בית פורומים אברעמעלעס פורום

בלומבערג דארף גשטעלט ווערן צום געריכט.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2009 19:07 לינק ישיר 
בלומבערג דארף גשטעלט ווערן צום געריכט.

ס'האט זיך לעצטנס געקאכט וועגן די שכר לימוד וואויטשער'ס וואס עלטערן באקומען. (די וואויטשער'ס זענען בבחינת סעקשאן 8 אין די צייט וואס סעקשאן 8 דעקט רענט פאר די שוואכע פארדינער [געספאנסערט דורך די פעדס.] דעקט די וואויטשער'ס שכר לימוד פאר די שוואכע פארדינער [געספאנסערט דורך די סטעיט])

בלומבערג האט ארויסגעשניקט די וואויטשער'ס פון קומענדיגעס יאר באדשעט, נאך מעכטיגע רידעריי פון דעם היימישן ציבור האט בלומבערג נישט געהאט א ברירה און דאס געמוזט צוריק שטעלן, נישט פאר גוטסקייט נאר ווייל ער האט מורא אז דער ציבור וועט נישט וואויטן פאר אים.

למעשה האט ער דאך ארויסגעשניטן די וואיטשערס און ער וויל דאס נישט ספאנסערן, ער וויל דאך אבער נישט פארלירן די וואלען. האט ער יעצט געזאגט אז ער לייגט דאס צוריק אריין פאר "6" חדשים און דערנאך וועט מען דאס נאכאמאל איבערקלערן.

וואס ער פארציילט נישט פארן ציבור אז אין 6 חדשים פון היינט וועט מען שוין האלטן "נאך" די וואלן, און דעמאלט'ס וועט ער אונז האבן אויפן דראנק. געווינען האט ער ווייל אונזערע נערישע עסקנים ווען הייסן וועלן פאר אים אלס "הכרת הטוב" אבער וואס די קלעצןקאפ כאפן נישט איז אז א טאג נאך די וואלן וועט ער זיי האבן אויפן דראנק און אפילו נישט וועלן זיך טרעפן מיט זיי.

אויב אונזערע "אלטע" עסקנים ווען הייסן וועלן פאר אים ווייל ער האט צוריק געשטעלט די וואויטשערס פאר 6 חדשים, ווען אונזערע "נייע" עסקנים דארפן ברענגן בלומבערג צום געריכט פאר'ן "קויפן" די אידישע שטימעס דורך 6 חדשים וואויטשער'ס. ער וועט נישט קענען טענה'ן אז ער שטעלט צו פאר די "רעזידענט'ס" זייערע צרכים און אז ער פארשטייט צו די צרכים פון היימישן ציבור ווייל ווי אזוי ער וועט דרייען איז ער אין מיינע אויגן אדער א שקרן אדער א בלאפער אדער א גנב. ממה נפשך, איז די וואויטשער'ס צרכי ההיימישע ציבור און ער אלס פאליטישער פירער רעכנט זיך מיט אונזערע צרכים? איז דאך ריכטיג צוריק צושטעלן די וואויטשער. איז דאס נישט צרכי ההיימישער ציבור וואס איז די 6 חדשים אויב נישט סתם שוחד פאר די וואלען? צו איז דא א הווא אמינא אז אין 6 חדשים פון היינט פונקט אינמיטן די "שולע יאר" וועלן פלוצלינג אלע ארימע עלטערן ווערן פארמעגליך? וואס זאל טון א טאטע וואס לייגט אריין זיין קינד אין חדר מיט'ן חשבון פון די וואויטשער'ס און פלוצלינג אין 6 חדשים פארלירט ער די וואויטשער'ס? 

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אברעמעלעס פורום > בלומבערג דארף גשטעלט ווערן צום געריכט.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext