בית פורומים כל העולם כולו

ביקשו רחמים ארי' לייב בן זלאטא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2009 18:56 לינק ישיר 
ביקשו רחמים ארי' לייב בן זלאטא

ליידער האט דער רשע מרושע שלום דייטש ימש"ו אויסגעפירט דאס זייניגע.
 
מארגן מאנטאג אין מיטן טאג איז ר' ארי' לייב אראפ געריפן געווארן דורך די אינוועסטיגעשען דעפארמענט פאר אן אויספארשנוג
דער רבוש"ע זאל האלטן די רעכטע האנט אין אלעס זאל דורך גיין בשלום.

מען בטע יעדן איינעם צי זאגן תהילים להלצחה ארי' לייב בן זלאטא.

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 14/06/2009 18:53:31




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2009 00:37 לינק ישיר 

נישט שרייבן מער אין דעם אשכול, האלטן זיך נאר צו איין אשכול איבער א טעמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:32 לינק ישיר 
בקשו רחמים




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:14 לינק ישיר 

רעב יאנקעל די אלע אהרונים וואס זענען אויפגעקומען מיטן סקופ אז דער עסקן נמרץ ר' שלום דייטש איז דער מסור - ווען אין אמת'ן אריין ווייסט מען קלאר אז פאפא האט אים גע'מסר'ט - קאטשען זיך פאר געלעכטער אז די גאס קויפט אפ זייערע באבקעס, און די תמימי לב א שטייגער ווי דיר האבן שוין אויסגעזאגט גאנץ תהילים היינט אז די שונאים זאלן האבן א מפלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 23:06 לינק ישיר 

יודישע קינדער ווארטן מיט שפאנונג אויף די אויסגאנג, מ'זאגט תהילים אין מ'גיבט צדקה אז דער עוסק בצרכי ציבור זאל ניצל ווערן מכל מראין בישין, אין די...... זאלען אים נישט קענען שלעכטס טוהן

ווייסט איינער די אויסגאנג פין היינט? וויאזוי איז עס געווען אין וויאזוי קוקט עס אויס?
זענען די מוסרים שוין פארטיג אדער זיי גייען נאך רשעות אנזייען?
איז ער דער איינציגער קרבן אדער עס קומען נאך?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 20:27 לינק ישיר 
אימגלויבליך!!! ד' ירחם

אריינקוקענדיג אין די פרשה קען זיך די האר פין קאפ אויפשטעלן, ווען מ'זעהט ווי ווייט די רשעות אין אכזריות דערגרייכט,
מ'קען גלייך זעהן אז דא איז נישט סתם  מ'האט געכאפט א טשעפלאן ביי א פארברעך, נאר מ'זעהט ווי דא ארבעט א באצלאלטע PR קאמפעני קעגן ר' אר'י לייב, איך ווייס נישט אויב ס'דא איין צייטונג וואס האט נאכנישט געווידמעט א ארטיקלען וועגן דעם ''גרויסען פארברעך'' - אזש פין די גרויסע קעפעלעך קען מען מיינען אז מ'האט געכאפט דעם גרעסטן טעראריסט אין אמעריקע, זיי פראבירן אנצידרייען וועם זיי קענען מיט די גרעסטע מאס אכזריות, האפענדיג אז פין גרויס דריק פין די פרעסע וועט זיך יעדער מורא האבען אנצינעמן פאר אים אין מ'זאל אים געבן די מאקסימום שטראף ה''י

נאכדעם קומען די אלע מוסרים אין רופן אן, ר' ארי' לייב, אין אפערען הילף {לפנים}, מיט זייערע בלעכענע פנים'ער, אין ווילן נאך אנשמירן כאילו פאפא האט דא געהאט א יד אין דעם רשעות....

ני מילא ר' ארי' לייב, זיי ווילן אים זעהן געהאנגען ה''י, אבער די אנדערע יודן (רוב פין זיי זאלי'ס) היושבים בצרה ובשביה וואס וויל מען נעבעך פין זיי???

מוסרים! ס'נישט מעגליך אז ענק גלייבן אין שכר ועונש, אבער סוועט קומען א טאג וואס וואס ענק אין אלע רשעים וועלן מיזען מודה זיין,  אבער דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט, טוט תשובה ווילאנג מ'קען



תוקן על ידי rebyankel ב- 15/06/2009 20:36:13




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 20:27 לינק ישיר 

איצט 12 אזייגער שטייט ר' ארי' לייב פאר אויספארשערס.

רבותי רייסן איין!

התפללו והרבו תחינה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 13:53 לינק ישיר 

מען האט געקענט מיינען אז וואס די וועלט האלט האט א השפעה אויף די כת ה... די וועלט ווייסט שוין לאנג ווער זיי זענען ובראשם זייער מנהיג (במוסרה) און דאך טוען זיי ווייטער זייער מעשה רשע ותעתועים און נאר בזכות זייער שוחד געלט וואס זיי טיילן אויף לינקס און אויף רעכט'ס האבן זיי נאך א ביסל השפעה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 10:19 לינק ישיר 

ווען משה דוד נידערמאן האט געהאט לעגאלע פראבלעמן האט עטס אויך אזוי געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2009 03:23 לינק ישיר 

פרוכטבאר וויאזוי די שרייבסט פארציילט אלעס ווער סשטייט הינטער די גאנצע זאך. מער דארף איך נישט.
א דאנק פארן אויפדעקן ענקער פרצוף פארן נאיווען ציבור וואס קען נישט גלייבען ענקער גרויליגע מעשי רשע.
זאל די וועלט וויסן ווער עטץ זענטס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 02:20 לינק ישיר 

דער פרוכטבאר איז פין די ריכטיגע פירות הנושרין פין די קווינסער יעשווע.
 
אנגעזאפצט מיט דברי השכלה פין דעם שחצן אין בעל גאווה נפתלי בלומנפעלד, אין אנגעליינט פין דעם נואף מיילך שטערן אין דער מסלף דברי אלקים מנשה פילעף.
 
וואס פרוכבאר זאגט, טראכטן אלע זאליס, ס'איז ליידער א קאסטשפילגע  פרייז וואס כלל ישראל באצלט פין די למה נגרע'ניקעס.
 ס'דערמאנט מיך וואס הרב אברהם מאיר פאגעל שליט"א האט געזאגט ווען מען האט ארום געשיקט דעם למה נגרע קאמפיין, אז דער פסוק הייבט זיך אן מיט " אנחנו טמאים לנפש" .
   
א ישיבה וואס מען האט אויף געשטעלט פאר תורה לקנטר, דארט ווערט פראדאצירט  שנאה מיט האס צי יעדע דבר שבקדושה אין וואס האט ציטיען מיט די תורה.
צי הרב הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ( ער ריפט אים אן אין דער איד די וואך
 " דער אלטער ראש הישיבה ")
הגאון רב וואזנער שליט"א
הגאון ר' מאיר בראנסדארפער זי"ע
הגאון ר' מענדל זילבער שליט"א
סקווירא רבי שליט"א
באבווער רבי שליט"א

גארנישט האלט זיי נישט פין אפ גארנישט אין דער וועלט אין זייערע פירערס מיט זייערע פעיראל דיינים טאנצן זיי נאך פאר אלעס אין דער וועלט
דער הייליגער מהרש"א טייטש די גמרא פני הדור כפני הכלב
אז ווען א כלב לויפט פאראויס פינעם בעל בית ,דרייט ער זיך אויס א גאנצן צייט צי זעהן ווי דער בעה"ב איז.
די זעלבע פירט ער אויס וועט זיין מיט מנהיגים אין עוקבתא דמישחא אז דער מנהיג ( דער כלב )
וועט זיך א גאנצן צייט אויסדרייען זעהן צי זיינע בעל בתים זענען מסכים מיט וואס ער טוט.
 
ליידער די זאליס זייער רשעות אין אומגלויבליך אןי מען קען זיך נישט משער ווי ס'איז נוקב וירד ביי אלע פין זיי, זיי זענען מרי לב, מפקרים, אויב עפעס גייט נישט אין זייער שפאן איז אלעס מותר 

ס'איז א שאלה צי ביי זיי גייט נישט די איסור יחוד ווייל זיי זענען עלול צי שפיכות דמים ממש  
שלעכטע מענטשן, דערביטערטע לייט. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2009 22:38 לינק ישיר 

עס איז א שרעקליכע צרה פאר כלל ישראל, ובפרט פאר די אידן וואס שמאכטן אין תפיסות רח"ל.

די שרעקליכע מסירה נוראה וואס די זאליס האבן דא אפגעטאן איז אין לשער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 21:23 לינק ישיר 

פרוכטבאר, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער צו רעדן אזוי אויף א אידיש קינד דארף מען האבן א הארץ פון שטיין.

אפגעזען פון וואס איך ווייס אויף הונדערט פראצענט אז די ערשטע שטיק צייט נאך זיין פליען פון יו.טי.עי. האט ער נישט געהאט קיין לחם לאכול, וואס שטימט נישט אינגאנצן מיט די גניבות באשולדיגונג, איז קלאר אז ווען ס'איז געקומען צו העלפן אידן האט ביי אים נישט עקזיסטירט קיין גרעניצן. אנדערש ווי ביי געוויסע אנדערע פאבליק עסקנים (און כ'מיין נישט דעם בארימטן עסקן לשם שמים הרב נידערמאן).

און סיי וואס ס'זאל נישט זיין. ר' משה לייב סאסובער האט נישט אויסגעלייזט קיין צדיקים גמורים פון די תפיסות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 21:13 לינק ישיר 

פרוכטבאר שרייבט דאך אזעלכע רשעות'דיגע שטותים.


וואסערע טויזענטער דאלארן האט ער גע'גנב'עט? פון וועם?

מיש נישט צוזאם איין באבקע מיטן צווייטן. אז ער האט געארבעט ביי די ארונים, ווערט נאכנישט זיינע גוטע מעשים פארלוירן.

אויך דאס וואס ער האט פארפירט ביי די סקוואדראנ'ישע וואלן ווי א קינדערישע משוגענער מעקט בכלל נישט אויס זיינע מעשים טובים וואס אלע ארונים און זאלונים צוגלייך ווייסן פון דעם צו זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 20:46 לינק ישיר 

פרוכטבאר דיין רשעות האט נישט קיין עק! וואס גרינג ווען גרינג, דער פאוסט האט דאס באריכטעט אז מען האט ליידער אריבערגעפירט אלע אידן קיין וואדבארן אדער רייקערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2009 20:37 לינק ישיר 

ר' ארי' לייב אין תפיסה? הלוואי!!!
דער שגץ און אכזר וואס האט גענומען ר' משה דוד נידערמאן און ארויפגעלייגט בלבולים אין שמיציגע מעשיות אויף איהם נאר כדי צו באקומען אביסעלע פארשטינקענע כבוד פון זיינע אפגעפליקטע ארונימ'לעך.

איך ווייס אז שלום דייטש האט איהם נישט געמסרט, הלוואי וואלט ער איהם ווען יא געמסרט, ר' ארי' לייב האט געגאנבעט שווערע טויזענטער דאללאר פון UTA טויזענטער טאטעס האבן זיך געפלאגט חודש איין חודש אויס צו צאלן שכר לימוד און דער שייגעץ האט זיך אנגעפאקט זיינע טאשן פאר זיינע לעלוס.

די אידן האט מען נישט אריבער געפירט קיין רייקערס איילענד ס'איז הויל בלאף ''גרינג'' איז שוין לאנג באקאנט פאר זיין באקן מעשיות, ער ווערט רויט ווען ער זאגט אמת....

די ארונים פארגעסן אז זיי האבן געמסרט ר' משה דוד נידערמאן ווען זיין זונס הויז אין קרית יואל איז געווען רעדזשיסטערד אויף זיין נאמען. 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביקשו רחמים ארי' לייב בן זלאטא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext