אבאמא: זילעיע איז לעגאלער פרעזידענט אין האנדוראס
פרעזידענט אבאמא האט זיך עפנטליך געשטעלט אויף די זייט פונעם לעגאל ערוויילטן פרעזידענט פון האנדוראס, מאנועל זילעיע, און ערקלערט אז דער מיליטערישער מאכט פארכאפונג איז א שריט קעגן דעמאקראטיע, און אז זילעיע איז ווייטער אנערקענטער פרעזידענט פונעם לאנד.
אבאמא האט דא ווידער געטראפן א געמיינזאמע שפראך מיט זיין 'גוטן פריינט' היוגא טשאוועז, פרעזידענט פון ווענעזועלע.
ס'איז נאר אינטערעסאנט צו זען ווי לאנג ס'וועט דויערן ביז אבאמא וועט זיך אויפשטעלן אין האנדוראס 'איבערבעטן' די דארטיגע פאלעסטינער פאר 'אמעריקע'ס אריינמישן זיך אין זייער פאליטיק', און ווען ער וועט ענדליך 'פארשטיין' אז ס'איז 'א אינערליכע אנגעלעגנהייט וואס געהער פאר די האנדוראס בירגער צו לעזן'...
|
|