לעצטנס זענען די מוסודת באבאוו - רמ''ד אין גרויסע צרות, זיי האבען זיך אנגעקויפט מיט א גרויסע בנין, וואס זיי דארפן אפי' נישט, וווען דונער האט נאך געלעבט, אבער ווען דונער איז אוועק האט זיך די קוואל אויסגעלאשען, אין מ'האט שוין דארט היבשע חדשים נישט געצאלט די איינגעשטעלטע,
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א אסיפה, ווי מ'האט מחייב געווען יעדן אריינצוטראגען צום רבי'ן $1800 כדי צו דערשטיקען די חובות, דארט האט אויך אויפגעטרעיטן הרה''ח ר' ברוך מרכי ג''ב, מנהלת מודות סאטמאר ב''פ וואס האט פארגעשטעלט זיין עקספיריענס ביים ארויסהעלפן איבערגרינדען די מוסדות סאטמאר אין וומ''ס, אין געזאגט אז ע''פ בקשת ידידו הרה''ח ר' אהרן וועלץ מנהל המוסדות סאטמאר ב''פ, וועט ער זיי שטיין צו די האנט ביז זיי וועלן געשטעלט ווערן אויף די פיס, זייער פלאן איז יעצט בייים עמערזשענסי קאמפיין צו דעקן אלע חובות אין נאך זימער אנהייבן א נייע בלעטל
כל דבר שהוא לשם שמים סופה להתקיים
די באבוב'ער
מוסדות זענען פונקט ווי אסך אנדערע מוסדות ענג אין געלט, און שוין
עטליכע חדשים וואס מען האט נישט געצאהלט די איינגעשטעלטע.
צוליב דעם האט דער באבוב'ער רבי שליט"א (מהרמ"ד) פארופען אן אסיפה דחופה
מאנטאג נאכט ווי ער האט אויפגעפאדערט פון אלע זיינע חסידים צו געבן
מינומום 1800 דאללער, פאר אן איינמאליגער עמוירדזענסי קאמפיין צו העלפן די
מוסדות קענען אנגיין ווייטער.
און תיכף נאכן
פייערדיגן דרשה האט דער רבי אנגעהויבן אויפנעמען די חסידים וואס האבן
זיך תיכף צוגעשטעלט און אים געבן דעם סכום, דורך אויסשרייבען טשעקס אדער
גענוצט זייער קרעדיט קארט, אין א צייט פון קרוב צו דריי שעה איז דער רבי געזיצן
און מקבל געווען די סכומים וואס די אינגעלייט און בעלי בתים האבן צוגעברענגט, דאס
קלענסטע סכום איז געווען 1800, אבער אסך האבן געגעבן אסאך מער, א געוויסער נגיד
האט אויך צוגעזאגט "מענטשינג פאנדס", אזוי אז יעדער דאללער ווערט
געדאפעלט.
דינסטאג איין טאג
שפעטער האט מען טאקע שוין באצאהלט א גרויס חלק פאר די איינגעשטעלטע, און דער
זעלבער צייט איז דער באבוב'ער עולם ממשיך אריינצוגיין צום רבי'ן איבערגעבן זייערע
נדבות, און מען ערווארט אז דער גאנצער חוב פונעם פעיראלל וועט נאך אויסגעצאהלט
ווערן אין די קומענדיגע טעג.
דער עמערדשענסי פעיראלל
קאמפיין איז געווען א געלונגענע אקציע וואס האט אריינגעברענגט דעם פאנטאסטישע סכום
פון נאנט צו 3 מיליאן דאלער
און אויפן
קומענדיגען יאהר הבעל"ט איז אהערגעשטעלט געווארן א באדזשעט פלאן דורך נגידישע
בעלי בתים גרויסע מומחים, ווי די איינגעשטעלטע וועלן אי"ה באצאלט ווערן מדי
חודש בחדשו,