירושלים איז געווען דער גאב"ד זצ"ל, אין בני ברק ר' אלי' כ"ץ, אין מאנסי זיין איידעם ר' חיים יושע, און ער האט געזאגט פאר ר' אהרן אז וויליאמסבורג דארף האבן פונקט אזוי א רב.

ווילאנג דער רבי איז געווען ביי די כוחות איז ער געווען דארט דער רב, אבער ווען ער איז געווארען שוואכער האט ער געוואלט אויפנמען זיין זון ר' זלמן לייב. (איך וועל באלד צוקומען, לענגער, וואס איז געווען ווען ר' אהרן האט אים געזאגט אז ער קען יא פירען וויליאמסבורג.)



 איך וועל קודם דערציילען וואס איך מיטען גאנצען ציבור האבען מיטגעהאלטען און קען זיין אז שפעטער קען קומען אנאליז, אויב איינער איז אינטרעסירט דערינען.

איך וועק מיך אויף זונטאג, דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, און איך הער אז דער רבי באט היינט פארטאגס אויפגענומען ר' אהרן אלס דער רב הצעיר. נישט מער אן נישט ווייניגער.

איך און מיינע חברים האבען געוויסט אז עס איז דערנאך מיט משה מיט זיינע מענטשען. ר' אהרן האט געמאכט א גוטען שטיקעל, טאקע נישט אזוי שיין, אבער עס איז געלונגען, ר' אהרן איז דער רב הצעיר און ווארשיינליך דער צוקונפטיגער רבי.

וויאזוי עס איז צוגעאגנען דאס ווערען רב הצעיר איז דעמאלטס געווען באוויסט פאר אלעמען, אז נאכדעם וואס ביינאכט האט אים אליעזר געסטראשעט אז דער ברידער קומט דא ווערען רב, האט ר' אהרן געזען פאר זיך א וואנט וואס ער מוז טון משוגענע שטיק דארט ארויפצוקריכען. און ער האט באשלאסען מיט זיינע יועצים און זיין רעבצין אז מען גייט דא טון א אויסער ארדענטליכער שריט, וואס היינט ווען מען קוקט צוריק איז עס לאכעדיג, אבער דעמאלטס האט ער געטון עפעס וואס איז נאך פאר זיכער קיינמאל נישט פארגעקומען אין דער אידישער היסוטריע

5:30  פארטאגס ווען דער רבי איז נאך געשלאפען און נאר מענדל בריל איז אויף געווען איז הירצקע צוויבל אנגעקומען און האט געווארט אז דער רבי זאל אויפשטיין.
ווי נאר דער רבי איז אויפגעשטאנען האט הירצקע געקאלט ר' אהרן אז ער קען קומען און ער האט אים געפענט די טיר. ר' אהרן איז אנגעקומען אינאיינעם מיט רעביצין סאשע.
ווי נאר דער רבי איז אריין אין ספרים שטוב האט הירצקע צוויבל אויסגעשפארט מענדל בריל.
וואס דארט איז פונקטליך געווען ווייסט קיינער נישט געהעריג ווייל ר' אהרן דערציילט אויך נישט.
מענדל איז גלייך געגאנגען אויפוועקען דעם הויז בחור זאגן אז ר' אהרן האט זיך אריינגרוקט און אז עס איז צרות. דער הויז בחור לויפט אויפוועקען משהן אבער משה הייבט נישט אויף. ענדליך נאכען אריינשרייען אינעם ענסערינג מאשין אפאר מאל, הייבט משה אויף
און דער הויז בחור איז אים מודיע אז דער פוטש איז אין אפעקט און עס איז נישט דא וואס צו טוען. משה זאגט, גוט מען וועט זען.

די נעקסטע זאך וואס מען ווייסט איז, אז ר' אהרן האט געקאלט בערל פר"מ: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר", און ער גיט איבער דעם טעלעפאן פארן רבין. דער רבי פרעגט אים ווי אזוי עס דורך דער יו"ט אין ב"פ און קיין ווארט פון רב הצעיר. דאס זעלבע איז געווען מיטען אנדערען ראה"ק יאנקל כהנא. ר' אהרן קאלט אים און וועקט אים אויף: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר", און ווידער גיט ער איבער דעם טעלעפאן פארן רבין און ווייטער נישט איין ווארט פון רב הצעיר.

און אזוי איז ביז געציילטע סקונדעס געוואיר געווארען גאנץ סאטמאר אז ר' אהרן איז געווארען דער רב הצעיר. איבריג צו דערציילען די שמחה וואס האט געהערשט ביי ר' אהרנס מענטשן די בכל אתר ואתר, און זיכער איז איבריג צו דערציילען וויאזוי עס האט אויסגעזען דער צופרי ביי די אידען, וואס היינט ווייזט זיך ארויס פארמאגען דעם מיאריטעט אין סאטמאר. נאר דעמאלטס זענען זיי געווען אין די מייזען לעכער וויסענדיג אז איצט גייען זיי אלע ווערען צוטרעטען דורך די טעראריסטישע יונגען באנדעס

*  

פון די זונטאג חוה"מ פסח פארטאגס, האב איך באקומען אין אימעיל פון איינעם וואס האט גערעדט מיטען רבינס נאנטער מענטש, מ.ב. וואס האט דערציילט אזוי: ער איז אנגעקומען פארטאגס 5:30 און ר' אהרן, רביצין סאשע מיט צוויבעל זענען שוין געזיצן אין גבאי שטוב אין די טינקל מיט פארלאשענע לעקטער. רביצין סאשע איז געזיצן אויף משהס בענקל, און ר' אהרן קעגן איבער.

ווען ער איז ארויפגעקומען האט ער זיך זייער דערשראקן, עפעס רירט זיך דא אין די טונקעל. ער צינד אן די לעקטער און זעט אז עס איז דא געסט. (זיי האבן דירעקט נישט אנגעצינדן דו לעקטער כדי מען זאל נישט זען אינדרויסן אז עימעצער איז דא)

ער פרעגט צוויבל וואס גייט פאר?  זאגט ער, גארנישט. ר' אהרן וויל עפעס רעדען וועגן זיינע זאכן.

(למעשה איז געווען א דורכפאל ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז מ.ב. זאל אנקומען. אבער פארפאלן ער איז דא)

אזוי האבען זיי געווארט ביז דער רבי קומט ארויס פון שלאף שטוב. ווי נאר דער רבי קומט ארויס האט זיך ר' אהרן מיט רביצין סאשע איינגעשפארט, און וואס מען האט גערעדט ווייסט מען נישט.

אינמיטן עפענט זיך די טיר, ר' אהרן קומט ארויס און זאגט פאר מ.ב. יעצט קענסטו אריינגיין, און די דריי  זענען נעלם ווי א שאטען. אזוי שנעל זענען זיי פארשווינדן געווארן.

ווען מ.ב. איז אריין צום רבין, רופט זיך אן דער רבי צו אים: וואס האבן זיי געוואלט? זאגט ער פארען רבין אז ער האט נישט קיין אנונג. דער רבי וואשט זיך די הענט און הייבט אן זאגן ברכת התורה.

*


 עס איז שוין לעבעדיג אין גרויסען ראדני סט. שול, ר' אהרן שטייט ביים אויבן אן מיט געמאכטע פיאות, ווי א בר מצוה בחורל וואס איז נאר איצט אנגעקומען אין זאל, און נעמט אן מזל טוב פון ציבור. איך קוק היינט צוריק און דערמאן זיך, איך בין געשטאנען אין די רייע ווי א שעפסעל ווען נעבען מיר שטייען נאך שעפסען און מען גיט מז"ט פארן שמייכעלדיגען זיבעלע מיט הויך געקרייזלטע פיאות, אזוי ביז'ן האלבען שטערען...

ווי עס ווייסען אלע, האט ר' ליפא האט זיך דערהערט וואס דא גייט פאר איז ער געגאנגען צום טאטן אין הויז און אים געפרעגט צו עס איז אמת אז דער טאטע האט געמאכט אהרנען פאר רב הצעיר? דער רבי האט נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט.

איידער דער רבי איז אריינגעקומען גייט ר' ליפא צו ר' אהרן און זאגט אים: איך האב פריער גערעדט צום טאטען און ער ווייסט נישט פון גארנישט. לייג עס אויף "האלד" און נאכען דאווענען וועלן מיר ביידע גיין צום טאטען און מען וועט זען וואס דא גייט פאר. ר' אהרן ענפערט אים, הייפערדיג, דריי נישט קאפ און לאז מיך אפ. און נעמט ווייטער מזל טוב ביז דער רבי איז אנגעקומען אין שול דאווענען.

פארען דאווענען, שוין אין ראדני סטריט, איז ר' יאנקל כהנא צוגעגאנגען צו ר' אהרן און געזאגט אז דער רבי האט צו מיר קיין איין ווארט נישט געזאגט וועגן רב הצעיר.

האט ער אים גענפערט: ער (דער ברך משה) האט דאס געמיינט צוזאגן.

אבער יאנקל כהנא האט נישט נאכגעלאזט, און זאגט אים, עס האט מיר בכלל נישט אויסגעקוקט אז ער רעדט פון רב הצעיר, און דא גייט מען ארום זאגן אין מיין נאמען אז דער רבי האט עס מיר געזאגט. (דער ר' יאנקל איז א באוויסטער תמים און א גראדער מעכיל)

ר' אהרן קוקט אים אן לאכעדיג, און זאגט אים: "גייטס זאגן מזל טוב פארען טאטן. גוט?"

מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.

*

דער שוהל האט געקאכט און געזידט ווי קיינמאל בעפאר. איך ווייס נישט צו דער רבי האט דעמאלטס געהאט איין מנין וואס האט מיטגעדאווענט.

משה דער גבאי קומט אן אין שול אינמיטן דאווענען, שפאצירט ארום אין בית המדרש כאילו עס איז תשמ"ט. איך פארשטיי נאך היינט נישט זיין גבורות הנפש וואס ער האט דעמאלטס געהאט, און האט נאך היינט.

 נאכען דאווענען ברעכט אויס קול רינה וישועה פון "די בחורים און יונגעלייט" די ארמיי ארבעט ווי געפלאנט, און עודך שטעלען זיך אלע צו אין א רייע און מען ווערט נאכאמאל שעפסען... מען גייט געבן מזל טוב פארן רבין. דער רבי האט גשמייכלט ווייל ביי אים איז געווען זיכער אז עפעס א אייניקל איז געבוירן, און ער פרעגט ר' עזריאל ביי וועם איז דא א מזל טוב?

ר' עזריאל האט מורא און ענטפערט נישט געהעריג.  שפעטער ווען דער רבי איז אריין אין שטוב האט אים ר' עזריאל דערציילט דעם אמת אז ר' אהרן זאגט אז דער רבי האט אים אויפגענומען פאר רב הצעיר.

ווי נאר ער האט דעס ארויסגעזאגט, האט אנגעהויבן גיין קולי קולות, "ער איז א שקרן, דאס איז וויזשניצער שטיק". (אגב, דאס ווארט "וויזשניצער שטיק", האט דער רבי שפעטער פיל גענוצט, ווי איר וועט שפעטער ליינען.)

נאך א נקודה. מאיר צוויבעל (הירצקעס עלטערע ברידער) האט געזען ווי דער רבי האט זיך אויפגערעגט ווען מען האט אים פארציילט וואס דא גייט פאר און האט געשריגן צו עס איז פורים היינט, איז ער ארומגעלאפן זאגען אז מען זאל אויפהערען צו זינגען. ער האט זיך גענומען שישקענען און געזאגט פאר איינעם שטילערהייט אז דער רבי האט געפרעגט צו עס איז פורים היינט
.

ר' אהרן האט אלעס אונטערגעהערט און זעט אז עס איז צרות. ער הייבט פיס אין טראגט אפ פון שול.


 זונטאג נאכען דאווענען איז פארגעקומען עטליכע געשעענישען, אבער עס האט נישט געהאט צו טון מיטען פובליק. איך וועל מעגליך שפעטער אומקערען צו יענע פריוואטע געשעענישען, אבער איצט וויל איך ווידמען די ארטיקעל בלויז וואס איז פארגעקומען ברבים און וואס עס איז דא אויף קאסעטעס.

אויף זונטאג חוה"מ נאכמיטאג איז פארופען געווארען א "גרויס" קהל מיטינג, און דער פלאן האט געלויטעט אז סוף פון דער מיטינג וועט ר' אהרן אנקומען און דאן וועט גאנץ קהל אינאיינעם מיט ר' אהרן גיין צום רבינס הויז וואו דער רבי וועט געבען ברכות קודש פאר די נייע פלענער פון רב הצעיר.

די מיטינג איז דא אויף טעיפ און מען הערט ווי בעריל איז מציע אויפצו נעמען ר' אהרן אלץ רב הצעיר אבער ער רעד נישט איין ווארט אז דער רבי האט שוין היינט צופרי אים אויפגענעמען און אז דער רבי האט שוין פון אים אפגענומען מז"ט. מען הערט דארט ווי ר' בנימין הירש, וועלכער איז אלץ געווען ר' אהרנס א מענטש, זאגט דארט אז עס קען נישט זיין אז אזעלעעכע האקעלע ענינים זאל קומען פון אומאפיציעלע קוועלער און מען דארף זען זיך דורך צוקומען מיט משה גבאי'ן צו וואס יעדער שטימט מיט.

ווי אויך האט בערל פרידמאן דאן איבערגעגעבען פאר קהל, אז עס איז אויך פאראן א אנדערע הצעה, "אז מען זאל רופן רבי זלמן לייב'ן פון ירושלים" [דא קען מען זען אז מען האט שוין געוואוסט וואס עס איז דער רצון פון רבינו שליט"א (זצ"ל)]. ער האט צוגעגעבן צוויי זאכן: איינס, "אז רבי זלמן לייב וויל נישט קומען." ]פארוואס האט בערל ניטאמאל געפרעגט רבי זלמן לייב צי ער וויל קומען?]. צווייטענס, האט בערל באהויפטעט, אז דאס וועט נישט ארבייטן.

נאכדעם וואס אויך ר' אהרן איז אריבערגעקומען צו די מיטינג איז דארט באשלאסן געווארן אריבערצוגיין צו רבינו שליט"א.

אבער ר' בערל בעט אז מען זאל נישט נוצען דאס ווארט רב הצעיר ביים רבין אין שטוב.


די היסטארישע מיטינג ביים ברך משה אין הויז


ווען קהל איז אנגעקומען האט משה דער גבאי געזאגט פאר יצחק ראזענבערג אז ער קען נישט זיין דא און ער מוז שוין ארויס פון הויז. דאס איז געווען לכאורה צוליב די חוצפה פון צעטיל פון הויז בחור וואס ער האט געוואלט באצאלן (ווי געשריבען פריער). יצחק האט פארלאזט דאס הויז און ר' אהרן און בערל האבן אים געבעטען צו פארלאזען דאס הויז.

 דא וועל מיר מעתיק זיין די העתקה ווארט ביי ווארט פונעם טעיפ פון קהל'ס מיטינג אין רבינס הויז יענעם ביינאכט. (יש"כ פאר באלאנד פאר די הילף וואס ער האט אונז געהאלפען פארשאפען איצט דעם טעיפ.)

נאכען זעצען די קהלס לייט האט בערל אנגעהויבען.

בערל - "איך וועל נאכזאגען א מילתא דבדיחותא, מ'זאגט דאך היתה יהודה לקדשו ישראל ממשלותיו, וועגען דעם האט מען געמאכט אינדערהיים קהלה-וואהלען, אבער אזויווי דא איז נישט געווען קיין קהלה וואלען, ווייל דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט מאכען, האבען מיר גענומען קרית יואל'ער רב קומט אריין אביסל העלפען דא, רבני'שע זאכן צוצוהעלפען, און ער וויל נישט הייסען נאר קרית יואל'ער רב, ער וויל נישט הייסן רב הצעיר, ער וויל נישט הייסען קיין סגן רב, נאר קרית יואל'ער רב איז אים גאנץ גענוג, און ער ברויך נישט מער. און ער זאגט, מיטען אייבירשטנ'ס הילף, דער טאטע זאל זיין, דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, פירען אונז אקעגען משיח'ן, און ער וועט אים צוהעלפען וואס ער וועט קענען אין ווילאמסבורג אויך, און וואו מען וועט ברויכען. דער רבי זאל געבען א ברכה."

רבינו שליט"א (זצ"ל) – " נו גוט, אז ער זאגט איך קען מעיד זיין אז ער האט געזאגט אמת. כאטשיק כלום אב מעיד על בנו, איך קען דאך אים".

בערל – "זאל דער רב (ר' אהרן) זאגען אפאר ווערטער".

ר' אהרן – "עס איז געווען דא אין קהל'ס אפיס א מיטינג, און מ'האט מיך אריבערגערופען, און קהל, ר' בערל דער ראש הקהל מיט ר' יעקב און אנדערע חברי הקהלה, און מ'האט געזאגט אז אזוי ווי פארען טאטען איז א טובה, ווינטער איז זייער קאלט דא, ס'איז גרויסע קעלטען אין ניו יארק, מוז מען אוועקפארען לצורך בריאות, מוז מען אוועקפארען וואו עס איז ווארימער. און זומער אפילו ווען עס איז פרילינג איז אין קרית יואל גוטע לופט, דארטן האט מען א גארטען, מיט א הויף, מיט א... ס'איז בעסער און אז עס איז לטובה פארן טאטענס בריאות אז דער טאטע זאל זיין דארטען. נו, איז אלעס, קהל מיט דעם גאנצען ציבור, איז אלעס מוותר, כאטשיק דער גאנצער עולם ווארט און איז משתוקק אז דער טאטע זאל זיין דא, די אלע חדשים און אלע זמנים זמני השנה, מ'זאל זיין דא, מ'זאל קומען אין ביהמ"ד און דאווענען, פירען טיש, און אלעס אזוי ווי עס איז געווען אמאל, אבער אז עס איז פארען טאטן בעסער אזוי, איז די היזיגע קהלה פארען טאטענס געזונט איז מען אלעס מוותר.  און דער טאטע זאל זיין אזוי באקוועמער און ווי אזוי עס איז בעסער.

"למעשה עס שטעלט זיך ארויס, אז דער היזיגער ציבור בעט אז עס זאל זיין עמיצער זאל דא צוהעלפען, און מ'זאל זיין דא. מילא איך בין געווען דא יום טוב, און מ'האט געזאגט דא, מ'האט מיר געזאגט אז איך וועל מועזן אריינקומען יעדן שבת, ביז דער עולם צופארט זיך, ס'קומט דער זומער דער עולם צופארט זיך, און אינמיטן די וואך אויך זיין דא, כפי הצורך אויך זיין דא אין שטאט. אזוי איך זאל קענען זען וואסערע זאכן מ'וועט דארפען ברענגען פארען טאטען, איבערשמועסען..."

ברך משה רבי האקט אפ - "דאס איז אלעס איז געזאגט געווארן אצינד בין הזמנים. אבער די בוסט דאך צוגעבינדען צו די ישיבה?"

 ר' אהרן – "מ'וועט מוזען, יעדע זאך וועט מען מוזען נאך אריינטראכטען, איך האב נאך נישט אויף אלעם קיין..."

ברך משה – "משיח וועט קומען ביז דעמאלטס... ס'איז הלכתא למשיחא"

[דער ציבור לאכט און מען הערט דעם עולם אונטער מורמעלען "הלכתא למשיחא"]

ר' אהרן – "דער טאטע וועט אנוואונטשען, דעם טאטנ'ס ברכות..."

ברך משה – "אז משיח זאל קומען..." [דער עולם לאכט שטארק]

ר' אהרן -  "אויכעט... אויכעט... דאס אויכעט.... סייעתא דשמיא, דער אייבערשטער זאל העלפען עס זאל זיין הצלחה אין אלעם".

ברך משה – "נו, דער אייבערשטער זאל העלפען, מ'וועט אוודאי זען הצלחה מרובה. מ'מיינט דאך דא קיינער קיין שום אינטערעסען, קיין זייטיגע אינטערעסען, קיינער טוט נישט קיין האנט אין די אלע... מ'איז עוסק בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, פארוואס זאגט ער דאס דא? פאר אנדערע מצוות צאלט מען נישט? דער וואס איז נישט עוסק בצרכי ציבור באמונה דער נעמט זיך אליין... [דער עולם שיסט אויס], די וואס זענען עוסק באמונה זאל דער אייבערשטער געבן. אזעלעכע אידן וואס זיי נעמען זיך נישט אליין זאל דער אייבערשטער געבען."

בערל – "גוט יו"ט, דער רבי זאל זיין געזונט, און אונז פירען קעגן משיח'ן."

ברך משה - ,דער אייבערשטער זאל העלפען."

בערל - ,מ'זאל האבען הצלחה".

ברך משה – "קהל האט דאך א דין פון א בי"ד."

אברהם ווידער פון ק"י – "דער רבי זאל זאגען א ברכה פאר גאנץ קהל."

בערל – "ר' אברהם זאגט, אז דער רבי זאל געבען א ברכה פאר גאנץ טובי קהל."

ברך משה – "דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט האבען הצלחה בגשמיות וברוחניות."

קהל- "אמן"

ברך משה – "בגשמיות וברוחניות, ביי א איד איז עס קודם."

 ביז דא איז דער טעיפ.  

 

 

   *

נאך די מיטינג ביים רבין אין הויז זונטא חוה"מ ביינאכט, ווען ר' אהרן האט געזען אז מען האט אים געכאפט ביי די לגיונות און עס זעט שויון נישט אויס אז ער וועט זיין רב הצעיר, האט ער נאך פרובירט איין וועג.

ער האט צוגערופען משה גבאי, און האט אים געזאגט: איך וויל בלייבען מיט דיר. אין סיגוט האבען די רבנים  נישט געטוישט דעם גבאי.

משה האט אים געזאגט: ונזכה ונחיה ונראה.

אנאליזען זענען גענצליך איבעריג


*

א קורצען אנאליז אוואו מען האלט אצינד.

עס איז איצט זונטאג ביינאכט,דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, נאכען אסיפה ביים רבין, וואו מען האט געדארפט אפציעל אויפנעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר

ר' אהרן האט אינדערפרי געזאגט אז זיין טאטע האט אים אויפגענומען רב הצעיר. כאטש אז מסתבר איז נישט אז אזא גרויסע זאך ווי רב הצעיר פון דער גרעסטער קהילה אויף דער וועלט זאל ווערען אזוי נישט מיר נישט דיר, און מיט בלויז זיין פרוי זאל מיט ר' אהרן מיט גיין, אבער אזוי האט ר' אהרן געזאגט.

ער נעמט מז"ט, שמייכעלט פון איין עק פנים ביז צו די אנדערע, אבער ער ווייסט ביי זיך איין זאך. אפילו עס איז נישט געווען פאסיג, און אפילו דער טאטע האט אים נישט געמאכט רב הצעיר, דאך וועט שוין קיינער נישט זיין בכח דאס אפצו ווארפען.

דאס צו דער טאטע האט אים געמאכט פאר רב הצעיר איז אויבן אויף געווען א געבאקענער שקר מתחילתה ועד סופה. אויב גייט מען יעצט אז דער ברך משה איז געווען ביי זיך 100 פראצענט, איז דאך נישט מעגליך אז אין די רגע ער שטייט אויף אינדערפרי זאל ער אויפנעמען א רב הצעיר וואס קומט מיט זיין פרוי. ווייל דאס איז פשוט נאך נישט געווען זייט די וועלט שטייט. און קיין משוגענער איז ער דאך זיכער נישט געווען.

ווידער אויב ער איז נישט געווען 100 פראצענט ביי זיך, איז דאך ווייטער נישט קיין חילוק וואס דארט אין שטוב האט זיך אפגעשפילט. קען מער איצט דן זיין וואס מען האט געהערט און געזען ברבים סיי ביים רבין און סיי ביי ר' אהרן און סיי ביי די מיטינגען יענעם טאג.

צופרי נעמט ר' אהרן מז"ט פונעם ציבור, און מען זינגט קול רנה נאכען דאעוונען. און ווען זיין טאטע הערט אויף וואס דער מז"ט באציט זיך ווערט ער שוימיג ביז צו די ציין.

דער רבי זאגט פאר ר' ליפא פארען גיין אין שול אז ער ווייסט נישט וואס ר' אהרן האט געוואלט. די צוויי ראשי הקהילה האבן ביידע געזאגט אז דער רבי האט זיי נישט געזאגט א ווארט פון רב הצעיר.

ביי די מיטינג ביי קהל, יענעם נאכמיטאג, הערט מען אויף די טעיפס צוויי זאכען וואס ווייזט אויף הונדערט פראצענט אז ר' אהרן האט לכאורה אויסגעטראכט די גאנצע רב הצעיר געשיכטע. בערל פרידמאן רעדט און רעדט און דערציילט נישט פאר גאנץ קהל אז דער רבי האט שוין אויפגענמען ר' אהרןנען היינט אינדערפרי. ער רעדט איצט כאליו עס איז א גענצליך נייער פארשלאג איצט ביי קהל אויפען טיש. דאס זאגט ער יא, אז אנעם רבין איז קיין פראגע נישט פון קיין רב הצעיר ווייל דער רבי איז דער בעה"ב פון די קהילה. ממילא, זאגט בערל מוז מען גיין צום רבין און באקומען פון אים די צושטימינג.

ר' אהרן קומט אן צו די מיטינג ביי קהל, און רעדט על דא ועל הא, און ער דערציילט ווייטער נישט קיין איין ווארט וואס היינט צופרי איז פארגעקומען אז דער טאטע האט אים שוין אויפגענומען פאר רב הצעיר. ווער עס איז דארט געזעצען האט נישט געמוזט וויסען אז ר' אהרן איז שוין דער פאקטישער רב הצעיר, נאר אז מען גייט איצט צום רבין און נעמען א ברכה אז ר' אהרן גייט אריינקומען העלפען פאר קהל און פאר די מוסדות.

אבער איצט, צו לייגען קרעים אויפען קעיק, זאגט בערעל פרידמאן אז מען גייט ביים רבין נישט רעדען איין ווארט פון רב הצעיר. דאס טייטש לכאורה, אז ר' אהרן מיט בערלען האבען געוויסט אז די מעשה איז צווייפלהאפטיג, (שיין גערעדט) און מען טאר ח"ו נישט דאס דערמאנען ווייל דאס קען עפעס חרוב מאכען.

מען קומט אן צום רבין און מען בעט א ברכה. אויף וואס? קיינער ווייסט נישט. בערל שטאמעלט ארום און צום סוף זאגט וואס אלץ ר' אהרן וויל נישט זיין, און ר' אהרן שטאמעלט, קעקעצט און פעפעצט, אז דערווייל ווייסט ער אליין אויך נישט וואס דער פלאן גייט זיין.

אויף דעם טעיפ איז דער רבי א מיליאן פראצענט ביי זיך. יעדעס ווארט זיינע איז געווען אויסגעהאלטען און אין פלאץ. נו לכאורה אז דער רבי איז געווען איצט ביי זיך, פארוואס האט ר' אהרן אדער בערל נישט פארלאנגט אז דער רבי זאל געבען א ברכה אויף וואס דער רבי האט היינט פארטאגס געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר?

 *


  באקומען אין אישי א קליינע געשיכטע אין די זייט וואס מען האט דעמאלטס איבעראל גערעדט. מאיר הירש פון ק"י וועלכער איז אויך געווען אנוועזענד ביים מיטינג ביים רבין, איז נאכען מיטינג צוגעגאנגען צו די רביצען וועלעכע איז נאך געווען געזונט מער ווייניגער, און איר אנגעווינטשן מז"ט.

אויף איר פראגע וואס דער מז"ט באציט זיך, האט ער איר געזאגט אז ר' אהרן איז געווארען רב הצעיר. זי איז געווארען אויסער זיך און אריינגעלאפען צום רבין וואס הייסט דאס דו נעמסט א רב הצעיר? מען וועט אונז נאך אריינשטעלען אין א מושב זקנים. (פון דא האט זיך גענומען די קלאנגען אז משה מיט ר' ליפא האבען אנגעהעצט די רביצין אז ר' אהרן און רביצין סאשע ווילען זיי אריינשטעלען אין א מושב זקנים.)

האט דעמאלטס מאיר הירש אפגערופען זיין ברודער ישראל יעקב וועלעכער איז געווען ביי זייער ברידער ר' מענדל ע"ה אין שפיטאל, און זאגט אים, דער רב הצעיר געשיכטע אין "דאון דע סוער".

אבער ווער עס האט מיטגעהאלטען יענעם ווינטער ביים רבין האט געוויסט אז בערעל האט געפרעגט דעם רבין עטליכע מאל וועגען אויפנעמען ר' אהרן אלץ רב הצעיר און די רביצין איז דאך אויך געזעצען דערביי, און דער רבי האט בשו"א נישט געוואלט הערען דערפון. בערעל אט דאס דערציילט אפילו שפעטער ווען די פאליטיק האט שוין געפלאקערט. (בכלל איז ער נישט איינער וואס זיפט דורך זיינע רייד 13 מאל אזוי ווי עס שטייט אין צעטיל קטן. דערפאר פלאפעלט ער אלעס נאך, אפילו וועו עס איז נישט די טובה פון זיין זייט.)



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 29/07/2009 20:16:55



תוקן על ידי מנהל_שני ב- 03/09/2009 2:25:32




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2009 01:43 לינק ישיר 

די צווייטע טייל האט זיך שוין אנגעהויבען אין א נייע אשכול: די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (צווייטער טייל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/8/2009 22:41 לינק ישיר 

gevaldig



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 18:51 לינק ישיר 

CNN Breaking news - Television pioneer Don Hewitt, the creator of "60 Minutes," has died יוסל וואלדמאן נעקסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 18:41 לינק ישיר 

מיכל וואלף איך פארשטיי דיר נישט איינער וואס שרייבט אויף דעם טמאנעם יונג זאלי וואס האט חרוב געמאכט אידישקייט ועדיין עומד במרדו פלעין זלמן לייב ביזטו חוסם ווייל ער האט 10 אידן וואס רעדן זיך אליינס איין אז זיי האלטן פון אים, דא שטייט א אשכול מיט די קעפל מיט די הייליגע נאמען פון די רבן של ישראל וואס כל בית ישראל נשען עליו פון די גרעסטע צדיקי דורינו, אן קיין שום ר' אדער מער און דו לאזט עס אזוי שטיין, דא שטייט א רשע מרושע שגץ פארמעגליך ער באשמוצט די רבן של ישראל וואס כל בית ישראל נשען עליו, מיט די עדה קדושה סאטמאר מיט דברים של דופי וואס וועסט נישט טרעפן אפילו 1 מורה הוראה וואס וועט עס מתיר זיין צו ליינען נישט גענוג אז דו מעקסט עס נישט אויס גיבסט אים נאך כבוד מלכים לייגסט עס די ערשטע הישמע כזאת נבלה ווערט אפגעטוהן און דו ביזט עס מחזק? מען דארף דיר אוסשליסן פון כלל ישראל  עס איז ער''ח אלול וואס גייט פאר מיט דיר אויף פארמעגליך פרעג איך נישט קיין קשיות ער איז א אפענע אפיקורס וואס מען טאר זיך נישט טענה'ן אבער דו מיכל וואלף וואס גייט פאר מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 18:26 לינק ישיר 

חזור בך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2009 04:55 לינק ישיר 

 ווי געשריבען האט זיך יענעם ווינטער אפגעשפילט א מערכה אין ירושלים, ווען די פאליציי האט ארעסטירט א חרדישן איד הרב קארענבליט ווייל ער האט צובראכען א מיסיאנערישען הויז אין מאה שערים, און ער האט באקומען א שווערע שטראף פון זיצען אין טורמע איבער א יאר צייט.

אנהייב חודש אדר האט די התאחדות הרבנים אראנזשירט א עצרת מחאה אין פראנט פון די מדינת ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן. איינער פון די גרויסע עסקנים ביי יעדען פראטעסט, ר' יצחק שטערן, איז געקומען צו משה גבאי פרעגען צו מען מעג נעמען די חתימות צום קול קורא פארן פראטעסט פון קאשויער רב און מאנטעווידעער רב. האט אים משה געהייסן גיין צום רבין דער ברך משה. למעשה ווען ער האט געפרעגט דעם ברך משה איז שוין משה גבאי געווען אפגעפלויגען אין אייראפע קיין ליזענסק אויף רבי ר' אלימלךס יארצייט, וואס איז יענס יאר אויסגעפאלען איז געווען דינסטאג פ' ויקהל פקודי.

ר' יצחק שטערן איז געגאנגען פרעגען דעם ברך משה, און אים געזאגט אז עס זענען דא זייער אסאך אין סאטמאר ביי וועם א חתימה פון ר' אברהם און קאשויער רב וועט אסאך אויסמאכען, דעריבער אפילו עס איז דא חילוקי דעות, אפשר איז כדאי מחמת המערכה נגד ציונות צו גיין נעמען פון זיי חתימות?

‫האט אים דער ברך משה געענטפערט בזה הלשון: הער אויס, איך גלייב שווער זיי וועלען געבען, אבער פארוואס זאלסטו נישט גיין אויספרובירען, אדרבה, אויב זיי ווילן געבען א חתימה צו וואס מיר מאכען, איז עס דאך א געוואלדיגע חיזוק פאר די מערכה קעגען ציונות. ‫עד כאן דברי הברך משה.

‫ר' יצחק שטערן איז עס אויך געגאנגען דערציילען פאר ר' אהרן, וועלכער האט – מיט זיין "פערסאנאלעטי דיסארדער" - זיך באלד גענומען בלאזען, כדרכו. און מסתמא, ווען ער איז אוועקגעגאנגען האט ער געקאלט זיין יועץ אהרן מתתיהו, דערציילן אז משה גבאי האט אים שוין ווידער מסדר געווען.

דער קול קורא איז ערשינען אין דער איד פרשת ויקהל פקודי, וואס פלעגט דאן ארויסקומען יעדען מיטוואך צופרי, און יענעם דאנערשטאג איז געווען דער פראטעסט אין מאנהעטען. קאשויער רב האט מען ארויפגערוקט אויף די ערשטע שורה פון די קול קורא, און ר' אברהם אויף די דריטע שורה.

פארוואס די מעשה איז אזוי פארקריפלט געווארען איז געווען, ווייל א וואך פריער, א שבת פאר פורים, איז ר' נפתלי דוד לייטנער געקומען צום ברך משה'ס טיש, און משה גבאי האט אים צוגעפירט צום רבין, זיי האבן עפעס גערעדט. פארוואס ער איז געקומען ווייס איך נישט, אבער מען האט געשמועסט אז מען ארבעט אויף א שלום. ווי פארשטענדליך האט ר' אהרן עס גענומען פאר איינע פון די שריט וואס משה גבאי וויל אים מסדר זיין.

און דער אמת איז געווען אז עס איז שוין געווען רואיגער אין סאטמאר - סוף כל סוף איז שוין ר' זלמן לייב געווען אין ירושלים - און עס איז שוין געווען "עפעס" מענטשען וואס האבען שוין באקומען א נאמען אלץ "ר' זלמן לייבס" מענטשן, און אזוי ווי ר' זלמן לייב האט געהייסן דער מתון, און אלע פארעווע, און די אזויגערופענע "שונאים" האבן אנגעהויבען רעדען פון אים און אים גלייכען, האט מען יעדן שריט פאר שלום געהאלטען פאר א אפענסיווע קעגען ר' אהרן. און ווייל ר' אהרן האט פארשטאנען פארוואס נייע שלום ווינטען הייבען אן צו בלאזען איז דאס געווען איינע פון די פראפאגאנדע מיטלען וועלכע מען האט גענוצט צו העצן קעגען משה, אז ער איז מקרב די שונאים.

אלזא, דינסטאג כ"א אדר, איז דער איד געגאנגען צום דרוק, און אין די זעלבע נאכט איז יצחק שטערן געקומען מיט די קול קורא אין איד. ער האט גע'טענה'ט אז ער האט די הסכמה פון רבי'ן אז ער מעג לייגען די חתימות, און עס איז אריין.

‫דער אמת לאמיתו, איז געווען אז מען האט נישט געקענט כאפן משה בשעת מעשה, ווייל אין אייראפע איז דעמאלטס געווען פארטאגס און ער האט נישט געהאט קיין סעלפאן מיט סערוויס. אבער אויף די גאס האט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצילנו. ר' אהרןס מענטשען האבן געטענהט אז משה איז אזא מורא'דיגער גוטער שפילער, און ער איז געפארען קיין ליזענסק, נאר צו פאפן דעם עולם אז עס האט נישט מיט אים, פאקטיש איז ער דער שייגעץ און רשע, און ער וויל דירעקט טשעפען "דעם רב". און דער באפעל איז ארויס: פארברענען דעם איד אין קרית יואל. און אין וויליאמסבורגער כולל האט דעמאלטס הירצקע צוויבעל אויף געהאנגען דעם ברך משה'ס דרשה פון פורים תשנ"ה, צו ווייזן פאר יעדן אז ר' אברהם לייטנער איז נאך טרייף.

די תוצאות פון פארברענען דער איד אין קרית יואל, האב איך שוין געשריבען אין אנהויב פון די מאמרים.

 

***

איצט א קורצער סך הכל פון "חלק א'"

מיר האבן שוין ביז איצט געשריבען פון די גרויסע "הונגער יארען", ד.ה. די יארען וואס ר' אהרן האט זיך מיט זיין געוואלדיגען אומקאנטראלירטען הונגער געגרייט אויף דעם טאג וואס ער גייט "געוועלטיגען" אויף "גאנץ" סאטמאר. ער האט זיך ארומגענומען מיט "הילדים אשר גדלו אתו, אשר העמדים, לפניו", דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש, שמול ווידער דער מח וואשער און אלישע שמואל האראוויטץ דער טאשען שניידער, וואס האבען אים געעצהט אויף טריט און שריט, וויסענדיג אז ביי ר' אהרן קען מען אלעס פועלן ווען עס קומט צו שעפען אטענשאן און שטילען זיין הונגער פאר שררה.

מיר האבען שוין באשריבען אינעם "חלק א'" פון ר' אהרןס פערזענליך לעבען, כאטש אין גאר קורצע ווערטער, עטוואס פון זיין שלום בית און פון זיין זיך צונויף לעבען מיט זיינע אייגענע קינדער. מיר האבן געשריבען פון זיין התמדת בתורה, פון זיינע נארישע ווערטלעך און פון זיין סדר היום.

אויך איז געווען אינעם "חלק א'" באשריבען א אלגעמיינע אפשאצונג אויף כלערליי "שוואכקייטען-פולע" רביס וואס זוכען אטענשאן, מוזען זיין אין אלע וועכענטליכע פובליקאציעס, און לאזען זיך כאפען בילדער אין אלע סארט פאזעס, כאילו זיי וואלטען געווען מאדעלען; שטעלען אויפן אינטערנעט מאוויס און ווידעאוס פון זיך ווי זיי שאקלען זיך ביים לערנען און ווי אזוי זיי דאווענען מיט מנין, וויאזוי זיי עסען פרוכט און שמועסען "שיחות דקלים" און נאך צענדליגער סארט הבלים און שטותים וואס עקלען יעדען באזעצענעם פארשוין. מיר האבען ארויסגעברענגען וויאזוי די אלע "שוואכקייטען-פולע" רביס און אונזער ר' אהרן בראשם לאזען זיך רימען אין פנים, טאג איין טאג אויס, און נאכדעם קומען זיי ביי זייערע דרשות אין פארפילען אלע לעכער וואס דער פריערדיגער "לעקער" האט ל"ע פארפעלט צו אנפילען, און רימט זיך פיל מער און ברייטער פון זיין "עבודת הקודש", און די צוהערער, וואס הייסען היינט "הייסע חסידים" שעפען נחת און "חיות דקדושה" ווי אזוי "די וועלט" וועט פאר זיכער איינזען אז זייער רבי איז דער גרעסטער, דער הייליגסטער, דער מעכטיגסטער, דער אנדרייער, דער רעוואלוציאנער אין "כשרות" און נאך פילע זאכען מיט וואס זייער רבי איז מער פון אלע רביס בכל קצוי תבל.

מיר האבען שוין געשריבען אלעס וואס האט זיך אפגעשפילט "אין פובליק" פון תשנ"ה ביז נאך פסח תשנ"ט. דאס איז אריינגערעכענט זיינע "שבת התוועדותן" אין די גאנצע וועלט, ווי סאטמארער יונגעלייט האבען געשעפט געוואלדיגע חיזוק פון די דברי תורה וואס ר' אהרן האט אימעטום געזאגט; די בר מצוה אין ירושלים; די פראטעסט ווען מען האט פארברענט דער איד אין קרית יואל; די רב הצעיר געכאפעכץ וואס דער רב הצעיר האט געכאפט צוזאמען מיט זיין רבנית הצרעת, און די מיטינגען ביי קהל און ביים רבי'ן דער ברך משה.

אין "חלק ב'" ווען אי"ה באשריבען ווערען דער "פריוואטער" זייט פון די מטבע. מיר וועלען נאכשרייבען עטליכע טעיפס וואס מיר האבען ערהאלטען פון אנאנימע קוועלער, וואס דאס וועט געבען פיל א אנדערען בליק אויף פארשידענע זמנים און געשעענישען. און אויך וועט אינעם "חלק ב'" געשריבען ווערען פאקטען און געשעענישען וואס מיר האבען באקומען פון קראנטע קוועלער וואס האבען זיך געלאזט הערען במשך פון אונזער באשרייבונג פון "חלק א'".

אויך וועט אינעם "חלק ב'" באשריבען ווערען די ווייטעריגע "פובליק" געשעענישען וואס איז פארגעקומען פון גלייך נאך פסח, די מיטינגען פון ר' אהרןנס מענטשען; פון די "בלוטיגע חתונה" וואס איז פארגעקומען גליחך נאך שבועות תשנ"ט. און פארשטייט זיך, פון "ח"י סיון" תשנ"ט ווען ר' זלמן לייב איז געווארען רב אין סאטמאר וויליאמסבורג. און אויך פון די טעג און יארען נאכדעם. און אויך וועט באשריבען ווערען "די פריוואטע" זייט פון די מטבע פון די צייטען נאך ח"י סיון וואס איז געווען פארהוילען פון פובליקים ביז איצט.

אי"ה נאך די וואך וועט זיך אנהייבען חלק ב'. אבער, עס וועט נישט אזוי שנעל געשריבען ווערען ווי דער חלק א, ווייל עס איז גאר א שווערע עבודה איבערצוגיין לאגע שעות און עס אפטייפען. דער אויבערשטער זאל אונז ווייטער העלפן אז מיר זאלען קענען אנגיין מיט דער ארבעט און אזוי ארום וועלן מיר מצליח זיין.

תם ונשלם חלק א'. חלק ב', אי"ה אין קורצען. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 19:03 לינק ישיר 

נאך א קלייניקייט איידער איך שרייב וועגען די פראטעסט.

ווי איך האב שוין דערמאנט זענען ר' אהר'ןס מענטשען געווען נאך ארץ ישראל געפערליך צערודערט קעגן "דער איד", זיי זענען געווען צושטורעמט היתכן מען האט אזוי ווייניג געשריבען פון זיין מעכטיגען באזוך און מען האט בעיקר געשריבען וועגען די שמחה און די בר מצוה, אין די צייט וואס ר' אהרן איז דא דער חתן הבר מצוה און דער בעל שמחה, ער איז אלעס, און וואס מען שרייבט וועגען די בר מצוה מיינט מען נאר אים צו טשעפען.

די ערשטע וואך נאכען אהיים קומען פון ארץ ישראל האט די ערשטע מאל אויסגעבראכען א עפענטליכע מהומה אין גרויסען ביהמ"ד אין ראדני, דאס איז געווען ביי שבת שבע ברכות פרשת תרומה, דעם ברך משה'ס איידעם ר' דוד מייזליש פון מאנטרעאל האט חתונה געמאכט זיין טאכטער ע"ה יענעם דאנערשטאג נאכט, און פרייטיג צו נאכטס ביי שבת שבע ברכות איז געווען א מעכטיגער מצב ביים בענטשען.

מען האט מכבד געווען ר' אהרן צו זאגען ברכה אחריתא, און דא האט זיך ספאנטאן אנגעהויבען אזא געשישקעכטס, אז איבעראל אין גאנצן ביהמ"ד האט מען זיך אויפגעשטעלט טישן און בענק קוקען וואס דא גייט פאר. די געשישקעכטס האט געדונערט "ששששש", "ששששש", אלעס איז שא שטיל, און ר' אהרן פארקנייטשט זיך די אויגען און הייבט אן מיט א הויכע שטימע, ברוך אתה ה' אלקינו מלך העעעעעעעוייייילעם, אשר ברא, א טיפע קרעכץ, ששון ושמחה, נאך א טיפע קרעכץ, חתן וכלה, צום דריטען מאל א טיפע קרעכץ. ער האט געענדיגט די ברכה האט געדונערט א אמן אז מען האט געקענט טויב ווערן.

נאכדעם זענען אלע פנימ'ער פרייליך געווארן. אלעס האט זיך ארום געדרייט לאכען ווי די זיבעלעך: האסט געזען ווי משה גבאי איז ווייס, ער פלאצט, א אנדערער חכם האט מסביר געווען אז יעצט האט מען אים איינמאל פאר אלעמאל געוויזען ווער ס'איז בעל הבית, ער וועט זיך מער נישט וואגען צו טשעפענען דעם רב, די געמיטער זענען געווען זייער הויך און פאר ר' אהרן האט עס אזוי שיין צוגעשפילט, ער האט די ערשטע מאל געוויזען אז ער וועט זיך מער נישט לאזן שפייען אין די קאשע פון משה גבאי, ס'אינטרעסירט אים נישט צו זיין טאטע לעבט און צו ער זיצט אפילו ביי זיין טיש, ער וועט ווייזען ווער עס האט דעם פאוער אין סאטמאר, פאר יעדע פרייז.

(פון דעמאלטס אן ביזען היינטיגען טאג, האלט מען און איין "ווייזען". ר' אהרןס מענטשען האבען נאך זייט דעמאלטס נישט אויפגעהערט "ווייזען". שוין דורך גאנצע צען יאר, און זיי "ווייזען". איינמאל ווייזט מען פארן ברך משה רבין. איינמאל פאר משה גבאי. איינמאל פאר ר' זלמן לייבן. איינמאל פאר די האלבע וועלט. איינמאל פאר די גאנצע וועלט. אבער דער עיקר איז, אז מען ווייזט. דער פראבלעם איז אבער, אז קיינער קוקט נישט וואס זיי ווייזען. און ווי באלד זיי כאפען נישט אז קיינער קוקט נישט וואס זיי ווייזען, זענען זיי געבליבען ביים ווייזען. און עודם מדברים, און זיי ווייזען נאך אלץ.)

*

אין ירושלים האט זיך זייער געקאכט יענעם ווינטער תשנ"ט א גרויסע מערכה ווייל עטליכע אסירי ציון ר' אהרן שמואל קארנבליט נ"י און נאך אפאר ירושלימער אידן זענען געווען ארעסטירט אויף אכט חדשים תפיסה אויפן חשד אז זיי זענען געווען ביי א פראטעסט אין ירושלים קעגען מיסיאנערן.

אין ארץ ישראל זענען עטליכע מאל געווען ריזיגע דעמאנסטראציעס יענעם ווינטער, און אויך אין אמעריקע האט מען אנגעהויבען קאכען אז מען מוז מאכען א פראטעסט. עס זענען געקומען פארלאנגען פון ארץ ישראל, ספעציעל פון די חברי הביד"צ און גאר שטארק פון רבי בנימין ראבינאוויטש זצ"ל חבר הביד"צ אז מען מוז מאכן א פראטעסט אין חוץ לארץ. אויך דער וועלט בארימטער בריסקער ראש ישיבה רבי דוד סאלאווייטשיק שליט"א האט געשיקט פערזענליך א בריוו מיט זיין איידעם רבי נחמי' קאפלאן שליט"א ראש ישיבת שער התלמוד קיין אמעריקע צום ברך משה זצ"ל, אז מען מוז קעמפען און אויפשטורמען חוץ לארץ קעגען די גזירות שמד און העברה על הדת אין ארץ ישראל.

אבער אונזער ליבער ר' אהרן האט דאך נישט געוואלט ארויספאלען פונעם סיסטעם, ביי אים אין קאפ איז דאך שוין געווען רעדזשיסטערט אז ער איז דער סאטמאר רבי, על פיו ישק כל דבר, ער באשליסט ווען יא און ווען נישט צו מאכען א פראטעסט, ממילא האט ער יעצט אויך געטרייט ארויסצונעמען די גרעסטע אטענשאן וואס האט געהאט א שייכות צום פראטעסט.

ווען ר' אהרן איז געווען ביי די בר מצוה אין ארץ ישראל איז ער פארשטייט זיך געגאנגען באזוכען דעם בריסקער ראש ישיבה רבי דוד סאלאווייטשיק, און רבי דוד מיט זיין פייערדיגע קנאות האט געבעטען פון ר' אהרן אז מען מוז אויפשטורמען אמעריקע. ר' אהרן האט צוגעזאגט אז ער וועט אים עס ערלעדיגען. א צייט שפעטער ווען עס האט זיך געטאן וועגען די קול קורא, האט ר' אהרן גע'טענה'ט אז די גאנצע פראטעסט האט נאר ער געהייסן מאכן, האט מען אים געענטפערט אז עס איז געקומען בפקודת פון רבי'ן דער נשיא פון התאחדות הרבנים, ווייל די עדה החרדית און דער בריסקער ראש ישיבה האבן געשריבען א בריוו אז מען מוז מאכן א פראטעסט, דער מצב איז איום ונורא. אבער ר' אהרן האט געטענהט פעסט אז ס'איז נישט אמת, משה גבאי וויל נאר אזוי מאכן א פאלשע בילד, און דער אמת איז אז נאר ער האט געהייסען מאכען א פראטעסט, ער האט געברענגט די מעסעדזש פון בריסקער ראש ישיבה, ער האט געברענגט א ערשט האנטיגן באריכט פונעם שווערען מצב אין ארץ ישראל פאר זיין טאטען דער ברך משה זצ"ל, און נאר דעמאלטס איז דער ברך משה געווארען אויפגשוידערט דערפון און זאפארט געהייסען ארגאניזירען א עצרת מחאה, ממילא איז די גאנצע פראטעסט נאר צו פארדאנקען ר' אהרן. נו, קען זיך איינער קריגען מיטען מציאות?

צוריק קיין ארץ ישראל א סעקונדע:

א וואך פאר ר' אהרן איז נאך געווען אין ארץ ישראל איז דער לעלובער רבי שליט"א פון בני ברק געווען באזוככן די אסירים אין טורמע, עס איז געווען איבעראל באשריבכן אז ער האט מחזק געווען די ארעסטאנטן און ער האט אפילו געפירט א ראש חודש טיש אין תפיסה וואו ער האט געזאגט דברי חיזוק פאר די יונגעלייט.

נו, אונזער ר' אהרן איז פארשטייט זיך געווארן דזשעלעס, און ווען ער איז דארט געווען האט ער ממש גע'חלש'ט צו גיין אין תפיסה באזוכן "די אסירי ציון", ער האט געוואלט ארויסנעמען די בעסטע אטענשאן וואס ער קען, עס איז אים געווען זייער וויכטיג ער זאל קענען פארציילען זיין גאנץ לעבען אז ער האט אליין באזוכט די ארעסטאנטן, און אין די "משלחן מלכים" צען יאר שפעטער וועט מען קענען דרוקן די שמועס ווי ער צעלייגט פונקטליך וויאזוי די ציוניסטישע תפיסה זעט אויס, וואסארא קאלער די בילדינג איז און וויפיל פאליציאנטן עס שטייען ביי די טיר.

אבער די תפיסה וועכטער האבן נישט געוואלט אריינלאזען ר' אהרן באזוכן די איינגעשפארטע אין תפיסה, און ממילע ווען ער איז צוריקגעקומען פון די בר מצוה האט דער יועץ פרטי אינזין געהאט די ערשטע זאך ר' אהרן זאל גלייך שרייבן א בריוו צו קארנבליעט און די אנדערע ארעסטאנטן זיי מחזק זיין. ר' אהרן האט געשריבען א בריוו וואו ער וויינט דארט געפערליך אז ער האט יעצט אליין געזען אין ארץ ישראל ווי ערליכע אידן ווערן אונטערדרוקט, די מלחמת הדת איז שרעקליך, און ווי שטארק ער האט זיי געוואלט באזוכען, ער שרייבט אז ער איז ספעשעל געבליבען א טאג לענגער אין ארץ ישראל אבי זיי צו קענען באזוכן, ער איז געפארען אין די תפיסה אבער די רשעים האבען אים נישט אריין געלאזט אפילו נישט אויף א מינוט, ממילא אויב ער קען זיי נישט באזוכען פערזענליך וויל ער זיי כאטש מחזק זיין מיט א בריוו.

ער שרייבט אז ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער גערעדט מיט ראשי ישיבות און מנהיגי עדות בישראל וועגן דעם שווערן מצב, און הגאון הגדול ר' דוד סאלאווייטשיק שליט"א ראש ישיבת בריסק האט אים פערזענליך געזאגט אז שוין פופציג יאר פון התייסדות המדינה וואס איז שוין געווען אסאך שווערע צייטן און תקופות איז נאכנישט געווען אזא שווערער מצב ווי דעמאלטס.

בשעת מעשה האט מען נאכנישט געקענט אזוי ווייט פארשטיין ר' אהרןס ווייטאג פונעם פאקט וואס ער האט נישט געקענט אריינגיין אין תפיסה, אבער צוויי וואכען שפעטער ווען זיין יונגערער ברודער ר' זלמן לייב דער רב פון ירושלים איז געקומען רעדען צום פראטעסט, און ער האט פארציילט א ערשט האנטיגע באריכט, א באגעגעניש וואס ער האט פערזענליך געהאט מיט די ארעסטירטע אידן, און ווי ער האט זיך אליין איבערצייגט וואס פארא שטארקע גבורת הנפש זיי האבן. דעמאלט האט מען שוין אסאך בעסער פארשטאנען ווי ר' אהרן האט עס געוואלט דראמאטיש שילדערן ביים פראטעסט און ער האט נעבעך נישט געקענט. ער האט מסתמא געהאלטן אז זיין ברידער און משה גבאי האבן אפילו אינטערגעשטעלט די גאנצע מעשה מען זאל אים נישט אריינלאזען אין תפיסה, אבי ער זאל עס נישט קענען פארציילען.

*

יעצט א קליין משל פון ר' אהרןס קנאות פון יענע צייט. ערב דעם פראטעסט, וואס היינט ווען איינער וואלט דאס געזאגט וואלטען אים די ארונים אראפגעריסען אויפן ערגסטען פארנעם.

יענעם ווינטער האט די העכסטע געריכט אין מדינת ישראל וואס מען רופט בג"ץ (נישט ביי ר' אהרן וואס האט פאר זיין פראפאגאנדע קעגען סאטמאר בני ברק א נאמען געגעבן פאר יעדע ציוניסטישע קאורט דעם נאמען בג"צ) דער "בית משפט עליון" האט געפסקענט אז אויך רעפארמער קענען ערוועלט ווערען אלס פארשטייער אינעם מועצה דתית. די אגודה אין אמעריקע האט געמאכט א ריזיגע עצרת תפילה אויף וואל סטריט, וואו מען האט געזאגט שמע ישראל. סאטמאר איז געווען קעגען יענעם פראטעסט, ווייל מען האט געהאלטען אז די מועצה דתית איז סייווי גע'אסר'ט פון אלע גדולים פון פריערדיגן דור אפילו פון די אגודה קרייזן, און עס ווערט נישט מער אסור ווען רעפארמער זענען דארט.

ר' אהרן האט אויסגענוצט די מצב און ער האט גערעדט דעמאלט א דרשה אין קרית יואל שבת פרשת כי תשא תשנ"ט פארן לייענען, וואו ער האט זייער זיס אפגעלאכט פון די רעליגיעזע פארטייען וואס זיי זיי זענען ביז היינט נישט ארויס אויף די גאס שרייען און די גאנצע טעם פארוואס מען האט יעצט געמאכט די עצרת איז וועגן עס גייט זיין וואלען אין די מדינה. ער האט מסביר געווען אז מען מאכט א "ויצעקו", עס איז דא א שרעקליכע "גזירה", מען בלאזט אויף די גזירה אויפן גרעסטען פארנעם, אלעס ווייל די אגודה דארף ווייזען אז מען קעמפט פאר אידישקייט און מען גייט זיך נישט לאזען פונעם בג"צ.

ר' אהרן האט אויסגעשריגן: דאס איז "תחתיה תעמוד הבהרת", אונטער דעם ליגט באהאלטען די וואל פראפאגאנדע, דאס איז דער ציל פון די פראטעסט, מען שלעפט צאם תמימותדיגע אידן קעגען די גזירה אבער מען מיינט גארנישט די גזירה. קומענדיגע וואך, האט ר' אהרן אויסגעפירט, וועלען מיר גיין דעמאנסטרירען קעגען דעם שלטון הרשע, אונז וועלמיר אויסרופען א מחאה קעגן דאס עצם מדינה. אונז וועלמיר נישט מוחה זיין נאך קעגען איין איינצעלע פינגער פונעם עגל, דער בג"צ, נאר קעגען דעם גאנצען עגל, ווייל ווען מען איז מוחה נאר קעגען א פינגער ווייזט מען מיט דעם אז די גאנצע עגל איז יא כשר.

אויך ביים פראטעסט מיט צוויי וואכען שפעטער האט ר' אהרן געזאגט אז מיר זענען געקומען פראטעסטירען קעגען דעם "גאנצען" שלטון הרשע, נישט נאר קעגען די בג"ץ אדער די אנדערע גזירות ווי מיסיאן, נאר קעגען די גאנצע מדינה. "מיר זענען נישט מוחה קעגען איין איינצעלנע פינגער פונעם עגל, נאר קעגען דעם גאנצן עגל".

נו, היינט ווען די גאנצע ארונישע פארטיי איז געבליבן מיט איין איינציגע מערכה ווען זיי ווילען שפילן קנאים, די דרשות און ארטיקלען קעגן די ציוניסטישע בג"צ, ווייל ר' אהרן האט נעבעך בטעות געמיינט אז אלע בתי משפט אין ארץ ישראל טראגען דעם נאמען בג"צ, און מען האט איבערגעדרוקט קאפיעס פון ספר ויואל משה און אריינגעקלעפט ווערטער און שטיקלעך אבי עס זאל האבען דעם נאמען בג"צ, און פאר א יאר פורים האט מען אהיים געשיקט מיט אלע ארונישע יונגלעך פיקטשערס פון המן און מען האט אויפגעהאנגען המן ווייל המן איז דאך דער בג"צ אליין, מיט נאך בעיבישע שטותים און ספלעשעס וואס זיי האבען שוין געשריבן און געדרשנט ווייל די גאנצע מערכה קעגן ציונות איז נאר קעגען די בג"צ וואס פסק'נט די געזעצען. דארף מען זיי פשוט גיין און ווייזן די ספין וואס ר' אהרן האט געזאגט צען יאר צוריק, ווען ער האט זיך נאך איינגערעדט אז ער גייט זיין סאטמאר רבי און ער מוז רעדן קנאות, דעמאלטס איז ער געווען ביזי אז ווען מען איז מוחה נאר קעגען א פינגער ווייזט מען אז די גאנצע עגל איז יא כשר, ומה נשתנה אגודה תשנ"ט מר' אהרן תשס"ט, פארוואס מעג ער יא זיין ביזי נאר מיט דעם בג"צ, ווייל ער רעדט זיך איין אז ער געט דערמיט א פליק פאר די סאטמארער קהילה אין בני ברק?

*

נאך איין זאך וואס איז געווען פאר יענעם פראטעסט די ערשטע מאל, אין איינקלאנג מיט די נייע סטראטעגיע פונעם יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש, אז מען דארף "פּאלישען" ר' אהרן ער זאל האבן א שיין פיקטשער, און ווארפען די אלע שלעגערייען און רעדער שטעכען אין קרית יואל אויף משה גבאי'ס פלייצעס. ר' אהרן האט דעמאלט געשריבען א בריוו צו די אלע עסקנים וואס האבען געארבעט ביים פראטעסט און פארדאמט די מעשים פון אומפאראנטווארטליכע יחידים וואס האבען געמאכט שאדענס פאר אידן פארן פראטעסט.

ר' אהרן שרייבט "שמועה שמעתי ותרגז בטני ולא אוכל לתת מרגוע לנפשי" פארוואס מען האט געמאכט הזיקים ביי די הכנות צום עצרת. ער בעט די אלע עסקנים בשם דעם טאטען דער ברך משה זצ"ל מען זאל נישט מאכען קיין שום שאדענס פאר קיינעם, מען זאל נישט גורם זיין קיין הזיקים פאר נכסי הקדש און נכסים פרטיים, ווייל דאס ברענגט א חילול ה' נישט קיין כבוד שמים, און מען ווייסט ווי ווייט דער פעטער זי"ע האט מקפיד געווען קעגן אזעלכע מעשים תעתועים. ר' אהרן פירט אויס דעם בריוו: "והדבר ברור כי כל מי שעשה איזה היזק ליחיד או לרבים, על פי הלכה מחויב לשלם כל מה שהזיק".

יעדער פארשטייט אז ווען אין די אנהויב נו"ן יארן, וואלט סיי וועלכער רב געשריבען אזא בריוו וועגן די הזיקים פון נכסי הקדש און נכסים פרטיים וואס איז יעדען טאג געווען אין קרית יואל, וואלט ר' אהרן אליין געהאלטען קעגען די שארפסטע דרשה אין זיבעטען ריפ אריין, ווייל אין קראלי, אין סאטמאר און אין ברוקלין האט מען אויך געשלאגען, אבער יעצט תשנ"ט ווען מען האט שוין געארבעט אויף א נייע פלאטפארמע, מען האט געזוכט די שולדיגע און געוואלט אראפ ווארפען אלע שמוץ פון זיך, מען האט געוואלט אויסקוקען ווי א שיינע רבי וואס האט נאך נישט געטשעפעט אין לעעבן קיין פליג און פארשטייט פשוט נישט ווי מען קען יענעם שאדען מאכען געלט "תרגז בטני ולא אוכל לתת מרגוע לנפשי", איז מען געגאנגען און אליין געשריבען א בריוו קעגען די שלעגערייען און געהייסען באצאלען יעדען וואס האט געמאכט א היזק פאר א יחיד אדער א רבים, אזוי וועט די פרעמדע גאס זאגן אז דאס איז א ריכטיגער סאטמאר רבי, סיי דער גרויסער פייערדיגער קנאי אבער אויך איינער וואס יעדע ריר איז על פי הלכה, און ער הייסט באצאלען אלע פריוואטע שאדנס...

*

בקיצור, אין אמעריקע האט מען זיך גענומען גרייטען אין גרויסען צום פראטעס, די פייערדיגע סאטמארער קנאות איז ביי יעדען אנגעווארימט געווארען און אין גאנץ ניו יארק האט מען זיך געגרייט צו שטורמען וועגען די ביטערע נסיונות און די גזירות. מען האט אנגעהויבען ארומגיין זאמלען חתימות פון אלע רבנים וגדולי ישראל וועגען דעם חיוב ארויס צו גיין פראטעסטירען.

די עסקנים וואס זענען געווען איינגעשפאנט אין די הכנות צום פראטעסט האבן יענס מאל געוואלט מאכן א דעמאנסטראציע אזאנס און אזעלכעס, עס זאל ווערען כל הגולה כמדורת אש, א פראטעסט וואס איז שוין יארען נישט געווען, און פאר דעם האבן זיי געוואלט ארויסברענגען אלע סארט אידען, כאטש אלע מיינונגס פארשידנהייטן פון אלע קרייזן, האבן זיי געוואלט מען זאל פארקוקען פון אלעם און פארזיכערען די גרעסטע סוקסעס למען כבוד ה' וקידוש שם שמים.

האט ר' אהרן אויך מסכים געווען דערצו?

לייענט אין המשך.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2009 17:01 לינק ישיר 

שפירא33 כתב:
חכמים הזהרו בגחלתן!!!!


וואס איז דאס הפקירות דא?..

שפירא, טראג זיך אפ פון דאנעט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 15:22 לינק ישיר 

חכמים הזהרו בגחלתן!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/8/2009 09:29 לינק ישיר 

דער פראטעסט חודש אדר תשנ"ט

איידער איך הייב אן שרייבן וועגן דעם פראטעסט חודש אדר און די אלע ארומיגע חזיריי, מוז איך מקדים זיין א שטיקל שמועס וועגן די גאנצע קנאות פון ר' אהרן, ווי ווייט עס טוט אים וויי ציונות, ווייל עס פעלט אויס צום שלימות מען זאל פארשטיין די סוגיא פון ערב דעם פראטעס.

ר' אהרן, ווי מען ווייסט, האט דאך אויף זיך דעם "פלעק" וויזניץ, וואס איך מיין מיט'ן אונטערשטרייכן די ווארט פלעק איז עפעס וואס מען האט אים אלץ פארגעווארפן, עס איז געווען די שווארצע קאץ וואס האט אים באגלייט, און דאס איז געווען די הויפט סיבה פארוואס סאטמר איז צוטיילט געווארן תשמ"ה, ווייל אלטע סאטמארער חסידים און רוב איינוואוינער פון קרית יואל האבן נישט געוואלט אלס רב דעם יונגערמאנטשיק, וועלכער איז דער איידעם פונעם וויזניצער רבי'ן נשיא מועצות גדולי התורה, א זאך וואס איז אין סאטמאר חזיר טרייף.

אבער אויסער דעם "יחוס", איז אויך דא אסאך זכות עצמו פון ר' אהרן, און דאס האט אנגעהאלטן די שנאה און קריגעריי קעגן אים פון אזויפיל סאטמארער מענטשן. דער קלוגער ראש הקהל ר' סענדר דייטש ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט צו איינעם (איך האב עס געהערט פון יענעם, א שטארקער איש נאמן, אבער כ'וועל נישט אויסשמירן זיין נאמען ברבים) ווען יענער האט געהאט מיט ר' סענדר א לאנגן שמועס וועגן ר' אהרן, די מערכות יעדן שני וחמישי אין קרית יואל, און ר' סענדער האט אים געזאגט אז מען וואלט געקענט אסאך אויפטאן מיט גוטן, ווען נישט די ווילדע צעלאזטע און צעהיצטע התנהגות פון ר' אהרן, האט יענער אים פרובירט פארענטפערן, ר' אהרן איז דאך סייווי דער וויזניצער איידעם, וואס ער טוט וועט מילא זיין טריפה. אבער ר סנדר האט אים געענטפערט, אזוי מיינסטו, ווען ער וואלט זיך נאר ארנטליך אויפגעפירט וואלט מען אים שוין לאנג מוחל געווען דאס וואס ער איז א וויזניצער איידעם!

יעצט א מינוט, איך ווייס עס זענען דא חולקים, ר' סענדר האט מיט דעם סטעיטמענט פאקטיש נאר פארגעשטעלט איין חלק פון סאטמאר, נישט יעדער מוז דערצו מסכים זיין, און יעדער קען שפירן אנדערש. אבער וואס איך וויל יא ארויסברענגען מען זאל פארשטיין פון די מעשה איז, די נקודה אז דאס וואס ר' אהרן איז ר' אהרן בה"א הידיעה, דאס הייסט ביי דעם גרויסן חלק פון סאטמאר וואו ער מופרך ומוכחש און מען האלט נישט פון אים קיין צוויי סענט איז עס נישט נאר וועגן זיין וויזניצער איידעמשאפט, און נישט וועגן דעם שידוך וואס דער רבי זי"ע איז געווען דערקעגן, נאר ליידער צוליב זיין זכות עצמו...

און יעצט וועל איך צוקומען אביסל צו זיין קנאות, וואס מיט דעם וועט מען פארשטיין דעם פיקטשער פון יענעם ווינטער ביי די פראטעסט אין ניו יארק.

ר' אהרן האט במשך זיינע יארן אלס ראש ישיבה אין קרית יואל אסאך מאל "געלאזט פאלן ווערטער" וועגן די שיטה הק' פון רבי'ן, און וועגן די קנאות און וועגן ספר ויואל משה. עס זענען דא אסאך סטעיטמענטס פון אים וועגן ספר ויואל משה אז עס איז נאר דברי אגדה און נישט להלכה, ער האט אמאל אין ישיבה זיך אויסגעדריקט אז מען קען נישט זאגן אויפ'ן ויואל משה אז עס האט א דין ווי תשובות מהר"ם שיק, עס איז דא פון אים סטעיטמענטס ווי ער לאכט אפ פון מחמירים וואס נעמען נישט אריין ספרים פון מוסדות הרב קוק, די אלע זאכן זענען אין גאנצען נישט אין פלאץ פאר א סאטמאר ראש ישיבה און פאר איינעם וואס וויל זיך רופן סאטמאר רבי.

מען דארף זאגן אז מסתמא איז דאס געווען דער פועל יוצא פון זיין אן איידעם אין וויזניץ, ווייל די שנאה האט אין אים נעבעך געפלאקערט פארוואס די סאטמארער שיטה האט געברענגט ער זאל ווערן אויסגעשפילט פון די געזעלשאפט, און אז זיין חתונה האט שוין געדארפט זיין ליידיג פון מענטשן. כאטש מען האט שוין געהערט קנאים וואס זענען נישט געווען קינדער פון קנאים, און טאקע גרויסע קנאים, לדוגמא ר' שמחה בונם וואלדענבערג ז"ל פון ירושלים, וועמענס פאטער דער ציץ אליעזר איז געווען פון די ווייטערע קרייזן און ר' שמחה בונם איז געווען פון די מוצי"ם אין עדה החרדית און פון די אויסגערופענע קנאים, וועמען עס האט טאקע וויי געטאן ציונות. אבער ר' אהרן איז דאך ווייט פון דעם כרחוק מזרח ממערב.

אין די נו"ן יארן האט ר' אהרן'ס יועץ פרטי און נאך אנדערע פונעם אלטן סאטמארער חדר געזען אז מען מוז פאר יעדע פרייז אנהייבן מאכן ר' אהרן פאר א וועלטס קנאי. ר' אהרן האט אין יענע יארן אנגעהויבן האלטן זייער היציגע דרשות קעגן ציונות, ער האט אראפגעריסן די מדינה פארוואס מען וויל נישט צוריקגעבן די שטחים ער האט ספעשל שטארק ליב געהאט צו צולייגן די רעליגיעזע פארטייען, און מסביר זיין די פאליטישע אנטוויקלונגען אין ארץ ישראל, ער פלעגט רעדן שארף קעגן די פרומע, לדוגמא תשמ"ח ביים חנוכת הבית פון בנין ישיבה קטנה "עצי חיים" אין קרית יואל, האט ער זייער שארף אראפגעריסן זיין אייגענעם שווער דעם וויזניצער רבי, פארן אויפנעמען דעם דעמאלסדיגן ראש ממשלה יצחק שמיר שר"י, אינעם גרויסן בית המדרש בקרית וויזניץ און געזינגן פתחו שערים ויבוא גוי צדיק, און איין דרשה חול המועד פסח, האט ער אראפגעריסן די חסידישע קרייזן וואס צייילן ספירה מיט א ברען נאכן סדר אבער גייען צו די בחירות, (ער האט פארגעסן אז אין ארץ ישראל ציילט מען ספירה חול המועד) אין איין דרשה ביי א מלוה מלכה פון איחוד התלמידים האט ער אזוי שיין אראפגעריסן מיט דברי זלזול דעם ערלויער רב שליט"א "א רב אין ארץ ישראל דער מיט די לאנגע בארד, מלא על כל גדותיו", און דער זעלבער צייט אראפגעריסן א ליבאוויטשער זינגער אברהם פריד מיטן נאמען אז ער זינגט לבנימין אמר אויפן דעמאלסדיגער און היינטיגער ראש ממשלה נתניהו שר"י. ער האט זיך אהערגעשטעלט ווי אזא קנאי וואס מען זעט כמעט נישט. לכאורה פון די הייסטע צייטן פון הרב דאמב, ווען ער האט געגאסן פעך און שוועבל קעגן די רבנים פון ארץ ישראל, איז נאכנישט געווען אזא גרויסער פייערדיגער קנאי ווי ר' אהרן איז געווארן אין די נו"ן יארן, אזעלכע דרשות הערט מען מער נישט. ער איז געווארן א מוזג פון רבי'ן זי"ע אויסגעמישט מיט'ן וואידיסלבער רב, פאלטישאנער רב, ר' סענדר דייטש, און ר' הערץ פרענקל, און ענק קענען צושטעלן צו די ליסטע וויפיל נעמען ענק ווילן נאך. על פי רוב האט ער זיך באנוצט מיט אזאלעכע הויכע לשונות פון ר' סענדר'ס לעקסיקאן וואס פאסט מער פאר שרייבערס פון צייטונגען ווי איידער א רב בישראל, און ווען ער האט נאך געהאט א גוטן זשאוק אויף יענעם'ס חשבון האט ער זיך צולאזט א שטייגער ווי דער יארמער רב,

אבער די אלע דרשות האבן נעבעך געהאלפן ווי טויטע באנקעס עס האט נישט געשלאגן קיין עכטע ווארצלען, די קנאים האבן עפעס געשמעקט אז דער ר' אהרן איז נישט קיין קנאי, עס אינטרעסירט אים ציונות ווי א לאך אין קאפ, קנאי'שע מוסדות פון ארץ ישראל וואס זענען אריין צו אים נעמען אין קרית יואל נאך געלט אדער א בריוו האט ער געקענט אפלאכן פון זייער נישט נעמען געלט, מען האט דערשמעקט אז ער נוצט ציונות אלס מיטל וואו מען קען כאפן און לעקן א ביינדל ער זאל שוין ענדליך ווערן וועלקאם אין סאטמאר, אדער אויסנוצען זיין מדות טובות פון אראפרייסן א צווייטן ברשות התורה, און זיך נאך מתכבד זיין בקלנום, יעדער האט פארשטאנען אז ער מיינט עס נישט בכלל וואס ער זאגט, און ממילא האט עס נישט געלאזט קיין שום השפעה.

ווי טיפער מען איז אריין אין די מחלוקה מיט'ן יונגערן ברודער ר' זלמן לייב, אלס וויכטיגער איז געווארן צו ערקלערן ר' אהרן אלס דער קנאי, ווייל מען האט געוואוסט אז דאס שפילט א ריזיגע פאקטאר אין די מלחמת האחים. דער יועץ פרטי איז דעמאלט אויפגעקומען מיט די סטראטעגיע, אז אין סאטמאר וועט מען סייווי נישט האלטן ר' אהרן פאר א קנאי, מען קען אים צו גוט, זאל מען כאטש אין די דרויסנדיגע גאס האלטן אז ער איז א קנאי. און זיין געדאנק איז געווען צו פארבינדן ר' אהרן מיט'ן בריסקער ראש ישיבה פון ירושלים הג"ר דוד סאלאווייטשיק שליט"א, ער זאל ווערן זיין ווארטזאגער אין חוץ לארץ, אזוי וועט יעדער מוזן איינזען אז ער איז טאקע א קנאי.

תשנ"ט ווינטער איז אונטערגעקומען א גוטע געלעגנהייט פאר ר' אהרן זיך איינצוקויפן עולם הזה און עולם הבא ביי די קנאישע קרייזן פון ארץ ישראל, דאס איז געווען כ"א כסלו יענעם יאר, מיטוואך נאכט פרשת וישב, "דער איד" איז ארויסגעקומען מיטוואך צופרי, און אויפ'ן העדליין פון איד איז געשטאנען אז די מדינת ישראל'ס בג"צ האט ארויסגעגעבן יענעם טאג א דראמאטישן אורטייל, אז די פארמערטע דיחויים פון דינען אין צה"ל פאר ישיבה בחורים איז מער נישט געזעצליך און מען וועט נישט קענען מער נוצן דעם תירוץ פון תורתם אומנתם.

פאר אהרן מתתי' דייטש איז די נייעס געווען ווי א רייפע פרוכט. פארוואס? ווייל ביי בריסק איז ווער ס'ווייסט די זאך פון גיוס בני הישיבות איינע פון די שטערקסטע מערכות פאר וועלכע מען גייט ממש אין פייער, און דער יועץ פרטי האט פארשטאנען אז אויב ר' אהרן וועט יעצט באמבאדירן די גאס מיט די נייעס וועט ער זיך איינקויפן ביי ר' דוד סאלאווייטשיק, ער וועט אייננעמען די קנאים און ספעשל די קנאי'שע ירושלימ'ער גאס, די בריסקער חדר, שוין אפגערעדט פון סאטמאר, ער וועט ווייזן פאר די וועלט איינמאל פאר אלעמאל אז ער האט די ריכטיגע קאנעקשאנס מיט ירושלים, ער וועט נוצן די באמבע "בריסק"!!! און די גאנצע וועלט וועט וויסן אז ר' אהרן, נישט זיין ברודער ר' זלמן לייב, האט די פאוער אויף ירושלים, און אויך וועט מען וויסן וואסערע קנאי ער איז.

 

כ"א כסלו תשנ"ט אין דזשאוויץ סענטער

לאמיר א מינוט צוריק שפאצירן צו יענעם כ"א כסלו, אין דזשאוויץ סענטער אין מאנהעטן, וואס כאטש סאיז געווען אינמיטן ווינטער איז די לופט אין זאל געווען היציג אויף אלע געהירן (נישט פארגעסן, עס איז נאך געווען פאר די בר מצוה). די רעדנער זענען רוב געווען "שונאים"... דאס הייסט אפיליאירט מיט משה גבאי. איך וועל נאר אויסרעכענען ווער עס האט גערעדט, און איך בין זיכער יעדער וועט האבן א שמייכל.

הנגיד ר' שלום צבי בערגער פון לאנדאן איז געקומען צו פארן און ער איז באגריסט געווארן דורך הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א, היינט שונא נומבער איינס ביי ר' אהרן. לכבוד ר' שלום בערגער האט גערעדט זיין זון ר' בעריש בערגער, היינט דער ראש הקהל ביי ר' זלמן לייב אין לאנדאן.

דערנאך האט גערעדט ר' אהרנס דעמאלסדיגער גרויסע שונא אינעם אפיס פון די מוסדות ר' ארי' לייב גלאנץ, דעמאלטס אדמיניסטראטאר פון יו.טי.עי., איינער פון די מערסט פארהאסטע מענטשן אין ר' אהרןס לאגער.

אויך האט גערעדט הרה"ג ר' אנשיל אשכנזי, א מחותן מיט ר' זלמן לייב און מנהל פון ישיבה קטנה, וואס דער יועץ פרטי מיט זיין קאמפאני האבן שוין געהאט פלענער וויאזוי מען ווערט פון אים פטור.

אויך האט גערעדט הרה"ג ר' נחמן שטויבער, דעמאלטס מנהל אין ישיבה לצעירים, וואס מען האט געוואוסט יארן לאנג אז ער איז ממש ווי א ברודער מיט ר' זלמן לייב דער ראש ישיבה פון צעירים.

די מערסטע געקריצט מיט די ציין האט מען ביי די דרשות פון ר' אליעזר קעסטענבוים און ר' אברהם לעפקאוויטש. די צוויי רעדנער האבן ביידע באוויינט אז קוים מיט אפאר חדשים פריער זענען אוועק די ראשי הקהילה ר' סענדער דייטש און ר' לייבוש לעפקאוויטש.

אין זאל זענען געווען קופקעס ווי יונגעלייטלעך האבן געקריצט מיט די ציין, ביי די שטארק היציגע קופקעס האט מען געהערט ווי מען קאכט מיט שוים אויף די ליפן, אז משה האט דא אויסגעפירט, ער האט איבערגענומען די גאנצע יו.טי.עי. אלעס זענען זיינע מענטשן, דער רב (מיינענדיג ר' אהרן) איז נישט מער ווי א פינפטע ראד. איינער האט מיר געשריבן אין אישי אז ער האט געזען ווי אפאר היציגע חברה טענה'ן זיך אויף הויכע טענער מיט שמואל ווידער, אז מען מוז שוין ענדליך אנהייבן צו דעליווערן און ווייזן אז ר' אהרן איז בעל הבית אז נישט וועט זיין זייער ביטער. און ער האט געטרייסט דעם עולם דאונט ווארי, עס וועט נאך קומען גוטע צייטן.

בשעת'ן דינער, אינמיטן די אלע קופקעס, איז דער יועץ פרטי געווען זייער פארנומען, ער האט געהאט וויכטיגערס אויפ'ן קאפ. בשעת'ן דינער גייט מתתי' דייטש צו ר' אהרן פריעדמאן פון "איד" ער מוז אים שוין העלפן עמוירדזשענסי, דער קרית יואל'ער רב גייט באלד רעדן און ער מוז וויכטיג האבן אינפארמאציע וועגן די נייע געזעץ וואס איז היינט געשטאנען אין איד. ער האט אים געהייסן יעצט צו קאלן קיין ירושלים, כאטש ס'איז אינמיטן די נאכט, שוין באלד פארטאגס אין ארץ ישראל, ווייל ער מוז ארויסקוועטשן פון י. ווייס די מאקסימום וואס ער ווייסט וועגן דעם נייעם געזעץ וואס איז היינט ארויס אין ארץ ישראל וועגן ישיבה בחורים אין מיליטער, וואס די ארץ ישראל'דיגע פרעסע האט נאכנישט געהאט באריכטעט, און פארשטייט זיך מען האט געקאלט.

ווען ר' אהרן איז צוגעקומען צום מייק איז שוין געווען זייער שפעט, ער האט געמוזט רעדן בקיצור, ווייל די זאל האט זיך שוין אנגעהויבן אויסליידיגן, האט ער גלייך אנגעהויבן רעדן פון דעם, און איך דארף נישט אויספירן אז פון די דראמאטישקייט און די דעמאגאגישקייט האט ער אינגאנצן נישט געשניטן.

ר' אהרן האט געשטורעמט: "היינט איז ארויס א געזעץ אין מדינת ישראל", אז דער איינשטעל ביז היינט נישט צו נעמען בני ישיבה אין מיליטער איז נישט אויסגעהאלטן, עס גייט יעצט קומען א שרעקליכע מהפכה אין ארצינו הקדושה, עס גייט ווערן א מגיפה וואס מען גייט פאדערן מסירות נפש. דאס איז א גזירת שמד וואס כלל ישראל האט נאכנישט געהאט מיום היתה ישראל לגוי. איך וויל זאגן פאר אחינו בני ישראל אין ארץ ישראל, אונז שטיי מיר מיט ענק, מען וועט ענק שטיצן אין די שווערע מלחמה, אונז וועל מיר נישט דערלאזן אריינשטעקן א שווערד אין רוקן פון די ישיבות, מיר וועלן קעמפס מיט מסירות נפש אפצושלאגן די גזירות שמד, מען וועט זיך לאזן ארעסטירן, מען וועט גיין אויף קידוש השם, און זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט אין די וועלט, וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק.

אין תש"ס, תשס"א, צי שפעטער, ווען ס'איז ארויף אין די העדליינס די נחל חרדי פראבלעם, האט ר' אהרן געהאלטן שטרומישע דרשות און זיך בעיביש גערייצט: "איך בין געווען דער ערשטער וואס האט גערעדט וועגן די גזירה, מען האט מיך נאך דעמאלט נישט פארשטאנען, אבער היינט זעט שוין יעדער אז איך בין גערעכט געווען". (בערך אזויווי על גאור וואס האט ערפונדעם דעם אינטערנעט) איי, ווער האט אים נישט פארשטאנען, וואס הייסט ער האט גערעדט די ערשטע עס איז דאך שוין געשטאנען אין איד נאר פאר ער האט בכלל גערעדט? אבער קיין חכמה ערווארט מען שוין סייוויי נישט פון ר' אהרן אין די עידזש, סאו קען מען עס אויסהערן און לאכן, אויב מען וויל. (איך געדענק נישט דעם דאטום ווען ער האט געזאגט אז ער איז געווען דער ערשטער, ווער עס געדענקט זאל מיר שיקן פונקטליך דעם לשון אין אימעיל אדער תיבה אישית).

סך הכל היוצא מדברינו, דאס איז געווען די מואוו פון תשנ"ט, און די סוף מעשה במחשבה תחילה פאר די סטעימענט פון צוויי יאר נאכדעם "איך בין געווען דער ערשטער, מען האט מיך נאך דעמאלט נישט פארשטאנען", עס איז א היבש אינטרעסאנט שטיקל היסטאריע ווי אינטערגעבעט מען האט אים צו זיין דער שר צבא, וואס פירט מעכטיגע מערכות קעגן ציונות, און ווי מען האט אים פראבירט צו פארבינדן מיט'ן בריסקער ראש ישיבה שליט"א, אנן מהכא ואתון מהתם, זיי זאלן זיין די צוויי לייבן ביים כלל ישראל, איינער אין ארץ ישראל און איינער אין חוץ לארץ.

און איך דארף צולייגן נאך א נקודה, נישט נאר צו טרייען אפצואוואשן די וויזניצער פלעק האט ר' אהרן געוואלט זיין דער דעה-זאגער און קנאי, נאר ער האט געוואלט מיט דעם אויך נאכמאכן זיין טאטן וואס ער פלעגט רעדן ביי פראטעסטן בחיי רביה"ק זי"ע, וואו דער רבי האט נישט גערעדט נאר זיין פלומעניק דער סיגעטער רב, וועלכער איז שפעטער געווארן ממלא מקום. דאס זעלבע האט ר' אהרן מיט זיין בעיבישקייט געהאלטן אז אויב זיין טאטע רעדט נישט דעמאלט מעג נאר ער "בשם דעם טאטן און בשליחות", ווייל אין סאטמאר פלעג דער ממלא מקום רעדן בחייו פון זיינע פארגייער, אזוי איז געווען ביים טאטן און פעטער, און אזוי איז יעצט ביי אים מיט'ן טאטן.

דאס איז געווען איינע פון די גרויסע בובוס ווען עס איז אויפגעקומען נאך א געשטאלט אויף די רבני'שע פלאטפארמע דער יונגערער ברודער ר' זלמן לייב וואס איז יענעם אדר געקומען פון ירושלים רעדן ביים פראטעסט אין ניו יארק און האט גערעדט בשם סאטמאר די זעלבע ווי דער ברודער. דאס איז געווען א געפערליכע פאררעכענונג אינעם חשבון, און ספעשל נאכדעם וואס מען האט שוין אינוועסטירט אזויפיל קאנעקשאנס מיט בריסק, פייערדיגע דרשות און באמבע אויפרייסן "דער ערשטער" קעגן גיוס בני הישיבות, אבער דאס וועל איך שרייבן ביים המשך.

האטס געדולד וועגן די חתימות פונעם קול קורא, די פארברענען דעם איד אין קרית יואל, די פראטעסט, און נאך, המשך יבוא אי"ה



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 10/08/2009 9:30:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2009 20:20 לינק ישיר 
פרטים פון דעם באזוך פון ר' זלמן לייב ביי ר' אהרן אין בני ברק

פאר ר' אהרן איז אהיימגעפארן פון ארץ ישראל איז דער סאטמאר-ירושלימער רב געפארן פון ירושלים קיין בני ברק זיך געזעגענען מיט ר' אהרן וויבאלד ער איז שוין פון דארט אהיימגעפארן. דער וועג האט אבער געדויערט זייער לאנג ווייל דער קאר האט געכאפט א "פלעט-טייער". ווען ער איז אנגעקומען קיין בני ברק האט ער זיך פארענטפערט שטיל פאר אחיו הגדול, אז דער וועג האט לאנג גענומען וועגן דעם פלעט פון א רעדל. ר' אהרן דער ילד קטן מאוד, רופט זיך אן פארן גאנצן  ציבור (הייזעריגערהייט צוליב דער פארקילעכץ וואס ער האט באקומען אין ירושלים...) ווער ווייסט וויאזוי א פלעט הייסט אין לשון קודש? אלע ארומיגע התפעלות-כאפער האבען פרובירט צוצטרעפן וואס דער גאב"ד וויל יעצט מחדש זיין. איינער האט געזאגט אזוי און דער אנדערער עפעס אנדערש. און ר' אהרן ווענדט יעדן אפ, ניין ניין ניין, און דו פרעגט ער אן אנדערן, אויכעט נישט? ביז ענדליך עס איז געקומען צייט אויף צו הערען "געסען". עס איז שוין צייט אויס צו זאגען דעם סוד און דער בחורישער מח פירט אויס מיט א שמייכל: איך איך איך וועל ענק זאגן: "תצא רוחו ישוב לאדמתו"... און זאגט איבער דריי מאל: תצא רוחו ישוב לאדמתו, און ער לאכט דערביי פון זיין געוואלדיגן בליץ.

און היות נישט דער גאנצער עולם האט פארכאפט צו הערען דעם בליץ-ווארט, האט שמואל הכהן פר"מ עס איבערגעזאגט פאר די הונגער-פארחלשטע בני ברקער, און זיי האבען זיך נישט געקענט גענוג אפ ווינדערען וואס פארא גרויסער וועטלס חכם דער גאב"ד איז, און זיי האבן נישט געקענט אויפהערן צו לאכן פון דעם געלוגענעם בליץ. און דער רב האט זיך דערביי אומגעקוקט ערשטוינט וואס דער ברודער רעדט צוזאם ל"ע, און וויאוזי די בני ברקער שעפען התפעלות מיט א שעפ לעפעל.

*

ווען דער רבי שליט"א איז דאס ערשטע מאל אהיימגעקומען פון ירושלים בשנת תשנ"ח האט ער געוויילט שבת אין בארא פארק צוליב די שמחת שלום זכור פאר זיינס אן אייניקל  יענע וואך איז ר' אהרן פונקט געווען אויף א "שבת התוועדות" אין ב"פ. איז ר' אהרן אריבערגעקומען פאר די באטע אפגעבן מזל טוב פאר זיין ברודער. ביים אריינקומען אין סיגוטער בית המדרש רופט ער זיך אן הויעך צום רבי'ן, וואו דיין ירושלימער קאפטן? נו, דו רעדטס שוין מיט א רי"ש... און דער רב האט נישט געוואוסט צו ער זאל לאכן אדער וויינען. דער ברודער פון מאנרא איז געווארען א גוט זאגער, א לייצן און א בליצן כאפער.

א סוכות דערויף איז ר' אהרן געזעצן ביי איינע פון די טישן נעבן דעם ר' זלמן לייבס זוהן ליפא, וואס איז נאך געווען פאר די בר מצוה, און אגאנצען טיש איז ער געווען פארנומען פרעגן ליפא'לען וויאזוי ער זאגט אויפן ירושלימער שפראך מיט א רי"ש, קאראלעך, פישאלעך און נאך אזעלכע ענדליכע קינדערישע ווערטער, און ליפאלע האט איינגענומען חרפות און בושות פון דעם גרויסן פעטער וואס ער האט בשו"א נישט געוואלט אראפקריכן פון זיינע נערוון.              

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2009 01:35 לינק ישיר 
עטליכע קלייניקייטען פון די בר מצוה

א קליינער תיקון טעות פון דער עפיזאד פון די "סידורים". און דער אמת איז געווען ווי פאלגענד:

לכבוד יענעם שבת האט די הנהלת המוסדות געלאזט דרוקען לכבוד די שבת שמחה א ספעציעל סידור, און צוויי עסקנים וואס זענען געווען ר' אהרןס מענטשען זענען געווען מופקד אויפ'ן דרוקן דעם סידור לכבוד שבת.

מיטוואך איז דער סידור אריין געגאנגען צום דרוק. עס איז אפגעשמועסט אז דער בעל הדפוס ר' אהרן בלום וועט שיקען א עקזעמפולאר פונעם סידור פאר די חברי הנהלת הקהלה איידער עס גייט צום דרוק. ווען ער האט געשיקט דעם עקסזעמפעלואר איז זיי שלעכט געווארען פאר די אויגן. די צוויי ר' אהרןס מענטשן האבען געשריבען אויפ'ן דעקל "יו"ל לקראת שבת התוועדות דחסידי סאטמאר בראשות מורינו הגה"צ גאב"ד קרית יואל שליט"א", מיטן סימבאל פון "שבת אחים" וועלכע איז אויך געווען ביים שבת התוועדות פון ר' אהרן אין לאנדאן. און עס ווערט נישט דערמאנט געווארט איין ווארט אז דער רב פון די קהלה מאכט א שמחה און אז דער שבת התוועדות איז לכבוד השמחה הרוממה.

אינעווייניג אינעם סידור איז געווען בייגעלייגט א גאנצער קונטרס פון תורות איבער דעם ענין פון אחדות און שלום, צווי בלעטער פון תורת פון ברך משה און פון בנו הגדול והנורא ר' אהרן, און פונעם ארטיגן ירושלימ'ער רב וואס לכבודו איז דער גאנצער חגיגה, קיין איין  ווארט נישט.

איי וואספארא אחדות דארף מען איצט? איז איינער דען צוטיילט? וואספארא שלום דארף מען איצטערט? איינער קריגט זיך דען?

עס פארשטייט יעדער אז מ'האט פארראכטן דעם דעקעל פונעם סידור, און ארויסגענומען אלע תורות פון אחדות מיט שלום מיט מחלוקות וכו', און געדרוקט א נארמאלע סידור ארויף שבת.

די צווי אויבערדערמאנטע פארשוינען ווייסן פון גארנישט, און קומען און דרוק נעמען דעם סידור, נאכן ענדיגן זיך דרוקן, און אזוי ווי זיי זעהן דעם דעקל פונעם סידור, ווערט איצט זיי שלעכט פאר די אויגן, זיי רייסן זיך דער האר פון קאפ, וואספארא סאבאטאזש איז דא פארגעקומען, ווער האט דערווישט דעם סידור? זיי עפענען דעם סידור פון אינעווייניג און זיי זעהן אז עס פעלט אלע תורות און אלע פנינים יקרים פון ר' אהרן. זיי זענען געקומען צו לויפן צו די הנהלת המוסדות, וועלכער האבען זיי געזאגט אז זיי ווייסן נישט פון וואס זיי רעדן.

את הנעשה אין להשיב, אבער אלס רעקאציע האט דער יועץ הפרטי מיט זיין פלומעניק ש.ז.פ., מיט וועם ער פלעגט זיך מתייעץ זיין איבער די ענינים פון ירושלים, באשלאסן אז די בני ברקער ציבור זאל נישט נוצן דעם שבת די סידורים, ווייל עס בויקאטירט ר' אהרן מיט זיינע גרויס ארטיגע פלענער.

*

ביי די בר מצוה זענען אויך געקומען צו פארען בערך א צוואנציג יונגעלייט תלמידים פון רב ווען ער האט נאך געדינט אלץ ר"י פון די ישיבה לצעירים יארען. אויסער די געסט פון ניו יארק וואס זענען געקומען צו שטערען די בר מצוה, זענען אויך געקומען פון ניו יארק עטליכע יונגעלייט, חסידים פון רב.

ר' אהרן האט יעדען פון די יונגעלייט געפרעגט בלאזעדיגעהייט "דו ביסט אויך געקומען צו די בר מצוה?", און דו אויך?" "און דו אויכעט? הא?"

איינער פון די יונגעלייט איז געווען א חשובער יונגערמאן פון וויליאמסבורג ר' ישראל שלום ווייס, וואס פלעגט לערנען פריוואט פאר געלט מיט ר' אהרןס זון חיים הערש. נאך פסח ווען די מחלוקה האט שוין געהאט אויף געפלאקערט האט ר' ישראל שלום אויף געהערט צו לערנען מיט חיים הערשן, ווייל ער האט אפיציעל זיך ארויס געשטעלט פארן נייעם רב. האט אים דעמאלטס ר' אהרן געטראפען און אים געזאגט: זייט דו בוסט געפארן צו די בר מצוה בוסטו געווארן פון די שונאים. שוטה.

*

דער ירושלימער רב ר' זלמן לייב האט אפיציעל צוריק געגעבען א באזוך פאר ר' אהרןען אין בני ברק, דינסטאג פ' משפטים. ארויסקומענדיג פון ר' אהרןען, האבען די בני ברקער בחורים מיט יונגעלייט געפערליך געשטופט ר' זלמן לייבן, און זיי האבען אראפגעווארפן זיין גבאי ר' שלמה צבי עקשטיין (ע"ה) אויף דער ערד.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2009 18:59 לינק ישיר 

פרייטאג אינדערפרי אויפצומארגאנס פון די בר מצוה, איז פארגעקומען א מעמד הנחת תפילין דורך דעם אבי החתן הבר מצוה און דאן האט דער דארטיגער רב מיט ר' אהרן געדאווענט צוזאמען מיט אלע ת"ת קינדער, און ביידע האבן אויפגעטראטן מיט דברי ברכה.

 לקראת שבת לכו ונלכה

דעם שבת פון די בר מצוה, האט גדונט אלס געהויבענער שבת פאר אלע סאטמארער חסידים, זייענדיג א "שבת התאחדות" פון בני וחתני רבני, בראשות דער רב הקהלה אין ירושלים, ווי עס האבן אנטייל גענומען אויך אנ"ש דחסידי סאטמאר פון בני ברק.

שבת ביינאכט האבן די בני ברקער געסט געגעסן אין אונטערשטען שטאק פון ביהמ"ד, און שבת אינדערפרי האט דער גאנצער ציבור פון ירושלים און בני ברק געגעסן אינעם שאטער פון די בר מצוה, בראשות בני וחתני רבינו בעל ברך משה, בראשות דער רב פון ירושלים און ר' אהרן.

צו דעם שבת התוועדות לאמיר דערציילן א קליינע עפיזאד, עס האטאפגעשפיגלט די טיפקייט פון די מחלוקת.

לכבוד יענעם שבת האט מען געדרוקט א ספעציעלן סידור פארן גאנצן ציבור, אזוי ווי דעמאלטס איז דער גאנצער ציבור אין ירושלים געווען נאר אונטערן רב פון די קהלה (רבינו שליט"א), אפילו די גרויסע אנהענגער'ס פון ר' אהרן, דעריבער זענען אויך ר' אהרן'ס מענטשן געווען אריינגעטאן אין עסקנות אויף די בר מצוה און אויפן גאנצן שבת התוועדות. צווי עסקנים ר' אהרןס מענטשען זענען געווען מופקד אויפ'ן דרוקן דעם סידור לכבוד שבת.

מיטוואך איז דער סידור אריין געגאנגען צום דרוק. פאר איינעם פון די חברי הנהלת הקהלה אין ירושלים איז איינגעפאלן צו שיקן א יונגערמאן אין דרוק און זעהן ווי אזוי דער סידור קוקט אויס, וואספארא פנים עס טראגט. דער יונגערמאן גייט אין דרוק און קוקט דעם סידור פאר'ן אריינגיין אין דרוק מאשין און עס ווערט אים שלעכט פאר די אויגן. אויפ'ן דעקל שטייט "יו"ל לקראת שבת התוועדות דחסידי סאטמאר בראשות מורינו הגה"צ גאב"ד קרית יואל שליט"א", מיטן סימבאל פון "שבת אחים" וועלכע איז אויך געווען ביים שבת התוועדות פון ר' אהרן אין לאנדאן. און עס איז נישט דערמאנט געווארט איין ווארט אז דער רב פון די קהלה מאכט א שמחה און אז דער שבת התוועדות איז לכבוד השמחה הרוממה.

ער עפענט דעם סידור און דארט דערזעט ער גאנצער קונטרס פון תורות איבער דעם ענין פון אחדות און שלום, צווי בלעטער פון תורת פון ברך משה און פון בנו הגדול והנורא ר' אהרן, און פונעם ארטיגן ירושלימ'ער רב וואס לכבודו איז דער גאנצער חגיגה, קיין איין  ווארט נישט.

איי וואספארא אחדות דארף מען איצט? איז איינער דען צוטיילט? וואספארא שלום דארף מען איצטערט? איינער קריגט זיך דען?

דער יונגערמאן נעמט איין סידור און ברענגט עס פאר די הנהלת המוסדות, וועלכע האבן נישט געגלייבט אז די צווי פארשוינען וועלן נעמען געלט פון די מוסדות צו טשעפענען דעם רב פון די קהלה מיט די מוסדות.

עס פארשטייט יעדער אז מ'האט פארראכטן דעם דעקעל פונעם סידור, און ארויסגענומען אלע תורות פון אחדות מיט שלום מיט מחלוקות וכו', און געדרוקט א נארמאלע סידור ארויף שבת.

די צווי אויבערדערמאנטע פארשוינען ווייסן פון גארנישט, און קומען און דרוק נעמען דעם סידור, נאכן ענדיגן זיך דרוקן, און אזוי ווי זיי זעהן דעם דעקל פונעם סידור, ווערט איצט זיי שלעכט פאר די אויגן, זיי רייסן זיך דער האר פון קאפ, וואספארא סאבאטאזש איז דא פארגעקומען, ווער האט דערווישט דעם סידור? זיי עפענען דעם סידור פון אינעווייניג און זיי זעהן אז עס פעלט אלע תורות און אלע פנינים יקרים פון ר' אהרן. זיי זענען געקומען צו לויפן צו די הנהלת המוסדות, וועלכער האבען זיי געזאגט אז זיי ווייסן נישט פון וואס זיי רעדן.

את הנעשה אין להשיב, אבער אלס רעקאציע האט דער יועץ הפרטי מיט זיין קאזין ש.ז.פ., מיט וועם ער פלעגט זיך מתייעץ זיין איבער די ענינים פון ירושלים, באשלאסן אז די בני ברקער ציבור זאל נישט נוצן דעם שבת די סידורים, ווייל עס בויקאטירט ר' אהרן מיט זיינע גרויס ארטיגע פלענער.

במשך דעם גאנצען שבת האט ר' אהרן אויפגעגעסען ווילד מיט א געוואלדיגען אפעטיט, אלע כיבודים וואס איז נאר געשיקט געווארען צו זיין זייט. ער האט קיין איינס נישט איבערגעלאזט אדער צוריק מכבד געווען פאר'ן ארטיגן רב פון די קהלה ווי עס פאסט זיך.

ביים דאווענען האבען דעם רבינס קינדער געהאט שטענדערס, און דער רב פון דארטען האט מכבד געווען ר' אהרן צו זיצען אויף זיין פלאץ. ער האט אים מכבד געווען צו שטיין ביי זיין עמוד. פארשטייט זיך, ר' אהרן האט עס נישט אפגעזאגט. ער האט זיך אקוראט דארט געשטעלט. מנחה האט דער רב אוועק געגעבען זיין כיבוד און דער מיט מכבד געווען זיין ברודער ר' אהרן. פארשטייט זיך, ר' אהרן האט עס נישט אפגעזאגט.

שבת ביינאכט האבען אלע בני וחתני רבינו געגעסן אין די סאטמארער עס זאל פון די קינדער, און דערנאך איז מען ארויף צום באטע אדער "שבת אחים", אדער ווי אזוי יעדער קען עס אנרופען. אין עס זאל פאר די סעודה, האט ר' אהרן אריינמארשירט דער ערשטער און האט גלייך אנגעהויבן זינגען שלום עליכם, נישט ווארטענדיג אויף זיין ברידער דער רב פון די קהלה וועלכער איז אהיים אויף געציילטע מינוטן, זיך איבערטאן די בעקישע. און ווען דער רב שליט"א פון די קהלה איז אריין געקומען און שאטער, האט זיך געטאן א געשישקעריי, ווייל ר' אהרןס מענטשן די בני ברקער האבן נישט געהאלטן ביים שטיל ווערן.

ביים עולה שב"ק האט מען צוטיילט די עשרת הדברות און שישי. ר' אהרן האט געהאט שישי, און דער רב די עשרת הדברות. דער הויך פונקט פון שבת פאר ר' אהרן איז געווען די סעודה שלישית. ווען דער רב האט מכבד געווען דעם ר' אהרן צו זאגן ה' מלך, האט, פארשטייט זיך, ר' אהרן עס נישט אפגעזאגט. ווען דער רב האט מכבד געווען דעם ר' אהרן צו זאגן תורה, האט ר' אהרן פארשטייט זיך נישט מסרב געווען, און האט אפילו נישט מפני הנימוס אפילו "איינמאל" געבעטן אז קודם זאל דער רב פון די קהלה זאגן תורה, נאר ער האט זיך גלייך גענומען זאגן תורה.

די תורה האט ער געזאגט מיטען ניגון הידוע פון רבין ז"ל ביי שובבי"ם, און האט אויסגעשאסען אין א האסטיגען און דארמאטישען געוויין, באגלייט מיט אויך א ניגון פון קלאג. ווען דער ארטיגער סאטמאר ציבור שטייט געשאקט זעענדיג אז דא ווערט אפגעשפילט א פלעי, וואס עס מיינט גארנישט זיי, נאר די רעביסטעווע "רבינו בחיי" ווירטשאפט פון ניו-יארק. די בני ברקער שעפסען האבן מיטגעוויינט און אפילו געלאזט פאלען טרערן. פון צווייטען זייט זענען געשטאנען סאטמארער חסידים פון ירושלים און האבן זיך אונטערגעקוילערט פאר געלעכטער למשמע אוזנם, נישט גלייבענדיג וואס זיי זעהן און הערען.

נאר א קוק צוגעבן אויף די פנימ'ער פון ר' שלום אליעזר מיט ר' חיים יושע, האט מען געקענט זעהן ווי געשאקט זיי זענען, אז ר' אהרן האט אנגעהויבן פראווענען רעביסטעווע נאך דערצו אין דער פרעמד וואס איז לכ"ע א פגיעה און רבי'ן.

ר' אהרן וויינט און יאמערט, ער קלאגט אויפען חטא הידוע, וואס איז געווען פיל מער ווי אין לאנדאן פ' שמות און וויליאמסבורג פ' בא. דא איז געווען די בכיות מער ענדליך צו די יאמערייען פון ר' אהרן ביי די לוי' פון ברך משה. די געוויינערייען פון די שובבי"ם תורה איז געווען ממש א ליצנות, עס האט יעדער געזען ווי נאריש ער מאכט זיך, און זיין עטענשאן וואס ער זיכט ביים ציבור.

נאכען ענדיגן די תורה האט ר' אהרן א זאג געגעבן פארן ארטיגן רב אז ער זאל זאגן תורה, אבער דער רב האט מסרב געווען, ווייל נאך אזעלכע געוויינערייען וואס האט ער בכלל צו מוסיף זיין.

ביים אהיים קומען אין שטוב פון רב פון די קהלה נאך מעריב, האט ר' חיים יושע געזאגט פארן רב, קלוג האסטו געטאן אז דו האסט דארט נישט געזאגט קיין תורה, נאריש מאכן האסטו געדארפט לאזען אים אליין, און טאקע נאר אים אליין.

מוצש"ק איז דאן פארגעקומען א מסיבת מלוה מלכה און א מעמד חנוכת הבית פאר'ן לעצטן שטאק פונעם בנין החדש פון די נייע ת"ת, לכבודו פונעם נדבן הרבני הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים, וועלכע איז פארגעקומען פארן גאנצן ציבור, אויך אינעם גרויסן שאטער פון די בר מצוה.

אלס נקמה אויף די דרשה פון רבינו בעל ברך משה ביים בר בר מצוה, ווי דער רבי האט געלאזט הערן מען דארף מכבד זיין דעם רב ר' זלמן לייב, און אלס נקמה אויפן סידור ווי אויבערדערמאנט, האבן די בני ברק'ער באשלאסן מיט הוראה פונעם יועץ פאטי צו אהיים פארן קיין בני ברק און נישט בלייבן אויף די חגיגה מוצש"ק, טראץ וואס ר' אהרן האט דארט אויפגעטרעטן מיט א "געוואלדיגע" דרשה.

דעם ר' אהרן האט דער שבת התאחדות זייער אסאך אראפגעקלאפט, נישט ווייל ער איז נישט געווען דער חתן, פונקט פארקערט ער האט דאך באקומען אלע כיבודים, ער האט אויף גערעדט ביים באטע די ערשטע און ער האט גערעדט א דרשה שבת נאכמיטאג פאר ציבור קהל הקודש שבירושלים. נו, פארוואס איז ער געווען אזוי צובראכן, נישט עפעס אנדערש ווי ער האט צוגעזען די שטארקע הצלחה וואס זיין ברידער האט אינערהאלב די קהלה, די געוואלדיגע הערצה וואס יעדער איינער פערזענליך האט צו אים, דאס יראת הכבוד ווי יעדער איינער רעדט צו אים, די כבוד מלכים וואס די גדולי ירושלים טיילן עם צו און יעדע פאסיגע געלעגענהייט.

פון ווייס איך עס? ליינט ווייטער.

נאך הבדלה, רופט ר' אהרן ארויף צו זיין אכסניא אלע חברי הנהלת המוסדות פון בני ברק, ר' משה חיים ווייס, ר' יצחק יאזשעף, ר' יוסף יושע גרין, ר' ברוך אילאוויטש, ר' אברהם יהודה כהן, (וועלכע קיינער פון זיי איז נאך דאן נישט געווען ר' אהרס מענטש) און הייבט זיי אן צו זידלען, פארוואס די הנהלה טיילט נישט צו די זעלבע כבוד פאר ר' חיים הערש מייזליש, ווי די סאטמארער הנהלה און ירושלים טיילט און שטעלט צו פאר זייער רב? פארוואס זאל דער ציבור אין בני ברק נישט האבן די געלעגענהייט זיך מו איבערצייגן אז ר' חיים הערש מייזליש פארטרעט נישט נאר די יונגעלייט, נאר אויך די בעה"ב, וואס דאס איז די ארבעט פון די הנהלה צו טאן.

וואספארא גענויע קאנפליקט האט צוגעברענגט אז ר' אהרן האט דאן באזידלט די הנהלת המוסדות, ווייס איך נישט, אבער ווער עס ליינט מיינע איבערדערמאנטע ווערטער פארשטייט פארוואס ער האט מורא געהאט פון זיין ברידער'ס רבנות אין ירושלים, אז עס וועט האבן א עפעקט אויך אויף די בני ברקער חסידים, און דאס מיז מען ווי שנעלער אפשטעלן, און זעהן צו באפעסטיגן די מלוכה פון ר' חיים הערש מייזליש, וועלכע מוז זיין א אייגענע מלוכה.

ביים חגיגה מוצ"ש איז ר' אהרן אנגעקומען זייער פריה, אנגעטאן מיט זיין באליבטען בגד, און דאס איז דער "פעלץ", ווייל ער האט געהאט היץ. ביים דרשה וואס מ'האט אים גלייך מכבד האט ער זיך פארענטפערט אז ער רעדט ממש אנהייב ווייל ער האט אויך פיבער און ער שפירט זיך נישט גוט.

ביי די דרשה האט ער שטארק בארומט זיין ברידער דער רב, אז ער איז א פאסיגער מענטש פאר די קהלה, און איז גאר א קלוגער מענטש, דער ריכטיגער מנהיג הקהלה יראתו קודמת לחכמתו, און זיינע ווערטער האט ער ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פונעם חגיגה און פונעם שבת, זאגענדיג אז די עסקנים האבען זעט אויס אריינגלייגט גרויסע כוחות. (לא עלינו ועליכם)

אינמיטן זיין דרשה האט ער בארימט די ישיבה פון זיין ברידער דער רב, און אינמיטן רעדען האט ער אנגעוויזן אויף צווי גרויסע קרוינען וועלכע עס האט געהאנגען אין דערמיט פונעם שאטער, זאגענדיג: "און דאס קומט אויך נישט פון גארנישט, אויף דעם האבן די בחורים אויך געלייגט קאפ און מח." (איר מיינט אז עס פעלט אויס אנאליזען?)

ביי די חגיגה איז משה גבאי מכבוד געווארען מיט א דרשה. ער האט ארויס געברענגט די געפילן פונעם שבת און די התרגשות און די התרוממות וואס האט יעדן איינעם באנומען, צולייגענדיג אז מ'האט געזעהן אז אפילו מלאך רע בעל כורחו יענה אמן, נאכזאגענדיג א בני יששכר אויף די בחינה פון מלאך רע בעל כורחו יענה אמן. דער ציבור וואס האט געהערט די ווערטער האט אנגעהויבן כאפן אז יא, דא איז דא א מלאך טוב און א מלאך רע, מיט אלע משמעותער.

מען קען זאגען אז ביי דעם שבת איז דא ערשטע מאל נולד געווארען דער דערהער פון ר' אהרןס מענטש און ר' זלמן לייבס מענטש. עס איז געווען זייער בולט אז ר' זלמן לייב האט א ציבור וואס וועלען אלעס טאן אז זייער רב זאל ארויסגיין מיט גאנצע גלידער און זאל נישט "צוקוועטשט, ווערען. און דעריבער כאטש ר' זלמן לייב האט "אלע" כיבודים אוועגעגעבען פאר ר' אהרן און ר' אהרן האט "אלע" אויף געגעסען ווי א ים חזיר, דאך איז ר' אהרן צוקוועטשט געווארען. דא האט מען נאכאמאל געקענט זען דעם וועלטס ווערטעל: דער מענטש טראכט און דער באשעפער לאכט. און אפילו ר' אהרן אליין האט זיך איבער צייגט אז "אויך" ר' זלמן לייב האט חסידים וואס זענען גרייט אויף "מסירת נפש" (יא, עס איז דאן נאך געווען א בחינה פון מסירת הנפש והגוף צו זיין ר' זלמן לייבס א מענטש) און זיי האבען זיך אפען ארויס געשטעלט אז ר' אהרן זאל נישט קומען קיין ירושלים צו צושטערען זייער שמחה.

זונטאג פארמיטאג האט דער יועץ פרטי ערלעדיגט ביים מחותן פון ר' אהרן, דער גאב"ד מהרי"ם דושינסקיא, אז מ'זאל אראנזשירן פאר ר' אהרן א קבלת פנים אין "לשכת הביד"ץ" פון די העדה החרדית. ר' גרשון שטעמער האט נישט געוואלט אבער ווייל הרב דושינסקיא מיט ר' משה שטערנבוך האבן אים געבעטן, האט ער מסכים געווען.

ר' אהרן האט געשפעטיגט פון 11:00 אזייגער פארמיטאג ביז 12:30, און די רבנים זענען שוין געזעצן אומגעדולדיג, דער חבר הבי"ד הגאון ר' יעקב בלויא שליט"א האט נאכן ווארטן א שעה געזאגט פאר ר' גרשון אז ער גייט אוועק, ווייל דער כבוד התורה פונעם בי"ד איז נאך אזוי גרויס ווי דער כבוד התורה פונעם רב פון מאנארא, אבער דער ירושלימ'ער רב מהרי"ם דושינסקיא וועלכער איז געווען א גרויסער סבלן האט אים געבעטן ווארטן, דעריבער איז ער פארבליבן.

ביים קבלת פנים גופא, האט ר' אהרן געפרעגט פארשידענע "מח פארגאפטע" קשיות וואס האט געמאכט א טייל פון די חברי הבי"ד לאכן און שמייכלען. איינע פון די פראגעס איז געווען ווי אלט איז שוין דעם גרויסן האלצענער טיש אויף וואס דער בי"ד פירט די דיני תורות.

נאכן באזוך האט זיך איינער פון די עלטערע חברי הביד"צ וואס געפונט זיך שוין בעלמא דקשוט אנגערופן: אויף דעם האבן מיר געדארפט ווארטן אנדערט האלבן שעה?

זונטאג נאכמיטאג האט ר' אהרן פארלאזט ירושלים, און איז געפארן קיין בני ברק צו זיינע חסידים. און בני ברק האט מען אים אראנזשירט א קבלת פנים אויף די גאס ברחובה של עיר, צוזאמען מיט באנייען דעם נייעם ת"ת אין שיכון קרית יואל, די קינדער זענען דעמאלץ אריבער פונעם אלטן ת"ת בילדונג אין "זכרון מאיר", פון רחוב היילפערין דורך די גאסן דעסלער, חזון איש, ישמח משה, און אויף רח' דעסלער קארנער חזון איש האבן די קינדער אפגעווארט ר' אהרן מיט בגדי שבת אויף די גאס.

ר' אהרן האט געדארפט אנקומען 5:00 אזייגער נאכמיטאג, און איז אנגעקומען נאך 7:00 ביינאכט, אבער מיט דעם אלעם האט מען געלאזט ווארטן די קליינע קינדער אויף די גאס, אבער 6:30 האט זיך אנגעהויבן אראפלאזן א גאס-רעגען אין בני ברק, וואס האט צוגעברענגט אז די קינדער זאלן מוזן אנטלויפן מיט זייערע ברוך הבא "פענדלעך" כל עוד נשמתם באפם.

מאנטאג איז ר' אהרן געפארן אויף מקומות הקדושים מירון צפת טברי' וכו' מיט די בני ברקער ישיבה און כולל יונגעלייט. ר' אהרן האט גענומען קוויטלעך און געליינט די קוויטלעך פון די בני ברקער ציבור, בחיים פון זיין טאטן דער ברך משה.

זונטאג איז געפארן קיין מקומות הק', ר' חיים יהושע דער מאנסיער רב, מיט א ענגע צאל ידידים ואוהדים. מיר וועלן עס באלד בארירן מער, פארוואס מיר דערציילן עס.

דער טראסק און די הצלחה פונעם גאנצן חגיגת הבר מצוה איז נישט געווען באוואוסט פאר די טויזענטער סאטמארער חסידים און ניו-יארק, ווייל א וואך בעפאר האט דער איד נישט געמאכט גאר א גרויסן עסק דערפאר, טראץ וואס עס איז געווען שיין און נארמאל באריכטעט.

עס איז וויכטיג צו צולייגן אז ר' אהרן'ס מענטשן האבן שוין א וואך פאר די בר מצוה שטארק געפלאקערט אויפן "איד", ווייל זיי האבן געזאגט אז משה גבאי האט נישט געלאזט אריינלייגן קיין שום ברוך הבא באגריסונגען פאר ר' אהרן, אפילו נישט פון מוסדות יטב לב. ר' אהרן'ס מענטשן האבן געהאלטן אז דאס איז געווען א ציל צו אוועקנעמען ר' אהרן פונעם פראנט פון די חגיגת הבר מצוה, און אים מאכן פאר א זייטיגער.

אבער ווען "דער איד" איז ערשיינען א וואך נאך די בר מצוה, זענען ר' אהרן'ס מענטשן ארויס פון די גלייזן, ווייל די חגיגת הבר מצוה איז געווען זייער שיין און גרויס באריכטעט אויפן דריטן פעידזש פון די ערשטע סעקשאן, און דער קעפל איז געווען ווי פאלגענד: "טויזענטער סאטמארער חסידים ביי גרויסארטיגע שמחת הבר מצוה פאר זון פון הגאון הצדיק אב"ד דקהילתינו הק' שליט"א פון ירושלים", און די אונטער קעפל איז געווען "בראשות בני וחתני רבינו שליט"א", דאס האט ר' אהרן'ס מענטשן ארויסגענומען פון די גלייזן, ווייל זיי האבן געזאגט אז דא זעט מען קלאר אז מ'וויל דא מאכען ר' אהרן ווי איינער פון די "בני".

‫דער איד האט געדעקט בעיקר די בר מצוה, און ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבן געהאלטען אז ר' אהרן איז געווען דער "בר מצוה בחור", ער דארף האבן די מערסטע אטענשאן, און נישט זיין ברודער דער בעל שמחה. (און אויב מעג איך זיך אמאל פארעדען, וועל איך זאגען אז דאס איז מעגליך דער "חטא הידוע, אויף וואס ר' אהרן האט אזוי געיאמערט.)

אויך האבן זיי געהאט טענות אויפן ארטיקל אז מ'איז דארט מבזה ר' אהרן זייער שטארק, ווייל אויף יעדען כיבוד וואס ר' אהרן האט באקומען איז געשטאנען ווי פאלגענד: "דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם געהויבענעם גאסט קרית יואלער רב שליט"א מיט מנחה", אדער "דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם קרית יואלער רב שליט"א מיטען זאגן דברי תורה".

ר' אהרןס מענטשען האבן געזאגט, אז אין סאטמאר איז דא איין רב, וואס דאס איז ר' אהרן, און דא קומט משה גבאי און מאכט ר' זלמן לייב פאר'ן רב, און ר' אהרן פאר קרית יואלער רב. אויך האבן זיי געהאט טענות, אז אזוי ווי ר' אהרן איז דער בנו בכורו און איז געקומען "בשליחות", דעריבער קומט נישט צו שרייבן אז מ'האט מכבד געווען מנחה אדער מ'האט אים מכבד געווען מיט זאגן תורה, ווייל די אלע כיבודים זענען גאר זיינע, אן מכבד זיין. לויט זיי האט געדארפט שטיין פשוט, דער רב שליט"א האט געדאווענט מנחה כדרכו, דער רב שליט"א האט געזאגט תורה, און נישט מיט א זלזול אז זיין יונגערער ברידער דער בעל הבית האט אים מכבד געווען, ווי עס וואלט נישט געווען זיינס מלכתחילה.

אויך איז געווען טענות, אז מ'שטעלט ר' אהרן אוועק אויפ'ן זעלבן דרגה ווי זיין שוואגער ר' חיים יהושע, ווייל ביים פאראגראף ווי עס איז געשטאנען באשריבן אז ר' אהרן איז געפארן אויף מקומות הק', איז גלייך געשטאנען דערנאך, אז אויך ר' חיים יהושע איז געפארן אויף מקומות הק' מיט א שיינע צאל אידן, אויך האבן זיי געהאט טענות אז "דער איד" האט נישט באריכטעט דעם "קבלת פנים" פון ר' אהרן ביים "לשכת ביד"צ" העדה החרדית.

בקיצור ר' אהרן'ס מענטשן, און איבערהויפט דער יועץ פרטי האבן געהאלטן אז דאס מיינט אפיציעל צו טשעפענען ר' אהרן און פוגע זיין בכבודו, און האבן געזאגט פאר יעדן אז עס וועט קומען א גיטס אויף צוריק.

אויב מיינט איר אז נאר זיינע חסידים זענען געווען צוטרייסעלט פונעם באריכט פון "דער איד", וועלכע האט די ערשטע מאל ארויסגעהויבן ר' זלמן לייב אויף גאר א שטארקן פארנעם און אים געשטעלט גלייך אויף גלייך מיט ר' אהרן, האט איר א טעות. ער אליין, ר' אהרן האט געליינט דעם ארטיקל און האט געבלוטיגט געפערליך אויף משה גבאי, ווי איר וועט זיך איבערצייגן ווייטער.

א וואך שפעטער איז ארויס די אידישע געדאנק, ווי עס איז געווען באשריבן ר' אהרןס באזוך מיט אלע פיטשעווקעס, באגלייט מיט צענדליגער בילדער, טראץ וואס ר' אהרן איז דאך געווען זייער שטארק קעגן כאפן בילד. דארט איז שוין יא ר' אהרן געווארען דער בר מצוה בחור. א בחור וואס האט געהאט פיל אטענשאן.

די נקמה פון ר' אהרןס מענטשען קעגן משה גבאי איז געווען, מיטען אריינלייגן ביים נייעס באריכט פון ר' אברהם פרידמאן פיר בלעטער ווי עס איז באשריבן געווארען דעם באזוך פון ר' אהרן באגלייט מיט א צאל בילדער. אייגענטליך, וואס איז געווען אזוי שטארק די נקמה? ווייל דעמאלטס האט נאך קיינער זיך נישט געטרויעט צו אריינלייגן קיין עדס און ארטיקלען אין דעם "נייעס באריכט" וואס איז דאן געווען דער איינציגסטער קאנקארענץ פונעם איד.

מיר וועלן בארירן נאך איין עפיזאד און געשעניש וועלכעס איבערצייגט פאר יעדן ווי שטארק ר' אהרן איז געווען צורודערט פונעם "בר מצוה" ארטיקל אין דער איד. און דאס איז דער פראטעסט אין ניו יארק און דאס פארברענען דער איד, באשריבען באריכות מיט נייע אויף דעקונגען, אי"ה.



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 04/08/2009 19:15:14




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:59 לינק ישיר 

נאכען קבלת פנים, איז ר' אהרן געווען געלאדענט אויף א נאכטמאל, במעונו פון רב, ווי עס געווען אנוועזענד אויך דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש. דאן האט זושא געלב געוויזן פאר ר' אהרן דעם ערשטן באנד פונעם נייער ספר "שפתי צדק" וועלכע איז ערשינען לכבוד די בר מצוה. מענטשען וואס זענען דארט געווען פארציילען אז ר' אהרן'ס געזיכט איז געווארן ווייס ווי קאלעך. ער האט איבערגעקוקט דאס ספר פון אונטן און אויבן, און א פרעג געטאן זיין ברודער: "דאס אלעס האסטו געזאגט שוין אין ירושלים, אדער א טייל איז נאך פון סיגעט-ב"פ?" דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו וועלכער איז געזעצן ביים עק טיש פון די צווייטע זייט, איז געווארן רויט און האט זיך געביסן די ליפן. דאן האט ר' אהרן ווידער געפרעגט: וואס עפעס דעם נאמען "שפתי צדק", איז ערגעץ דא מרומז דיין נאמען? האט אים זיין ברודער געענטפערט אז דער זיידע דער יטב לב האט אויך א נאמען געגעבען אויך זיין שו"ת "אבני צדק" און עס איז נישט קיין רמז אויף זיין נאמען.

צומארגענס ביום הבר מצוה איז שמואל הכהן פרידמאן געקומען מיט עטליכע מעסעדשעס אז ר' אהרן האט זיך פארגעקוקט א דרשה לכבוד די בר מצוה, און מען זאל אים מכבד זיין. אבער ווי עס זעט, איז ר' אהרן געבליבען מיט זיין דרשה אין מאגען, ווייל דער דארטיגער רב האט נישט איינגעזען פאר וויכטיג אז ר' אהרן דארף רעדען.

די בר מצוה איז פארגעקומען אין פראנט פונעם ביהמ"ד הגדול "ויואל משה" אין שיכון קרית ויואל משה, אויפ'ן זעלבן ארט ווי דער ברך משה האט געפירט דעם טיש ביי די גרויסע נסיעה תשנ"ד. עס איז געווען אנוועזענד גאר א ריזיגער ציבור, איבער 150 רבנים, גדולי תורה אדמורי"ם ראשי ישיבות, רבנן ותלמידיהון, פון אלע היימישע קרייזן און שיכטן.

ביי די בר מצוה האט גערעדט דער בר מצוה בחור וואס האט געזאגט זיין פשט'ל, דער אבי חתן הבר מצוה דער רב שליט"א. דער משב"ק ר' מרדכי דוד ווידער וועלכער איז געקומען צופארן פון מיאמי, און האט מיטגעברענגט א מכתב קודש פון כ"ק רבינו זצ"ל, א ברכת מזל טוב פאר בנו יקירו דער רב שליט"א לרגלי שמחת הבר מצוה, האט דאס פארגעליינט ברבים. דער גאב"ד ירושלים הרב דושינסקי האט געזאגט דברי ברכה, און אויך האט אויפגעטרעטען מיט דברי ברכה דער ראב"ד ר' ישראל יעקב פישער ז"ל

אינמיטן די בר מצוה, האט געווארט א סופרייז פאר'ן גאנצען ציבור. מען האט אויסגערופען אז דער רבינו הגה"ק דער זיידע, גייט רעדן צום ציבור אויף א הוק-קאפ, און אנווינטשן מזל טוב. דער עולם איז אריין אין א עקסטאז און עס איז געווען אזא שאק אז דער עולם איז געווארען פארשטימט.

ווער עס האט איצט א קוק געטאן ארויף ר' אהרן'ס געזוכט, האט געזען א זעלטענעם פארלוירענעם געזוכט. ער איז ממש אריין געפאלען אין א פאניק, אויס מורא ווער ווייסט וואספארא פאליטישע קאשע מ'האט די אפגעקאכט, ווער ווייסט צו דא גייט עפעס פארקומען א רבנות הכתרה. דער יועץ פרטי וועלכער איז געשטאנען אויפ'ן סטעידזש האט גלייך געפענט זיין סעלפאן און אנגעקאלט עמיצען, זאגענדיג אז דא גייט עפעס פארקומען, און אז משה גבאי האט שוין דא עפעס אנגעווערטשאפט.

דער הויז בחור משה יצחק ווערטהיימער האט געפרעגט צו די סיסטעם איז גרייט און צו דער רבי קען רעדן? גלייך דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן רעדן און וואונטשן דעם ציבור מז"ט. (דעם רבינס ווערטער אין פולע טעקסט קענט איר זען אין בילד.)

די געציילטע ווערטער האט אויפגעטרייסעלט אמת הסיפים פון די בני ברק'ער כנופיא וועלכע האבן געארבעט האנט ביי האנט מיטן יועץ פרטי, אז זיי האבן נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טאן.

ר' אהרן פון זיין זייט האט זיך גענומען שאקלען פון גרויס שאק. אויף אזאנס האט ער זיך נישט געראכטען. ער האט געזען פאר זיך איצט, אז ירושלים איז דערנאך. עס איז געווען א שאג צו קומען און צו פראבירען אנדרייען און צו שטערען. ער האט נישט דעם ציבור פון דא. עס איז שוין קלאר.. ער האט געהויבען פון בענקל אלץ אנגעצויגענקייט. יעדער האט אבער געזען וואס דא איז פארגעגאנגען.

עס איז געווען אזא באמבע אז דער ברך משה האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן ווייל שוין צוויי יאר האבען ר' אהרןס מענטשען געהאלטען אין איין פאמפען מיט מעשיות אז אידן זענען געקומען פון ירושלים און דערציילט פאר'ן רבי'ן ווי שיין זיין זון ר' זלמן לייב איז מצליח אין ירושלים, און דער ברך משה האט נישט געוואוסט בחייכון וביומיכון, ער האט בכלל נישט געהאט קיין אנונג פון וואס מען רעדט, ער האט אינגאנצן נישט געוואוסט אז ער האט אפילו א זון וואס וואוינט אין ירושלים.

נאר א קוק צוגעבן אויף די רייען ווי עס זענען געזעצן די בני ברק'ער שמחה צושטערער די אנהענגער'ס פון ר' אהרן איז געווען א רחמנות, ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ר' אהרן איז אויס מלך אין ירושלים. דער רבי האט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס מען קען נישט זאגען אויף בנו הגדול והנורא. נאך די דרשה זענען די בני ברק'ער געווען צוטראגן א גאנצן שבת, ווי יעדער וועט זען ווייטער.

די בר מצוה איז געווען די לעצטע התכנסות פון אנ"ש דחסידי סאטמאר פון ירושלים און פון בני ברק תחת קורת גג אחד, וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די בר מצוה שמחת נכד כ"ק מרן רבינו זצ"ל.

שב"ק קומט אי"ה





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:20 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext