בית פורומים כל העולם כולו

דאלער אונטער ערנסטע אטאקע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/6/2009 07:50 לינק ישיר 
דאלער אונטער ערנסטע אטאקע

ס'איז פארגעקומען א מיטינג פון רוסלאנד, בראזיל, אינדיע, און כינע, וועלכע קאנטראלירן אינאיינעם פופצן פראצענט פון די וועלט'ס עקאנאמיע, וואו מ'האט שטילערהייט ערנסט אויפגעברענגט פלענער אויפצוטוישן דעם דאלער מיט א נייע גלאבאלע מטבע - עפעס וואס רוסלאנד און כינע שטופן שוין לאנג אונטער'ן טיש.

אפיציעל האט נאך יעדער מורא אפן ארויסצואווארפן דעם דאלער, ווייל יעדער פון זיי האט דאך היפש אינוועסטירט אינעם דאלער און זיי ווילן נישט זיין ווערד זאל מיטאמאל טראסקען, אבער די אלע גערעדעכצער צילן אנצוגרייטן די וועלט פאר אזא מעגליכקייט - כאטש ס'איז שווער צו זען אזא מציאות אמאל צושטאנד קומען.

אן אנדערע מער ערנסטע אפציע איז דארט אויפגעברענגט געווארן אז די פיר לענדער זאלן אינוועסטירן איינער אינעם אנדערן אנשטאט וואס יעדער זאל אינוועסטירן אינעם דאלער. דאס איז שוין גרינגער דורכצופירן, און קען פונקט אזוי צעטרייסלען די גרונדן אונטער'ן דאלער, מער ספעציפיש וועט עס צעווארפן דעם באלאנס וואס ערמעגליכט אמעריקע אנצוגיין טראץ אירע ריזיגע דעפיציטן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דאלער אונטער ערנסטע אטאקע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext