בית פורומים כל העולם כולו

מרדכי ברילל לייקענט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2009 01:47 לינק ישיר 
מרדכי ברילל לייקענט

די וואך איז מרדכי ברילל מיט דעם זאפטיגן זיכערמאן אריבערגעקומען קיין הופפער מיטן ציל צי לייקענען אז ער איז ח"ו א זאלי
אין ער האט נישט קיין שום אינטערס קעגן סאטמאר, אין ער איז גרייט צי העלפן אדמת קדוש.

דער וויזיט איז געקומען נאך א סוקסעס פין א אויף דעקנוג דא אויפן פארום אז מרדכי ברילל איז דער וואס האט אנגעפירט צי פלאטיזירן דעם מציצה בפה טעמע, אין יעצט מיט שפאניע.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/06/2009 18:38:34




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/6/2009 08:40 לינק ישיר 

 אין איך האב נישט קיין שום נגיעה צי מרדכי ברילל ער איז א עסקן אין מסתמא מער אויפגעטוהן פאר אידישקייט אין זיין לעבן ווי מיר. מען שרייבט נישט אזאונס אויף א טאטע פין גרויסע קינדער . עס לאזט זיך נישט גלייבען ווי נידריג די בעסטע אידישע פורום אויפן פארק לאזט זיך פארפירן. מנהל איך מיין אז עס פאסט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 11:13 לינק ישיר 

ארגינעלער איך וויל דיר איין זאך ווינטשען, זאלסט קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו א מצב אז הרה"צ רבי מרדכי שליט"א זאל זיך דארפן ספראווען מיט דיין בחור'ל, ווייל אויב רבי מרדכי האנדלט שוין מיט אים דארף ער רחמי שמים, מען זאל נישט וויסן, אבער פרעג דיך נאך ביי טאטעס וואס האבן ליידער יא געדארפט צוקומען צו אים וואספארא טייערע איד'ל דער רבי מרדכי איז. און אז די טרעפסט נישט אזא אידן, גיי אריין צו דיין רבי'ן ר' אהרן און פרעג אים וואס ער האלט אויף רבי מרדכי!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 17:01 לינק ישיר 

ארגינעלער, אנטשולדיגט, אבער דיין תגובה פאסט נישט דא.

ר' מרדכי ברילל איז א גרויסער עסקן ווען עס קומט צו שוואכע בחורים, ער האט שוין ארויסגעהאלפן אומצאליגע בחורים און אום אראפרייסן פאר די פעילות איז א פאברעך.

דאס איז אמת אז זיינע גוטע פעילות ווישט נאכנישט אוועק זיינע מעשים ווען ער דרייט זיך אריין אין זייטיגע פאליטיק'ס, אבער וואס ער טוט יא גוט קומט אום קרעדיט.

ער ברויך וויסן אז זיין פעלד אין עסקנות איז פאר שוואכע בחורים, און ער זאל לאזן מיילעך שטערן אליין פירן זיין קאמפיין קעגן רבנים, ער האט געטוען א גרויסער נארישקייט מיטן אריינבייסן אין דעם זאלי עצרת קעגן די איירופה רבנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 18:02 לינק ישיר 

איך גלייב שווער אז מרדכי ברילל איז געווען פארמישט אין דער פאליטיק, און אויב יא איז ער באגאנגען א טעות. דאס בארעכטיגט אבער נישט אים אראפצורייסן -- ער האט זייער א סך געוואלדיגע אויפטוען צו זיין קרעדיט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 18:18 לינק ישיר 

איך קען נישט מרדכי ברילל צי פרענדליך.
 אזוי פיל קען איך יא זאגן, אז איינער וואס נעמט א זעלכע הייליגע ענינים ווי מציצה בפה מיט
חוטיטי שכבה, אין מאכן א מחלוקה אין א פאליטיק,  מיז זיין גאר א גרויסער בעל עבירה
אין מען קען אים מיט גארנישט געטרויען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2009 04:01 לינק ישיר 

איך האב הנאה יעדער איינער בסיגנון אחד איז מודה א מרדכי ברילל האט אריין געפירט די לעצטע מערכות אין טינופת אין מחלוקת

יעטץ ווערט'ס געוואיר וואספארע סארט בחורים ער העלפט אין וועלכע ער לויט פייפן
ער איז א גענגסטער פין ערשט קלאס מיט זיין ציפלויגנע טלית קטן אין מיטן פארדרייטען הוט

ובערת הרע מקרבך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2009 04:42 לינק ישיר 

איך ווינטש דיך נאכאמאל זאלסט פון קיין צער קיינמאל נישט וויסן, אבער איך וואלט געוואלט כאפן א שמועס מיט דיר נאכער וואס די וועסט האבן אזא בחור וואס וועט ח"ו דארפן צוקומען צו די סערוויס פון רבי מרדכי ברילל, אדער נאכדעם וואס די וועסט רעדן מיט א איד וואס האט גענוצט ר' מרדכי, און איך וויל נאכדעם הערן וואס די האסט צו זאגן!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 08:58 לינק ישיר 

ביטער איז נעבעך אויב מען דארף צי אים אנקומען, ווייל טאמיר יא איז קיין הילף נישט דא. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/6/2009 21:15 לינק ישיר 

וואס איז שייך זיך צו טענה'ן
זאל זיין אמת אלעס וואס די זאלי'ס זאגען אויף אים!
אבער איינער וואס קען זיין א שותף לדבר עבירה פין א ביליגע שטערן אין עולם המחלוקת וניוויל, אין העלפן א מערכה קעגן א ראש ישיבה א זקן מופלג א גאון בתורה ויראה ובהשקפה, מיט אלע רבנים פין וועד להצלת בתי עלמין, אפי' אויפן חשבון אז דורך דעם וועט די שפאנישע רעגינרונג נישט לאזען מאכען א לוי' פאר די עצמות ר''ל,
כ'מיין כ'דארף נישט אויספירן וואס אזא מענטש איז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 22:59 לינק ישיר 

איך קען נישט נישט דעם איד, אבער צו העלפען שוואכע בחורים איז אוודאי די גרעסטע מצוה בזמנינו.

יעדער בחורל איז א דור, און אויב איינער וואלט געטון דאס הונדערט יאר צוריק וואלט ער געראטעוועט דורות פון אסימילאציע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מרדכי ברילל לייקענט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext