| נשלח ב-16/6/2009 17:52 |
|
| |
אנאליז: וויזוי נארמאלע ערענסטע זאליס גייען ציגרונד ממש יצא מדעתם
איך וויל דא מרחיב זיין הדיבור איבער אזאך וואס ליידער שפילט זיך אפ לעינינו, און מ'כאפט זיך פשוט נישט ווייל ס'א זאך וואס אנטוויקלט זיך ציביסלעך פון יאר צו יאר, ווי מענטשן וואס 10 יאר צוריק זענען זיי געווען רעספעקטירטע מענטשן, און צוביסלעך ווי א יאר זייט די מחלוקה אין סאטמאר איז ממש א ווייטאג צו זעהן ווי זיי דערקייקלען זיך
נעם למשל אזא איד ווי ר' נפתלי בלומענפעלד, אלס געוויסט ער איז א וואוילער איד פון ב"ב קיינמאל נישט געהערט פון איהם עפעס ספעציעל, ער האט זיך געטאן זיין דשאב בנאמנות, וואס איז נעבעך געווארן פון איהם, מ'הערט זיינע דרשות סאונד עס ווי א געהעריגער נחום ר"ב אדער אלטר משה ג"ב.
קודם פאר אלעם וויל איך אביסל רעדן שלא מן הענין, ממש נאר בקיצור נמרץ אפשלאגן די "רימעקינג אוו היסטאריע" וואס די זאליס פרובירן צוח טוהן און פרובירן עס צו ניצן פאר בארואיגונגס פיל, נאכדעם וועל איך צוריקומען צו דעם עיקר וויזוי רעספעטירטפולע זאליס גייען נעבעך לטמיון.
איז אזוי:
ס'האט נישט קיין שום זין צו אפענטפערן יעדע מעשה'לע וואס דער זאלי פארציילט דארט, ווייל ס'איז ענדלאז, ממש יעדער איינציגע מעשה איז שוין דורכאויס די היסטאריע פון היידפארק צענליגע מאל אויסגעטענה'ט געווארן יעדע מעשה'לע האט לכאורה געבוירן 5 ביז 10 אשכולות, יעדע אינצידענט לייקענען עסן די ארונים שטיין און ביין, און זיי האבן גרייט א פונקט פארקערטע מעשה, איך דארף זיין א וועלטס ליידיגייער צו האבן די צייט צו איבערקייען יעדע קליינע אלטע אירעלעווענט היסטאריע. בקיצור מ'דארף איבערשרייבן גאנץ היידפארק.
איך וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ דעם אנדערן זייט פונעם שטעקן אפאר פאקטן (אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז ס'ליגנט אבער איך האב רעכט עכ"פ עס צו זאגן):
פאקט 1: מתחלה, די ערשטע 85 יאר פונעם ברך משה'ס לעבן האט דער רבי געוואלט אז סאטמאר זאל זיין איינס און אך ורק אונטער די הנהגה פון ר' אהרן, ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי דערצו, אויף דעם זענען דא צענדליגע עדות, און רוב זאליס אינקלודינג ר' זלמן לייב וועלן דאס מודה זיין, ליתר שאת זענען דא די 2 עדים נאמנים וואס האבן דאס געזאגט ברבים, 1 ר' הירצקא צוויבל, 2 ר' ישראל חיים הורוויץ, אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז זיי זענען יצא מדעתם, זאל זיין אזוי.
2: דער רבי איז געווען דער ערשטער וואס האט מציע געווען די המצאה צו אריינברענגען ר' אהרן'ן קיין וומ"ב, ער האט דאס געזאגט פערזענליך פאר ר' בערל פרידמאן און ר' יאנקל קאהאן.
3: ר' בערל פר"מ איז קיינמאל נישט געווען ספעציעל אין ר' אהרן'ס אינערליכע סורקל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, געווען דער וומ"ב ראה"ק, ס'יז אבסורד צו זאגן אז ער האט געהאט עפעס א געהיימע אגענדע מיט ר' אהרן צו אנהויבן א מרידה קעגן דער ברך משה, די זעלבע איז מיט ר' דוד הויער און די איבריגע רוב אנדערע טובי הקהלה, זיי האבן גארנישט געהאט עפעס מער מיט ר' אהרן'ן ווי סיי ווער, ס'נישטא קיין שום באווייז אויף דעם.
4: דער גרעסטער און פאנאטישסטער חסיד פון ר' אהרן איז אלס נאר געווען זיין טאטע. דאס האט מען אלס געהערט הונדערטער מאל ברבים און ביחיד.
5: די איינציגע סיבה פארוואס די אלע טובי הקהלה און ר' בערל בראש האבן באשלאסן צו אריבערברענגן ר' אהרן קיין וומ"ב איז נאר ווייל זיי זענען אלע געווען חסידים נאמנים פון רבי'ן און זיי האבן געהאלטן פאר א דבר פשוט מאוד אז זיי זענען מיט דעם ממלא רצונו פון רבי'ן, ס'איז ביי זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער ווי דער רבי האט אלס געוויזן זיין שאיפה אז בנו בכורו איז ראוי לאותו איצטלא און ער עתיד צו פירן עדת סאטמאר.
6: ר' זלמן לייב ווען ער איז געקומען קיין וומ"ס איז ער געקומען לחלק יצאת, נישט צו זיין נאך א רב אונטער זיין טאטע, למה נגרע, נאר צו זיין א צוקנופטיגער אדמו"ר, דער קונקורענץ פון ר' אהרן, א זאך וואס אויב ר' זלמן וואלט עס ווען מציע געווען פאר זיין טאטען בשנים כתיקונם וואלט ער איהם געגעבן אזא זעץ אז ער וואלט זיך געדארפט זוכן זיינע ציינער.
7: פון עטוואס א יאר 2 פאר יענעם חוה"מ האט דער רבי'ס מענטל מצב הבריאות אננגהויבן נאך צילאזן.
8: פאר קרוב צו 7 יאר און א צי, האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע העצונג פון לגיונות אין בילולים קעגן ר' אהרן ביים רבי'ן ז"ל, מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין מענטש וואס זאל זאגן איין גוט ווארט אויף ר' אהרן.
9: פון די ערשטע קלאסישע העצערייען אז ר' אהרן זאגט אז ער וועפט, דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט ברבים "איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא צער" איר הערט ווערטער פון א מלחמה איבערלעבער?
10: די צווייטער קלאסישע ליגנט, אז ר' אהרן און ר' מענדל האבן ציגע'גנב'ט זיין הויז, סתם א לצנות און א בלאף, וואס איך ווייס פאר א פאקט אז דער רבי ז"ל האט זיך זייער אויפגעגעסן דערפין, ער האט נעבעך ערנסט געהאלטן אז ר' אהרן איז פשוט'ער שווינדלער וואס זוכט איהם צו באנקראטירן און ארויסשטעלן האומלעס.
11: די טרויעריגע באקאנטע מאחורי הפרגוד קאסעטן טוען דאס פעסטשטעלן.
12: ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט זלמן לייב פאר וומ"ב רב ווי אויך געשריבן די צוואה, און בעסטן פאל (קודם דארף מען פעסטשטעלן צו דער רבי האט געוויסט וואס ער טוט אבער און בעסטן פאל) האט ער עס געטאן אויפן חשבון אז ר' אהרן פירט א מרידה קעגן איהם, לויפט זאגן אז ער וועפט, גנב'עט איהם זיין הויז וכו וכו. דאס מיינט אז ער האט דא געטאן אזאך וואס איז לעולם נגד רצונו, נגד וואס ער האט אלס געוואלט כל ימי חייו, אלעס אויפן חשבון פון לגיונות, לצנות און בילבילום, און אילמלא ער וואלט געוויסט אז דאס איז אלעס סתם בלאף איז נישטא קיין שום מקום צו טראכטן אז ער זאל האבן חוזר געווען פון זיין ארגינעלן רצון
ע"כ בקיצור נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און נישט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.
וואס איך האב געוואלט צוקומען איז אזוי:
דער אמת איז די אלע מעשיות פון בימים ההם - 10 יאר צוריק - זענען כהיום שוין אין די קאטעגאריע פון "היסטאריע", ס'שוין אירעלעווענט, די אומשטענדן האבן זיך שוין דראסטיש געטוישט, כהיום זענען די צוויי צדדים צוויי זעלבסטשטענדיגע חסידות'ן בכל קצבי תבל, קיינער האט נישט "די בחורים מיט אינגעלייט'', יעדער האט זיך "זיינע" בחורים און "זיינע" אינגעלייט, קיינער האט נישט וומ"ס קיינער האט נישט בארא פארק (איך רעד נישט פון די בנינים) יעדער האט זיך זיין אייגן חסידות איבעראל, מיט זיינע אנטשטאלטן (צו אלטע צו נייע). און אפי' לו לצויר די ארונים זאלן לייגן א האנט אויף די אלטע בנינים אין וומ"ס, אדער די זאליס און ב"פ און קר"י וועט דער אויוונדערמאנטער מציאות זיך נישט רירן פון מקום דאס איז כתוב וחתום.
איז די שאלה פארוואס מאלט מען דא וואסער? דער תירוץ איז אזוי: די סיבה פארוואס די זאליס זענען אלס - און לעצטנס מער - פארנומען צו איבערקייען יענע היסטאריע איז ווייל זיי דארפן עס לעבנסווויכטיג פאר א בארואיגונגס פיל פאר זייער דעפערעסיע און דעמאראליזאציע. איך וועל עס מסביר זיין: דער אמת איז דאך אזוי, אודה ולא אבוש, יענעם חוה"מ האט ר' אהרן ארייגעכאפט א היסטארישע מכה שלא כתובה בתורה, דאס איז קלאר, קיינער וועט עס נישט לייקענען. אבער מיט דעם אלעם די מציאות איז אז לפלא גדול כהיום זענען די זאליס זייער דיסעפוינטעט און קריצן מיט די צייט זעהנדיג ווי ר' אהרן שטייט יעצט, אפי' דער זאלי וועט זאגן א מיליאן מאל "רב הצעיר" "ראדני" "צוויבל" "שמחת תרה" וכו וכו, איז עס אלעס משפה לחוץ, בתהום לבבו טראגט ער נישט אריבער וואו ר' אהרן שטייט. און מ'זעהט עס קלאר און דער איד עדיטאריעלס, בלומענפעלד, אדער סיי וועלעכער זאלי ווען ער צולאזט זיך.
די הארבע שאלה איז פארוואס? זייער פשוט, דער מציאות איז אז זייט יענעם חוה"מ, וואס א יאר שפעטער, האט זיך אלס מער געהויבן די קאנפידענט ביי יעדער זאלי אז ר' אהרן איז מער ווייניגער קאפוט, ער איז היסטאריע, ער האט נישט קיין שאנס צו זיין עפעס אן ערענסטער זאך, זיי האבן געמאכט זייער א לאגישער חשבון: דער רבי דער ברך משה איז דאך אינגאנצן מיט ר' זלמן לייב'ן, ער ארבעט אויף אלע פראנטן פאר איהם און קעגן ר' אהרן, על פיו ישק ומי יבא אחריו, דאס מיינט יעדער סתם פארעווער ערענסטער מענטש וועט גראד זיך צושטעלן צו ר' זלמן לייב'ן, פארוואס זאל איינער זיין משוגע און זיך קריגן קעגן רבי'ן אליינס, יעצט ר' זלמן לייב זעלבסט איז דאך דער קלוגער נועם המידות ער איז פרענדלי ער איז נארמאל ער לערנט בעסער אפ א שטיקל גמרא, וכו וכו, ווידער דער אהרן איז דאך א אפגעפליקטער משוגענער, קלאטשט ווי א צידרייטער הכל יודך, רייסט זיך מיט די גאנצע וועלט, זאגט עפרא לפומי', קוקט אויף מענטשן אין מקוה וכו וכו, נו פארוואס זאל א נארמאלער מענטש קוקן אויף זיין זייט, אויב מ'קען בדרך כבוד און מיט דיגניטי זיך צושטעלן צו זלמן לייב'ן, פארוואס זאל מען גיין אן אומוועג צו זיך צישטעלן צו דעם צידרודלטן אהרן, העכסטנס וועט ער האבן זיינע פאר הונדערט משוגעים דא דארט וואס וועלן זיך עקשנ'ן, אבער סוף כל סוף, אחרי ככלות הכל וועט ר' זלמן לייב זיין דער נארמאלער אנגענומענער סאטמארער רבי מיט די צוואה און מיט די הויז אויף בעדפארד עוועניו, יעדער דרויסנדיגער רב וועט ליב האבן ר' זלמן לייבן ער איז דאך דער באטעמטער קלוגער, און ר' אהרן וואס האט נישט קיין חן און רעט ווי א צידרייטער, וועט זיצן און קלאטשן און קרית יואל ווי קיינער - אויסער זיינע פאנאטיקער - וועט נישט האבן קיין סיבה צו קוקן אויף זיין זייט. פארוואס יא?
דאס איז געווען דער חשבון פון יעדען דורכשניטליכער זאלי 10 יאר צוריק ווען די פילוג האט זיך אנטוויקלט, די וואס האבן שוין אמאל גערעדט צו א ריכטיגער זאלי פארשטייען עס זייער גוט, און וואס א יאר שפעטער איז די עקספעקטעישן מער און מער געוואקסן א ר' זלמן לייב גייט דא זיין דער פולקאמער יורש און אהרן איז רעדוצירט צו א סעקנד קלעסס רבי.
מ'דארף פארשטיין אז מצד הזלונים איז די גאנצע אגענדע נאר א פערזענליכע פייט, אלעס איז נאר נקמה קעגן דעם איינעם פארשוין, נעמליך אהרן ט"ב, זיי קענען איהם נישט סובל זיין, דאס איז ידוע, ווען זיי הערן זיין נאמען שווינדלט זיי די קאפ, ממילא ווען זייער אפעטיט איז אנגערייצט געווארן, און זיי האבן זיך ערענסט גערישט אז דער אהרן גיין מער ווייניגער אפגעווישט ווערן פון די מאפע, איז זעלבסטפארשטענדליך אז ס'זייער שווער צו אראפשלינגן פאר א זאלי צוקוקנדיג די מצב ווי ר' אהרן שטייט, וואס למעשה איז ער ארגיועבלי די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע און אפשר אין די וועלט (אדער עכ"פ כמעט אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב איך וויל פשוט נישט אז מ'זאל זיך איבער דעם טענה'ן ווייל מ'וועט פארטיגן לכאורה אין יאר תשצ"ז) דאס איז ווייט נישט וואס דער זאלי האט זיך געשארפט די ציין יענעם חוה"מ.
ס'שווער צוריק צו טראכטן וואס דער מצב איז דעמאלטס געווען, היינט נעמט מען עס שוין פאר גרענטעד, אז ר' אהרן איז פון די גרעסטע רבי'ס, פירט סאטמאר, וכו, אבער טראכטנדיג צוריק וואסערע מצב ר' אהרן איז געווען יענע יארן נאך יענעם חוה"מ איז מיר ממש א נס ופלא גדול צו זעהן וויזוי ר' אהרן האט זיך צוריקדערארבערט צו אזא הויכן שטאפל, איך מיין איך זעה נישט קיין איין לאגישער סיבה פארוואס ער וואלט געדארפט האבן איין נארמאלער מענטש, דער רבי האט דאך נאר געוואלט ר' זלמן לייב, ער האט פארשטאלטן ר' אהרן, ר' זלמן לייב זיצט בכבוד אויף 550 בעדפארד, ער האט די קלארע צוואה, א שיינער נועם המידות, מלא חן, ווי האט דער אומב'חן'טער שלעגער אהרן די ביזנעס צו האבן אפי' 10 נארמאלע מענטשן, אלע ODDS זענען געווען קעגן איהם, ס'מוז זיין עפעס א רוחניות'דיגע כח, ווייל גשמיות זעה איך נישט, נישט קיין בנינים, נישט קיין צוואה, נישט קיין חן, נו וואס יא?
איך האף נאך ממשיך צו זיין, הרבה דיו נשארו בקולמוס
איך לאז רעאגירן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 18:49 |
|
| |
עס פאסט טאקע פאר אזאלי הרוצה לשקר ירחיק עדותו זיי לעבן שוין סיי ווי נישט גיי ווייז אויף פארקערט .
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 16:46 |
|
| |
א קוואוט פון איינע פון די ארטיקלען וואס ברענגט אראפ "פאקטען"
ר' לייבוש און ר' סענדער האבען קיינמאל נישט געגליכען ר' אהרן ווייל זיי האבען אים געקענט פון דער נאנט און עס איז געווען באקאנט אז ר' זלמן לייב איז פאר זיי מער צום הארצען.
קענסט דיך מיט אים קריגען??? ער זאגט דאך אליינס אז ס'איז א פאקט!!!
דאס איז די סיבה פארוואס איך ליין אים נישט, און איך האלט אז מ'דארף ניטאמאל ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2009 03:00 |
|
| |
קראך הוט פרובירט איבער צו חזרן א פאלשע יסוד און הנחה אז די זאליס זענען נעבעך
א באנדע מרי נפש און אנגעגעסענע פארביטערטע מענטשן וואס לעבן מיט א נעגאטיווע
פינסטערן בליק אויף יעדע זאך,
און די אהרונים זענען גאר די העכסט צופרידענסטע מענטשן מיט א פאזיטיוון בליק ממש
ליכטיג, אויסער זייער התקשרות צו זייער הייליגן רבין און א בלאט אין מסכת מכות ווייסן
זיי גארנישט זיי קוקן מיטאמאל אויף צוריק צו זייער דערביטערטער שונא ווייל זיי לעבן בכלל
נישט אויף אטאקירן נאר אויף זיך בויען,
רבונו של עולם!
וואס טראכט דער קראך הוט אז ער שרייבט עס אויך א שיין שרייבערישן פארמאט וועלן
איהם די אהרונים גלייבן?
צו רעכנט ער זיך נישט מיט די קאנסקווענצן פון א תמימותדיגן יונגערמאן וואס וועט עס
נאך נאכזאגן פאר א פרעמדן און יענער וועט זיך דרייען פאר געלעכטער פון איהם?.
מען דארף נישט צופיל אנשטרענגן דעם מוח לאמיר נאר א קוק טוהן די גאר קורצע לעצטע
תקופה וועט דאך יעדער נארמאלער מענטש זעהן אז דער יסוד איז גאר פאלש און
פארפירעריש, איעדער קאסטומער פון דער בלאט די לעצטע האלבע יאר קען דערויף מעיד זיין
דארט ווערט דאך געגאסן העסליכע ארטיקלן וואך איין וואך אויס אקעגן די זאליס מיט די
שארפסטע אטאקעס, גאנצעטע פראנט פעיזשעס און עקסטערע ביילאגעס פון דעם צייטונג
זענען געווען ממש די לעצטע פאר חדשים געווידמעט אקעגן דעם שונא נומבער איינס
די הייפעלע דעפרעסטע נעגאטיווע זאליס נעבעך,
קען מיר איינער ערקלערן אז דעם "מעכטיגן" בלאט ארטיקל פון וואשן די מוחות 10
יאר איז אויך פאזיטיוו??צופרידענקייט??, זיך בויען?? די זעלבע זאך איז מיט דעם
פורום וואס איר ליינט יעצט גייט שוין אן עטליכע יאר, פאזיטיוו?? הא?? קוקט נישט אויפן שונא??
דער שרייבער סופערמעסי (איך וויס נישט ווער עס האט איהם געדינגען) האט אפגעשריבן
מעכטיגע ארטיקלען אראפצורייסן די סאטמארע מענטאליטעט מענטשן,
איז אפשר אויך פאזיטיוו??
פארוואס פעלט טאקע אויס די אלע נעגאטיווע אטאקעס אקעגן די זאליס?
מען האט דאך אזא הייליגן רבין א גאון, שענסטע שוהלן און מוסדות, מסיים מסכתות, הערליכע דרושים
בעסטע שחיטה, ביליגע חתונות, אדמת קודש ועוד ועוד,
אלא מאי עפעס דריקט נאך אלס זייערע פאזיטיווע מוחות , וואס??
ווי פאסט אזא נעגאטיווע התנהגות פון זיין פארנומען טאג איין טאג אויס מיט פרישע
אטאקעס איעדעס מאל מיט א פרישע מעשה אויף די זאליס פאר אזעלעכע פאזיטיווע
מענטשן?? פאסט דאס נישט ענדערשט פאר דעפרעסטע דעמאליזירטע פארביטערטע מרי נפש??
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 22:12 |
|
| |
שפתיים ישק דברים כדרבונות גוטע אנאליז'ן אבער דאס פאסט פאר א גוטע'ר פסיכאלאג .
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 19:01 |
|
| |
איך האב נישט צופיל צייט, אבער איך וויל בלויז זאגן איין זאך:
איך בעט מיינע ליבע חברים, בבקשה ממך, נא ונא, ביטע נישט דירעקט אפענטפערן יענעם ארטיקל, פאר איין סיבה: ווייל ס'פעלט לגמרי נישט אויס, גלייבט מיר אז דער ארטיקל מאכט נישט קיין שום שאדן פאר אונזער רבין און אונזער קהלה, איך ווייס אז אויפן מאמענט קען מען זיך דערשרעקן, אבער קוקטס אויפן גרעסערן פיקטשער, אונזער באן האט שוין לאנג פארלאזט דעם סטאנציע, און דער צייט וואס אונזער באן לויפט מיט א שנעלן גאלאפ גריבלן זיי נאך און אלטע מיסטן און האבן נאך חזיונות אז יעצט גייט מען ארלעדיגן סאטמאר רבי, נאך באווארפן דעם סאטמאר רבי מיט די שעדליכסטע נוקלעארע באמבעס או זעהן אז ס'האט נישט געארבעט פרובירן זיי יעצט מיט א טוט-פיק, א היידפארק ארטיקל, דארף מען זיך דערשרעקן? דאס איז פונקט ווי איינער זאל דיר מסביר מיט לאנגע הסברים און קלארע פאקטן אז ס'פליען קיען אין הימל, וואס וועט איר טאן? מסביר זיין אז ס'קען נישט זיין אזא זאך בטבע אז קיען זאלן פליען, אדער אוועק וואקן און זאגן נעבעך נעבעך,
פונקט פארקערט איך באמת, נעם ארויס אן אפרישיעשן פון יענעם ארטיקל, מ'דארף דאנקן דער אייבירשטן ששם חלקי בין תלמידי וחסידי רבינו, א פאזיטיווער נארמאלער חסידות, ולא שם חלקי בין מרי לב ומרי נפש, די פאקט איז אז וואס א טאג אדער א יאר שפעטער איז מיין שאיפה מער און מער מתי יבוא וואס די קריגערייען וועלן זיך שליסן און מ'וועלן מיר קענען במנחה ושלוה שואב זיין מאור תורתו והדרכתו פון מחמד ענינינו אן קיין שום מחשבות זרות, און דער צייט וואס דער זאלי איז פונקט פארקערט, אט דער טאג איז א בייזער חלום פאר זיי, די מלחמה קעגן סאטמאר רבי איז אקסעדשין פאר זיי און דער מציאות איז אז ע"פ דרך הטבע וועט זיך דאס ענדיגן, מ'קען נישט לעולם ועד זיצן אין קארט און פירן מלחמות, און זיי ווייסן דאס זייער גוט, און דאס איז זיי נעבעך מעביר מדעתם, ווען איינער זאל ווען פאראויס זאגן 10 יאר צוריק נאך זייער גרויסער א"ג נס אז און 10 יאר ארום גייען זיי נאך וואך איין וואך אויס אין דער איד זיין פארנומען מיט אהרן ט"ב, דינגען שרייבערס אין היידפארק, און זיין געצווינגען צו אריינבראקן און די קינדער די שעדליכקייט פון די קליפה, וואלט מען געזאגט אז יענער איז משוגע.
(איך דארף לויפן ארבעטן)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 17:26 |
|
| |
באקומען אין אימעיל [email protected] פון איינער וואס האט נישט קיין רשות כתיבה אינעם פארום
קראך היט: צו דיינע ווערטער פעלן נישט אויס קיין שום ראיות, מען קען פשוט טאפן בחוש דאס פארלוירנקייט און די דעפרעסיע וואס הערשט ביי זייער לאגער. אצינד א מעסעדזש צו אנשי שלומינו. ווי איר האט שוין געזעהן, האט אינעם לינקן פארעם האט א געוויסע שרייבער לעצטנס אנגעהויבן א סעריע לופט-אטאקעס אנקעגן אונזער הייליגע קהילה בכלל און אנטקעגן רבינו שליט"א בפרט. מכלומרשט אונטער א שלייער פון פאקטן און היסטאריע. איך גיי מיר נישט דא מטפל זיין מיט זיינע שקרים וכזבים איך וויל בלויז אויפדעקן פונקטליך וואס עס שטייט אונטער דעם. לויט ווי איך האב מיר דערוויסט זענען יענע ארטיקלן גארנישט קיין צופאל. עס איז א דירעקטע רעזולטאט פונעם געלונגענעם ארטיקל "וואס דרוקט אויף די מוחות" וואס איז נישט לאנג צוריק געלאפן אינעם בלאט. רבותי, ווען איר זאלט וויסן וויאזוי די שטימונג איז אין יענע לאגער און וויאזוי די בלאט ארטיקל האט דאן געפאטשט אין פנים, וואלט איר זיך נישט געוואונדערט פארוואס משה פר"מ אליין! יא, ער אליין, האט געדונגען איינער פון זיינע איד שרייבער'ס אז ער זאל איהם שרייבן די ארטיקלן אויף זיינע קאסטן. פארוואס איז ער אזוי אינטערסירט דערין? דאס קומט דערפאר ווייל ער שפירט אז דאס איז דאס "לעצטע מיטל" וואס קען נאך העלפן ראטעווען זיין שווערע מצב. לאמיר אייך געבן אביסל מער צו פארשטיין. וויבאלד די זאלי פארטיי איז אויפגעשטעלט געווארן בלויז מיט איין איינציג נעגאטיווע ציהל דעריבער פעלט זיך אויס כסדר שטאף מיט וואס צו פיטערן יענע ציבור און זיי צוזאמהאלטן. דעם חלק איז זיי ליידער געלונגען ביז פאר צוויי יאהר צוריק. ביז דאן האבן זיי כסדר גענאסן פון די נצחונות וואס די געריכטן האבן זיי געגעבן ווי אויך האבן זיי נאך געהאט דעם רבין ז"ל וועלכע זיי האבן כסדר געקענט נוצן אלס שטעקן קעגן אונז און מיט דעם האבן זיי זיך דערהאלטן דאס חיות. אצינד אבער האט זיך דאס אלעס געטוישט. משה עלה למרום און ווי עס שיינט האט ער נישט פארגעסן פון זיין הייליגע קהלה, זיינע געטרייע חסידים, און האט אנגעהויבן פארארבעטן מעשים לטובתינו. מיר קענען קלאר זעהן אז זאכן האבן זיך געטוישט און היינט זענען זיי די וואס דארפן פייטן פאר זייער (אומ)רעכטן. ווי זיי קערן זיך נאר כאפן זיי פראסקעס. סיי פון די תורה אטאריטעיטן. ווי די גרעסטע תורה לייבן האבן זיך ארויסגשטעלט מוחה זיין אנקעגן זיי. און להבדיל ביי די געריכט הייזער ווי זיי האלטן אין איין פארלירן. מען זעהט באשיינפערליך די כחו וזכותו של אותו זקן וואס שטייט און וואכט שלא ירעו ולא ישחיתו. עס איז מיר קיין ספק אז די הייליגע רבי ז"ל דער בעל ברך משה, ער האט פארארדנט און פארפירט אז די סאטמארע סיכסוך זאל ארויס געצויגן ווערן פון קארט און קומען צו דין תורה ווי האפענטליך וועט נתגלה ווערן דער אמת. אין קרית יואל וואגט מען זיך שוין נישט צו מאכן וואלן און אין אנדערע פלעצער צוקריגט מען זיך מיט אלע רבנים וגדולי התורה. על כל פנים, זייער מצב איז זייער נישט גוט, אלעס גייט זיי פונקט קאפויער און עס איז נישטא מיט וואס צו פיטערן זייער עולם. די רעזולטאטן דערפון האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. די אינטערעסע האלט ביים נידעריגסטן שטאפל און זייערע פירער ציטערן פארן נעקסטן טאג נישט וויסענדיג וואס עס וועט ברענגן. אויב איז זיי נישט גענוג די פארלוסטן וואס זיי כאפן, קומט נאך צו נאך א פראבלעם וואס דאס איז גרעסער פון אלע. . ווען די רבי ז"ל איז אוועק איז זייער האפענונג געווען אז פון היינט און ווייטער וועט סאטמאר זיין צוויי. כאטש אז זייער ארגינעלע ציהל איז געווען אינגאנצן צו צושמעטערן דעם רבין, האבן זיי אבער דעמאלטס שוין איינגעזעהן אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט און האבן זיך פארלייגט אז זיייער שטריק זאל כאטש אויך אנגענומען ווערן אלס 'סאטמאר רב'. די פלאן איז געווען אז אזויווי למעשה זענען זיי ביז דאן געווען ידם על העליונה וועלן זיי ווייטער קענען אנהאלטן די מאנמענטום און מיט דעם צוזאמען האלטן זייער עולם. קיין פאזיטיווע כוחות האבן זיי נישט אריינגעלייגט ווייל 'קיינער' וואלט נישט בענעפעטירט דערפון. זייער עולם איז נישט פון דעם טייג געקנאטן. אצינד, ווען די רעדל האט זיך גענומען דרייען אויף פארקערט, זענען זיי געווארן קרח מכאן ומכאן, נישט קיין פאזעטיוו און נישט קיין נעגאטיוו. מען האט זיך פלוצים דערזעהן אין א ביטערע מצב. זיי קוקן אריבער צי אונזער זייט און זעהן ווי עס קאכט און עס לעבט אויף אלע באקן. ברוחניות ובגשמיות. נאכמער, זינט זייער נומבער איין שונא האט איבערגענומען די שבט הנהגה איז די לעבעדיקייט און די 'צופרידנקייט בפרט' ביי זיינע טויזענטער חסידים ומעריצים גאר גאר שטארק געשטיגן. דא איז עס א בליציגע דרשה, דא איז עס א שיינע באזוך, דא א נסיעה קיין ירושלים בכבוד מלכים, אויפגעשטעלט א בית השחיטה וואס מען קען בשום אופן נישט טרעפן קיין חסרונות דערין. איין טאג איז עס יסודי התורה און איין טאג איז עס צדקת העיר. אמאל איז דאס א הערליכע הדלקה און אמאל א נסיעה קיין לאנדאן. אריזאנע ווייץ איז אויך נישט קיין מפיל קינד און אזוי אויך די טעקסאס בית השחיטה. ווידער איינמאל איז דאס די לעיקוואד דרשה און איינמאל איז דאס די קרית ברך משה אין מאנסי. יעדן טאג קומט צו פרישע זאכן, חדתין נבוט כל צפרא, בקיצור מען לעבט, מען איז צופרידן און מען דינט דעם באשעפער. אונז דארף מיר צו וויסן אז יעדע קליינע פעולה וואס אונז טוה מיר ווערט נאכגעקוקט און דורך געדראשן אין אלע זייערע מקוואות. מיט יעדע פאזעטיווע פעולה וואס גייט ארויס פון אונזער צד שפרינגט מען דארט ווי פון א געביסענער שלאנג על כל פנים, זיי האבן זיך געטראפן אין א גאר פארצוויפעלטע מצב און אויב איז דאס נישט גענוג געווען האט נאך די אמתע ווערטער פון דעם דערמאנטען בלאט ארטיקל געשלאגן ווארצלן און די יונגווארג האבן פארלוירן דאס לעצטע ביסל אונטערעסע. טא, וואס טוט מען? אין א פארצווייפעלטן פרוואו האט מען אנגעהויבן א פרישע קאמף, דאסמאהל מיטן ציהל צו פארכאפן די אינגע מוחות וועלכע זענען נישט אזוי באהאוונט מיט די התחלה פון די פאליטיק און זיי איינרעדן אז עס איז ח"ו א מלחמה לשם שמים וואס מען טאר נישט נאכלאזן. די בעסטע שרייבער זענען איינגעשפאנט געווארן און מען גיבט אוועק שעהן אויף שעהן צו שפינען און וועבן געשיכטעלעך וועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. רבותי, דאס איז זייער לעצטע פריוו צוריק צוכאפן זייער מאמענטום. מיר דארפן זיך נישט וויסענדיג מאכן און האפטעליך וועט דאס ענדיגן פונקט ווי זייער אלע מעשים . והמטים עקלקלותם יוליכם ה: את כל פועלם שלום על ישראל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 16:06 |
|
| |
האסט אביסעל ארויסגעברענגט די זאך, איך האלט אז ס'איז דא מער מרחיב צו זיין אין דעם ענין נאר די סיבה פארוואס איך און אנדערע טוען עס נישט איז פשוט ווייל ס'גייט אונז גאנץ ווייניג אדער גארנישט אן וואס דער זאלי טוט, טראכט אדער זאגט.
אבער די פאראגראף האב איך הנאה געהאט.
אפי' נארמאלע זאכן וואס סאטמאר רבי טוט, קען זייערע קאפ נישט טראכטן גראד, אלס קומען זיי מיט אומדערהערטע סברות, אז ר' אהרן מיינט לעולם נאר צו טשעפען ער מיינט נאר צו האקן אויפן רבי'ן ז"ל וכו וכו, למשל, ר' אהרן דרשנ'ט דרשות? דאס איז אלעס פאלשע פשט'לעך וואס יעדער ליידיג גייער קען דאס זאגן; אדער דאס איז הירצקא צוויבל'ס; ער וויינט הושענא רבא? ער טוט עס פאר אטענשן; ער וויינט ביי זיין אייגן טאטענס לוי'? ס'פאלש לעולם פרייט ער זיך אז זיין טאטע איז געשטארבן; ער הייסט לערנען גמרא און קובע שיעורים זיין? ער וויל זיין ספלעשי; ער מאכט חתונה תקנות? ס'נאר להגדיל הפארטיי, (כפי לשונו פון בלומענפעלד לרפו"ש) אריזאנע ווייץ? ער וויל באמת אידן זאלן עסן חמץ בפסח; ער זאגט דברי קנאות? ער האט גאר פיינט דעם רבין ז"ל; שחיטה? דאס נאר צו מחזק זיין די חסידים; ער קראצט זיך די נאז? ווייל ער איז א ציוני; ער גענעצט? ווייל ער איז א בריוני ....וכו וכו...
ס'איז דאך אזוי אמת אז ס'איז א שרעק,
און די בעסטע איז נאך אז ווען ער וויינט ביי זיין אייגענע טאטעס לוי' מאכט ער זיך.... היש לנו גרעסער טפשות פון דעים??? איך דארף נאך אויף דעים ענטפערען??? איז דען דא אפילו אויף דעים וואס צו ענטפערען???
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 09:41 |
|
| |
איך וויל דא ווידערהוילן וואס מיין עיקר טעמע איז דא; צו וואס איך וויל דא ציקומען. ראשית, ווי איך האב שוין דערמאנט וויל איך פשוט מסביר מה זה ועל מה זה איז דאס אזוי געווארן אז דער "נארמאלער" זאלי - נאך צען יאר נאך זייער א"ג גאולה - איז ער נאכאלס אזוי ביטער אנגערעגט אויפן סאטמארער רבי ר' אהרן, ס'איז ממש לא יאומן כי יסופר, דער רעגלמעסידער זאלי ווען מ'רעדט פון סאטמארע רבי אדער זיינס א חסיד, ווערט ער אינגאנצן נהפך לאיש אחר, ער קען באמת נישט טראכטן גראד, ער קען נישט זיך צאמהאלטן זיין געוויסן קיין שום שכל הישר איז נישטא ביי זיי. כהיום יום, ווערן תולי תולי מיט מעשיות חדשים לבקרים, פאבריקאציעס און חזיונות ארויפגעלייגט אויף סאטמאר רבי, אז ס'ממש נישט במציאות אז איין בשר ודם זאל קענען האבן אזויפיל געשיכטעס סיידן ער לעבט שוין לכה"פ 270 יאר, ס'נישטא קיין עבירה שבתורה וואס די פארדומ'טע זאליס וועלן נישט נאכזאגן מיט אזעלעכע קעלבערענע אנגעבלוזענע אויגן ממש כנתנתן מסיני, די אלע זאכן ווערן נאכגעזאגט ביי די נארמאלסטע זאליס כהיום יום.
אפי' נארמאלע זאכן וואס סאטמאר רבי טוט, קען זייערע קאפ נישט טראכטן גראד, אלס קומען זיי מיט אומדערהערטע סברות, אז ר' אהרן מיינט לעולם נאר צו טשעפען ער מיינט נאר צו האקן אויפן רבי'ן ז"ל וכו וכו, למשל, ר' אהרן דרשנ'ט דרשות? דאס איז אלעס פאלשע פשט'לעך וואס יעדער ליידיג גייער קען דאס זאגן; אדער דאס איז הירצקא צוויבל'ס; ער וויינט הושענא רבא? ער טוט עס פאר אטענשן; ער וויינט ביי זיין אייגן טאטענס לוי'? ס'פאלש לעולם פרייט ער זיך אז זיין טאטע איז געשטארבן; ער הייסט לערנען גמרא און קובע שיעורים זיין? ער וויל זיין ספלעשי; ער מאכט חתונה תקנות? ס'נאר להגדיל הפארטיי, (כפי לשונו פון בלומענפעלד לרפו"ש) אריזאנע ווייץ? ער וויל באמת אידן זאלן עסן חמץ בפסח; ער זאגט דברי קנאות? ער האט גאר פיינט דעם רבין ז"ל; שחיטה? דאס נאר צו מחזק זיין די חסידים; ער קראצט זיך די נאז? ווייל ער איז א ציוני; ער גענעצט? ווייל ער איז א בריוני ....וכו וכו...
איינע פון די קלאסישע ביישפילן פון זייער אבסודר און עקסטרעמע סברות איז אז דער סאטמאר רבי איז נישט א ציוני נאר - נישט מער און נישט ווייניגער - ער האט "פיינט" דעם רבי'ן ז"ל, ממילא די זאגסט אז ער איז נישט אזא גרויסע קנאי, ער האט אויך ליב פרעמדע רבנים החרשתי, אבער אזוי צידרייט צי זיין? ער האט "פיינט" דעם רבי'ן זצ"ל? אלעס האט דאך א שיעור.
איז די פראגע ווי קומט אזעלעכע שוואנצונעס צו נארמאלע מענטשן - וואס וואלטן לכאורה לשיטתם ווען געדארפט זיין העכסט ציפרידן במצבם - איבערהויפט אז דאס לאזט נישט נאך, די משוגעתן גייט נאך אן בכל תוקף עד היום הזה ביי די שענסטע און אנגעזעהנסטע זאליס, און די לאגע ווערט ערגער און ערגער פון טאג צו טאג.
מיין מטרה איז אויסדריקלך נישט סתם זיך צו רייצן אדער טשעפען אידן, און איך ערווארט אויך נישט אויף קיין איין רגע אז איינער וועט טוישן זיין פארטיי פון איין צד צו דער צד שכנגדו, בכלל האלט איך אז אין די היסטאריע פון די מחלוקה האבן מערסטנס 15 סאטמארע אידן זיך געטוישט זייער מיינונג, די לעצטע 6-7 יאר האלט איך אז קיין איינס, מיין איינציגע מטרה איז אז די באטראפענע אידן זאלן ארויסקריכן פון זייערע אילוזיעס און זיך אויפוועקן צו רעאליטי, און איינזעהן אז זיי לעבן און דמיונות און חלומות אז יבוא יום וואס די וועלט וועט שוין איינזעהן אז סאטמאר רבי איז א שוטה רשע וגס רוח, עס גייט נישט פאסירן ע"פ דרך הטבע, דער סאטמאר רבי האט שוין געכאפט די גרעסטע שלעק, מ'האט איהם שוין באשולדיגט מיט כל עבירות שבתורה, און קוקטס ווי ער שטייט; א רבי מיט צענדליגע טויזענטער חסידים נאמנים ואוהבים בכל קצבי תבל. נו אויף וואס נאך האפט עטס, שוין גארנישט געבליבן, ענק האבן שוין אלעס פרובירט.
די באטראפענע אידן זאלן קלאר וויסן און דערהערן, אז צענדליגע טויזנעטער סאטמארע אידן בכל רחבי תבל, זענען דבוק ומקושר בעבותות האהבה צום סאטמארע רבי שליט"א, דאס איז א מציאות וואס איר מוזט FACE'ן און אזוי לאנג איר וועט זיך אויסבאהאלטן פון דעם פאקט וועט עטס נאר קראנקער ווערן און אייערע מוחות וועלן אזוי צידרודלט ווערן אז א בלומענפעלד דרשה וועט זיין גאלד קעגן וואס קען ל"ע פאסירן מיט ענק, ועל כולם זענען דא טויזענטע חרדישע אידן פון אלע קרייזן וואס האבן א הערצה צום סאטמאר רבי, נישט ווייל זיי ווילן זיין ספלעשי, נאר ווייל סאטמאר רבי האט ליב די תורה הקדושה, ווייל סאטמאר רבי איז בקי בכל ספרי רבינו בעל דברי יואל ז"ל כמונח בקופסא, ווייל דער ברך משה האט איהם ליב געהאט, ווייל דער דער רבי ז"ל האט איהם ליב געהאט, ווייל ער איז שטענדיג עומד ודורש כמים נובעים חדושי דרוש, דברי רמזים נפלאים בספרי חסידות. מ'קען נישט איין פרי-מארגן ביי די 50 יאר אנצינדן א סוויטש, מ'גייט זיין ספלעשי און מ'גייט מחדש זיין דברי תורה בכל מקצועות התורה, ס'נישט מעגליך בדרך הטבע, דאס קען מען נאר ווען מ'גייט נישט ליידיג און די יונגע יארן,
אגב ס'דערמאנט מיך נאר פון די ערשטע חוה"מ דרשה וואס רז"ל האט געזאגט און ראדני האט ער עפעס צו יעדנס וואונדער געזאגט זייער א שיינע געדרייטע פשט'ל, די חסידי זלמן לייב האבן זיך באמת געשפירט שטאלץ, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זלמן לייב האט נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט פון עפעס אן אלטן נישט אזא באקאנטן דרוש הגדה, די אהרונים לאכן נאך היינט דערפין, איך בעצם האלט איך אז זלמן לייב איז נישט עפעס אזא געפערליכע רעדנער, עס וואלט געווען פונקט אזוי גוט צו סתם נאכזאגן עפעס אפאר דברי תורה מעניני דיומא, מוחה זיין אויף א 2-3 פירצות, און די שעה איז אנגעפילט, ער האט אבער געהאט א קראץ למען השם צו קאנקורירן מיטן ברודער, פרעג פארוואס? ס'אט בכלל נישט אויסגעפעלט, ווען ער ליינט ווען פאר א טעלעפאן בוך וואלטן זיי פונקט אזוי צופרידן געווען.
אויך אגב, ס'ברענגט ממש צו לאכן די גאנצע לאוזונג אז מחמת זיינע מידות טובות איז ער מקרב די בני יואל אידן, איך פארשטיי באמת נישט וויזוי זייערע נארמאלע מענטשן קענען עס נאכזאגן מיטן פולען ערענסקייט, די בני יואל זענען דאך זיינע איינציגע חסידים און שטיצער, דאס איז דער גאנצער יסוד פון זיין פארטיי אן זיי האסט ער גארנישט, דאס איז פונקט ווי מ'זאל זאגן אז ר' אהרן איז אויך א נועם המידות, פארוואס, געב א קוק א איד ווי ר' בערל פרידמאן און ר' דוד הויער מיט אלע ארונים, פאר 10 יאר האלט מען זיי אינאיין רודפ'ן און אנשייגעצן, אבער ר' אהרן מחמת זיינע שיינע מידות איז ער זיי מקרב.
די אייציגע און ריכטיגע פראבע ווי מקען זעהן איינעם'ס מידות איז וויזוי מ'גייט זיך איהם מיט זיינע שונאים, נישט זיינע שטיצער, און יעדעס מאל איז ער מיס דורכגעפאלן די טעסט, אדרבא שטאטס ווייזן נאכגיביקייט און שלום, האט ער נאר ארויסגעוויזן שלעכטיקייט, עקשנות און קריגעריש, למשל ווען זיינע שונאים האבן ציגענומען א חתונה קרוין, איז דאן אינגאנצן נעלם געווארן זיינע נועם המידות, ממש נישט צום געפינען, און אן קיין שום נימוס אן קיין שום אידיש געפיל האט ער במו ידיו געלאזט בחורים שמאכטן פרייטיג צינאכטס אין סענטרעל בוקינג, די עלטערן זענען פערזענליך געגאנגען וויינען צו איהם ער זאל זעהן זיי צו באפרייען אבער מיט זיין סאדיסטיש שמייכל האט ער זיי אינגאנצען איגנארירט, אגב יענעם פרייטיג צינאכטס האט מען איהם די איין איינציגע מאל נאכגעשריגן אויפן גאס "זאלי זאלי" בעת די בחורים זענען ע"פ צוואתו געזעצן אין סענטרעל בוקינג אונטער שווערע אומשטענדן, פארשטייט זיך די זאליס וועלן דאס נישט פארציילן, די איינציגע זאך וואס זיי וועלן פארציילן אז מ'האט איהם על לא עוול נאכגעשריגן.
נאך א פאל וואס איז וויכטיג צו דערמאנען, ס'געווען דעמאלטס תיכף נאך די ראזענוואסער פסק, זלמן לייב האט זיך דאמאלטס אויפגעשטעלט האלטן א לאנגע דרשה וועגן בערל פרידמאן און אלע חסידי רבינו שליט"א, ער האט נישט דערמאנט קיין איין איינציג ווארט וואס זאל ווייזן דאס מינדעסטע וותרנות, עפעס סבלנות, עפעס איידלקייט קיין איין ווארט וואס זאל אפשר ברענגען שלום ואהבת ישראל בין איש לאחיו, גארנישט, אדרבא זיין גאנצע דרשה איז בלויז געווען וויסטע העצע קעגן זיין ברודער מיט זיינע טויזנטער חסידים, מער אויפגעפלאמט די מחלוקה מער אנגעהעצט זיינע מענטשן קעגן זיין עלטסטע ברודער, ציגעגאסן נאך אויל צום פייער, הזאת נעמי? איז דאס וואס מ'האט עדווערטייזט אלס א נועם המידות? פארדעם אליין האט זיך געלוינט די ראזענוואסער פסק צו אויפדעקן לעיני כל העולם זיין צביעות.
נאך א איראנישער זאך, דער זלמן לייב איז עמטליך געקומען מיטן טרעידמארק פון "נועם המידות", וראה זה פלא פון אט דעם זעלבער נועם המידות איז נולד געווארן מעגליך די גרעסטע חסידישע מחלוקה אין מאדערן היסטאריע, וואס איז איבערגעשטיגן כפלי כפלים די גרעסטע מחלוקה און סאטמאר ביז יעצט, אפי' מ'זאל מיר זאגן אז ער איז אומשולדיג, אבער ס'איז פשוט קאמיש אז דער זעלבער מענטש וואס זארגט זיך אזוי צו מאכן שלום מיט יאסל וואלדמאן און שמעון ווייס, באותו רגע צינדט ער אן די גרעסטע מחלוקה, ציקריגט זיך מיט זיינע אייגענע געשוויסטער און האלב סאטמאר, אויב איז ער טאקע דער גרויסער חכם האט ער דאך זיכער געדארפט וויסן אז מיטן מקרב זיין די אהבה מסתרת אידן און זיי אריינזעצין במקום פון די אלט געזעסענע חסידים פון זיין טאטע, וועט עפעס א מחלוקה אויסברעכן, ווי האט נאר ר' חיים אליעזר גראס געזאגט? "מ'וועט זיך קריגן 100 יאר", נו, האסט גארנישט חושש געווען פאר מחלוקת ושנאה, האסט כאטש עפעס געטאן עס צו מונע זיין, גארנישט?
והעיקר, לאמיר זאגן לו יצויר אז ר' זלמן לייב האט באמת איינגעזעהן מחמת נועם מידותיו אז מ'האט נישט געטארט טשעפען די בני יואל אידן, און ער וויל מאכן שלום, וואלט איך מיך פארגעשטעלט אז אלס מענטשליכקייט, דיפלאמטישקייט און כבוד אביו וואלט ער געדארפט פארלאנגען כאטש עפעס א שטיקעלע פיוס דעקלעראציע פון די בני יואל אידן, למעשה האט דער ברך משה פארשאלטן פאר 20 יאר ברבים, און די ביסט זיי מקרב ברבים, דארפסט טאקע מאכן אזא גענאר פון דיין טאטען? ביסטעך פארט א זוהן, קומט טאקע דיין כבוד און פון יאסל וואלדמאן פאר דיין טאטענס? איך האב קיין שום פראבלעם אז דו מאכסט שלום, אבער בעט כאטש עפעס אויף צוריק. א שטיקעלע פיוס זאל כאטש לפנים פרעזערווירט ווערן כבוד אביו.
היוצא לנו מזה זיי האבן גענומען 3 פארפוילטע מידות פון צביעות שקר וחנופה, און עס איינגעפאקט און א "נועם המידות" פעקעדש, פארוואס ווייל ער שמייכלט צו זיינע שטיצער.
דער אמת איז ס'אינטערסירט מיך בכלל נישט צו דיסקרעדיטן זלמן לייב'ן, מצידי זאל ער האבן 10 מיליאן שטיצער און זיך רופן ארגינעלער סאטמאר רבי, און אונזער רבי זאל ער רופן "געוועזענע קר"י רב" אדער "וויזשניצער איידעם", (גראדע יעדעס מאל דייטש שרייבט "געוועזענער קר"י רב" קען איך נישט שלאפן א גאנצע נאכט ס'ממש רציחה!) איך האלט אויך נישט אז ער איז דער גרעסטער קליפה, איך האלט נישט אז ער איז דער ס"ם, ער איז נישט דער גרעסטער רשע און היסטאריע, ס"ה האלט איך פון איהם פונקטליך וואס דער רעגלמעסיגער זאלי האלט פון איהם, דהיינו ער איז א פלענער מגושם'דיגער איד, ס'דאך דיו לבא מן הדין ליהות כנידן, קענסטאך נישט ערווארטן אז איך זאל האלטן מער פון איהם ווי זיין חסיד, דאס מיינט נישט ער איז דער ערגסטער מענטש און די וועלט איך האב נישט מורא פאר קיין איין רגע אז ער פארכאפט מענטשן אדער ער וואשט מוחות.
פון מיין זייט אויס בין איך שוין באמת מיד פון די גאנצע קריגערייען זאל יעדער בלייבן מיט וואס ער האט, אפלאזן אלע קארט קעיסעס בכל קצבי תבל, און אנגיין מיט לעבן, שוין גענוג געווען, איך בין זייער ציפרידן מיט מיין רבי און זיי די ציפרידן מיט דיינעם. איך קען מיך היינט זעהן צו איינמאל פאר אלעמאל מאכן א שטיקל שלום, ענדיגן די גאנצע סומאטכע
ליידער דער איינציגער סיבה לפענ"ד, פארוואס די מחלוקה און האס גייט נאך אן מיטן פולען פארע איז ווייל די זאליס זענען זייער אנטוישט פון די מצב ווי סאטמארע רבי שטייט יעצט, און זייער וויסטן חלום האבן זיי נישט געטראכט אז ער גייט האבן אפי' א דריטל וואס ער האט יעצט, ס'האט נאך קיינער און היסטאריע פון חסידות איבערגעלעבט אזא איבערלעבעניש ווי סאטמאר רבי און זאל זיך דעראבערן און אזא הויכן שטאפל.
והעיקר, פארוואס די זאליס זענען אזוי אנטוישט און דערביטערט איז ווייל נאך 10 יאר מ'מאכט א חשבון הנפש ווי מ'האלט, איז נישט נאר זיי האבן נישט דערגרייכט זייער ענד-צוהל צו ארלעדיגט זייער שונא, נאר ס'האט ממש פאסירט בדבר אשר זדו עליהם, זייער זיכערער חשבון אז זיי גייען זיין די אטאמאטישע נארמאלע חסידות מיט א בא'חנ'טע רבי, מיט ראדני, 550 בעדפארד, אלע אלטע בנינים און וומ"ב, זיי האבן די צוואה, און ר' אהרן גייט רעדוצירט ווערן צו עפעס א מינדערגיע צידרייטע עקסטרעמע מאדנע חסידות, איז געווארן ונהפוך הוא, דער זאלויני חסידות איז א נעגאטיווע ביטערע קריאזע חסידות שלא ידעו אבותינו מעולם,
און זייערע אויגן א נארמאלע חסידות איז אז די חסידים טרייבן ליצי לצנות פון זייער אייגן רבי'ן, די אייגענע חסידים האבן נישט קיין שום טראסט אין איהם בעניני הנהגה ויהדות, מענטשן אין סאטמאר כאפן זיך פשוט נישט מ'זאגט עס מיט אזא רגילות "דער זאלי איז נישט קיין עכטע חסיד" רבותי! פרעגט סיי וועלכער פרעמדער איד, דאס איז ל"ע ציקוקט. און וואס איז די תוצאה דערפין? אז זיי זענען יעצט געשטעלט און א מצב אז אויב זיי בראקן נישט אריין און די קינדער ערב ובוקר "אהרן ט"ב פוי" זענען זייערע קינדער און א סכנה צו אריינפאלן אין די קליפה פון אהרן ט"ב, ווייל דאס קינד טענה'ט אויב אונזער רבי איז נישט קיין עכטע רבי, נו פארוואס זאל איך נישט גיין צום אנדערן סאטמארער רבי, למה נגרע וואס זאל איך זיין ווייניגער ווי סיי וועלכער חסידישער איד, דאס איז אזאך וואס דערביטערט און אנטוישט זיי, ווייל 10 יאר צוריק ווען מ'האט געשאלט און געיובלט, האט מען אין וויסטן חלום נישט געטראכט אז מ'וועט נאך 10 יאר שפעטער דארפן האמערן און שימפפן קעגן זייער שונא נומער איינס, דאס איז בכלל נישט געווען און זייער בלו-פרינט. און זייער בלו-פרינט איז דער סאטמארער רבי א שטאטס חוזק וואס נארמאלע מענטשן שעמען זיך צו אידעטיפיצירן מיט איהם, און דא שטייען זיי 10 יאר שפעטער און זיי האלטן נאך אלס ביי אלף, ווי מ'דארף נאך אלס מסביר זיין מיט הסברים, קללות און חזיונות אז דער אהרן איז א קליפה.
ס'א בחינה פון ויחד יתרו, פון איין זייט דאנק איך דעם אייבירשטן שהבדלנו מן התועים, און איך באלאנג צו א קהלה וואס איז נארמאל, די איינציגער זאך וואס איז אונז מאחד איז די אהבה עזה לגאון עזינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, דאס איז נארמאל, אזוי איז אלס געווען אידישע קינדער מאז היתה ישראל לגוי, ניין איך האלט נישט אז דער סאטמארער רבי אדער דער ברך משה איז געווען אזוי גרויס ווי דער דברי יואל, און דער דברי יואל איז נישט געווען אזוי גרויס ווי דער ישמח משה, און דער ישמח משה איז נישט געווען אזוי גרויס ווי דער ר"ר אלימלך, און דער ר"ר אלימלך איז נישט געווען אזוי גרויס ווי דער בע"ש, און דער בע"ש איז נישט געווען אזוי גרויס ווי רשב"י און רשב"י איז נישט געווען אזוי גרויס ווי משה רבינו. ממילא ע"כ? איך ווייס איין זאך; יפתח בדורו כשמואל בדורו, און דער סאטמארער רבי פארנעמט דאס ארט בדורינו וואס אלע מנהיגי הדור האבן פארנומען, און איך בין נישט מחויב צו מעסטן אדער אים ציגלייכן צי קיינעם פון די דורות הקודמים.
פון די אנדערע זייט קוק איך צו ווי די גאנצע זאלי חסידות איז געבויט אויף א זייער איינגעשטעלטע אומאויספראבירטע סטייל פון א חסידות, זייער המצאה איז געווען אז מ'דארף לעולם נישט קיין רבי, זיי ווילן דאך נישט קיין רבי, אבער מ'מוז דאך קוקורירן מיט אהרן ט"ב, נאו פראנלעם, לשיטתם איז דאך אהרן ט"ב אויף נאר בלאף העמיר איהם נאך קאפיערן, מ'עט ארויפזעצן א קאנקורענץ אויפן אויוונאן זאל זיין אבי ווער, וואסי דען א חילוק? נאכדעם וועט מען ארויפשטעלן די בני יואל אידן אויף די פרענטשעס וואס העלן קלאטשן יחי אדונינו, די ישיבה בחורים וואס מ'עט איינטרענירן צו זיין לויאל צו די פארטיי, און דער באן וועט פארן, וויזוי פינקטליך ווייסט מען נישט אבער פון אזויפיל מענטשן און אזויפיל פרענטשעס און אזוי פיל בנינים און אזוי פיל קארט געווינסן איז ממש לא ימלט אז זאל זיך נישט בויען חסידים.
ס'אט קיינער נישט געקענט אזוי גוט באווייזן און די פאלשקייט פון די בני יואל למיניהם וואס לשיטתם זענען אלע רבי'ס פאלש און ס'נאר להגדיל הפארטיי, סקווער, בעלז, באבאוו, צאנז פאפא וכו....אלעס איז פאלש, געב א קוק עטס האטס פרובירט צו אויפשטעלן א חסידות אויפן יסוד פון שקר, עטס האטס במכוון געמאכט א רבי ווי דער זלמן לייב צו ווייזן די וועלט אז מ'קען מאכן אבי ווער פאר רבי און די באן וועט פארן, און קוקטס וואס סיגעווארן, הערטס אויס בלומענפעלדנס דרשה ל"ע וועט עטס זעהן.
(איך ווייס נישט ווען איך וועל ממשיך זיין, איך האב גאר אסאך נאך צישרייבן, אבער וואס זאל איך טון איך האב נישט קיין צייט, איך האב וויכטיגערס וואס צי טאן, איך וויל נאך איין טאג אפשר מרחיב זיין הדיבור איבער די היסטארישער געשעעניש וואס האט הילכיג אפגעקלינגן איבער די גאנצע וועלט, און זייט דעמאלטס האט עס צוריקגעשטעלט קרן סאטמאר על מכונו און נעבעך די בלומענפעלד אידן פרובירן שוין 10 יאר ערב ובוקר וצהרים צו אויפקלערן די וועלט וואספארא קליפה דער סאטמארע רבי אזש אז ס'זיי מוציא מדעתם, איך געב דעם עולם צייט צו געסן וואס דער היסטארישער געשעעניש איז געווען, איך וועל געבן א הינט ס'נישט געווען קיין גרויסע כנסיה און נישט קיין קארט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2009 00:32 |
|
| |
האסט ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס, כ'ווארט אויף דיין המשך
אויב איך וועל האבען צייט וועל איך ברייטער צילייגען דיין ארטיקעל בל''נ
|
|
|
|
|