בית פורומים כל העולם כולו

די רעאקציע איבער די אמונה טפילה ארטיקלען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/6/2009 03:53 לינק ישיר 
די רעאקציע איבער די אמונה טפילה ארטיקלען

עס איז שוין אדורך 3 - 4 וואכן זינט מיר האבן מפרסם געוועהן דאס לעצטע ארטיקל פון אונזער סעריע ארטיקלען "אמונה טפילה און ע"ז שקר מיטן נאמען רבי ז"ל", די צוריק קלאנגען זענען געוועהן גאר גרויס און ברייט, עד כדי כך אז עס פארגייט אביסל דעם אפעטיט פון שרייבן נאך, ווען מ'ווייסט אז אזויפיל מענטשן האבן גענומען אונזערע ווערק אין די הענט, עס איז זייער שווער זיך מצמצם זיין צו שרייבן ארטיקלע איבער די אלע נושאים און בלייבן נארמאל און נישט ווערן פארשלעפט פון די ווילדע געשרייבעכטס וואס ציען און דרייען מיט זייערע הגהות און הוספות אונטער אונזערע ארטיקלען כאילו מיר מיינען דאס און מיר מיינען יענס,

 

מיר מיינען סך הכל איין זאך, דאס חסידות פון רביה"ק זאל ווערן געדענקט לדורות עולם פאר א הייליגע און ארנטליכע יסוד היסודות פון אידישקייט אין אמעריקא, די היסטאריע זאל נישט באשרייבן דעם רבי'ן אלץ מייסד און מחדש פון עפעס אן עקסטרעמע מהלך וואס ווערט געפירט היינט צו טאג'ס דורך אייניגע קיצונים און מרי לב וואס זיכן ארויף צו צווינגען זייער שמאלקייט אויפן ברייטן פאבלוק, דער רבי האט איין זאך געוואלט ממשיך זיין אידישקייט אין אמעריקא ווי אבות אבותינו בלי שום זיז כל שהוא, דער רבי האט נישט געמאכט קיין חידושים, ס'איז נאר א ווידער פלאנצונג פון אמת'ע אידשקייט אין אמעריקא, וואס פארשטטיט זיך דאס צו באווייזן האט מען געמוזט זיין א גברא דמארי סייעא.

 

מיר ווילן קלאר שטעלן, אז מיר גייען בכלל נישט אריין אין הערכות דן צו זיין אינעם רבי'נס גדלות, ווייל אונז זעמיר בכלל נישט ראוי משיג צו זיין דאס גדלות, קדושה, און העכערקייט, אונז זעמיר אפי' נישט משיג זיין גשמיות'דיגע הנהגה, נאר ווייל מיר הייסן דאך תלמודים וחסידים פון רביה"ק מוזן מיר פארשטיין וואס דאס ווארט סאטמארע חסיד באדייט, הגם ס'זאגט זיך אפי' שווער ארויס דאס ווארט "תלמודים", ווער קען בכלל זאגן אויף זיך אז ער איז א תלמוד פון רבי'ן, אפי' ווער ס'האט געלערנט ביים רבי'ן צו קען מען טאקע האבן דער קוראזש מעיד צו זיין אז מ'איז א תלמוד פון רבי'ן ווען דער מרחק פון רבי'ן ביז אונז איז געוועהן מיילן ווייט, און א תהום צווישנשייד,

אבער, צו זיין א סאטמאר'ע חסיד דאס איז די לייכסטע זאך אויף די וועלט, מ'דארף נישט דינען קיין פארטיי, מ'דארף נישט דינען קיין שום רבי'ן, מ'דארף בלויז דינען דעם בורא כ"ע, און זיין א שו"ע איד, און זיך האלטן צו די הוראות פון רבי'ן וואס דער רבי האט געמאכט עפ"י תורה ולחזק את התורה והמסורה,

 

און מיט דעם פרט קטן זענען זייער אסאך מענטשן דורך געפאלן, אמת זיי דינען נישט קיין פארטיי, (עכ"פ אזוי האבן זיי געזאגט ביז שנת תש"ס) אבער זיי דינען אן ע"ז מיט א אדרת שער וואס זיי רופן אן רבי ז"ל, וואס אונטער דעם אדרת שער ווערט געטון כל מיני עבירות שבעולם, און ער שרייט אז ער איז א רבי ז"ל איד ווייל ער געהערט נישט צו א פארטיי, זאל ער ענדערשט יא געהערן צו א פארטיי און נישט טון איסורים און נישט מצער זיין קיין אידן, און אוודאי נישט פארשעמען דעם נאמען פון הייליגן רבי'ן זי"ע.

 

עס זענען זייער אינטרעסאנט וויאזוי די ריאקציעס פון די פאריגע 3 ארטיקלען זענען געוועהן, לאמיר דאס אביסל צולייגן,

 

כת א', זאגט אמן ואמן צו יעדעס ווארט, און גלייכצייטיג פרעגן נא? ווען קומט שוין די נעקסטע?

 

כת ב', זאגן ס'איז גוט, ס'איז אמת, אבער דער שרייבער איז א שייגעץ, מ'טאר אזעלכע'ס נישט שרייבן,

 

כת ג', ווי נאר זיי שפירן אז דאס שמעקט אביסל איינזייטיג, הייבט זיך אן א שטורעם, שקצים!, מ'מאכט חוזק פון רבי'ן, ער זאגט ער מיינט שלמה יענקל אבער באמת מיינט ער דעם רבי'ן אליין, זיי ווילן פארגעסן פון רבי'ן,

 

כת' ד', זענען ענפים פון כת הא' וואס זענען מסכים מיט אלעם וואס מיר שרייבן, זענען אבער זייערע מיינונגען צוטיילט איבער וועלכע ארטיקל איז געוועהן בעסער, די מער יונגערע עולם זאגט אז די ערשטע ארטיקל איז געוועהן דאס בעסטע, ווידער די מער עלטערע עולם זאגט אז די צווייטע און די דריטע זענען געוועהן בעסער, די סיבה איז פשוט, ווייל די יונגערע עולם האט מען ליב געהאט ווי מ'שמירט אריין זאפטיגע לשונות על דא ועל הא, ווידער די עלטערע עולם וואס האט נאך געשפירט דעם טרענספער פון די נארמאלע סאטמארע חסידות ביז צו די שפעטערדיגע עקסטרעמיזום אינעם כלומר'שטן שיטה פון רבין ווי אויך די פליפ - פלאפ אין די מיינונגען פון רבנישע וועלט, אט די האבן הנאה געהאט מער פון די צווייטע און דריטע ארטיקל אז איינמאל פאר אלעמאל איז דאס ארויסגעברענגט געווארן אויפן פאפיר וואס דריקט זיי אויפן הארצן יארן לאנג.

 

צו כת הא', איר בעט שוין נאך איינס? איר מיינט אז מיר האבן סתם פאן ענדשוימענט פון שרייבן ארטיקלען אנצוזעטיגן און אנפילן אייערע ליידיגע שבת נאכמיטאג'ס?, מיר שרייבן דאס מיט אסאך מחשבה און מיט אסאך ווייטאג, די אלע זייטיגע לשונות וואס מיר לייגן אריין איז נאר כדי די מעדעצין זאל נישט זיין אזוי שארף, (ווי הגאון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל פלעגט דאס ממשיל זיין אז מ'מוז אריין לייגן אין א קעפסל די מעדעצין ס'זאל נישט זיין אזוי ביטער).

 

צו כת הב', איר זענט מודה אז דער ארטיקל איז גוט, נאר דער שרייבער איז א שייגעץ,

מיר זענען זיך הארציג משתתף אין אייער צער, גלייכצייטיג האמיר פאר אייך גוטע נייעס אויך, אז איר זענט נאכנישט אינגאנצן פארקראכן, ווייל איר זענט בע"כ מודה אין די ווארהייט פון אונזערע ווערטער, נאר איר קענט פשוט נישט מודה זיין און זיך משלים זיין מיט די פאקט אז איר האט געלעבט אין א פאלשע מחשבת טעות 30 יאר, דעריבער זאגט איר אז דער שרייבער איז א שייגעץ ווייל ער צושטערט אייך די מנוחה, איר שטייט נאך גאנץ גוט כאטש זענט איר א מודה במקצת.

 

צו כת הג', איר שרייט און שרייט און זענט מוחה, איר שרייבט גאנצטע מאמרים אין אייערע בלאג'ס און אויסגאבן אז מיר זענען לצים ומשכילים וכו', פאר אייך האב איך א מעשה, דער מנחת אלעזר זי"ע האט אמאל געהאט צו טון מיט א מלמד וואס האט געטון מעשים אשר לא יעשו, האט ער דעם מלמד אריין געלייגט אין חר', היות דער מנח"א האט געהאט א קאמפליקט מיט א אנדערע חסידות ווי נאר דער מלמד איז אנגעקומען אהין האט מען זיך דארט נישט אפי' וויסנדיג געמאכט פון דעם חר' און מ'האט יענעם געהעריג מכבד געוועהן (קען זיין זיי האבן אפי' נישט געוויסט פונעם חר', אבער דאס איז נישט נוגע יעצט לענינינו) האט דער מנח"א געשיקט א תשובה ובתוך הדברים שרייבט ער בצחוק מכאיב צו וואס האבן זיך די גדולי הפוסקים זיך מטריח געוועהן צו שרייבן א גרויסן שווערן סימן אין שו"ע הל' נידוי וחרם פון 42 סעיפים באגלייט מיט נושא כלים, ס'וואלט געדארפט שטיין בלויז די פאר ווערטער הל' נידוי וחרם, יסע ל........(דער נאמען פון יענעם חסידות) והותר הכל....,

 

דאס זעלבע ווענדן מיר זיך צו אייך, צו וואס זענט איר זיך מטריח צו שרייבן קונטריסים, מאמרים, עדעטאריעל'ס, דרשות, ס'איז אלץ א איבריגע זאך, זאגט'ס בלויז איין ווארט, וואס האלט יענער?, איך האלט פארקערט, נישט קיין חילוק וואס יענער זאגט, יענער איז מתיר ווייץ, איך אסר, יענער אסר'ט ווערעמיגע וואסער, איך בין מתיר, יענער מאכט עפעס א הידור, זאג איך ס'איז א חסרון, יענער איז מתקן עפעס אין אידשיקייט ווערט דאס א חוזק, נישטא קיין תורה, נישטא קיין מורא, נישטא קיין פוסקים, נישטא קיין דעת, נישטא קיין שום מהלך, נישטא גארנישט, די וועלט איז אויס, איין זאך איז דא, וואס זאגסטו? איך זאג פארקערט,

אין דאס ווערט געזאגט מיט אזא אראפגעצויגענעם היט מיט א פארקנייטשע שטערן מיט האלב צוגעמאכטע אויגן, מיט א פארשטאפטע נאז ווי שבת נאכמיטאג שובבים, "מ'דארף זעהן ווי די שקצים שטייען איין און וואס זיי טוען ווייסט מען שוין אליין צו טון פארקערט"!!!,

 

א פלא פאר משה רבינו איז דאס נישט בייגעפאלן, צו וואס האט מען געדארפט געבן א תורה מיט תרי"ג מצות?, זאל די תורה זאגן וואס דתן ואבירם טוען טוט'ס פארקערט און פארטיג.... אלא מאי, דארף א איד וויסן אז גיין פארקערט ווי יענעם איז קיין מהלך נישט, ס'איז דא א תורה און די תורה איז גולטיג פאר יעדן איד אין יעדן זמן, מ'קען נישט מיט א מעשה וואס א שרייבער'ל פארציילט בויען אידישקייט און אוודאי נישט סותר זיין אידישקייט.

 

א חלק פונעם פליפ פלאפ ווערט געפלויגן הין און צוריק אנרופנדיג די גרויסע טייל אנ"ש וואס האבן זיך מכניע געוועהן צום ברך משה נאכן הסתלקות פון רביה"ק מיטן נאמען "שוטים" "נערנים", זיי גייען ווי שעפסן צו די שחיטה, אונז זעמיר קלוגער אונז פארשטיי מיר בעסער מיר דארפן נישט קיין רבי'ן דער רבי זאגט דאך "יעשה", איש כל הישר בעיניו יעשה, יעדער דארף אליינס זיין א מנהיג, ביז תש"מ האט מען געוויסט איין ווארט אין סאטמאר "הנהגה", ווער ס'צוברעכט א הנהגה דער איז עובר ביהרוג ואל יעבור, כאטש פארשידענע זאכן זענען געזאגט געווארן און מחליט געווארן בלויז דורך די שטוב מענטשן גזירות על הציבור וואס האט מיט הנהגה קיין שייכות געהאט, דאך האט יעדער געוויסט הנהגה איז הנהגה, מ'טשעפעט נישט קיין הנהגה, תש"ם האט מען בהאלטן דעם "הנהגה", און ארויס גענומען א תורה פון רבי'ן "יעשה" (כאטש וואס די תורה איז געזאגט געווארן בעיקר אויף די מענטשן וואס זייערע מנהיגים פירן זיך שלא עפ"י תורה פאר זיי זאגט דער רבי יעשה זיי זאלן אליין זיין מנהיגים, און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די מנהיגים וואס פארפירן זיי, דאס איז געזאגט געווארן בשנת תשט"ז מיינענדיג די אנדערע קרייזן וואס האבן זיך ארום געטראגן מיטן תי' אז וואס זייער רבי הייסט איז א חוב קדוש כידוע).

 

גיב א קוק ווי דער פאליטיק געט זיך א דריי, פלוצלונג האט מען דעם יעשה געשיקט אויף וויקאציע, מ'האט ארויסגענומען א נייע ווארט פון ווערטער ביך וואס איז געליגן פארשטויבט במשך די יארן פון תש"מ ביז תש"ס ערגעץ ווי געטראפן אין השבת אבידה אן אלטע ווארט "הנהגה", מ'האט געמאכט א פרישע הנהגה מיט החזרת עטרה, און פלוצלינג ווערן די אמאליגע "שוטים נערים" פארוואנדלט אין "לצים ומשכילים"...., אמאל ווען יענער האט זיך מכניע געוועהן פאר א ממלא מקום וואס דיר האט נישט געשמעקט איז ער א שוטה, און יעצט ווייל ער איז זיך נישט מכניע פאר א הנהגה וואס דיר שמעקט יא איז ער א משכיל, כאפ דיך אן שטארק ווייל דער רייד דרייט זיך ארום שנעל און מ'קען אראפ פאלן!......, משכיל – שוטה, שוטה – משכיל, הנהגה – יעשה, יעשה – הנהגה, דריידל דריידל דריידל..... דריי דיך שנעל ארום....

 

ס'איז קלאר אז דער רבי האט געוואלט ס'זאל זיין א הנהגה אייביג, דער רבי האט נישט געוואלט אז יונגעלייט זאלן זיך האבן א אייגענעם קרעמל, דער רבי האט געהייסן פאר די התאחדות אבריכים וואס זענען געגאנגען דאווענען עקסטער אז יעדע וואך מוז קומען איין עלטערע איד מיט דאווענען מיט זיי, ווייל ס'מוז זיין א הנהגה פון א עלטערן איד, נישט בלויז אינגעלייט מיט אייגענע הנהגות,

 

דער רבי האט געזאגט אין א תורה (געדירקט אין דבר"י מועדים סוכות דף רצ"ו) אז מ'דארף זיך מכניע זיין פאר דעם ת"ח חשוב ווייל דאס איז הנהגה,

צו האט דעם דער רבי געוואלט אז יעדער זאל זיך זאגן אייגענע מיינונגען און יעדער זאל זיך ערקלערן אלס זעלבסשטענדיגע מנהיג?, צו האט דען דער רבי געוואלט אז יעדער סאטמאר'ע חסיד זאל זיך ווערן א מנהיג מיטן אויסרייד "יעשה" ער דארף טון דאס זייניגע, און זיין גאנצע הארעוואניע פון אלע יארן זאל ווערן א עיר של כולו כהנים?

 

איי דער רבי האט נישט געשריבן קיין צוואה, ראשית מ'קען נישט וויסן, אפשר האט דער רבי יא געשריבן, נאר די שטוב מענטש וואס האבן געטון פיל ערגערס פון באהאלטן א צוואה האבן דאס מעביר געוועהן,

שנית, אפי' ווען דעררבי האט נישט געשריבן מיינט נאך נישט אז ער האט נישט געעואלט א הנהגה אחר הסתלקותו, אסאך צדייקם האבן נישט געשריבן מכת הרבה טעמים,

שלשית, דאכט זיך ביי די לוי' האט מען יא גערעדט פון א צוואה, (א ספדנא האט געזאגט מ'זאל מכבד זיין די רעבצן דער רבי האט דאס געזאגט בע"פ און ס'איז דא בכתב, ווי איז דער כתב?????)

 

מ'קען זאגן מיטן רבי'נס תורה גופא איז געווארן איש כל הישר בעיניו יעשה, יעדער באשליסט אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון, און יעדער דריטע מענטש איז מחליט אז ער איז ממלא מקום פון רביה"ק, ער איז ממלא מקום ווייל ער זינגט חי ד' ביי די איי מיט צווייבל שטאט, ער איז ממלא מקום ווייל ער איז מוחה אויף ציונים יעדע 15 מינוט, ער איז ממלא מקום ווייל ער עסט פליישיגע בארשט מיטל נאכט יו"ט, ער איז ממלא מקום ווייל ער לייקנט אלע מעשיות ווייל דער רבי האט אויך געלייקנט מעשיות, ער איז ממלא מקום ווייל ער קען נאכמאכן דעם רבינ'ס קידוש, ער איז ממלא מקום ווייל ער זיצט 3 שעה הכנות, ער איז ממלא מקום ווייל ער מאכט נאך דעם רבינ'ס תנועות, יעדער איז דאך בארעכטיגט היות דער רבי האט דאך נישט געהאט קיין קינדער און מיר זענען דאך אלע ווי זיינע קינדער איז דאך יעדער א ממלא מקום, און ווען דער נייער דור זעהט אזא ממלא מקום - שאפט, ווערט דאס גאנצע זאך עד ועד בכלל אנגעקוקט ווי איין שטיק פאלשקייט, און מיט ווייטאג זעהט מען ווי דעם רבי'נס הייליגע מערכות ווערן אפגעשוואכט און אפגעחוזק'ט,

 

און די שולד לייגט מען גאר ארויף אויף אונז ווייל מיר זענען גאר דיע וואס מאכן חוזק פון רבי'ן, ווי איז דער חוזק? ווייל מיר זאגן אז דער רבי האט טאקע יא געהאט א גארטל מאותו המין?....

חוזק מאכער'ס זענען די אלע וואס הענגען אן זייערע שטיק אין הייליגען רבי'ן זי"ע, כאילו דער רבי איז געוועהן א שונא ישראל, און א בעל נצחון ח"ו,

 

יעדער איד קען ווערן דעם רבי'נס ממלא מקום, אז מ'לערנט פלייסיג די אמת'ע דרך הלימוד ווערט מען א ממלא מקום, ווי אין די הקדמה פון ספר פון ר' נתן יוספ'ס (דאכט זיך אבני שלמה הייסט עס) פאטער שרייבט ר' נתן יוסף ז"ל 3 עמודים בלויז איבער דעם וואס דער רבי האט געפייערט קעגן די פאלשע דרך הלימוד'ס, ר' נתן יוסף! ר' נתן יוסף! (מיר זאגן יעצט א הספד אויף ר' נתן יוסף, בנוסח ר' נתן יוסף) ווען דו גייסט ארויף אויפן עולם האמת וועסט דאך אוודאי טרעפן דעם רבי'ן וועמען מ'איז געוועהן אזוי מקושר בחיים חייתו, גיי זאג פארן רבי'ן דער מַצַב נעבאַך נעבאַך כהיום יום אין סאטמארע ישיבות לערנט מען ליטווישע דרך הלימוד, אוי וויי איך שדדנו....

 

מ'קען זיין א ממלא מקום פון רבי'ן מיטן האלטן דעם שו"ע יעדן קוצו של יוד און זיכן יעדע גוטע מעלה בחומרות התורה והכשרות,

מ'קען זיין ממלא מקום מיטן טון טובות פאר אידן אויך, מ'ווערט נישט ממלא מקום בלויז מיטן לוחם זיין קעגן רשעים, בקיצור אונז האמיר אלע די מעגליכקייט צו זיין ממלא מקום, מ'דארף נאר זיין אמת'ע סאטמארע חסידים אן איין ברעקל שקר.

 

 

איצט וועלן מיר צוטירן אייניגע מכתבים וואס מיר האבן ערהאלטן אין תיבה אישית, פון אייניגע ליינער, מיר האבן נישט געלייגט אלע בריוו'ן מיר האבן נאך, ועוד חזון למועד,

 

מיר שרייבן בלויז די בריוו'ן ככתבו וכלשונו, מיר נעמען נישט אן זייער מיינונג כאילו דאס איז אלעס אונזער מיינונג, ס'איז בלויז בריוו'ן:

 

מכתב א'

 

איך בין א תלמוד פון רבין ז"ל פון די י' יאהרן, איך קען נישט שרייבן אויפן קאמפיאטער, נאר מיין זון זאל לעבין האט מיר געוויזן אייערע מאמרים, איך וויל מוסיף זיין מיט איין ווארט, "הרבה מה שקריתי כתוב כאן" עס איז קלאר בלי שום ספק אז ווען רביה"ק זי"ע וואלט געוועזן בחיים חייתו און גיזעהן די "שבת געשרייען" און די "געמיינע שמוציגע ארטיקלען אין איד" און די סיליף וואס עס ווערט געשריבן אין די קונטרסים מפעם לפעם וואלט זיכער געוועהן נאך א תשכ"ח פתיחה, ודי לחכימה ברמיזה, דאס הארץ טוט וויי צו זעהן דעם סיליף פונעם רבינס תורה "איש כל הישר בעיניו יעשה" וואס אין דעם האט מען צובראכן כל הקודש לנו, איף האף אז איר זאלט האבן אויפגעטון, וילמדו תועים בינה.

(-)

 

מכתב ב'

 

איך בין נישט קיין סאטמאר'ע חסיד נאר א פאפא תלמוד, איך געדענק גוט די יאהרן וואס סאטמאר איז געוועהן בתפארתה כ"ד ביז כ"ח אין אלטען ביהמ"ד די הקפות, שבועות – קרעפל פשעטל וכדומה, איך וואהין אין וומס"ב פאר 60 יאר, איך ליין אייערע ארטיקלען מיט פארגעניגן, איך רייב זיך די הענט אז סאטמאר זעהט שוין איין ווי די עקסטרעמיזום האט זיי געפירט, איך באטראכט שוין דאס צענדליגע יאהרן ווי אזוי א שיין הייליג חסידות ווי סאטמאר די לעכטיגע שבתים ימים טובים מיט אינהאלט, ערליכקייט, דערהויבנקייט, וואס מען האט געשפירט ביים אלטן רבי'ן זצ"ל, איז געווארן א מחנה פון צולאזטע חיות במלא מובן המלא, מבזה געוועזן רבנים דיינים דער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן איז געוועהן אחת דתו,

 

ווער געדענקט נישט ווען מ'האט מבזה געוועהן און נאכגעשריגן דעם חשוב'ן סאמבעטהעלי רב זצ"ל מיט זיינע חשוב'ע קינדער די רבנים הגאונים הצדיקים ובתוכם הגאון ר' חיים לייב שליט"א וואס איז געוועהן יענע יארן די שפיגעלע פון סאטמאר אלס ראש הכולל פאר די איינע חטא פון נישט מיטגיין אין שפאן,

 

ווער קען דען פארגעסן וואס הגה"צ מורי ורבי רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל האט געליטן ביי די חתונה פון הרב אהרן גר"וו שליט"א מו"ץ, דורך די טעראריסטן פון סאטמאר.

 

ווי קען מען פארגעסן די שטויסן וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט געכאפט בשעת די לוי' פון הגה"צ ר' לייבוש טויב זצ"ל מקאלוב,

 

ואטו כי רוכלא אויסצורעכענען אלע געמיינע שטיקלעך און טעראר וואס איז נישט געטאהן געווארן דורך די י' תלמודים און אפי' נישט די אנהייב כ' תלמודים, נאר די אני ואפסי גאווה'דיגע ל' תלמודים, איר זענט אזוי גערעכט מיט אייער הנחה.

 

נאך דעם וואס מ'האט גענדיגט מיט די דרוינסדיגע וועלט האט מען זיך גענומען צו די אייגענע, דאס פנים פלאמט פאר בושה צו פארציילן פאר די וואס וואוינען נישט אין וומס"ב וואס זיי האבן געטון מיט זייער אייגענעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל וד"ל.

 

איך וועל אייך מודיע זיין איך בין געוועהן היי יאר אין א"י ל"ג בעומר אפצושערן אן אייניקל, יא יא אסאך סאטמארע אינגעלייט זענען געוועהן ביים כותל, ביי קבר רחל, (ביי מערת המכפלה בין איך נישט געוועהן)

 

די סך הכל ד' יצליח דרככם איר זענט א מזכה את הרבים מיט אייערע ארטיקלען זייט ווייטער ממשיך, עס זענען דא אסאך תמימי לב וואס מיינע אז שרייען "שבת" אויף א פאפא פרוי אדער אויף א קלויזנבורגע יונגערמאן גייט מען דערפאר אין ג"ע,

עס איז א עון בל יכופר פון מבזה זיין אידן וואס בסך הכל פאלגט ער זיין אייגענען דיין אדער זיין רבין.

(-)

 

מכתב ג'

צום חשוב'ן שרייבער פון "אמונה טפילה און ע"ז שקר מיטן נאמען רבי ז"ל"

דיו אילו ימי וואלטן נישט גענוג געוועהן זיך צו באדאנקען פאר די אלע אמת'ע דיבורים, איך ווייס נישט ווער איר זענט, עז זעהט מיר אויס ווי איר זענט אין מיין עלטער וואס געדענק נאך רביה"ק זי"ע מיטן גאנצן חן דקדושה וואס האט נישט מקפיד געוועהן זיך צו בייזערן וכדומה,

 

איך מיין אז איר לאזט אויס זייער אסאך מחמת איזהו סיבה שהוא אבער איך וויל עס יא באטאנען, סאטמאר איז מיסודו געגרינדערט געווארן על אדמת אמעריקא א המשכה וואס רבינו ז"ל האט געזעהן ביי זיינע עלטערן זצלה"ה, מיר האבן געהאט די זכי' צו זעהן ווי רביה"ק האט גערעדט פון זיין טאטן בעל קדושת יו"ט זי"ע זיינע הייליגע זיידעס בעל יטב לב והישמח משה זי"ע, דער שקר כאילו רביה"ק האט נישט גערעדט און זיך געקאכט אין די ספרים פון זיינע הייליגע עלטערן איז א חלק פונעם גרויסן שקר, ווייל מ'האט געדארפט צוברעכן די הנהגה פון שנת תש"מ ביז תש"ס ווייל די תקופה איז געוועהן סאטמאר אן שלמה יענקל, מנשה פיליפ, ישעי' יעקב שטויבער, ר' מאטל שטיין, יענקל ברוך, מיכל'י שלעזינגער, קיש וואלווי, זלמן לייב וואלדמאן און נאך, האט מען דאס געוואלט מאכן אויס גזע.

 

ס'האט אמאל געזאגט שלמה יענקל אז איינע פון די חטאים פון האדמו"ר מהר"א ט"ב איז ווייל ער קאכט זיך אין יטב לב אין עצי חיים און נישט אויסשליסליך אין דבר"י, ס'איז נישטא קיין גזע, ווייל אויב ס'איז דא א גזע איז דאך דער ברך משה אויך פון די גזע.

 

אויב איז דעם רבינ'ס ספרים יא אזוי הייליג, און נאר דיע ספרים מעג מען לערנען, פארוואס 30 יאר נאכן הסתלקות איז נאכנישט געדירקט געווארן אלע ספרים פונעם רבי'ן?, היתכן, פארוואס איז דער ספר "פתחי שערים" אסור ביי די רבי ז"ל קרומע קעפ בלויז פארדעם ווייל עס האט א הסכמה פון מהר"א ט"ב שליט"א?, איי דער ספר איז וויכטיג פאר יעדן איד וואס זיכט נאר א תורה און זיכט צו זיין אויסגעקאכט אין די תורות פון רבי'ן.

 

די גאנצע יסוד אז נאך רבינו זי"ע איז אלעס חרוב ונחרב און מ'דארף צוברעכן די גאנצע הנהגה איז שקר שאין כמוהו, נאר כבוד עצמם, זיי ווילן בלייבן ביין רידער, אז איינער זאגט אנדערשט פון אלימלך שטערן פון ק"י לגבי ביה"ח אין שאפניע איז אחת דתו, כאטש עס שטייען גדולי ישראל אויף די וואַך ווי הגאון ר' אליקים שלעזינגער און הגאון ר"ח וואזנער, זיי זענען נישט אזוי חשוב ווי מיילעך שטערן, שלמה הערצאג, יצחק שטערן, זייער ווייטאגן נישט אזוי שטארק פאר חטטי שכבי ווי די אזוי גערופענע עסקנים?, דא שטייען רבנים משירי דור הישן און זאגן שב ואל תעשה, און דא שטייען אפאר נארישע יונגען וואס שפירן אז זיי פארלירן מאכט, מוז מען פראטעסטירן כדי צו ווייזן בעלות.

 

בנוגע דעם עירוב אין וומס"ב, וואס ר' ז"ל פיליפ שרייט נאך אויף די טרעגער "מחללי' מות יומת" אין די זעלבע צייט גייט ער צום טיש פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א לאויו"ש, וואס מדי שבוע בשבוע צינדט מען אן דארט לעכט פארן זמן רבינו תם כמנהג אבותיו נ"ע, אבער בהחלט נגד דעת והוראות רבינו זי"ע ואתו עמו כל גאונים ורבנים וואס האבן אונטערגעשריבן דעם באקאנטן קול קורא שנת תשי"ד, און דא באפעלט שאול פערשטיין נישט צו פייפן מיטן שבת פייפער ערש"ק ווען וויזניצער רבי איז דא, איז דא א גרעסערע היפערקיטום פון דעם?, אלעס איז די זעלבע זאך אני ואפסי ואין עוד,

ס'איז געמישט מיט שקר כדי דער וויזניצער רבי זאל נישט מוחה זיין אויף זייער הליכה בערכעות של עכו"ם ובג"ץ הציוני,

א רחמנות אויפן יונגן דור וואס האט נישט זוכה געוועהן צו זעהן אביסעלע ערנסקייט, ערליכקייט, און זיך בלויז אנגעזאפט פון די שרייבערלעך וואס פארטעמען זייערע קעפ פון שקר און גאווה ליצנות, און מיינען נאך אז די פאלשע שלעכטיקייט איז גאר דער רבי ז"ל אליין ר"ל.

(-)

 

הערת הכותב:

פון די אלע בריוו'ן איז לויט מיין בליק די שטערקסטע טענה, כלפי די ספרי קודש פון רביה"ק, ס'איז א בושה, אזא גרויסע חסידות ווי סאטמאר וואס פארמאגט טויזנטער מענטשן, אינצווישן זיי גאר אסאך געלונגענע מענטשן וואס וואלטן אפי' געטון די ארבעט אומזיסט, און מ'ווארט שוין אזויפיל יארן בכליון עינים אויפן רבי'ן תורות, און והילד איננו, ס'קומט ארויס א חיבור איינמאל אין 5 יאר, מעג דאס זיין?, מ'האלט שוין 30 יאר נאכן הסתלקות,

ס'איז נאך נישטא קיין חיבור דבר"י אויף ד' פרשיות (כידוע האט דער רבי זייער אסאך תורות געזאגט ד' פרשיות),

ס'איז נישטא קיין חיבור דבר"י אויף פסח (חוץ די הגדה מיט מנהגים פון כרים וכסתות עד אין שיעור)

ס'איז נישטא קיין חיבור דבר"י אויף שבועות,

און אין פוצה פה, ס'ליגט פארשפארט ביי יחידים, און קיינער קען נישט אריין רעדן, אפגערעדט די הויכע פרייזן וואס מ'בעט הגם דער ציבור איז מסכים צו צאלן (ווי דער הייליגע קדושת לוי האט געזאגט אויפן תולדות, יעדע שמעתי ממורי איז ווערד א גאלדן רענדל) יעדע תורה פון רבי'ן איז ווערד א 20'גער,

 

ועוד כלפי דעם ספר פתחי שערים וואס איז א מפתח ענינים אויף אלע תורות פון רבי'ן, ווי קען א מענשט זיין אזוי פאלש און נישט קויפן אזא ספר בלויז ווייל די הסכמה איז פון איינעם וואס מ'האט נישט ליב על לא עול בכפו, דאס ווייזט אז די גאנצע רבי ז"ל איז אים נישט ווערד צו פארקוקן א קליינטישע נגיעה, און נאכדעם וויל ער מיר זאגן אז ער איז ממשיך דרכו,

 

לסיומא דמילתא האט מיר איינער אריין געשיקט א קונטרס וואס מוסדות בני יואל האט ארויס געגעבן צום דינער, באשריבן די עבודה פון רביה"ק די הייליגע טעג ס'איז באמת דא דארט שיינע זאכן און מורא'דיגע הנהגות וויאזוי דער רבי האט אפגעראכטן די הייליגע טעג,

נאר, צום סוף האבן זיי א מאמר "די עבודה פון די רעבעצן די הייליגע טעג" (לאך נישט פון רבי'ן, שייגעץ) זאגטס נאר צו איז נישט די רבעצן מלכה הרבנית השר שלום מבעלזא געוועהן אזא צדיקת?, צו וואס האט מען נישט באשריבן אירע עבודה די הייליגע טעג אין די קאך,

דאס פארמינערט נישט די אמת'ע געטריישאפט פון הרבנית הצדיקת ע"ה כלפי דעם רבי'ן, אבער צו מאכן דערפון א לימוד לדורות, איז א נייע זאך אשר לא ראו אבותינו,

 

און פאר די אלע וואס לייגן אן זייערע אייגענע שטיק אויפן רבי'ן ז"ל, זאלן וויסן אז דער רבי האט זיך באווארנט קעגן זיי, עי' בדברי יואל נצבים וילך דף קפ"ד, ממרים הייתם עם ד' מיום דעתי אתכם ואף כי אחרי מותי, אז די רשעים האבן נאך בשעת משה רבינו לעבן פארדרייט זיין תורה און געזיכט צו זאגן נייע פשטים אין די תורה, אבער אחרי מותי, געוואלד ווער וועט דא זיין דאס אפצולייקענען, א פחד נורא, אט די מסלפים האבן שוין אנגעהויבן בחיים חייתו צו פארדרייען דעם רבינ'ס תורה, אבער יעצט ווען דער רבי איז נישטא קען ער דאס אפי' נישט אפלייקענען!!!!,

 

נאכמאל א ישר כח פאר די אלע גיבן אונז מוט און חיזוק צו שרייבן די ארטיקלען ועוד חזון




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 04:17 לינק ישיר 

קודם מוז איך דיר אפגעבן א דאנק בשם אלפי תלמידי (?) וחסידי סאטמאר פאר די העכסט געלונגענע ארטיקלען, וועלכע האבן זיך געוואגט אנצורירן די טעמעס וואס מ'האט אלעמאל - בטעות - געזוכט צו איגנארירן, און דערצו מיט א אויסטערלישע פאכמאנקייט.

איך ווייס נישט צו וועלכע כת איך געהער, איך האב נאר איין פראגע "אי מלכא את, עד השתא אמאי לא אתית לגבאי"?

כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון דיין "יעשה" באמערקונג.

איך האב פערזענליך געהאט אמאל א שמועס מיט ר' נפתלי בלומענפעלד [א נאנטער ידיד. שששש.......] אין די יארן בעפאר זיין "תחיית המתים", די צייטן ווען ער האט מיר קלאר און דייטליך ערקלערט אז "ביי מיר עקזיסטירט נישט קיין שליט"א, נאר א זכרונו לברכה", און דאן האט ער מיר אויך באמבארדירט מיט'ן הדור האחרון'ס "איש כל הישר בעיניו יעשה" פון רבי'ן אין פר' שופטים.

בשעתו האב איך אים געענטפערט אז ער זאל מיר זאגן וואס דער רבי ז"ל אליין וואלט אים אפגעענטפערט ווען ער נוצט עס ווען בחייו, און דערנאך זאל ער אליין אריינפילן די בלענקס...

דאן אין זומער תשנ"ט האב איך אים געטראפן אין בית הספר [א באליבטער פארברענג ארט פאר אונז ביידע...], דוכט זיך אז ס'איז נאך געווען אפילו בעפאר די אפיציעלע התמנות, אבער שוין נאך די "למה נגרע" פאשקעווילן. זעלבסטפארשטענדליך וועלכן ריכטונג דער שמועס האט זיך געצויגן... און דאן האב איך אים פארגעווארפן, "אנו, וואס טוט זיך מיטן יעשה?".

מיט א ברייטן שמייכל האט ער מיר געענטפערט "אבער יעצט ביזטו שוין כאטש מודה צו מיר, הא...?".

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 18/06/2009 4:16:15



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 06:16 לינק ישיר 

אמאל ווען יענער האט זיך מכניע געוועהן פאר א ממלא מקום וואס דיר האט נישט געשמעקט איז ער א שוטה, און יעצט ווייל ער איז זיך נישט מכניע פאר א הנהגה וואס דיר שמעקט יא איז ער א משכיל,

איך מיין אז דעס איז דער בעסטער ליין וואס איך האב געהערט אין מיין לעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 08:08 לינק ישיר 

איין אינטערסאנטע פויענט האסטו נאך נישט געשריבען איבער די לבוש וואס די משוגעים פרובירען נאך צו מאכן רביה"ק זי"ע.

ווי גיין מיט ווייסע זאגן אין מיטען די וואך, די שפעציעלע שיך, די אייזערנע טעפס אויף די שיך וואס קראכט 1 מייל ווייט, די ערמל פונעם העמד ארויף געדרייט 2 מאל, נישט צו מאכן די קענפלעך פון די הענט פונעם העמד, די גארטל, וואלענע אונטער העמד, וכו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 11:09 לינק ישיר 

די מערסטע האב איך הנאה פון דעם פאפא תלמוד, ער האט ארויסגענומען דאס מאקסימום פון די ארטיקלעך, און שפרינגט פאר שמחה אז די סאטמארע כאפן זיך שוין אויך מיט וואספארא משוגעים און רוצחים דער רבי ז"ל איז געווען ארומגענומען (עפ"ל), און זיין שנאה צו סאטמאר שפריצט מיט א ווילדקייט. יא סופרעמעסי! ס'איז דיר גוט געלונגען, די סאטמארע לאכן שוין פון רבי'ן ז"ל, מען גייט שוין צום כותל (וואס איז דאך זיכער געווען א פשוטער ספין פון די כ' תלמידים, נישט אזוי?) און הייבן אן גלייבן אז איז נאר דא איין ערליכער איד מיום בריאת שמים וארץ אין דאס איז הר' אהרן טייטלבוים היא ולא אחר, און אנדערע ווערטער "מישען אקאמפלישט!"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 17:38 לינק ישיר 

ואת עלית על כולנה, דער עפילאג איז נאך דאס בעסטע פון אלעם, און ס'וואלט נישט פארשעמט דעם גאסט עדיטאריאל ארטיקל פאר דער בלאט, אדער אפילו פאר דער איד פאר תשנ"ז

יעצט אולא שקילנא הרמן ורשותא צולייגן אביסעלע הערות

סופרעמעסי כתב:


א חלק פונעם פליפ פלאפ ווערט געפלויגן הין און צוריק אנרופנדיג די גרויסע טייל אנ"ש וואס האבן זיך מכניע געוועהן צום ברך משה נאכן הסתלקות פון רביה"ק מיטן נאמען "שוטים" "נערנים", זיי גייען ווי שעפסן צו די שחיטה, אונז זעמיר קלוגער אונז פארשטיי מיר בעסער מיר דארפן נישט קיין רבי'ן דער רבי זאגט דאך "יעשה", איש כל הישר בעיניו יעשה, יעדער דארף אליינס זיין א מנהיג, ביז תש"מ האט מען געוויסט איין ווארט אין סאטמאר "הנהגה", ווער ס'צוברעכט א הנהגה דער איז עובר ביהרוג ואל יעבור, כאטש פארשידענע זאכן זענען געזאגט געווארן און מחליט געווארן בלויז דורך די שטוב מענטשן גזירות על הציבור וואס האט מיט הנהגה קיין שייכות געהאט, דאך האט יעדער געוויסט הנהגה איז הנהגה, מ'טשעפעט נישט קיין הנהגה, תש"ם האט מען בהאלטן דעם "הנהגה", און ארויס גענומען א תורה פון רבי'ן "יעשה" (כאטש וואס די תורה איז געזאגט געווארן בעיקר אויף די מענטשן וואס זייערע מנהיגים פירן זיך שלא עפ"י תורה פאר זיי זאגט דער רבי יעשה זיי זאלן אליין זיין מנהיגים, און נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די מנהיגים וואס פארפירן זיי, דאס איז געזאגט געווארן בשנת תשט"ז מיינענדיג די אנדערע קרייזן וואס האבן זיך ארום געטראגן מיטן תי' אז וואס זייער רבי הייסט איז א חוב קדוש כידוע).

דא איז נישט מער ווי ריכטיג צולייגן דאס ווארט וואס האט געזאגט הרה"ח ר' מאיר ישראל ג"ב, א תלמיד פון רבין ז"ל פון די י' יארן (אויב נישט פריער), א איד וואס געהאט די זכי' צו שרייבן דעם רבינ'ס תורות, געט א קוק וואס זיין בליק איז אויף די גאנצע מערכה, ער טענה'ט אזוי:
ווי לאנג דער רבי ז"ל האט געלעבט איז געווען איין צדיק און א וועלט פון שקצים, אלע רבי'ס זענען געווען שקצים, איינמאל דער רבי ז"ל איז נסתלק געווארן האט זיך אלעס געטוישט, איין שייגעץ און א וועלט פון צדיקים. עכדפח"ח
כאפט א בליק אין טאהש אין סקולען פשעוווארסק וכו' וכו' (כבודם של הצדיקים במקומם מונח) ווי די אלע מרי לב האבן געטראפן א ערי מקלט, איי דער רבי האט געזאגט ס'נישט דא היינט קיין צדיקים, נישטא מער מנהיגים, דער רבי האט נאר געמיינט איינעם מיט דעם.
רבינו שליט"א איז געווען אסור בתכלית האיסור וועגן וויזניץ, וויפיל בני יואל האבן שוין גענומען שנורן פון וויזניץ, שנורן וואס קענען פיין חו"ר, מ'קען מחלק זיין צווישן וויזניץ ב"ב און ויוזניץ מאנסי, אבער צו וואלט דער רבי ז"ל צו דעם מסכים געווען?
 

מ'קען זאגן מיטן רבי'נס תורה גופא איז געווארן איש כל הישר בעיניו יעשה, יעדער באשליסט אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון, און יעדער דריטע מענטש איז מחליט אז ער איז ממלא מקום פון רביה"ק, ער איז ממלא מקום ווייל ער זינגט חי ד' ביי די איי מיט צווייבל שטאט, ער איז ממלא מקום ווייל ער איז מוחה אויף ציונים יעדע 15 מינוט, ער איז ממלא מקום ווייל ער עסט פליישיגע בארשט מיטל נאכט יו"ט, ער איז ממלא מקום ווייל ער לייקנט אלע מעשיות ווייל דער רבי האט אויך געלייקנט מעשיות, ער איז ממלא מקום ווייל ער קען נאכמאכן דעם רבינ'ס קידוש, ער איז ממלא מקום ווייל ער זיצט 3 שעה הכנות, ער איז ממלא מקום ווייל ער מאכט נאך דעם רבינ'ס תנועות, יעדער איז דאך בארעכטיגט היות דער רבי האט דאך נישט געהאט קיין קינדער און מיר זענען דאך אלע ווי זיינע קינדער איז דאך יעדער א ממלא מקום, און ווען דער נייער דור זעהט אזא ממלא מקום - שאפט, ווערט דאס גאנצע זאך עד ועד בכלל אנגעקוקט ווי איין שטיק פאלשקייט, און מיט ווייטאג זעהט מען ווי דעם רבי'נס הייליגע מערכות ווערן אפגעשוואכט און אפגעחוזק'ט,

ר' מאיר ישראל וועט אונז מוחל זיין אז מיר האבן אים געלייגט דא אויפן טיש, אבער רעדנדיג פון דעם איד האב איך מיר דערמאנט, ס'איז מיר אויסגעקומען אמאל צו זיין ביי א שמחה שבת צוזאמען מיט ר' מאיר ישראל ווי ער איז געווען דער זיידע, און איך האב געהערט זיין קידוש פרייטאג צו נאכטס, ער האט געהאט גוטע יארן און גענוג צייט זיך איינצוחזרן דעם רבינס קידוש, און מיט דעם אלעם האב איך געזען ער האט געמאכט קידוש ווי א נארמאלער חסידישער איד, אן קיין תנועות און שגיונות.
ס'דערמאנט מיך אמאל א איד (איך וויל נישט דערמאנען זיין נאמען ער איז שוין א שוכן עפר) האט אמאל ביי א שבע ברכות געמאכט אזא קידוש כדבעי מיט אלע תנועות, און זיינע אייגענע אייניקלעך האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן ווי א איד א בן שמונים האט נישט בעסער וואס צו טון, און דער איד רופט זיך אזוי אן (אנטשולדיגט ער האט זיך מתמרמר געווען) איי, די היינטיגע יונגווארג פארשטייט נישט צו דעם...

 

מ'קען זיין א ממלא מקום פון רבי'ן מיטן האלטן דעם שו"ע יעדן קוצו של יוד און זיכן יעדע גוטע מעלה בחומרות התורה והכשרות,

מ'קען זיין ממלא מקום מיטן טון טובות פאר אידן אויך, מ'ווערט נישט ממלא מקום בלויז מיטן לוחם זיין קעגן רשעים, בקיצור אונז האמיר אלע די מעגליכקייט צו זיין ממלא מקום, מ'דארף נאר זיין אמת'ע סאטמארע חסידים אן איין ברעקל שקר.

מען קען זיין ממלא מקום אפילו ווען מען טוט א גוטע זאך וואס מען האט נישט געזען ביי די עלטערן, און לטובה מעג מען משנה זיין, וואס דארפן מיר מער פון דעם, פאר די קריג האט מען לוחם געווען אויף א מיידל שולע, און נאך די קריג אז מען זעט ס'איז א צורך הדור האט מען געפענט א מיידל שולע, איי דער טאטע האט עס נישט געהאט דער זיידע האט עס נישט געהאט, נו זיי האבן נישט געזען דערין א צורך, אבער אז ס'איז דא א צורך עפנט מען 

 

און פאר די אלע וואס לייגן אן זייערע אייגענע שטיק אויפן רבי'ן ז"ל, זאלן וויסן אז דער רבי האט זיך באווארנט קעגן זיי, עי' בדברי יואל נצבים וילך דף קפ"ד, ממרים הייתם עם ד' מיום דעתי אתכם ואף כי אחרי מותי, אז די רשעים האבן נאך בשעת משה רבינו לעבן פארדרייט זיין תורה און געזיכט צו זאגן נייע פשטים אין די תורה, אבער אחרי מותי, געוואלד ווער וועט דא זיין דאס אפצולייקענען, א פחד נורא, אט די מסלפים האבן שוין אנגעהויבן בחיים חייתו צו פארדרייען דעם רבינ'ס תורה, אבער יעצט ווען דער רבי איז נישטא קען ער דאס אפי' נישט אפלייקענען!!!!,

ס'איז נישט אזוי קלאר ארויסגעשריבן, איך האב עס געמוזט גיין נאכקוקן, און איך מיין ס'ווערט מעתיק צו זיין לשון קדשו:
ומשה רבינו היה מקור התורה והנבואה ואף על פי כן סלפו דרך התורה בימיו ומה יהיה אחרי מותו.
און איך וויל צולייגן נאך א ווארט וואס דער רבי ז"ל בעל ברך משה האט געזאגט אמאל ביי א בר מצוה (געדרקט אין אבני שהם לבר מצוה דף נז) אויף די גמרא אין ברכות ווי ס'ווערט געברענגט אז רבי יוחנן בן זכאי האט געוויינט לפני פטירתו איני יודע לאיזה דרך מוליכין אותי, איז דער רבי מסביר, סתם א איד וואס ווייסט ער האט געדינט דעם אייבערשטן כל ימי חייו, גייט ארויף מיט א רואיג הארץ צום בי"ד של מעלה, אבער ריב"ז וואס איז געווען א רבן של ישראל האט געוויינט, איך לאז איבער תלמידים, ווער ווייסט וואס מען וועט נאכזאגן פון מיר נאך מיין הסתלקות, און דער רבי זאגט דעם לשון:
מי יודע אם ברבות הימים לאחר פטירתו יהיו אומרים משמו שהוא סבר כך ועשה כך וכדו' שהוא שקר, ואדרבה כל ימי חייו אמר ממש להיפך, אבל מכל מקום יענש עליו, וזה שאמר ואיני יודע באיזה דרך מוליכים אותי, פי' לאחר פטירתי איני יודע מה יאמרו עלי ודואג אני שלא אענש על זה.
ס'כאפט א פחד פון די דיבורים


נאכמאל א ישר כח פאר די אלע גיבן אונז מוט און חיזוק צו שרייבן די ארטיקלען ועוד חזון



תוקן על ידי וואלןסח ב- 18/06/2009 17:40:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 19:38 לינק ישיר 

כיהודא ועוד לקרא,

א סאטמארע חסיד באדייט נישט יוניפורם און פארטיי, עס מיינט א פשרה'לאזע איד עפ"י שו"ע

אפגיזעהן וואסארא לבוש ער גייט [קוק די בילדער פון די ערשטע פראטעסטין וויפיל ווייסע קנייטשען ס'דא].

און אפגיזעהן צו ער האלט פון רבי ז"ל זעלבסט [ווי נאסוידער רב האט זיך אמאהל אויסגידריקט צו די מעריצי ר' חיימל בן ר' שלום אליעזריל מראצפערט, ווען זיי האבען אים פארגיהאלטין הלמאי ער נעמט זיך נישט אהן פאר סאנזער רבס אייניקל, האט ער גיענפערט "סאנז" מיינט תורה, און ביי סאטמער רב איז די תורה, ולעניניו סאטמאר איז תורה און ווי סדא תורה דאס איז סאטמאר אפי' ער איז נישט אונטער סאטמאר אויב איז ער אונטער די תורה איז ער במילא סאטמאר].

מהיכי תיתי "רבי ז"ל" באדייט "ר' זלמן לייב פיליפ" אולי באדייט עס "ר' געציל בערקאוויטש"
קאמינטארין זענין איבעריג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 02:55 לינק ישיר 

סופרעמסי האסט אינז נישט אנטוישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/6/2009 03:08 לינק ישיר 

נישט נאר דיר האט ער נישט אנטוישט, נאר די פרעמדע גאס, וואס האט אלס געהאט א האס און שנאה צו סאטמאר, האט ער גאר צופרידנגעשטעלט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 03:35 לינק ישיר 

באלאנד די דערמאנסט מיך א מעשה
 
א יוד איז אמאל געקומען צי א רב זאגן אז ער וויל זיך ל"ע גט'ן פינעם ווייב
דער רב האט אים פורבירט אפצירעדן מיט אלע וועגן, ס'איז נישט געגאנגען
האט דער רב געזאגט ס'שטייט כל המגרש את אשתו הראשונה אפילו המזבח (שבמקדש) מוריד עליו דמעות.

האט דער יוד געזאגט פארן רב, ביז יעצט האב איך געוויינט, יעצט זאלן אנדערע וויינען.

לענינו ביז יעצט האבן מיר אינז געוויינט וויאזוי דער מצב אין סאטמאר קוקט אויס  וואס מען טוט מיטן רבי'ן ז"ל מען מאכט דעם רבי'ן ל"ע פאר אן ארבער פאר ווילדער ציהיצטער יונג רח"ל.

זאל די גאנצע גאס וויסן ווער די רבי איז עכט געווען, אין ווער ס'מאכט אזוי אויסקוקן ווי א מטורף רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/6/2009 03:36 לינק ישיר 

באלאנד, א קורצע פראגע, און דאסמאל - נישט ווי דיין שטייגער - ביטע ענטפער נישט נאר נאכן טראכטן וואס דו שרייבסט.

פון וועמען האבן די סאטמארע שונאים מער הנאה געהאט, פון סופרעמעסי'ס [אמת'ע] ארטיקלען, אדער פון דעם קאלעקטיוון שאדן וואס די בני יואל/זאליס האבן געברענגט אויף סאטמאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 11:24 לינק ישיר 

נעבעך נאר די מרי לב טאנצן פין דעם ארטיקיל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/6/2009 11:54 לינק ישיר 

און די שונאים פון סאטמאר טרינקען לחיים צו אזא ארטיקל, וואס איז געשריבן מיט אזויפיל "סעלף העיטנעס"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 12:00 לינק ישיר 

איך ווייס אז אין סאטמאר טרינקט מען לחיים פאר אזא ארטיקיל.
 
אין אז די רעדסט שוין פין די שונאים פין סאטמאר טרינקן לחיים, געדענק אין זיי האבן געטיריקן לחיים ווען ר' זלמן לייב איז דא אנגעקומען קיין ניו יארק.



תוקן על ידי פעטרסאן08 ב- 19/06/2009 11:58:15




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די רעאקציע איבער די אמונה טפילה ארטיקלען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext