בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2009 22:10 לינק ישיר 
סמל ההודעה הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

אויב די מנהל איז מסכים, עפן איך א אשכול וואו מ'זאל קענען זאגן הערות אויף פארמעגליך, ווייל דארט לאזט נישט די מנהל צולייגן.

(דער אשכול דא באציט זיך צום אשכול די סאטמאר חלוקה, היסטאריע. איר קענט דא דעבאטירן יענעם אשכול, דערווייל האלט דער שרייבער אינמיטן זיין ארטיקל, ווען ער וועט קומען לידי גמר וועלן מיר עפענען יענעם ארטיקל פארן פאבליק. וואלווי)



תוקן על ידי שסופסקים ב- 28/07/2009 18:52:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/10/2009 00:49 לינק ישיר 

יועץ פרטי

די מאמרים פון פארמעגליך קומען נישט אויף אנדערע שפראכען ווייל עס איז נאר געמאכט פאר סאטמארער וואס ליינען אידיש
ביי אנדערע אידען וועט די מאמרים נישט האבען קיין שום נאמנות פשוט פאר דעם ווייל די ידיעות פון פארמעגליך וואס גייט פאר אין אנדערע קרייזען זענען זייער קנאפ.

איך קען דיר ברענגען א סך משלים למשל ביי פארמעגליך איז פישמאן מיימון פון די הויפט פון מזרחי אין אמעריקע בשעת יעדער חדר יונגל פון א אנדערער קרייז ווייסט אז ער האט בכלל געוואוינט אין ארץ ישראל
איך רעד שוין נישט פון דעם וואס די הבנה פון פארמעגליך פון ליובאוויטש סקווער בעלז אין וויזניץ איז ממש זייער שוואך {קען זיין ווייל  אזוי קוקט מען אן די קרייזען אין סאטמאר ווייל נאר אזוי קען זיך סאטמאר שפירען אז זיי זענען בעסער פון אנדערע, אדער קען זיין ער וויל פארקויפען באבקעס פאר די חברה וואס ווייסען נישט מער}
מצד שני די מאמרים וועגען סאטמאר זענען זייער אינטערסאנט אין מאכט א רושם ווי באגלייבט לכל הפחות צו מיר.

ממילא לאז אים שרייבען פאר די סאטמארער עולם ווי ער קען מצליח זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2009 23:45 לינק ישיר 

נאך א קליינע הערה, שמואל ווידער האט נישט קיין קלינערס אויף ליע עוו. דאס איז זיין טאטע'נס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/10/2009 23:44 לינק ישיר 

קליינע הערה,

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיטגעהאלטן פון די נאנט די מעשה ווען די דריי רבנים זענען געגאנגען פועל'ן ביים  לובאוויטש'ן צו הייסן מימון פישמאן אויפהערן מיט'ן ח'ר'
שרייבט פארמעגליך
דעם רבין איז עס נישט צופיל אנגעגאנגען אבער עס זענען געווען רבנים וואס האבען דאס געוואלט אפשטעלן פאר יעדע פרייז''.''

זאגט מיר יענער יוד אז ס'האט דעם רבי'ן יא זייער געבאדערט, און ער האט געשיקט די רבנין זעהן צו אויפטוהן, 

נאך לייגט ער מיר צוה, אז דער בירך משה איז געווען זייער א לאכעדיגער, און ווען דער ליבאוויטשער האט אנגעהויבן זאגן ''ער איז ניט דא'' איז ער ממש ארויסגעלאפן פון געלעכטער...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/10/2009 07:56 לינק ישיר 

די ערשטע נאכט סוכות ביים טיש איז ר' אהרן שרעקליך ווילד געווארן, דער עקספערעזשעס מחלה ל"ע האט ביי אים אויסגעקלאפט אויפן העכסטן. חיים שלמה דער גבאי האט עפעס געזאגט פארן הויז בחור זאל אוועקנעמען די "חלה דעקל" מער האט דאך שוין נישט געפעלט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2009 08:19 לינק ישיר 

קען זיין ס'יז שוין דערמאנט געווארן מיין קאמענט.

דעס וואס פארמעגליך שרייבט דא בנוגע די הקפות תשנ"ז http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2639358&whichpage=2#R_1 האט פארענטפערט א גאר מאדנע ערשיינונג יענעם יאר.

מיין משפחה זענען לאנג יעריגע מתפללים אין קליימער, יענע יאר גייענדיג אין ביהמ"ד הו"ר ביינאכט טרעפט מען א צעטיל אויפן טיר אז קהל אסר'ט צו טאנצן הקפות אין קלענערע שולן, בלויז אין ראדני.
דער צעטיל האט ארויסגערופן בייז בלוט ביז גאר, די צייטן זענען דאן געווען גאר היציג און אזא צעטיל האט נאר געקענט ערגער מאכן.

קיינער האט אבער נישט געוויסט בשעת מעשה ווער עס שטייט אונטער דעם צעטיל.

שפעטער האט מען למעשה יא געעפענט דעם שול און דער עולם האט געטאנצן די הקפות, אויב מיין זכרון דינט מיר האט דער גוי אראפגעריסן דעם צעטיל.
מאנכע האבן יא געוויסט צו זאגן אז אונטער דער צעטיל שטייט חיים הערש שווארץ דער פירער פון איחוד התלמידים. מפי השמועה האט ער געלייגט אזוינע צעטליך אין אנדערע סאטמארע שולן אויכעט.

 אבער נאך אלץ האט מען נישט געוויסט די מאטיוון אונטער דעם צעטיל. 
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם געוואלדיגן השתוקקות פון ר' אהרן צו טאנצן די הקפות יענע יאר און אויף זיין גוטהייסונג איז געלייגט געווארן די צעטליך מיטן האפענונג אז ער וועט האבן וואס מער מענטשן אין ראדני.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 15:35 לינק ישיר 

מען בעט דעם גאנצן עולם נאר דא צי ענטפערן אויף אלע די סארט ענינים,
אפילו יענער האלט אן דארט, ביטע ענטפערן דא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 15:32 לינק ישיר 

האט איינער געקענט גיין און קאמפעטישן מיט פינקעל?
פארשטייט זיך אז נישט, פארוואס?
ווייל ער האט געקענט האבן בכל יום בכל עת בכל שעה אלע סארט פליישן,
וואס איז באמת נישט געווען במציאות,
נאר אויב דארף ער גארנישט האבן, ער דארף נאר זאגן אז ער האט,
און ארויף לייגן אויפן לעבעל וועמנס דאס איז,
לעבלעס מיט טונט האט ער געהאט וויפול עס האט זיך אויסגעפעלט,

כלפי מה דברים אמורים

פארמעגליך האט אפגעשריבן היסטאריע,
ער האט געשריבן זאכן וואס טויזנטער תלמידים פון די ישיבה זענען מעיד דערויף,
אמת, איז נאר דא איינס, די מציאות וואס פארמעגליך ברענגט אראפ דעס איז נישט קיין זאכען וואס גייט זיין,
עס איז זאכען וואס איז געווען, און אויב איז עס געווען, קען זיך עס מער נישט טוישן,
טאמער דיבאטירט מען מיטן צד שכנגד, איז עס א בחינה פון גיין קאמפעטישען מיט פינקעל, 
פארגעסט נישט, פינקעל האט אייביג, אלעס וואס עס פעלט זיך אויס,
אויב איינער האלט באמת אז ר' אהרן איז בכלל נישט דעס וואס פארמעגליך שטעלט פאר,
שני סיבות יש בדבר, אדער איז ער א פשטע גרויסע טיפש, אדער קימט ער שוין פון וויגעלע פון דעם חדר וואס דארט האט מען אויס געלערנט גאר אנדערע מישגים אויף א יעדע ענין וואס דער ארגענעלר פשט האט געשטערט די סבלנים,
ווי למשל מען פלעגט אמאל זאגן, און ק"י קימט אמאל א גאסט, דער ערשטער וועם מען האט באגעגענט איז הרה"ח ר לייבעלע גליק ווייסט מען עם אן די זעסט דעם איד ער איז די גרעסטע שייגעץ און ק"י גייט מען ווייטער אביסעל טרעפט מען אן (יענער איז שוין היינט נישט קיין פאבליק פיגר, איך וועל אנכאפן א משל)  משה לייב וויטריאל דער איז פון די געטרייסטע אידן און ק"י טוט אזויפיל חסד,
איינער וואס איז אויפגעוואקסן און די דאזיגע פארפעסטעטע ליפט, וואלט טאקע געדארפט פארשטיין אז פארמעגליך רעד נישט צי די זאך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2009 15:30 לינק ישיר 

 

אזוי ווי עס איז געפענט געווארן א נייע אשכול ווי מען וויל דעבאטירען איבער פארמעגליךס ארטיקל,

און עס באלאנגט דא, וויל איך דא קאמענטירן דערויף,

 

קודם כל האט שוין מר פארשטיי אפגעפרעגט פארמעגליךס ארטיקל,

אויב איז איינער נישט ציפרידען פון מר פארשטיי, אדרבה זאל ער מאכן א בעסערע טשאב, כל הכבוד,

לענ"ד האלט איך נישט אז פארמעגליך קומט דא אריין,

זעט מיר נישט אויס אז ער זאל זיין א דאקטער, אז ער זאל זיך דארפן מישן און א צווייטעןס בויך ווייטאג,

צום ענין, ווער עס האט באמערקט,

פארמעגליך, האט זיך פראבירט צי האלטן אויף א ליניע, פון צי שרייבן ע"פ רוב פון די סארט סבלנות וואס עס איז געטון געווארן אדער געזאגט געווארן ברבים, און פון דעם איז דא טעפס, און אויב  וועט איינער נישט ליינען די בלאט פאר אפאר וואכן ווי לאנג עס וועט אויס וועפען די דראגס פון עם, און נאכער וועט ער אויסהערן די טעפס און ליינען וואס איז דא צי ליינען, וועט ער זיך איינשפארן היפש אביסל דיבאטעס, הגם פארמעגליך האט געקענט שרייבן אסאך מער פון יחידים, וואס זענן פון די סבלנות געליטענע, דאך איז ער נישט אריין דערין, און גראדע איז דאס א קלוגע מהלך פון פארמעגליך, ווייל יחידישע מעשיות אויף צי ווייזען, לאזט איבער א פלאץ פאר דיבאטעס, און דאס איז בכלל נישט קיין פאסיגע זאך צי טון, איך פארשטיי אז אן ארוני פארשטייט נישט די חילוק צווישען פבליק אישאס, און פרייוועט, אבער יגעת ומצאתי תאמין גייט ארויס פון אייער געטוי און פרעגט אייך נאך, וועט איר זען אז איז בנמצא אזא סארט זאך,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 02:40 לינק ישיר 

איך טראכט ס'וואלט געווען א גוטע עצה און א גרויסע תועלת "לבית יעקב" אויב פארמעגליך וואלט געקענט איבערשרייבן זיין באשרייבונג אויף ענגליש,

אויב קען ער נישט אזוי גוט שרייבן ענגליש מיטן זעלבען געשמאק ווי ער שרייבט אויס אידיש
וואלט אפשר געווען א גוטע פלאן אז דער פון די ליינער וואס קענען יא שרייבן גוט, געשמאק, ענגליש, זאל איבערשרייבן די אלע ארטיקלעך

און עס אריין שוקן צו פארמעגליך אין אישי, אז ער זאל עס קודם איבער קוקן צו זעהן אויב ס'איז טאקע וואס ער האט געמיינט צו שרייבן,

און פארמעגליך זאל עפען א נייעם אשכול "SATMAR SPLIT" און עס ארויף לייגן

אזוי זאל די אלע אידין וואס האבן הנאה פון די אלע שיינע ארטיקלן קענען עס אהיים נעמען און געבן צו ליינען די בני בית אז זיי זאלן אויך קענען מיט לעבן מיט די זאך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 00:14 לינק ישיר 

זאג נישט אזוי יוסעלע השביעי מיר קוקן ארויס מיט שפאנונג אז פארמעגליך זאל ממשיך זיין מיט זיין אינהאלטסרייכע ארטיקל, וואס עס וואונדערט מיר נאר הער פארמעגליך איז, אויב האסטו יא צייט צו שרייבן פארוואס ביזטו טאקע נישט ממשיך מיט די ארטיקל? איך מיין אז די לעצטע באשרייבונג דיינע האט צייט ווען די וועסט האלטן דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2009 22:04 לינק ישיר 

איך מיין אז מ'זאל דא שרייבן די הערות אויף די נייע ארטיקעל פין פארמעגליך (ס'קיקט ממילא אויס ווי אנדערע איז פארטיג אין וועט שוין נישט אנגיין ווייטער)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2009 00:04 לינק ישיר 

ס'איז א אלטע מעשה אהרן האט געזאגט פאר די בחורים אין ישיבה אז די דברי יואל איז נישט דעם רבי'ןס תורות, ס'איז תורות וואס געדינגענע שרייבער דורך (ר') יוסל אשכנזי האבן געשריבן.

יעצט ווען דער היפאקריט וויל פארמינערן דעם כח פונם ויואל משה דרייט ער אויס דעם דאטשיק וכו'...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 23:59 לינק ישיר 

איינער וויסט אינפארמעשן טשאטה רב האט נעכטן געזאגט אז שוין פאר 28 יאר צוריק האטדער מהר"א שוין אויס געקלאפט אין בית המדרש אין ישיבה אז די דברי יואל איז פאלטש ווייסט איינער דערפין אויב ביטע פארציילן פארן עולם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2009 23:22 לינק ישיר 

אויסדריקליך נישט
עס קומט אי"ה א זאפטיגע וואך אביסעלע געדולד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2009 23:18 לינק ישיר 

פארמעגליך איז שוין טאקע פארטיקט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext