בית פורומים כל העולם כולו

זיג פארן שבת קודש אין ירושלים עיה"ק!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2009 21:41 לינק ישיר 
זיג פארן שבת קודש אין ירושלים עיה"ק!

אדאנק די פראטעסטן פונעם יהדות החרדית, אנגעפירט דורך כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, צו וואס די איבריגע קרייזן האבן זיך שפעטער צוגעשטעלט, וועט די וואך זיין אפגעשפארט דער פארקינג לאט וואס געהער צו די עירי'. א זיג וואס קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועט קומען אזוי שנעל.

ברוך שמסר עולמו לשומרים! אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער. יעדער מינימאלער זיג פון די קדושה איבער די טומאה אין דורינו השפל איז ווערט אויפגענומען צו ווערן מיט די פאסיגע באגריסונג.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 21:46 לינק ישיר 

ווען מ'זאל ווען אזוי פראטעסטירן אקעגן די עירוב אין וויליאמסבורג וואלט זיך אויך אויפגעהערט די חילול שבת אויף אונזערע גאסן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/6/2009 21:56 לינק ישיר 

פרוכטבאר כתב:
ווען מ'זאל ווען אזוי פראטעסטירן אקעגן די עירוב אין וויליאמסבורג וואלט זיך אויך אויפגעהערט די חילול שבת אויף אונזערע גאסן


נא פארוואס טאקע נישט  ?   פארוואס פראטעסטירט מען נישט ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 21:58 לינק ישיר 

דאס איז צישטאנד געקומען אפי' רח''צ ט''ב אין זיינע מענטשן האבען זיך נישט משתתף געווען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 23:05 לינק ישיר 

InsideNews: Yerushlaim: After Eidah Charidas Reported, Nir Barkat Close Parking Lot, Spokesman Aled: False & be Open Shabos. Ladaat: http://bit.ly/d8M4C



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 20:24 לינק ישיר 

מפקד מחוז ירושלים אהרון פרנקו שהגיע לגאב"ד העדה החרדית, ביקש לבטל את המפגן האדיר שתוכנן לשבת, בתמורה לא ייפתח החניון בשבועיים הקרובים.
שלום בר ששת וירוחם שמואלביץ י"ט בסיוון התשס"ט 18:02

מפקד מחוז ירושלים ניצב אהרון פרנקו שהגיע לגאב"ד העדה החרדית, ביקש לבטל את המפגן האדיר שתוכנן לשבת, בתמורה הוא אישית יבקש מראש העירייה ניר ברקת, שלא לפתוח בשבועיים הקרובים את חניון ספרא, או כל חניון אחר שקשור לעירייה, כשבמהלך השבועיים ינסו להגיע לסיכומים בין כל הצדדים.

ניצב אהרון פרנקו שהגיע יחד עם מפקד תחנת לב הבירה, תת ניצב אלי כוזרי, ביקש בתחילת הפגישה את התנצלות המשטרה על אלימות בשבת האחרונה. לאחר דברי הנימוסים החל פרנקו לפרט את הצעתו, כשמדובר על סגירת חניון ספרא לשבועיים הקרובים ואי פתיחת כל חניון אחר של המשטרה, כשבמהלך השבועיים ינסו להגיע לפשרה, כשלבקשת המשטרה יבטלו את המפגן המתוכנן לשבת זו.

הגאב"ד הגרי"ט וויס שליט"א, ששמע את ההצעה יחד עם הרב אברהם יצחק אולמן וראשי הנהלת העדה החרדית, נתן הסכמתו למהלך, ובעקבות זאת יצא מפקד המחוז אל כיכר ספרא, שם הוא נועד כעת עם ראש עיריית ירושלים ניר ברקת.


דא שטייט לכאורא אז עס איז יא אפגעשפארט דערוייל פאר עטליכע וואכן, ביז מען וועט אוסארבייטן א פשרה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 17:43 לינק ישיר 

די מעשה איז געווען אזוי.

אנהייב וואך האט גערער רבי געלאזט וויסן פאר ירושלימ'ער רב אז גער וועט זיך צושטעלן צו די מערכה קעגן די אפיציעלע חילול שבת, דאס האט געברענגט דעם מעיאר, ניר בארקאט, צו אנערקענען אז דא גייט זיך אנהייבן א מערכה וואס ער גייט נישט קענען געווינען.

דעריבער האט ער פארגעשלאגן אינמיטן די וואך אז אנשטאט נוצן די אפיציעלע פארקינג לאט'ס פון די עירי' וועט מען נוצן א פריוואטן פארקינג לאט פאר די וועלכע זענען במילא מחלל שבת רח"ל. די פשרה האט אויסגעזען ווי ס'איז אנגענומען געווארן אויף אלע צדדים, און דאס איז געווען ווען ס'איז געקומען די מעלדונג וואס איך האב ציטירט אנהייב פון דעם אשכול.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער ירושלימ'ער רב איז נישט גרייט אויף קיין שום פשרה, אזוי אויך האט דער בעה"ב פון די פריוואטע פארקינג לאט נישט איינגעשטימט צו ערלויבן דאס פארקן אויף זיין לאט. דאן איז אלעס צוריק צום אלטן.

ווען די משטרה האט זיך דערזען כי כלתה אליהם הרעה, האבן זיי באשלאסן דערווייל אפצושפארן די פארקינג לאט'ס אויף צוויי וואכן, ביז מ'וועט אויפקומען מיט עפעס א לעזונג.

נעכטן דאנערשטאג איז דער פאליציי שעף פון ירושלים אריבערגעקומען צום ירושלימ'ער רב און אים געמאלדן אז דערווייל וועלן די פארקינג לאט'ס בלייבן אפגעשפארט אום שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זיג פארן שבת קודש אין ירושלים עיה"ק!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext