בית פורומים כל העולם כולו

כאאס פארגרעסערט: סטעיט סענאט צעטיילט 31-31

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2009 21:25 לינק ישיר 
כאאס פארגרעסערט: סטעיט סענאט צעטיילט 31-31

דער כאאס אין אלבאני האט זיך פארגרעסערט. היראם מאנסערעיט, דער דעמאקראטישער דעפעקטירער איז צוריקגעגאנגען אפיציעל צו די דעמאקראטן, נאכדעם וואס סענאטאר סעמפסאן איז באשטימט געווארן אלס דער "קאנפערענץ לידער" (א נייע פאזיציע וואס איז געגרינדעט געווארן צו בארואיגן די סטעיט סענאטארן וועלכע האבן געוואלט אז מאלקאלם סמיט זאל פליען, אריינגערעכנט מאנסערעיט). אבער דער פאררוקטער עספאדא איז געבליבן ביי די רעפובליקאנער.

דאס מיינט אז דער סטעיט סענאט איז יעצט צעטיילט 31-31, און יעצט קומט די גרויסע קשיא ווער ס'איז בעה"ב

די רעפובליקאנער טענה'ן אז וויבאלד ס'איז נישטא קיין רוב דארף מען קוקן ווער ס'איז דאס לעצטע מאל געווען רוב און פאר זיי געבן דעם מאיאריטעט כח, און זיי טענה'ן אז דאס לעצטע מאל וואס איז געווען א רוב איז געווען פאריגע וואך מאטאג ווען מאנסערעיט האט דעפעקטירט און אנגעפאנגען צו שטימען מיט די רעפובליקאנער. אבער די דעמאקראטן טענה'ן אז די וואוט פון לעצטע וואך מאנטאג איז נישט געווען קיין לעגאלע וואוט און דאס לעצטע מאל וואס ס'איז געווען א רוב זענען די דעמאקראטן געווען רוב.

א דזשאדזש האט געבעטן די צוויי זייטן זאלן פרובירן זיך דורכצוקומען אינדרויסן פון קאורט, און דער דזשאדזש האט געגעבן ביז מארגן צופרי 10 אזייגער פאר די צוויי זייטן זיך אויסצוגלייכן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 21:29 לינק ישיר 

און ווער איז שולדיג פאר דעם כאאס?

עליאט שפיצער.

ווען נישט זיינע סקאנדאלן וואלט יעצט געווען א ליוטענאנט גאווערנאר און דער ליוטענאנט גאווערנאר וואלט געווען דער מכריע.

די רעפובליקאנער טענה'ן אז וויבאלד ס'איז נישטא קיין ליוטענאנט גאווערנאר איז עספאדא, זייער סענאט פרעזידענט, דער וואס דינט ווי דער מכריע און ער מעג שטימען צוויי מאל.

די דעמאקראטן טענה'ן אז קודם כל איז עספאדא נישט דער סענאט פרעזידענט און נאכדעם האט דער סענאט פרעזידענט נישט דעם כח צו שטימען צוויי מאל.

זיי זאגן אז אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער איז גאר דער וואס דארף ערלויבט ווערן צו זיין דער מכריע אינעם סטעיט סענאט און געבן א שטימע אין פאל דער סטעיט סענאט איז אייניג צעטיילט.

ווער האט גע'חלומ'ט אז עליאט שפיצער'ס סקאנדאלן וועלן שאפן פראבלעמען אויף עטליכע יאר דערויף?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > כאאס פארגרעסערט: סטעיט סענאט צעטיילט 31-31
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext