בילדער אינם air frace סקונדעס פארן קראך......
נעכטן זענען פארשפרייט געווארן 2 בילדער פונם ער פרעס פליגער א A330 ווי מ'זעט די פאסאדשירן זיצן מיט אקסעדזשין מאסקעס און די אינטערשטע טייל פונם פליגער פעלט.
סהייסט אז די בילדער זענען גענומען געווארן מיט א דיגשיטיל קעמרע סקונדעס פארן ענדגיליטיגן קראך און די אויספארשער האבן מצליח געווען ארויסצונעמען די בלידער פון די "מעמארי סטיק" פונם קעמרע.
דאס ערשטע בילד, מ'זעט די הימל און וואלקענעס.
צווייטע בילד, מ'זעט ווי א מענטש ווערט ארויגעצויגן פון פליגער מיט'ן קאפ אראפ און די פיס ארויף!!!
איך האב פונקט ווי איר אנגעהויבן פרעגן קשיות, בעיקר אויב זענען די בלידער באמת אמת...
תיכף ביים אנהייב האב איך פארשטאנען אז ס'איז לכאורה נישט פון עיר פרענס ווייל אינם באשרייבונג וואס איז מיטגעקומען מיט די בילדער האט דער פארשפרייטער שיין מסביר געווען אז מ'ווייסט אפילו צו וועם די קעמרע האט געהערט און אז לכאורה האט ער גענומען די בילדער. איין פאטאלע טעות האט דער שרייבער געמאכט, ער האט געשריבן אז די בילדער זענען גענומען געווארן אויף די ער פרענס B737 (דאס מיינט בא'אינג 737) למעשה איז די פליגער געווען א A330 (ערבאס 330). אויב פעלט אים די פשוטע א.ב. אינפארמאציע איז שווער צו גלייבן אז ער האט צוטריט צו אזעלכע אינפארמאציע... חוץ וואס די בילדער זענען לכאורה אפגעפרעגט תיכף ווייל די ער פרענס קראך האט פאסירט ביינאכט, און דא אויף די בילדער זעט מען א הערליכע לעכטיגע הימל.
האב איך מחליט געווען זיך אריינצולייגן אין דעם ענין, איך האב גערופן אפאר חברים וואס זענען נחשד אין קוקן גוי'אישע פילמ'ס, און זיי האבן מיר געזאגט אז "די בלידער זענען פון א מאווי פילם און ס'האט מיט ער פרענס גארנישט".
_________________
תוקן על ידי אברעמעלע ב- 16/06/2009 20:05:15
 |
|
|