געמיין: נאך א שטאפעל אין רשעות קעגן קברי ראשונים ואחרונים ז''ל
אין א פרישע פראוו צו ציברעכן די אלע וועלכע טוען פאר כבוד המתים אין די בתי חיים אין אירופה ושאר ארצות, האבען די שררה דארשטיגע צישפרייט בילדער כאילו מ'זעהט אז הרב שודריך {דער רב הראשי פין פולין וואס נעמט אייביג אן די הוראות פין הגאון בעל שבט הלוי אין הגאון רבי אליקום שליט''א, אין זיין הייליגע וועד, אין האט באקומען 2 וואכען ציריק גרויס חיזוק ביי זיין באזוך בבית הגאב''ד ירושלים שליט''א}, שיקט א משגיח אין לאזט אויפגראבען קברים אין אוסטורלינקא, ר''ל
אין אזוי אים אראפרייסן, פאר זיין היילגע ארבעט, אין חסד של אמת.
דער אמת וואס דארט איז פארגעקומען איז שוין געווען באריכטעד, אז דארט פאררעכט מען פייפס אויף א גאס, {וואס מ'האט שוין ליידער איינמאל אויפגעגראבען ביים בויען דעם פייפליין,} אין ווען הרב שודריך איז געוואר געווארען דערפון האב ער געזעהן אז די שאדען איז שוין פארטיג ליידער אין ס'נישט דא קיין שום וועג עס אפצושטעלן, האט ער כאטש געבעטן מ'זאל נישט אויסמישען די הייליגע עצמות מיט די אנדערע זאמד אין אפפאל, אין מ'זאל אים געבן יעדן עצם וואס זיי זעהן דארט, אין ער האט אראפגעשיקט א משגיח וואס זאל שטיין על המשמר אין אכטוג געבן אויפן כבוד המתים,
אין אויף דעם קענען קומען די בלוט דארשטיגע זאליס אין פאר תאוות הנצחון וועט מען אים פראבירן אינטערצו רייסן,
אבער כלל ישראל ווייסט שוין ווער די געמיינע מענטשן זענען, אין לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, יעדע פעולה וואס זיי טוען ווערט זייער אימווערדיגער אוויפפירונג מער אויפגעדעקט ב''ה.
פאלגענד איז א קאפי פינעם פאשקעוויל פין די זאלי'ס... וירא הקהל
אגב, האב איך געוואלט פרעגן די זאליס וואס פאר א פעולות זיי האבען געטוהן עס אפצושטעלן??? {זיי האבען דאך נישט קיין פראבעלם מיט קיינעם, טאלעדא יוכיח....}
תוקן על ידי rebyankel ב- 24/06/2009 19:38:57
 |
|
|